טונא, טונא, טונא, וויפיל איז די שיעור?!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
טונא, טונא, טונא, וויפיל איז די שיעור?!
אזויווי אסאך מאחינו בני ישראל, א גאנץ יאר ווען איך פארפאס מיין געשמאקע פרישטאג אינדערהיים איידער איך לויף אריין צו די ארבעט, סטאפ איך אריין אין די נענסטע גראסרי און איך קויף מיר א סענדוויטשל אדער צוויי, זיך צו דערקוויקן אביסעלע.
כדרכי, קלויב איך אויס איינמאל טונא און איינמאל חרוסת, איינמאל אייער, און איינמאל קרים-טשיז, ווענדט זיך אין וועטער.
יעצט פאר פסח, דערוילעם האט ניש קיין חמץ אינדערהיים, און די בחורלעך קענעהארע דרייען זיך ווי די שוועמל נאך א רעגן, זעט מען טאקע אין די גראסרי א שפע פון סענדוויטשים פון אלע קאמפעניס, מיט די "ענדזשוי יאר פיקעל" און אנדעם.
אבער געוואלד! איך זוך און איך זוך און איך זוך, אלעס איז טונא טונא און נאכאמאל טונא.
בין איך טאקע דער איינציגער וואס זוכט עפעס אנדערשד אויך אמאל?...

א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
מאנ-יימער האט געשריבן:שטיי אויף אביסעלע (אדער אסאך) פריער וועסטו אויך קענען זוכה זיין אין אן אנדערע סענדוויטש.
קען ער דען אויפשטיין פריער? ער ארבעט דאך נייט שיפט דא...
אגב, איך האב נעכטן (אדער אייערנעכטן, כ'בין נישט זיכער, אבער ס'איז באמת נישט קיין נפק"מ ווען ס'איז געווען, דער עיקר איז די מעשה) נאכן לאנג זוכן ענדליך געטראפן אן אייער סענדוויטש, און ביים עפענען זע איך אז אינעווייניג ליגט... יא צוגעטראפן... טונננאאאאא... אויב מ'וויל פון הימל עסט מען טונא..
- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
ידיד האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:שטיי אויף אביסעלע (אדער אסאך) פריער וועסטו אויך קענען זוכה זיין אין אן אנדערע סענדוויטש.
קען ער דען אויפשטיין פריער? ער ארבעט דאך נייט שיפט דא...
בין איך שוין אויפגעשטאנען פריער היינט, און... צוריק צו טונא! כ'האב קוים געטראפן מיט א פיקל...
---
איך ארבעט נישט נייט שיפט, איך גיי נאר ארויס אויף צווייפעל'ס "מנחה-מעריב"...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
- שמעק_טאביק
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am
בין איך דער איינציגסטער וועלכער ענדזשויט נישט דעם פיקל? טוה מיר נישט קיין טובות. קענסט צולייגן א פיקל אין די זייט, זויער מיר נישט אן דעם גאנצן סענדוויטש!
און וועגן די מערקורי, כ'האב א גוטן לאך געטאן, אבער למען האמת האבן די ביליגע טונא (וועלכע ס'רוב נוצן) נישט קיין מערקורי, נאר די "ווייט טונא" (גראדע פיל בעסער אין טעם, אויך טייערער) ליידן אביסל דערפון.
און וועגן די מערקורי, כ'האב א גוטן לאך געטאן, אבער למען האמת האבן די ביליגע טונא (וועלכע ס'רוב נוצן) נישט קיין מערקורי, נאר די "ווייט טונא" (גראדע פיל בעסער אין טעם, אויך טייערער) ליידן אביסל דערפון.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
טונא, טונא, טונא, וויפיל איז די שיעור?!
נישטא קיין שיעור!!!!!!
ליידער........................
ליידער........................
- אליעזר גרינפעלד
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm