רעיון אויף די פרשה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דו ביסט אן איידעם ביי דיין פעטער? אדער די ראשי תיבות פון דיין פעטער'ס נאמען איז מ.ו.ח.?
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

די ר"ת פון מיין פעטערס נאמען איז מו"ח.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה, פ' ויק"פ תשע"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

היינט האט מען געליינט דעם אינטערעסאנטן שטיקל אין די תורה פון את המשכן, וואו עס שטייען געוויסע מאל אֶת און געוויסע מאל שטייט אֵת, איך האב געקלערט דאס משלב צו זיין מיט די טראגעדיעס וואס האבן פאסירט אין די נאנטע פארגאנגענהייט און בעז"ה ארויסברענגען א נקודה וואס מיר דארפן שטארק ארייננעמען אין קאפ.

אן אינטערעסאנטע זאך קען מען טרעפן אין כל התורה כולה, אז איבעראל וואו עס שטייט אֶת האט עס נישט קיין טראפ, עס האט נאר א מקף, ווידער אֵת האט יא א טראפ, דאס מאכט עס מער א פרייליכער ווארט, אויך בכלל, דער צירי איז מער א פרייליכער נקודה, עס ענדיגט זיך מיט א שמייכל, משא"כ ביים סגול, הכלל, דער אֶת ווייזט אויף טרויער און דער אֵת ווייזט מער אויף פרייד.

אז מ'קוקט אריין אין דעם שטיקל זעהט מען, אז עס זענען שטייט פיל מער מאל אֶת ווי אֵת, וואס ליידער, לדעווננו דארף נישט קיין הסבר, דאס איז פון זיך אליינס עקספלענירט געווארן ל"ע, האב איך אפגעציילט גענוי וויפיל מאל שטייט אֶת און וויפיל מאל שטייט אֵת, אין די רעזולטאטן זענען 33 אֶת'ן אנטקעגן 8 מאל וואס עס שטייט אֵת, (נ. ב. רמז לדבר, על כל גל וגל נענתי את ראשי, ג"ל איז 33, סימן אז ווען עס קומט א צרה, א ג"ל, א אֶת דארף מען זיך אינטערבייגן דעם קאפ. {מאת דודי הרב מו"ח שליט"א}).

והנה, איתא ברש"י פ' בשלח, וחמושים עלו ב"י מארץ מצרים: ד"א אחד מחמשה עלו, וארבעה חלקים מתו בשלשת ימי אפילה, בדרך אפשר, די ווערטער פון רש"י גייען ארויף אויף אונז היינט אויך, פאר'ן ביאת המשיח וועלן פיל אידן אויסגע'הרג'ט ווערן נאר געציילטע וועלן איבערבלייבן אויף די וואס ר' יוחנן (כמדומה לי) האט געזאגט יתי ולא יחמיני', די אודים מוצלים מאש וועלן איבערבלייבן זיך צו דראפנען אויף גראדע ווענט, די שלשת ימי אפלה, פארגענגענע וואך דאנערשטאג, פרייטאג און מוצ"ש, זענען פארשניטן געווארן פיר יונגע ביימערלעך, דאס זענען די ד' חלקים, נאר איינס איז איבערגעבליבן, אבער נישט אויף צו לאנג, רבוש"ע וואס גייט דא פאר? די חשבון שטימט נישט, מיר קענען נישט אנהייבן צו פארשטיין דיינע וועגן, נסתרים דרכי ה', מיר האבן דאך אבער דעם רש"י, מיר ווילן נישט ח"ו טראכטן אז דער לעצטער איז ח"ו אן אנהויב פון א נייער חשבון ה"י.

דאס קען זיין א רמז, וואס מ'האט אונז געוויזן פון הימל, פאר יעדע פיר אֶת'ן אין אונזער פרשה, איז דא אנטקעגן אים איין אֵת, 8 מאל פיר איז 32, אבער רבותי, עס איז דא נאך איין אֶת, מיר האבן געמיינט ער גייט זיין דער אֵת, דער וואס וועט ברענגען שמחה פאר דעם צובראכענעם משפחה, אבער בעוונותינו הרבים, נהפך לאבל מחולינו, עס איז געווארן אן אֶת.

******

אידן טראכטן, הלא אתה אלקים זנחתנו, ולא תצא אלוקים בצבאותנו, ח"ו, אבער וואו איז נאך דא אזא התגלות אלוקית, דאס האט מען אונג געפיטערט אויף א גאלדנעם טאץ, דאס שטייט דאך קלאר ארויס אין פרשה די וואך, איך האב געזעהן א מעססעדש וואס פארט ארום, שומו שמים, ערגער ווי אלע אפיקורסים, הלא אין יראת אלוקים במקום הזה, איז דען דא א גרעסערע התגלות ווי דער עצם פאקט אז אלע זענען געטראבן חוץ דער גוי, דער טעקסי דרייווער? דער פארגרעבטער גוי זיצט זיך שוין על סיר הבשר ביי זיך אינדערהיים, נאר פון אונז האט מען די הויט אפגעשינדן, וואס זאגט דאס פאר אונז? דאס איז א דירעקטע מעססעדש צו אונז, שפרו מעשיכם וברית אל תופר, מיר מוזן זיך צופלייסן.

נו, וואס מאנט מען פון אונז? איך וועל ענק זאגן. א מענטש האט פינף פינגער אויפ'ן האנט, אז מ'האט פינף פינגער ווייסט יעדער וויאזוי צו ווייזן אויף אנדערע, מיט'ן טייטל פינגער, איז געקומען א טראגעדיע דאנערשטאג און אפגעשניטן דעם טייטל פינגער, מיר געבן אבער נישט אויף, יעדער ווייזט אויף יענעם, וויאזוי? מיט'ן מיטל פינגער, האט מען פרייטאג דאס אויך אוועקגענומען, און אז מ'לערנט זיך נישט נעמט מען אוועק דו רינג פינגער און די קליינע פינגער אויך, בלייבן מיר איבער נאר מיט דעם איין גראבן פינגער, דער פינגער קען נאר ווייזן אויף זיך, להראות, אז מיר דארפן זיך בייצייטנס כאפן, און אויב וועלן מיר נישט אנהייבן צו ניצן דעם פינגער, וועלן מיר דאס ליידער אויך פארלירן, אבער דער עולם איז נישט דא, דער עולם קוקט נאר אויף יענעם, דא ליגט א קינד אין שפיטאל און וואקלט זיך, ער ראנגלט זיך מיט'ן מלאך המות, מיר ווילן אלע זאגן תהילים, מיר קענען נאר נישט ווייל מ'קען אים נישט מזכיר זיין, ער האט נישט קיין נאמען, אבער ער איז יא געווען אין אונזער הענט, ווען מיר זאלן טוהן די ריכטיגע שריט, זיך זעלבסט נעמען אין די הענט אריין, אפשר וואלט ער עס איבערגעלעבט, מיר האבן אבער נישט פארשטאנען דעם באדייט פון דעם לעצט איבערגעבליבנעם דיקן פינגער, מיר זענען נאך אלס ביזי ווייזן אויף אלע אנדערע מענטשן.

רבותי! לב יודע מרת נפשו, איך דארף קיינעם נישט פארציילן וואס טוט זיך ביי מיר אין הארץ, "איך" ווייס עס אבער און יעדער ווייסט עס ביי זיך, דאס איז וואס מיר דארפן פאררעכטן.

א גרויסן ייש"כ פאר'ן ליינען.
א גוט שבת.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נֵס [בלע"ז. מיט א ציר"י, ענדיגט זיך מיט א שמייכל].
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

געוואלדיג! זייער ציפעדיג ארויסגעברענגט.

איך ליין עס דורך יעדע וואך נאר נישט אלעמאל קום איך אן צו באדאנקען, ס'איז יעדע וואך הערליך שיינע רעיונות.

(לכאורה, ליינענדיג וועגן די גראבע פינגער האב איך זיך דערמאנט פון דיין אוועטער...)
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אוי וויי מאך נאך עפעס א חידוש אויף דעם את ואת, עפעס א לימוד זכות אויף דאס אידיש פארפלאגט פאלק, שבת קודש דארף מען דאך צוגיין מיט א לייכטן געוויסן.
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

א גרויסן ייש"כ.
די חיזוק וואס מ'דארף ארויסנעמען דערפון איז, אז אפילו דער אֶת איז אויך אינעם משכן. ד"ה, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, דער משכן ווייזט אויף השראת השכינה, אפילו אים דעם הסתר בתוך הסתר פונעם אֶת איז עס נאך אלס אינעם משכן.

בעסער @רבניש?
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

הערשט אנגעקומען צו ליינען די לעצטע צוויי רעיונות. זייער שיין. א גרויסען ייש"כ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה, פ' ויקרא תשע"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

גמ' מנחות דף קי. תניא אמר רבי שמעון בן עזאי בוא וראה מה כתיב בפרשת קרבנות, נאמר בשור הגס אשה ריח ניחוח ובעוף הדק אשה ריח ניחוח ובמנחה אשה ריח ניחוח, לומר לך אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין לבו לשמים.

יש לומר בזה בדרך רמז, דהנה המילה "אך" בא למעט, והמילה "גם" בא לרבות, האותיות הקודמות לתיבת "לב" הם אך, והאותיות שאחרי לב הם גם, נמצא שהלב הוא בין האותיות של רבוי ובין האותיות של מיעוט, ללמדך, שאחד המרבה ואחד הממעיט לא יתרחקו מן הלב אלא יהיו סמוכים וקרובים ללבם ויתנו את נדבותיהם, כשלבן לשמים. (בעל הפלאה)

עוד י"ל במה שדקדק האור החיים הקדוש על שהעריך לומר "אחד המרבה ואחד הממעיט" ולא אמר הממעיט כהמרבה, ונראה דבא ללמד שאל יחשב העשיר בקרבנו, כי הואיל והביא קרבן גדול על כן כיפר עוונו, אלא ידע שכפרתו מן השמים, ולא מן הקרבן, וזה שהדגיש, אחד המרבה ואחד הממעיט, ר"ל שגם המרבה צריך שיכוין לבו ואל יטעה שקרבנו הגדול הוא אשר כיפר בעדו, והראי' שגם העני שהביא עוף או מנחת סולת נתכפר, נמצא שעיקר הכפרה הוא תלוי במה שמכוין. (אזור אליהו)

עוד יש לדייק, דיש הבדל בין בהמה לעוף בענין זריקת הדם בחטאת ועולה, דבבהמה נזרק דם החטאת למעלה מחוט הסריקא ודם העולה למטה, ובעוף נזרק דם החטאת למטה ודם העולה למעלה.

ויש לבאר הדבר, דהנה אם עשיר מביא קרבן עולה לנדבה, אין בזה חידוש דהלא יש לו ממון לרוב, ועל כן אין זה הקרבן חשוב כ"כ וזורקין את הדם למטה, אבל דרכו של העשיר להתגאה בלבו תמיד, ואם הוא נכנע ומתוודה על חטאיו, הרי יש בזה חידוש, לפיכך כשהוא מביא חטאת זורקין את הדם למעלה, משא"כ בהעני הדבר להיפך שאין ביכולתו להביא קרבן עולה, ואז כשמביא, חשוב הדבר עד מאוד, ולכן זורקין את הדם למעלה, אבל כשמביא חטאת אין זה חידוש כי תמיד לבו נכנע ונבזה בקרבו, לכן זורקין את הדם למטה. (הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע)

בדרך צחות י"ל, אחד המרבה ואחד הממעיט, שגם המרבה עלול לומר שאין ערך בקרבנו כיון שיש בו מקום לגאוה, על זה אמר שגם המרבה יכול להגיע למטרתו אם יכוין לבו. (לוח ארז)

בברכת שבתא טבא.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

רעיון אויף די פרשה, פ' צו תשע"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

ביותר צריך הכתוב לזרז במקום שיש חסרון כיס. ותמוה.

דער שבת ווערט אנגערופן "שבת הגדול", די וועלט זאגט א ווערטל אז מען רופט עס שבת הגדול בל' סגי נהור, ווייל באמת איז אזא מין מצומצם'דיגער שבת, מ'בייגט זיך איבער דעם טיש, מ'געט אבאכט נישט אנצוברעקלען אלעס ארום, ס'איז אביסל "קטן", נאר מ'רופט עס גדול בל' סגי נהור, אין יעדע ווערטל ליגט אביסל אמת, לאמיר עס אביסל ממחיש זיין.

ס'איז דא א באקאנטער משל, א איד האט געהאט א חלום, א מלאך פירט אים, ער זעהט זיין גאנצער לעבן אדורך גיין פאר זיינע אויגן, ער זעהט דאס אלעס ביים בארטן און ער זעהט פיסטריט גיין, ער זעהט ווי ער גייט אדורך אלע זיינע מצבים, פון אלס אינג קינד אין חדר ווי ער האט געהאט זיינע שוועריקייטן מיטן לערנען, שפעטער אלס בחור אין ישיבה, א. א. וו.

ער באמערקט אז עס זענען דא צוויי פאר פיסטריט וואס גייען צוזאמען איינס נעבן צווייטן, פרעגט ער דעם מלאך וואס דאס איז, ערקלערט אים דער מלאך אז אין אלע זיינע מצבים איז דער באשעפער כביכול מיטגעגאנגען מיט אים, אים צו היטן זיכער צו מאכן אז ער פארט אויפן ריכטיגן וועג, אזוי גייענדיג ווייטער זעהט ער ווי מ'קומט אן צו די שווערסטע מצבים אין זיין לעבן, אויפאמאל ווערט אים שווארץ פאר די אויגן, ער באמערקט ווי ביי אט די שווערע פעלער איז איין פאר פיסטריט פארשווינדן געווארן, ער הייבט אן צו וויינען, איז דאס טאקע דער ריאליטעט? ביי די ערגסטע צייטן אין מיין לעבן האט זיך די שכינה פון מיר אפגעטון? אפשר גאר וועגן דעם בין איך אדורך די אלע שוועריקייטן, פארוואס? פארוואס האב איך ביי דעם נידריגסטן פונקט פארלוירן מיין וועג ווייזער?

גיט אים דער מלאך צו פארשטיין, ווען דו ביסט געגאנגען גוט, האסטו געקענט שטיין אויף דיין אייגענע פיס האסטו געזעהן די עקסטערע פאר פיסטריט, ווייל דאס האט דיר געטוהן באגלייטן, ווען דו ביסט אבער געפאלן, דו ביסט אנגעקומען צו אזא מצב אז דו האסט שוין אליינס נישט געקענט גיין, דאן האט דיר דער באשעפער אויפגעהויבן אויף זיין אקסל און דיר גענומען דורךגעפירט דעם קאשמאר ביז דו האסט זיך שוין אליינס געקענט אן עצה געבן, די פאר פיסטריט וואס דו האסט געזעהן דאס זענען נישט דיינע, דאס זענען דעם באשעפער'ס וואס האט דיר געטראגן אויף זיין אקסל אין די צייטן ווען דיינע פיס האבן דיר נישט געקענט טראגן.

***

עס איז געווען אמאל אן עושר, ער האט געהאט געשעפטן איבער דעם גאנצן לאנד, דער רעדל בלייבט אבער נישט שטיין, עס האט זיך געגעבן א דריי און ער איז געווארן א יורד ל"ע, ער האט פארלוירן אלעס עד כדי כך ער האט שוין נישט געהאט מער דאס ברויט ארויפצולייגן אויפן טיש, איין זאך מיט וואס ער איז נאך יא געבליבן איז געווען זיינע קאנטאקטן, ער האט געהאט א גוטן פריינד, א גביר אדיר, האט ער אוועקגעלייגט די בושה און געגאנגען זיך בעטן ביי אים ער זאל אים געבן עפעס א פאסטן ביי זיך אין די געשעפטן ער זאל זיך קענען מאביליזירן און זיך אביסל צוריקשטעלן אויף די פיס, ער האט שטארק רחמנות געהאט אויף אים, ער האט אים געגעבן א ווייץ פעלד ער זאל דאס אנפירן אזוי אפשר וועט ער אביסל צוזיך קומען.

איז אדורך די ערשטע יאר, אין די איינקונפטן זענען געפאלן מיט פופציג פראצענט, דער בעה"ב קען נישט פארשטיין, פארוואס איז דאס געשעהן? אבער דער יורד זאגט אים צו אז אויף קומענדיגע יאר וועט דאס בעז"ה נישט פאסירן נאכאמאל, אבער ווען דער צווייטער יאר איז געקומען צו אן ענדע און די רעזולטאטן זענען געווען ארגער ווי דער ערשטער יאר, האט ער שוין נישט געוואוסט וואס צו זאגן, די רחמנות האט אבער נאך אלס איבערגעשטיגן און האט אים געלאזט פראבירן נאכאמאל, דער דריטער יאר זענען שוין די איינקונפטן געפאלן צו נול, דער יורד קומט אריין צו זיין חבר, דער בעה"ב מיט א ברייטן שמייכל, ער וואונדערט זיך ולשמחה מה זו עושה? זאגט ער אים "איך ווייס, עס איז ביי מיר ברור כשמש, איך קען אונטערשרייבן מיט מיין בלוט אז די קומענדיגער יאר גייען מיר מאכן אסאך געלט" צופיל ברירות האט ער נישט געהאט, האט ער אים געלאזט ווייטער אנגיין, ווען דער יאר איז אדורך און דער פעלד האט ב"ה צוריקגעברענגט שיינע רווחים, איז דער בעה"ב ערשוינט אריין צום חבר מיט די הארבע פראגע, וויאזוי האסטו געקענט וויסן פון פאראויס? וויאזוי ביסטו געווען אזוי זיכער מיט דיר?

איז אים דער יורד מסביר, דער וועלט איז א לייטער, דער מענטש איז א הולך, א מענטש קען נישט בלייבן שטיין אויף איין פלאץ אויפן לייטער, אדער גייט ער ארויף, אדער חלילה אראפ, איך בין אנגעקומען צום העכסטן פאזיציע אויפן לייטער, ארויף איז שוין אומ-מעגליך געווען פאר מיר צו גיין, האט זיך מיין מזל איבערגעדרייט, איך בין געגאנגען קאפויער, אזוי בין איך געגאנגען מטה מטה, ביז איך בין אנגעקומען צום נידריגסטן טרעפ אויפן לייטער, א פאזיציע וואס נידריגער פון דעם קען מען נישט גיין, בין איך זיכער געווען אז פון דא און ווייטער גייט עס גיין נאר אויף ארויף.

***

עת צרה היא ליעקב וממנה יושע, טייטשן צדיקים, ממנה פון די צרה אליינס קומט ארויס די ישועה, עס קען אמאל זיין די טאג זאל זיין גאר א קליינער טאג, אבער באמת איז עס גרויס, ריזיג, ווייל וממנה יושע.

דאס איז אבער א מדריגה, אנצוקומען צו דעם מצב נעמט צייט עס פארלאנגט זירוז, ווייל ווען עס איז דא א חסרון כיס, ווערט דעם מענטש'ס אויג פארבלענדעט, ער קען נישט זעהן וויאזוי א ישועה זאל פון דעם ארויסקומען, ביותר צריך הכתוב לזרז במקום שיש חסרון כיס.

א גוט שבת.
אטעטשמענטס
רעיון צו.pdf
איך פראביר מיין זאך מיט דעם
(43.47 KiB) געווארן דאונלאודעד 165 מאל
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

פרינטער פרינט ס'גאנצע אשכול

יישר כח הרב חושים בן דן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

חושים בן דן האט געשריבן:כי תקנה עבד עברי.

די וואך לערנען מיר וויאזוי מען דארף האנדלען מיט אן עבד עברי, סתם אזוי גייט ער ארויס בשש, אויב זאגט ער "אהבתי" בלייבט ער אן עבד "לעולם" און ווי רש"י איז מסביר, לעולם מיינט ביז יובל (אגב האב איך געזעהן א שיין ווארט, איך געדענק נישט פון וועם, אויב האט ער ליב זיין נייע ווייב, איז נאכנישט פראפאלן, אם אמר יאמר, אויב גייט ער אויספויקן און פארציילן פארן גאנצן גאס אז ער גלייכט איר, דאן האט ער ערנסטער פראבלעם, זאל ער זיין אן עבד)

באמת, דארף מען אבער פארשטיין, די תורה זאגט "ועבדו לעולם" פון וואו לערנען חז"ל ארויס אז די לעולם מיינט נאר ביז יובל? אין פסוק שטייט דאך לעולם, וואס מיינט אויף שטענדיג, נאך מער זאגן חז"ל, אן אינטערעסאנטער הלכה, אין עבד עברי נוהג, די גאנצע פרשה פון עבד עברי גייט נאר אן, בזמן שיובל נוהג, אינטערעסאנט, פון וואו לערנען זיי דאס ארויס? דאס שטייט נישט אין פסוק בכלל.

מיר שטייען יעצט ביים ענדע פון די ימי השובבים, וואס דער הייליגער אר"י ז"ל האט אונז מגלה געווען אז דאס זענען טעג וואס מיר דארפן מפשפש זיין אין אונזערע מעשים, אויפקומען מיט אביסל ווארעמקייט אין די קאלטע, פראסטיגע טעג, אויפקומען מיט אביסל ליכטיגקייט אין די לאנגע, שטאק פינסטערע נעכט, און אויב האט דאס אונז פארציילט דער הייליגער אר"י ז"ל אין זיין צייט, ווען עס איז געווען אזא התגלות אלקות, וואס קענען מיר זאגן היינט אין אזא דור שפל, ואנכי הסתר אסתיר פני, עס איז א הסתר בתוך הסתר, די נסיונות פון די גאס בוזשעווען אונז אריין אין פנים אריין, מיר זאגן "אהבתי" איך האב ליב דאס, איך האב ליב יענס, מיין קאפ ליגט אין טנופות, איך לייג זיך מיט'ן טעלפאון, איך שטיי אויף מיט'ן טעלעפאון, מיר האלטן דעם טעלעפאון אין ביזעם טאש ביים דאווענען מיר זאלן קענען א בליק טאן אינטערן טלית אויב עס קומט אריין עפעס א שטארק וויכטיגער טוויט, מיר האבן שוין געטוישט דעם נוסח "וציונו להניח על היד... ושהוא נגד הטעלעפאון, מיר האבן ל"ע א מאשינד'ל אין הארץ, די איינציגסטע צייט וואס מ'כאפט זיך איז ביי ש"ע ווען מ'קלאפט סלח לנו און מ'זעצט אריין אינעם טעלעפאון, אוי! הייליגער באשעפער, סלח לנו, מיר האבן געזינדיגט מיט'ן טעלעפאון.

אז מ'גייט אריין אין ארבעט, ברויך מען קודם דורכקוקן אלע נייעס, נו! א מענטש מעג דאך ליינען אביסל וואס טוט זיך אויף דער וועלט, יא, אבער מיט וואס באגעגענט מען זיך דארט? אפילו די נייעס זייטלעך זענען שוין אינגאנצן אנגעפירקעלט מיט כל מיני שמוץ און חזיריי, אויב האט מען א פילטער, זעהט מען ווייטער עפעס א מכשפה וואס פארציילט אונז די נייעס, און וויאזוי זי קוקט אויס דארף איך אייך נישט פארציילן טייערע אידן.

אויב גייט מען אריין קיין מאנהעטן, זאל שוין נישט אויסגערעדט זיין, וואס מ'זעהט זיך אן, דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין, לא ימלט.. איך זאג אייך ווייל איך ווייס, עס איז אוממעגליך אויב זעהט מען א ראי' אסורה, זיך נישט שפעטער זיך דערמאנען דערפון, און דער יצר הרע משל'ט עס אויס אין קאפ, אין פון דארט גייט עס ווייטער.

מורי ורבותי! די וועלט איז טאקע געפערליך שמוציג, די גאס איז טאקע אנגעלייגט מיט אלע מיני טנופות, אבער געדענקט וואס חז"ל זאגן: אין הקב"ה בא בטרוני' עם בריותיו! אויב איז עס פארהאן איז דא א וועג וויאזוי זיך צו באשיצן דערפון, טייערע ברידער! איך קען אייך אפילו נישט אנהייבן מסביר צו זיין ווי שטארק איך רעד פון מיין הארץ! מיר זענען איבערגעבליבן דא די קליינע הייפעלע אידעלעך וואס האלטן זיך נאך אן, רבותי! דער שיף איז געזינקען, איין קליינער שטיקל ברעט איז איבערגעבליבן, כאפט אייך אן דערויף, מיר זעען יעדן איינציגן טאג ל"ע, אידישע קינדער לאזן זיך אפ פון דאס ברעטל, די מים הזידונים בוזשעווען, עס קומט א וואל, רבותי! כאפט אייך אן זייער שטארק, לאזט נישט אפ! איר וועט איינזינקען! אוי! מיין ברידער! וואו ביזטו געגאנגען? די האסט זיך נישט גענוג שטארק אנגעכאפט? אוי וויי!!

אידן! דער בורא האט צוגעזאגט פאר משה רבינו כי לא תשכח מפי זרעו, מיר וועלן עס אי"ה דורכברעכן, דער באשעפער האט אונז אראפגעשיקט דא, ווייל מיר זענען די נשמות וואס זענען געלעגן אונטער'ן כסא הכבוד שוין פון טויזענט דורות, ווייל מיר זענען די וואס האבן די כח זיך צו פארמעסטען מיט די היינטיגע נסיונות, נאכאמאל, אין הקב"ה בא בטרוני' עם בריותיו! דער הייליגער באשעפער גיבט אונז נישט קיין נסיון וואס מיר קענען זיך נישט גובר זיין, נקוט האי כללא בידך, אויב זענט איר אין דעם מצב, קענט איר עס בייקומען!!! עס איז נישט קיין שום פראגע.

די תורה זאגט ועבדו לעולם, זאגן חז"ל, עס איז נישט פארהאן אזא זאך, אויב איז דער איד אנגעקומען צו אזא מצב, ער זאגט אהבתי, איך האב ליב, און ער פארציילט עס פארן גאנצן עולם, נו! זאל ער זיין אן עבד ביז יובל, אבער ער האט א תקומה! ער האט נאך פארוואס צו לעבן! עס קומט אים נישט קיין לעבנסלענגליכע טורמע! ועבדו לעולם, ביז יובל, דערפאר, בזמן וואס יובל איז נישט נוהג, איז דער גאנצער פרשה נישט נוהג, ווייל ער האט נישט קיין תקומה, ער קען נישט ארויסגיין ביי יובל.

דאס איז דער לימוד וואס מיר דארפן זיך לערנען פון די פרשה.

גוט צו חזר'ן
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

שטארקע רייד
הק' אלי' ראובן לאנדא
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”