בארא פארק און איר אידישע היסטאריע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
scy4851 האט געשריבן:פון וועליכע יאהר רעדט מען?
מיין בני בית געדענקט אויך נישט פון אזא חדר.
זו האט געמופט קיין באראפארק 53 יאהר צוריק פון באלטימאר.
i give up
איך וועל נישט גיין יענעם אויסזיכען
ע"פ חשבון פון זיין בערכדיגען גיל 40 יאר צירוק
סקווירא ת"ת תוי"י האט ג'ניצט יענעם בנין במשך א יאר בערך תשמ"ג
און עס ג'ווען א פערטיגע מוסד בנין קען זיין אז נאך מיט דעם אלטען סיין
דעברעצינער חדר 44 און 14 שנות ?? עד תשל"ח-ט??
מוסדות בית אייזיק צבי
עץ חיים 13th avenue 49-50
שולמית לבנות
ייסוד סאטמער ת"ת גדענקסט די יא?
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
קיקיון האט געשריבן:מוסדות בית אייזיק צבי
באבוב 45 איז היינט דארט אויף 43 צווישען 13 און 14
קיקיון האט געשריבן:עץ חיים 13th avenue 49-50
מינסט זיכער 50-51
היינט הייסט עס SOLOMON PLAZA
דארט איז דא א גאנצע שירה מיט געשעפטען.
אייכלערס ספרים איז קארנער 50
קיקיון האט געשריבן:שולמית לבנות
אויף 50 צווישען 13 און 14.
היינט איז דארט קלויזענבורג ?
the SCY is the limit
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
scy4851 האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:שולמית לבנות
אויף 50 צווישען 13 און 14.
היינט איז דארט קלויזענבורג ?
אויך אקענען איבער ווי עס איז היינט ת"ת דקע"י א פאר ג'ציילטע נאך אויף שטעלען א נייעם בנין האבען זיי זיך
געכאפט אז ב"פ איז שוין נישט זייער פלאץ און פארקויפט פאר קע"י וואס האט במשך הזמן ציגעבויט
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
בן בוזי האט געשריבן:אדמו"רים: .......
ר' יצחק מסקווירא ובנו ר' דוד'ל
ר' מנחם נחום מסקווירא מאחנובקא ואחיו ר' יעקב יוסף מסקווירא
'''''''''
וועגן אדמורים-רבנים-ווייסע/שווארצע זאקן-שיפע טאשן אא"וו וואס באקרוינען די גאסן פון דער היינטיגע עיר
ואם בישראל -בארא פארק הבירה, גלויב איך נישט אז ס'איז דאהי איינער פראהאן, וואס האט די מעגליכקייטן
דאס ארויף צו קלאפן אין א תגובה..
ר' יצחק מסקווירא האט געוואנט אין ב"פ ? אין "בקדושה של מעלה" ווערט דערמאנט נאר וומס"ב
זייער לאנג מן הסתם נישט, נפטר תש"א
ר' מנחם נחום מסקווירא מאחנובקא ואחיו ר' יעקב יוסף מסקווירא
זיי האבען זיך נישט געטראפען בארה"ב הרה"ק ר' מנחם נחום מסקווירא מאחנובקא זצ"ל איז נפטר געווארען תש"ו
ווען דער ברודער איז נאך געווען אין בוקארעסט און איז ג'וואר געווארען מפטירת אחיו א שמועה רחוקה אין איז נאר
געזעסען א שעה ווען הרה"ק ר' יעקב יוסף זי"ע איז אנגעקומען תש"ח האבען בנות אחיו איבערגעגעבען דאס
בה"מ אבער ער אז ג'בליבען א זמן קצר
אין "בקדושה של מעלה" איז דא א הארץ רייסענדער בריעף פון הרה"ק ר' יעקב יוסף זי"ע פון בוקארעסט צום ברידער
אויך דערמאנט ער אז ער האט נישט באקימען קיין ידיעה פון בן אחיו ר יצחק הנ"ל וואס איז שוין נישט ג'ווען בחיים
אויך איז דא א בריעף צו חתנו להבחל"ח אדמו"ר וויזניץ מאנבי שליט"א אז ער האט באקימען די ביטערע בשורה וועגען פטירת אחיו
ווייסע זאקען
עס האט געוווינט א איד אויף 16 עוו 55&56 הרה"צ ר יוסף יצחק פרנס זצ"ל וויפיל השפעה ער האט געהאט אויף די שכונה אין ידוע לי
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
קיקיון האט געשריבן:ווייסע זאקען
עס האט געוווינט א איד אויף 16 עוו 55&56 הרה"צ ר יוסף יצחק פרנס זצ"ל וויפיל השפעה ער האט געהאט אויף די שכונה אין ידוע לי
כאן כתבתי מקצת מן המקצת מה שאני יודע אודותיו
viewtopic.php?p=204330#p204330
וכעת אבוא קצת בארוכה
די ניימאן ברידער פון ניימאן לאקסמיט אויף 13 עוועניו זענען אייניקלעך פון ר' יוסף יצחק ז"ל
עס האט מיר דערציילט איינע פון די ברידער (יעקב ניימאן) אז זיין זיידע איז שבת געגאנגען אינגאנצען אהנגעטוהן ווייסע קליידער.
ביי זיין זיידע האט מען גאנץ פסח גארנישט געקאכט. אלעס איז געווען אפגעקאכט פאר גאנץ יו"ט פון קודם זמן איסור חמץ, און מעהאט נישט אהנגעווארעמט קיין שום מאכלים גאנץ יו"ט. ער האט אלעס געגעסען אזוי קאלט.
אלע וואסער פאר גאנץ יו"ט איז געווען אפגעזייט און גרויסע טעף פון פאר יו"ט.
ער האט געהאט עקסטרע פאלטשע ציין נאר פאר יו"ט.
דער איד האט נישט געגעסען קיין פלייש דאהי און אמעריקא.
ווען ר' סענדער ניימאן ז"ל מחסידי וויזניץ איז אהנגערומען קיין אמעריקא (א ברידער פון ר' יוסף יצחק'ס איידעם) האט ער אהנגעפאנגען עסען נאר פון וואס ר' סענדער האט אוהם ג'שחט'ען פריוואט.
אן אנדערע ברידער (שמחה ניימאן) האט מיר דערציילט אז ער האט איינמאהל בייגעוואוינט רבנו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע באזיכען זיין זיידען.
the SCY is the limit
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
scy4851 האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:ר שמחה נ"י ווייסט עפעס וועגען א נאוואדריקער חדר ?
קיינמאהל נישט געהערט דערפון.
ווייסט אפשר וויא זייער בנין האט געדארפט זיין?
ביז כ"ה תמוז תשמ"ז האט דער בנין 4300 15 עוו
געהערט צו ישיבת בית יוסף נאווארדאק
NYC PROPERTY RECORD
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
אין אן אנדערען אשכול האב איך געשריבען
דער רב פון בה"מ "אברהם וצבי הירש" Formerly Cong of New Lots איז געווען הרב משה יהודה בלוי מוציא לאור פון עטליכע
בענדער שיטט הקדמונם און נאך ספרי ראשונים,
עס הענגט א טאוועל און בה"מ לזכרונו אז ער איז נעווען זייער רב יותר משלושים וחמש שנים ביז פטירתו אין תשס"ג
עפעס ליגט מיר זכרון אז ער איז געווען א קנאי ער האט ג'האט גאר שיינע הסכמות אויף די ארבייט
שבחי הרב בלוי
פון אייר ביז תמוז תשל'א האב איך געלערנט אין הרב מרדכי יפה'ס (געוואנט אין וומ"ב) כולל אין יענעם בה"מ
דער רה"כ איז געווען ר מאיר? הארטמאן שפעטער רה"כ מונקאטש נישט ג'האט קשר מיט די אידען ניט פריער ניט שפעטער
פון די אינגעלייט געגדענק איך ר בן ציון צבי בן פיגא לרפ"ש שטיינער און מעגליך הרב חיים שמוא' שיממעל ז"ל מרבני כולל טארטעקוב
אין ב"פ 16 און 44 איז דא א בה"מ "אברהם וצבי הירש" Formerly Cong of New Lots
איז דאס א המשך פון Young Israel of New Lots ???
דער רב פון בה"מ "אברהם וצבי הירש" Formerly Cong of New Lots איז געווען הרב משה יהודה בלוי מוציא לאור פון עטליכע
בענדער שיטט הקדמונם און נאך ספרי ראשונים,
עס הענגט א טאוועל און בה"מ לזכרונו אז ער איז נעווען זייער רב יותר משלושים וחמש שנים ביז פטירתו אין תשס"ג
עפעס ליגט מיר זכרון אז ער איז געווען א קנאי ער האט ג'האט גאר שיינע הסכמות אויף די ארבייט
שבחי הרב בלוי
פון אייר ביז תמוז תשל'א האב איך געלערנט אין הרב מרדכי יפה'ס (געוואנט אין וומ"ב) כולל אין יענעם בה"מ
דער רה"כ איז געווען ר מאיר? הארטמאן שפעטער רה"כ מונקאטש נישט ג'האט קשר מיט די אידען ניט פריער ניט שפעטער
פון די אינגעלייט געגדענק איך ר בן ציון צבי בן פיגא לרפ"ש שטיינער און מעגליך הרב חיים שמוא' שיממעל ז"ל מרבני כולל טארטעקוב
scy4851 האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:1. דער שול 'בית ישראל' אין ב"פ וואס שטייט נאך עד היום (דרעזנער פון די צייטונג שוין באשריבען?) אויף 11טע עוו. ביי 56 סט. האט געהאט א רב בשם ר' אברהם מיללער - ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם שול כהיום? דא האט איר דעם שול אויף גוגל מאפעס:
https://maps.google.com/maps?hl=en&q=11 ... CAgQ_AUoAA
היינט איז דער רב דארט ר' פסח קארב שליט"א, א שוואגער פאר ר' לייבעל קאטץ שליט"א (רביטצען קארב איז א קאטץ)
דאכט זיך מיר אז איך האב שוין אמאהל געשריבען וועגען דער שוהל.
ווען איך האב געוואוינט און יענע געגענט פאר א 40 יאהר צוריק איז דארט געווען רב סטאלמן ע"ה דער רב.
א קורצע צייט דערנאך האט ער ריטייערט און געפארען וואוינען קיין א"י.
דערנאך איז דארט געווען א קורצע צייט ר' פסחי' פריעד שליט"א.
און דערנאך איז געקומען ר' פסח קארב שליט"א און ער איז נאך דארט עד היום. רב קארב איז שוין דארט בערך 30 יאהר.
פאר א 40 יאהר צוריק איז די שוהל געווען א שוואכע ארטאדאקסישע שוהל. די מתפללים זענען געווען אלטע אמעריקאנער און האבען געצויגען די שוהל לינקס אונעם ריכטונג פון קאנסערוועטיוו
די בימה איז געווען אויבען אהן נישט און דערמיט.
ווען ר' פסחי' איז געווארען רב דארט, איז ער געגאנגען א ביסעל צו שנעל און צוען די שוהל צו רעכטס און האט ער געהאט זייער אסאך קריגערייען מיט די מעמבערס.
ער האט זיך נישט לאנג געהאלטען דארט.
ביזדערווייל, זענען צוביסלעך די עלטערע עולם אויסגעשטארבען און עס האבען אהנגעפאנגען דאווענען דארט יונגערע און מער פרומערע מתפללים.
ר' פסח קארב האט שוין געהאט א ביסעל א גרינגערע פעלד און ער האט אויך געהאט זייער א גוטע שפראך מיט די יונגערע מעמבערס וואס זיי זענען שוין געווארען די רוב.
בתוך זייער א קורצע צייט האט ער געקענט פועלן און מעהאט איבער געבויט די שוהל און מעהאט געשטלעלט די בימה און מיטען.
י.ש. דרעזנער האט פלעגעאירט ר' שמחה'ס אינפארמאציע,אין 'די צייטונג' פאריגע וואך, איבער די בית ישראל ביהמ"ד, זאל ער זיין געזונט און שטארק, אבער ער מעג ווען געבן א יישר-כח פאר איי וועלט.
מיללער האט געשריבן:בארא-פארק, ברוקלין
ארונטענעמענדיג דעם אלטן שילד העכער די 'פאשקעס קענדי געשעפט' האט זיך אנטפלעקט וואס דארט איז געווען בעפאר דעם, זעהט אויס ווי א פרויען-קליידונג שניידעריי דורך 'גפן', דאס געשעפט איז ביי 13טע עווץ קארנער 54סט'ע סט.
ווער קען אנטשיידען די היסטאריע פון דעם גפן שניידעריי?
דער געשעפט האט באלאנגט פאר אברהם גפן און זיין ווייב בתי', זייער זון דוד גפן איז א גרויסער אקטיאר-ביליאנער.