קיין געדולד צו ליינען מער מנובלות! זילטש!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג פאברואר 03, 2013 2:26 am

דאס איז קיין שטרוי נישט, דאס איז געהעריגע שטוהרן אפפאל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג פאברואר 03, 2013 2:26 am

מצטרף לבקשת גרויזאמער

די איינע נייעס אשכול זאל בלייבן מיט טרוקענע נייעס און אפדעיטס, די איבריגע אשכולות בין איך גרייט צו העלפן מאן יימר עס ארויסווארפן מיטן קאפ אראפ, די דעבאטעס באלאנגען נישט דא
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג פאברואר 03, 2013 6:54 am

מאנ-יימער האט געשריבן:לאמיר נאר איבער חזר'ן די סאמע יסוד אויף וואס אייוועלט איז געבויעט געווארן און שטייט געשריבן נאך פאר די תקנות.

היימישע קרעשטשמע, אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער, האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן.


אייוועלט האט זיך טאקע זינט איר גרינדונג אסאך צוברייטערט‚ ס'איז צוגעקומען אסאך פארום'ס, היסטאריע, על הצדיקים, ולאחיו ועוד, אבער איין זאך איז זיכער אז אייוועלט'ס ציהל איז נאך אלץ די זעלבע און אנדערש ווי אנדערע פארום'ס, ממילא באלאנגט נישט דא קיין אשכולות אויף קאנטערווערסיאלע נושאים און אוודאי נישט אזעלכע האקעלע נושאים, אפגעזעהן צו מ'קען עס יא אדער נישט דעבאטירן אויף א נארמאלן באזעסענעם אופן, נישט קיין חילוק וויאזוי און וואסערע חלק פונעם נושא מ'רעדט באלאנגט עס נישט דא פינטל, אייוועלט איז נישט פארדעם.

כן נלד"ע און ווער ס'וויל קען מחולק זיין.


מיט די נקודה בין איך מחולק (עס שטייט דאך 'מיטגלידער', טא קען איך אריינרעדן). אזא רייכע פלאץ מוז נישט זיין בלויז א glorified joke book. מיר טוהן דורך פיהל שטארקע נושאים אויף אייוועלט, און עס זענען אסאך רייכע אשכולות. עס קען זיין ביזט גערעכט מיטען נקודה פון נישט דורכטוהן 'דיזער' נושא, אבער אייוועלט איז שוין לאנג נישט א מקום אויף בלויז נארישע (און געלונגענע) וויצעלעך.
לעצט פאראכטן דורך אנעים זמירות אום זונטאג פאברואר 03, 2013 9:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2013 12:04 pm

תגובהדורך לעמאן דזשוס » זונטאג פאברואר 03, 2013 8:31 am

@מאניימער


1) בשום פנים ואופן, נישט שרייבן עפעס וואס קען באיזה אופן בשוגג או במזיד, במישרין או בעיקיפין מצער זיין סיי וועמען.
מיר ווילן אויך מדגיש זיין: 'היימישע קרעטשמע' איז נישט געגרינדעט אויסצודרוקן קולי מחאות אויף סיי וואספארא עוולה קעגן אידישקייט


איר געדענקט די ווערטער? עס קומט פון viewtopic.php?f=2&t=1199

און קוק דא viewtopic.php?f=18&t=8511
א גאנץ לאנגע אשכול מיט בלויזע מחאה

דוגמא צו וואס אנעים זאגט אויף די עוועלוציע דא
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג פאברואר 03, 2013 8:38 am

אוי ווען דו זאלסט וויסן וויפיל מ'האט דעם וואלוועלע געמעקט און וויפיל מ'האט זיך מיט אים געריסן אויף זיינע מחאות, ס'מאכט זיך אז דא דארט פאלט עפעס ארויס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג פאברואר 03, 2013 10:56 am

מאנ-יימער האט געשריבן:אוי ווען דו זאלסט וויסן וויפיל מ'האט דעם וואלוועלע געמעקט און וויפיל מ'האט זיך מיט אים געריסן אויף זיינע מחאות, ס'מאכט זיך אז דא דארט פאלט עפעס ארויס.

מאנעלע איך מיין די נעמסט זאכען צופיל צום הארצען, (די הויזן? יא איך ווייס ביסט א אינגערישע).

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:01 am

מצטרף טו 0 טאלעראנס, עטליעסט א יארצייט.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:15 am

און איך האב דאס שוין געשריגן העכער א חודש צוריק. היות ס'איז געפאלן אויף טויבע אויערן (כאטש מ'האט אסאך געמעקט דעמאלטס לכבודי.. און כ'בין באמת דאנקבאר פאר די אחראים פארן טוהן וואסי ריכטיג איזעס נישט גענוג געווען) האביך גענומען שריט אויף די אייגענע האנט!

יעדע אשכול וואס די קעפל דייט אן אז ס'האט די מינדעסטע שייכות מיט די נושא ווערט ער בשום אופן נישט געקליקט!. און די זעלבע איז אויך א אשכול וואס נאכן עפענן שטעלט זיך ארויס אז ס'פארט אינעם זעלבן דיירעקשאן איז ער אויך צוגעלייגט געווארן צו מיין שווארצע ליסטע.

עס קומט זיך קרעדיט פאר גרויזאמער פארן אויפרידערן דעם דעת הציבור, אבער דערווייל (ביז מען פירט דורך די דרינגענד וויכטיגע טויש) האביך געוואלט צולייגן - פון אייגענע ערפארונג - אז יעדער יחיד קען - אין א געוויסע מאס - נעמען די זאך אין די האנט אריין.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:33 am

געלעגער האט געשריבן:
די עיקר פראבלעם ווערט, ווען איינער זאגט עפעס וואס ביי א צווייטן איז עס קאנטערוועסיאל אדער זאגאר 'אויפגעקלערט' דאן געשעט א קייט פון קאנטאר רעאקציעס און יעדע אשכול ווערט פארוואנדעלט אין א מלחמה זאנא. יעדער פון אונז קען ניצן א געזונטן לעקציע אין סבלנות איינגעהאלטנקייט. אויב זעהט מען אזא תגובה קען מען אדער איגנארירן אדער אויב האט עס א חשש פון קעגן די תקנות זאל מען דווח'נען. ווען מען נעמט זיך צוריק שיסן ווערט פייער און דאס ברענגט אראפ די גאנצע געשמאקייט און אלעס ווערט איין שטיק פוי!

...
איך האלט נישט אז עס איז א פראבלעם צו שמועסן וואס מ'שמועסט סייווי איבעראל. די פראבלעם איז די אהבה ואחוה וואס מיר פארלירן ווען עס קומט צו די ענינים.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג פאברואר 03, 2013 2:15 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:1) מצטרף אז זאכען זענענן ארויס פון גדר,
2) לא מצטרף אז אלעס וואס מען האט געשריבען איז שלעכט, אדרבה מען זאל געבן חיזוק פאר זיידי אנצוגיין,
3) מצטרף אז אלע אשכולות איבער די נושא דארף זיך אפשפארן, אינקלאדיניג דא די דערנעבעדיגע ״לעמען דזשוס״ אשכול,
4) לא מצטרף אז מען זאל אפשפארן אינגאנצן יענע אנדערע אשכול, פאר נייעס און חיזוק זאל עס בלייבען אפן, אלעס אויסער נייעס חיזוק זאל תיכף געמעקט ווערן אינקלאדיניג דיבאטעס איבער די נושא.

גם אני מצטרף לדעת המחותן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג פאברואר 03, 2013 2:31 pm

אויב מעג איך, וועל איך אריינווארפן אפאר צענט פון די אנדערע זייט מטבע, כפי הנראה לעניית דעתי.

לדעתי, לדעתי! ווען דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע וואלט היינט געלעבט, וואלט ער גענומען די אלע אשכולות פון א.ג. 'מנובלות', און דאס ארויפגעברענט פארן בי"ד של מעלה, און אראפגעווארפן אויפן רעכטן זייט וואגשאל, און געזאגט פארן בי"ד: ראו! זעהט, קוקט צו! אזא פלאץ ווי אייוועלט ("אידישע וועלט"), וואס איז געמאכט טאקע נאר זיך אויסצולופטערן און נישט רעדן פון אזעלכע סארט ענינים, דער פלאץ איז מיוסד על אדני חזקים, אויף שטארקע זוילן מיט שטארקע תקנות, עכ"ז ווען עס איז געקומען אזא אומדערהערטע געשיכטע, פארגעסט מען אלע RULES, און אנגעהויבן פון די מקוה צופרי, אין ביהמ"ד 3 תפלות א טאג, ביי שמחות, אין די קאווע שטיבלעך (תרתי משמע), און אפילו די פרומע אייוועלט, קענען אידישע קינדער נישט מסיח דעת זיין פון א צווייטן אידן, און זענען זיך מצטער בצרתן של אחרים, מען וויל זיך טאקע ענדערש אויסלופטערן מיט אנדערע ענינים, אבער עס גייט פשוט נישט, ווי קען מען זיך לופטערן ווען יענער ליידט פארשמאכט פארן לעבן רח"ל, און מיר זיצן אין אזא ביטערן גלות, איך נשיר וכו' על אדמת נכר!

דאס איז נישט מער צוליב דעם וואס מיר זענען "רחמנים בני רחמנים", און מיר זענען נישט קיין 'גרויזאמע' אזוי ווי עפעס א ניק דא, וואס וויל גארנישט הערן נאר גיין ווייטער מיטן לעבן. נישט יעדער קען מסיח דעת זיין און גיין ווייטער, עס קרענקט פאר אידן ביזן זיבעטן ריפ! ביזן טיפן הארץ! מען שלאפט נישט רואיג! מען וויל וויסן וואס זענען די סטעפס אויף ווייטער? וואס דארף מען טון קומענדיגע מאל אזא פאל (ה"י)? סיי עס איז יא אמת און סיי עס איז נישט אמת? איזהו חכם הרואה את הנולד!

און בי"ד של מעלה וואלט זיך צושמייכעלט, און זיך אנגערופן: אזא מליצה ישרה איז שוין נישט פארגעקומען דעם לעצטן יאר-הונדערט! און דער בארדיטשוב'ער וואלט זיך איינגעבעטן פאר אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשבי', אז המקום ירחם עליהם ויוציאם וכו' השתא בעגלא ובזמן קריב, און איך בין זיכער אז בי"ד וואלט געגעבן די הסכמה, ונאמר אמן........................ZZZZZZZZZZZZZZZ

(איך בין אינגעשלאפן אינמיטן די חלומות)
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג פאברואר 03, 2013 3:23 pm

סארי טא דיסאפוינט יא, אבער די לעבסט אין א טעות.

געהערט שוין פון פילע דרשנים דאסי א וועלט טעות וואס אסאך מאכן היינט. צו קלערן אז מיטן מיט האלטן די נייעס צייגן זיי ארויס רחמניות געפילן אדער העלפן ארויס די מצב.

בכלל נישט. צו אידאס געווען ביי מומביי ווען אידן האבן נישט געגעסן און געשלאפן פאר זארג וואס דארט טוט זיך, און געווען צוגעבינדן צום אינטערנאט מיטהאלטן די נייעס אדער ביי ענליכע פעלער.

דאס איז נישט וואס דער פון אויבן ערווארט פון אידן! "ווער ווייסט אויב מ'וואלט נישט געהאלטן קול מבשר'ס אלע ליינס ביזי די 24 שעה נאר געלייגט מער דגוש אויף תפלה טאן צו ס'וואלט זיך אפשר בעסער גע'ענדיגט" האט א געוויסע בעל דרשן לעקטרעזירט דעם ציבור.

אויב איז דאס געזאגט געווארן ביי סתם נייעס, איז א כל וחומר בן בנו של קל וחומר ביי ענינים שהשתיקה יפה להם, און ווי איינער פון די חשובע מגיבים האבן שוין מעתיק געווען דעם נועם אלימלך, אז נאר דאס רידערן פון די פרשת זמרי האט גורם געווען שלעכטע מחשבות פארן דור דעה אין מדבר. מה נענה אנן אבתרי'?!

איז א לימוד זכות פאר אידן אז מ'קייט איבער און איבער א נושא וואס מ'דארף בכלל נישט צו רעדן?! אתמהה!

און דאס איז שוין אפי' ווען מ'איז נישט עובר אויף דעם הארבן איסור פון כל המנבל את פיו. לדעתי הקלושה גיין אריין רוב פון די שמועסן איבער די נושא אין די קעטעגאריע! און מיינע ווערטער האבן דעקונג. כ'וויל נישט אריינגיין אין צופיל פרטים.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג פאברואר 03, 2013 3:36 pm

:!:

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג פאברואר 03, 2013 3:46 pm

ביטע! שטותים והבלים! מנובלות איז נישטא דא אויף אייוועלט. פינטל!
גרויזי האט געפלאצט פון זען אזויפיל די זעלבע נושא פאר די אויגן (כ'ווייס נישט ווער ס'האט אים געהייסן קוקן דארט..) האט ער זיך צולאזט מיט שארפע לשונות, און עולם גולם שאקעלט צו, דריי דיר אויס די אנדערע זייט, אדער פאלג דיינע אייגענע ווערטער!
אייוועלט האט ברוך השם קאמפעטישן, און אידן וועלכע זענען ..... האבן ברוך השם וואו צו גיין.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג פאברואר 03, 2013 4:16 pm

ס'איז דא א וועג צו דיס-עגרי'ען. שרייען שטותים והבלים מיט באלד ווערטער איז נישט איינע פון זיי.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג פאברואר 03, 2013 9:52 pm

לאמיר גיין שטאטעלעך, וואס מיינט "זילטש"? וועלכע שפראך איז דאס?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג פאברואר 03, 2013 10:02 pm

נאך א מין מנובלות, וועגן דעם וויל ער עס נישט ליינען דא
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג פאברואר 03, 2013 10:53 pm

שוין, "זילטש" פארשטיי איך שוין. נעקסט...

ס'שטייט אויפן קעפל "מנובלות" דאס איז מלשון ניבול פה, וואס מיינט אם פגע בך "מנוול" זה, איז דאס די זעלבע שורש? קוקט נישט אויס. איינער ווייסט?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:12 pm

אויב "זילטש" איז א מין מנובלות, איז "מנובלות" א מין זילטש......

נעקסט....
וואס מיינט "מער"?
the SCY is the limit

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:14 pm

דאס איז דיין פראבלעם?
איך האב נישט קיין אנונג וואס "געדולד" מיינט, איך האב דאס קיינמאל געגעסן, קיינמאל פארמאגט, קיינמאל געזען ביי קיינעם, וואס קען דאס זיין?

אן עיקר, א שמייכל געבן.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:17 pm

זאג! וויא לויפסטו? מעהאלט נאך נישט דארט...

"ליינען" ווייסטו יא וואס ס'מיינט??
"צו" ווייסטו יא וואס ס'מיינט??
the SCY is the limit

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:38 pm

יא יעצט אויפן מינוט טו איך מיך "צוליינען" אויפן פאטעל, אבער געוואלד וואס מיינט "געדולד", ווי טרעפט מען דאס פאר א גוט יאר? נו זאג שוין!

העלאו? נו רעד שוין, וואס מיינט דאס "געדולד"?...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:49 pm

אזוי ווייט נישט האבען "געדולד"!!!
the SCY is the limit

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:51 pm

מיין ענגליש טיטשער וואלט געזאגט "מאך א סענטענס מיט די ווארט געדולד". גיימיר פראבירן:
"כאשוינישט קיין געדולד צו פירן ווייטער דעם שמועס"
שכוח סקיי פארן מיך האלטן ביזי ממרחקים.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » זונטאג פאברואר 03, 2013 11:53 pm

רבותי, איר מאכט מיר ערנסט נייגעריג פון וועלכע מנבלות מ'רעדט. כ'ציטער וואס פאר א גוט שטיקל כ'האב פארפאסט, זינט כ'בין ניטאמאל אינטערסירט צו ליינען די אלע אשכולות נאכדעם וואס כ'האב אויפגעגעבן מיין לויער לייסענס און רבנות פאזיציע.

נעמט אייך נישט צום הארצן חברה, למה נקרא שמו איי-וועלט, צו דערמאנען אז די וועלט איז א גלגל החוזר, יעדע שטיק צייט דאכט זיך אז אונזער איי האט געכאפט א קרעק, אבער צום סוף זעהט מען אז לא ירעו ולא ישחיתו (נישט געפאשעט און נישט פארדארבען).

שטיימער יעצט דא אין די ימי השובבים, טאקע אין סאמע משפטים וואך מיט די בלעכענע הויזן פון די טרויעריגסטע צייטן אין חדר וועלט, צו דעם קומט נאך צו דאס סוף חודש שבט אויף וואס די דורשי רשומות זאגן אז דאס איז די מערסט אנגעזעצטע צייטן פונעם יאר צוליב דעם וואס שמחה (נישט דער ניק) איז יעצט טייני פיצי נאכן לאנגן וועג אראפ זינט ר"ח אב, און א שניי אויפן האריזאנט באווייזט זיך אויך נישט, טא וואס פארלאנגסטו פון גלות אידן?

רבותי טשיקעלעך (וואס דען פראדוצירט אן איי?), מיר האבן טאקע אלע ניקלעך דא אין קרעטשמע, אבער לאמיר איינמאל פאר אלעמאל אראפנעמען די וועלטס דאגות פון אונזער שפוציגע קעפלעך.

(פרעג מיר נישט וואס כ'האב דא געשריבן, ווייל כ'ווייס אויך נישט. הזמן מעורר השם.)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], איצל פיצל, קרייסלער, תענית חלום און 20 געסט