וואס דארף אן אנגעקלאגטער טון, ערענסט גערעדט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

וואס דארף אן אנגעקלאגטער טון, ערענסט גערעדט

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

רבותי, ביטע נישט מאכן דעם אשכול פאר צימעס און ניבול פה. איך וויל אויסשמוסן דעם נושא פון א פארקערטע ריכטונג

מען דארך נישט מאריך זיין און ארויסברענגן אז ליידער משום כמה טעמים וואס ווערט ברייט אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות, איז געווארן א מצב אז עס איז כמו הפקר (קניפטע בארד)

און די וואך מיטוואך איז אין וויליאמסבורג געוועהן נאך אן ארעסט ליידער

שטעלט אייך פאר איר גייט דאווענען און לייגט צוזאם טלית ותפילין און איר גייט ארויס פון בית מדרש און א דעטעקטיוו ווארט אייך אפ, און אפאר מינוט דערנאך דערזעהט איר זיך אין פאליציי הויז ארומגעווארפן מיט פראגן און באשולדיגונגס

אין צייטונג איז שוין דא א בילד פון אייך, די אינטערנעט איז שוין אויך באקלעפט פון די פונקטליכע באשולדיגונג, אייער געבורטס טאג און ווייב׳ס נאמען

וואס דארפט איר אינעם איצטיגן לאגע טון און איך רעד פארשטייט זיך אין פאל אז די גאנצע מעשה איז ׳באמת׳ א וויסטע בלבול און איר ווייסט פון וועם און פארוואס, וד״ל

א׳ נעמען א דיל און גיין זיצן א יאר צוויי דריי,...
די צד אז יא-איר וועט מעגליך הינגעריכטעט ווערן מיט א לעבנסלענגליכע אורטייל

צד אז ניין, איר האט מודה געוועהן א פארברעכן וואס איר זענט נישט באגאנגען. איר פארשעמט אייך מיט די משפחה. איר האט א שלעכטן נאמען. איר גייט זיך מוטשענען מיט שידוכים. אייערע קינדער גייען ליינען און וויסן פון אייערע מעשים. און נאך אסאך וויטגרייכענדע פראבלעמען

ב׳ נעמען אן אדוואקאט און ספענדן דרייפערטל מיליאן דאללאר און גיין פאר טרייעל

צד אז יא, איר שלאגט זיך פאר אייער אומשולד און איר האלט איר האט א טשאנס

צד אז ניין, א איד האט נישט קיין טשאנס. איר מאכט א איום ונורא׳דיגע חילול השם מידיע דעקונג און פאבליק אפיניאן. און נאך

עצה צו צד א׳ מודה זיין, און אריינשטעלן א ריזן מודעה אין איד, בלאט, צייטונג, אידישע וועלט, מעלות, אוצרות איר זיינט אומשולדיג אבער א איד האט נישט קיין טשאנס

ביטע ארויסהעלפן

מצאתי כופר, פאלט מיר איצט ביי!

דער אומשולדיגער זאל פאררופן א מאסן אווענט אין קאנטינענטל אדער אנדערע זאל און אין געפאקטע זאל פון מענטשן זאגן א קורצע דרשה;

מורי ורבותי, עס איז געווענן א קעיס, מען האט פרובירט צו נעמען פון אייך אלע געלט צו פארטיידיגן ליידער האט די גוטע כוונה נישט עושה רושם געוועהן, אלזא, א איד האט נישט קיין טשאנס, דערפאר זאג איך אייך; איך דארף נידט אייער געלט נאר אייער פארשטאנד! איך גיי נעמען א דיל און זיצן פאר אפאר יאר, ביטע שאפט אפאר גראשן פאר מיין חשובע רעביצין און טייערע קינדערלעך און מיינט נישט אז באמת בינעך שולדיג! איך בין גרייט צו גיין פאר א בי״ד בנוכח א דעטעקטיוו און ווילאנג די אנדערע צד קומט נישט, מוזט איר מיר עפ״י תורה ועפ״י מענטשליכקייט גלויבן

יישר כח, השם עמכם גבורי החיל!

און דא צופאטשט זיך דער עולם אויפן דרייסטקייט און קלוגע האנדל
לעצט פארראכטן דורך לעמאן דזשוס אום מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:07 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובה דורך משזר »

קודם כל ווען א איד האלט שוין דארט קען מען כמעט גארנישט טוהן אויסער דעם תהילים'ל,

סאיז נישטא קיין כלל וואס מ'קען טוהן, וויבאלד ס'ווענדט זיך אין אסאך זאכן, אין יעדע פאל קען זיין אז איין מהלך וועט ארבעטן בעסער פונעם צווייטן.
לעצט פארראכטן דורך משזר אום פרייטאג פעברואר 01, 2013 11:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:
צד אז יא, איר שלאגט זיך פאר אייער אומשולד און איר האלט איר האט א טשאנס

צד אז ניין, א איד האט נישט קיין טשאנס. איר מאכט א איום ונורא׳דיגע חילול השם מידיע דעקונג און פאבליק אפיניאן. און נאך

סיי וויאזוי וועט די חילול השם זיין איום ונורא
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

דרשה

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

איך ברענג די דרשה אין באלד, מערקט די בי״ד דעטעקטיוו תנאי

מורי ורבותי, עס איז געווענן א קעיס, מען האט פרובירט צו נעמען פון אייך אלע געלט צו פארטיידיגן ליידער האט די גוטע כוונה נישט עושה רושם געוועהן, אלזא, א איד האט נישט קיין טשאנס, דערפאר זאג איך אייך; איך דארף נידט אייער געלט נאר אייער פארשטאנד! איך גיי נעמען א דיל און זיצן פאר אפאר יאר, ביטע שאפט אפאר גראשן פאר מיין חשובע רעביצין און טייערע קינדערלעך און מיינט נישט אז באמת בינעך שולדיג! איך בין גרייט צו גיין פאר א בי״ד בנוכח א דעטעקטיוו און ווילאנג די אנדערע צד קומט נישט, מוזט איר מיר עפ״י תורה ועפ״י מענטשליכקייט גלויבן

יישר כח, השם עמכם גבורי החיל
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

מיין פוינט איז, די מידיע וועט סייווי צושמירן אז א ראביי האט מודה געווען
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובה דורך משזר »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:איך ברענג די דרשה אין באלד, מערקט די בי״ד דעטעקטיוו תנאי

מורי ורבותי, עס איז געווענן א קעיס, מען האט פרובירט צו נעמען פון אייך אלע געלט צו פארטיידיגן ליידער האט די גוטע כוונה נישט עושה רושם געוועהן, אלזא, א איד האט נישט קיין טשאנס, דערפאר זאג איך אייך; איך דארף נידט אייער געלט נאר אייער פארשטאנד! איך גיי נעמען א דיל און זיצן פאר אפאר יאר, ביטע שאפט אפאר גראשן פאר מיין חשובע רעביצין און טייערע קינדערלעך און מיינט נישט אז באמת בינעך שולדיג! איך בין גרייט צו גיין פאר א בי״ד בנוכח א דעטעקטיוו און ווילאנג די אנדערע צד קומט נישט, מוזט איר מיר עפ״י תורה ועפ״י מענטשליכקייט גלויבן

יישר כח, השם עמכם גבורי החיל

הלואי דער עולם זאל זיין אזוי קארעקט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובה דורך היסטאריקער »

אויב די מעשה איז נישט אמת, איז ער נישט שולדיג לגבי דעם חילול השם, דאס איז דעם מסור׳ס שולד, און דאס איז נאר כלפי שמים גליא

די דיון דא איז וואס זאל דער מענטש טון
לבנה קריכער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

תגובה דורך לבנה קריכער »

וואס טוט א נישט יוד אין אזעלכע פעלער ערענסט גערעדט,? ווי אזוי גיבּן זיי זיך א עצה?
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

@לבנה קריכער

מען שמועסט אז א נישט יוד האט א טשענס צו געווינען
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובה דורך משנה מקום »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:@לבנה קריכער

מען שמועסט אז א נישט יוד האט א טשענס צו געווינען

נישט אלעמאל כבר היה לעולמים אז מען איז שפעטער געוואר געווארען אז סאיז געווען א בולבול עכ"פ א גוי האט מער טשענס ווי א חסידישע איד צי דיפענדען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

יהי' רצון מלפניך ה' אלקינו ואלקי אבותינו שתצילנו היום ובכל יום וכו' מאדם רע, מפגע רע, ממלשינות, מעדות שקר, מעלילה, מדין קשה ומבעל דין קשה, בין שהוא בן ברית ובין שאינו בן ברית.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

אוי לנו אז אזעלכע אשכולות ווערט געעפנט בגדר ערנסט אין אמעריקא תשע"ג..
מיר האבן שיין דערלעבט.

צום פוינט.
מיר קענען נישט קאנטראלירן וואס דער גוי וועט זאגן, ווי ס'שטעלט זיך ארויס וויל ער נישט וויסן דעם אמת פאר קיין געלט אין די וועלט, אפילו ער זעט עס מיט די אויגן קוקט ער נישט, ער וועט נאך באשאפן שקרים אויך דעבידא לגלויי, ער זוכט אונזער שולד, ער זוכט אונזער שמוץ און פרייט זיך דערמיט, סע וועט נישט העלפן קיין גרויסע אויפקלערונגען.

וואס יא, הלואי זאלן מיר זיך אליינס צוזאמהאלטן, מיר היימישע אידן וואס קלאמערען זיך נאך על שמירת התורה והמצות באדמת אמעריקא לפני ביאת הגואל בקרוב בימינו, דארף מיר רחמים מ'זאל מיר נישט צושלאגן ווערן פון היימיש-אידיש רעדנדע מיט זייערע דיעות.

אין אנדערע ווערטער... מאכן אסיפות אין קאנטינענטאל מעג ווען פאסירן, ס'דא ליידער אסאך וואס דארף און מוז אויסגעשמועסט ווערן בתוכינו דייקא.
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

farshlufen האט געשריבן:יהי' רצון מלפניך ה' אלקינו ואלקי אבותינו שתצילנו היום ובכל יום וכו' מאדם רע, מפגע רע, ממלשינות, מעדות שקר, מעלילה, מדין קשה ומבעל דין קשה, בין שהוא בן ברית ובין שאינו בן ברית.

ריכטיג, כמה גדולה תפלה זו ובני אדם אומרים אותה בחטיפה!
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אן אלטע משל איז פארהאן און סקען זיין מען האט דעם משל שוין געניצט, איבער א מאמע לייב וואס האט אויסגעלערנט די קינדער אז זיי זענען קעניג, די שטערקסטע חיות וכו', ויהי היום דאס קליין לייבעלע קימט אהיין אינגאנצן אנטוישט און דערשראקן ער האט געזעהן א בילד ווי שמשון הגבור צירייסט א לייב, ער זאגט די מאמע די פארקויפסט מיך מעשיות אז די לייב איז די שטארקסטע און דא זעה איך קלאר דער צירייסט א לייב מיט די הענט, זאגט די מאמע די נארעלע, ווען זאל ווען זיין אזוי פשוט אז א מענטש איז שטארקער פון א לייב מאכט מען ווען נישט א בילד דערפין אויפציהענגען, אלא מאי דאס איז א מעשה וואס פאסירט נישט סתם אזוי.

עכ"פ די נמשל איז מובן מאליו, סאיז גרויס נייעס ווען מען טרעפט אזא מעשה ביי א איד, ביים גוי איז דאס נישט קיין נייעס.
.
לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

@פאמיליעמירעלס

טאקע א טראגעדיע,

@אלד וויליאמסבורג

שיינע משל, אבער מיין הויפט ציל דא איז נישט אפצוראטעווען די מידיא באשולדיגונג

עס איז אפשצושטעלן די מגיפה, האם תמנו לגוע??!

כאפט א בליק אינעם דעילי ניוס פון היינט, עס כאפט א שוידער און א שרעק!
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובה דורך גוגל »

לעמאן דזשוס
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:04 pm

תגובה דורך לעמאן דזשוס »

איך גיי ניסלעך פאר דיר!!!
הערליך ארויסגעברענגט אלע צדדים, אן קיין ניבול פה און אן קיין אויבער-חכמות!!! כה לחי, ס'קומט זיך דיר חיזוק ווייל מאנכע וועלכע האבן דיך נישט פארשטאנען האבן דיך בא'מקל'ט דא
אלזא בעט איך דיר בלייב מיט אונז און שרייב נאך
ידידך

לענ"ד איז דער לעצטער אפציע דאס בעסטע פון די עשר מכות, רחמנא יצילנו מהם והמונם, עמיר ערליכער מתפלל זיין דעם דערמאנטן יהי רצון נאך המעביר שנה
גוט שבת און בשורות טובות

נ. ב. לעצטנס ווען כ'זעה א גוי אין די גאס מיט א דעילי ניוז אין די האנט, פוץ איך תיכף אפ, כ'וויל נישט ניטאמאל שטיין אין זיין געגנווארט

@גוגל
איך גלויב אז נישט דעם אשכול מיינט מען דארט, דארט רעדט מען פון ניבול פה אשכולות כגון ׳ולאסורים פקח קוח׳

דרך אגב ציטיר איך דא א בריוועל וואס איך האב ערהאלטן אין אישי קעסטל

דארט ווי עס שטייט ידידך האב איך אויסגעמעקט, ווייל איך האב נישט דערווייל ערהאלטן רשות פונעם שולח

אנעים זמירות איז נישט דער שולח,
"שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובה דורך גוגל »

אבער איך האלט אז מען דארף אוועקלייגן "אויך" דיזע אשכול, עד יעבור זהם
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:
איך גיי ניסלעך פאר דיר!!!
הערליך ארויסגעברענגט אלע צדדים, אן קיין ניבול פה און אן קיין אויבער-חכמות!!! כה לחי, ס'קומט זיך דיר חיזוק ווייל מאנכע וועלכע האבן דיך נישט פארשטאנען האבן דיך בא'מקל'ט דא
אלזא בעט איך דיר בלייב מיט אונז און שרייב נאך
ידידך

לענ"ד איז דער לעצטער אפציע דאס בעסטע פון די עשר מכות, רחמנא יצילנו מהם והמונם, עמיר ערליכער מתפלל זיין דעם דערמאנטן יהי רצון נאך המעביר שנה
גוט שבת און בשורות טובות

נ. ב. לעצטנס ווען כ'זעה א גוי אין די גאס מיט א דעילי ניוז אין די האנט, פוץ איך תיכף אפ, כ'וויל נישט ניטאמאל שטיין אין זיין געגנווארט

@גוגל
איך גלויב אז נישט דעם אשכול מיינט מען דארט, דארט רעדט מען פון ניבול פה אשכולות כגון ׳ולאסורים פקח קוח׳

דרך אגב ציטיר איך דא א בריוועל וואס איך האב ערהאלטן אין אישי קעסטל

דארט ווי עס שטייט ידידך האב איך אויסגעמעקט, ווייל איך האב נישט דערווייל ערהאלטן רשות פונעם שולח

אנעים זמירות איז נישט דער שולח,

איך גלויב אויך אז נישט דאס מיינט דער פסוק. ווילאנג עס נעמען אנטייל נאר אנשים גדולים מחוייבים במצות.
קטנים זאלן זיך באטייליגן איז דאכט זיך נגד התקנות וצריכין לחסמן.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובה דורך אנעים זמירות »

איינער וואס איז באמת אומשולדיג און האט זיך קיינמאל אריינגעלייגט אין א מצב וואו מען קען ארויפשמירען אויף איהם א מעשה האט גאר גוטע אויסזיכטען ארויסצוגיים זכאי בדין.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

אנעים
פרש דבריך
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובה דורך אנעים זמירות »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:אנעים
פרש דבריך

עס מוז קענען שטימען מיט רגלים לדבר מען זאל גלייבען דער אנקלאגער. עס איז נישט אזוי גרינג ווי איהר מיינט איינעם צו קאנוויקטען על לא עול (אודאי איז מעגליך ווען איינער וויל זיך דוקא נוקם זיין, אבער עס איז נישט אזוי גרינג).

צ.ב.ש. בערך א האלבע יאר צוריק האט מען איינגעזעצט א יונגערמאן אין לונדון אויף אזא בלבול, נאר די פאליציי האבען איהם ארויסגעלאזט נאך עטליכע שעה for lack of evidence. [יענער איז גראדע א חשוב'ע און וואוילע יונגערמאן און א משוגענע טאטע האט ארויפגעלייגט א בלבול. משוגע מיין איך טאקע משוגע.]
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן:

נא ענפערסט דאך אליינס, אז דער טאטע איז משוגע, משא"כ אז דער אנקלעגער איז נישט משוגע.

ולידיעה בעלמא עס איז כמעט אוממעגליך פאר איינעם וואס האנדעלט מיט אנדערע מענטשען למשל אין ארבייט אדער אין א מוסד, אז ער זאל קענען ווי די שרייבסט "זיך קיינמאל אריינגעלייגט אין א מצב וואו מען קען ארויפשמירען אויף איהם א מעשה", חוץ אז ער וועט ארומגיין מיט א ווידיא אויפן קאפ ווי די מינע גרעבער האבן א פלעשלייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובה דורך אנעים זמירות »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:חוץ אז ער וועט ארומגיין מיט א ווידיא אויפן קאפ ווי די מינע גרעבער האבן א פלעשלייט.

:lol: :lol: :lol:

עס געפעלט מיר דעם געדאנק.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:חוץ אז ער וועט ארומגיין מיט א ווידיא אויפן קאפ ווי די מינע גרעבער האבן א פלעשלייט.

:lol: :lol: :lol:

עס געפעלט מיר דעם געדאנק.

כ'האב פונקט דעם שבת געזאגט פאר איינעם אז לויט די "סליפערי סלייד" אויף וואס מיר געפינען זיך - ווען יעדער שמויגער קען זאגן וואס ער וויל, און מענטעשן וועלן זיך נאך איינקנייטשען די שטערן און פרעגען "איז עס אמת", נאך פאר ער הערט אפי' די מינדערסטע פרט - וועלמער נאך איין טאג מוזן קויפן די "העלמעט קעמ'ס".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”