קאמפיוטער טיפס און טריקס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 16, 2012 3:11 pm

אבער אויב וועט איינער שרייבן אנדערע זאכן איז בעסער צו נוצן דעם אויבערדערמאנטן סייט.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 12:09 pm

מומחה עצום האט געשריבן:האט איר שוין אמאל געזוכט א פייל מיט די ווינדאוס סוירטש? ווי באקאנט ארבעט עס נישט אזוי גוט (עיין בגוגל דף א' ע"א), נו וואס טוט מען אז מ'זוכט א פייל און מ'קען עס נישט טרעפן, דאן נוצט מען Search My Files ס'איז א פארטעבל פראגרעם, און עס ארבעט אזוי גוט אז איך האב ארויסגעשטויסן די ווינדאוס סוירטש.

אדער קען מען נוצן Everything Search Engine
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דינסטאג ינואר 01, 2013 9:53 am

אסאך מאל טו איך געוויסע זאכן וואס נעמען עטליכע מינוט, און אנשטאט ווארטן ביז עס ענדיגט זיך הייב איך אן טון עפעס אנדערש, און איך פארגעס פונעם ערשטן ביז א שעה אדער מער שפעטער.

למשל, איך לאג אריין צו א סערווער און איך מאך א SQL בעקאפ, אדער איך אינסטאל אויפ'ן סערווער א פראגראם. עס קען נעמען, למשל, 10 מינוט, ממילא הייב איך אן טון עפעס אנדערש. כ'האב געדארפט עפעס א קליינע טיימער פראגרעם וואס זאל מיר געבן א קיצל 10 מינוט שפעטער, א בליק צו געבן אויב עס איז שוין פערטיג.

כ'האב נישט געהאט קיין נערווען צו זוכן אזא פראגראם, אדער צו ניצן מיין פאון, האב איך גענוצט דאס אין פאוער-שעל:

קאוד: וועל אויס אלע

 Start-Job { Sleep (10 * 60) | notepad }

דאס וועט אין 10 מינוט געבן א שפרינג ארויף נאוטפעד אויף מיין סקרין.

עס קומט מיר צוניץ עטליכע מאל א וואך.

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דינסטאג ינואר 01, 2013 11:58 am

א מוראדיגע איידיע תרגום, יישר כח פארן עס מיטטיילן עס קען מיר צונוצקומען.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך ינואר 02, 2013 2:31 pm

קען מען עפעס אריין שרייבן אין די נאוטפעד אויך?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מיטוואך ינואר 02, 2013 2:35 pm

קענסט אים הייסן עפענען אן עקזיסטירענדע פייל.

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דינסטאג ינואר 15, 2013 10:33 am

ס'איז מיר פונקט אויסקגעקומען צו טרענספערן א אלטע קאמפיוטער צו א נייע, וואס דער יעניגער האט געהאט געסעיווטע פעסווארדס און נישט געדענקט וואס דאס איז, ווי ס'מאכט זיך ביי אסאך.

פאר ווינדאויס פראגראמ'ס איז דא א פראגראם, וואס ווען מ'האלט די מייזל העכער די באהאלטע פעסווארד (רופט זיך אין ענגליש asterisks) ברענגט ער עס ארויס בגלוי.
http://www.scalabium.com/download/showpw.zip
פאר קראום איז דאך פשוט, מ'זעהט עס ביי די סעטינגס. אדער קען מען עס פשוט טרענספערן מיט די סיין-אין פון קראום.
פייער פאקס איז מיינעך די זעלבע ווי קראום.
אינטערנעט עקפלארער איז דא די IEPV פראגראם.

קוויקבוקס האב איך גענצליך רימאווד די פעסווארד מיט דעם Passware פראגראם,
אויך גוט פאר רוב פעסווארד פראבלעמען.

אז מ'רעדט שוין, האב איך לעיטלי געניצט דעם Hiren פראגראם צו רימאוון די ווינדאויס פעסווארד.
אינסטרוקציעס צו לייגן אויפן יו עס בי, אינסטרוקציעס צו רימאוון די פעסווארד.
אגב איז דער Hiren גאר גוט פאר א קאמפיוטער וואס האט סטארטאפ פראבלעמען, מ'קען עס סטארטן פונעם יו עס בי, סיי אלץ א לינוקס און סיי אלץ עקס פי, און ראנען די נוטיגע קלינינג פראגראמ'ס.

מ'דארף צולייגן די ווארענונג וואס זיי אלע לייגן: ביטע נישט ניצן פאר אומלעגאלע זאכן, ווי געוואר ווערן פעסווארדס פון א צווייטן וכדו'.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג ינואר 15, 2013 11:22 am

טענקס זייער, ס'וועט מיר צונוץ קומען. איין וויכטיגע נקודה אבער, אויב האט מען ענקריפטעד פיילס און מ'נעמט אראפ דעם פעסווארד (נישט קיין חילוק מיט וועלכע טול) פארלירט מען די פיילס און מ'קען זיי מער נישט עפענען.

צו טשעקן אויב איר האט ענקריפטעד פיילס אויפן הארד דרייוו עפענט CMD און שרייבט אריין cipher /u /n

אראפצונעמען די ענקריפשן פון פיילס אדער פאלדערס גייט צו פראפערטיס>עדווענסד
בילד
און נעמט אראפ די טשעק ביי "Encrypt content to secure data"
בילד

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג ינואר 15, 2013 2:40 pm

געוואלדיגע זאכן דאס!!!

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מאנטאג ינואר 28, 2013 9:32 am

צו עפענען א cmd אויף וועלכע פאלדער מען האט אפן אויפ'ן מאמענט דארף מען בלויז אריינטייפן cmd אין די אדרעסס-באר.

איך קען נישט גלייבן אז כ'האב דאס פארזען, דאס איז שוין אין ווינדאוס זינט וויסטא. בעפאר וויסטא פלעג איך אלץ אינסטאלן אן עקספלארער עקסטענשאן וואס האט צוגעלייגט אינעם מעניו "Open Command Prompt here...", נאך וויסטא האט דאס שוין מייקראסאפט אליין אריינגעבויעט אין עקספלארער (ווען מען שיפט+רייט קליקד),און דאס האב איך גענוצט נישט וויסענדיג פון עפעס בעסערס.

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » מאנטאג ינואר 28, 2013 9:44 am

טערסאנט. כאב קיינמאל געוויסט דערפון

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:10 pm

ארבעט נישט ביי מיך

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מאנטאג ינואר 28, 2013 3:21 pm

ביזט וויסטא+? אפשר איז דיין עקספלארער פונקט געווען אפן ביי Computer?

איך האב דאס אקארשט סוקסעספול געטאן אין סערווער 2012, סערווער 2008 R2, סערווער 2008, און ווינדאוס 8.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג ינואר 28, 2013 3:41 pm

אוקיי סארבעט די ערשטע מאל האב איך עס געטרייט אויף א לייבערי פאלדער איך בין אויף ווינדאוס 8 יישר כח פאר די טיפ איך פלעג ביז יעצט קליקען שיפט אין רייט קליק אינדרויסען פין די פאלדער

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מאנטאג ינואר 28, 2013 7:49 pm

ש'כח תרגום, זייער נייגעריג און מומחה פאר די אינטערעסאנטע טיפס.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10923
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג מארטש 05, 2013 12:34 pm

איך טרעף נישט דערווייל די פאסיגע אשכול

צוביסלעך הייבן אן מער און מער בחנם אינטערנעט סערוויסעס צו קאסטן געלט
לאג מי אין פרי גייט מען בקרוב נאר קענען האבן ביז 10 אקאונטס פאר פרי...

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

אייגענע לאקעל בעקאפ פראגראם

תגובהדורך זייער נייגעריג » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:48 pm

ס'דא אפאר קאמענד פראגראמ'ס צו בעקאפן אדער סתם קאפיען פיילס, איינע פון די הייסט XCOPY, איך לייג דא צו א סעמפל יעדער קען עס אנשטעלן פאר זיך, נאכדעם גייט מען צו ווינדאויס סקעדזשעל טעסק און מ'שטעלט עס אן צו ראנען יעדע נאכט, צופרי ווען מ'קומט אן זעהט ער אויב ס'געווען פרישע פיילס צו בעקאפען אדער נישט.

לאמיר פרובירן מסביר זיין, די קאוד איז:

קאוד: וועל אויס אלע

color f0
xcopy C:\Users\User\Desktop\Ads\*.* f:\*.* /s/d/y/c/h/r

pause
@Echo.
@Echo.
@Echo.
@Echo.
@Echo 'Good Morning %Username%'
@Echo.
@Echo.
@Echo Today is %Date%, the time now is %time%
@Echo.
@Echo.
@Echo "Hatzluche Rabbah!"
@Echo.
@Echo.
@Echo.
@pause

לייג עס אריין אין א נאוטפעד און סעיוו עס אלץ א BAT פייל, אדער טויש פשוט אויף די TXT פאר BAT.

ס'איז זייער גרינג צו פארשטיין, לאמיר מסביר זיין די קאודס אזוי זאל עס יעדער קענען מאדיפייען פאר זיך.

די ערשטע זאך זאגט ער וואס די קאליר זאל זיין, יעדער איז צוגעוואוינט צו זעהן ווייס אויף שווארץ, דאס איז פונקט פארקערט, די קאליר קען מען טוישן ווי פאלגענד:
0 = Black
1 = Blue
2 = Green
3 = Aqua
4 = Red
5 = Purple
6 = Yellow
7 = White
8 = Gray
9 = Light Blue
A = Light Green
B = Light Aqua
C = Light Red
D = Light Purple
E = Light Yellow
F = Bright White

דאס הייסט, אויב דו עפענסט אויף די CMD באקסעל און דו שרייבסט COLOR 6 וועלן די ווערטער זיך טוישן צו געל, דאס וואס מ'שרייבט די ערשטע טוישט די בעקגראונד און די צווייטע די פאנט. מילא F איז ווייס, דאס טוישט די בעקגראונד צו ווייס, 0 איז שווארץ, טוישט ער די פאנט צו שווארץ, אויב שרייבט מען סתם COLOR טוישט זיך עס צוריק צום דיפאלט.
(אויב שרייבט מען COLOR HELP זאגט ער די אלע אפשענס)
צווייטע שורה איז XCOPY, דאס מיינט צו זאגן ער זאל ניצן די פאנקשענס פון XCOPY, נאכדעם זאגט ער פון ווי ער זאל קאפיען, אין די אויבערשטע קאוד קאפיעט ער אלעס וואס ליגט אויף די דעסקטאפ, די *.* מיינט אלע מיני פיילס.

נאכדעם זאגט ער צו ווי ער זאל זיך קאפיען, אויב ניצט מען אלץ די זעלבע הארדדרייוו אדער יו עס בי, קען מען עסיינען א לעטער, און יענער בלייבט געווענליך אזוי, דאס הייסט די יו עס בי וועט אלץ בלייבן די זעלבע לעטער.

די לעטער שרייבט מען דארט ווי ס'שטייט יעצט די F, מ'קען אויך שרייבן ער זאך זיך קאפיען צו א ספעציפישע פאלדער אין די F דריייוו.
נאכדעם זאגט ער וואס ער זאל אלץ טיהן, דאס קען מען ליינען דא.
בקיצור וואס ער טוט, ער קאפיעט אלעס אריין צו דעם יו עס בי, אויב זעהט ער די פייל איז שוין דארט קאפיעט עס עב נישט, אויב דא א קליינע טויש ווי א צוגעלייגט עפעס אויף די פייל אדער א פרישע פייל, קאפיעט ער נאר אריין די נייע.

ווען ער ענדיגט זאגט ער וויפיל ער האט געקאפיעט, מ'דריקט ענטער, זעהט מען די יוזער נעים מיט די טאג און צייט, מ'קען דארט צושרייבן וואס מ'וויל.
צוגעלייגטע
Backup Test.txt
(277 Bytes) דאונלאודעד 77 מאל

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 1:12 pm

פין ווינדאוס וויסטע און ווייטער איז דא אריינגעבויט robocopy וואס הייסט מער פארגעשריטען און מער אפשענס ווי עקסקאפי

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 1:19 pm

אמת, געטראכט צו רעדן דערפון,
אזויווי אסאך האבן אבער עקס פי האב איך נאר גערעדט פון XCOPY.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 1:32 pm

יא עקס פי קומט עס נישט אריינגעויט מען דארף דאונלאודען די ווינדאוס ריסאורס קיט

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 2:49 pm

זעט אויס זייער פיין!

מ'דארף אנשטעלן אין טעסק סקעדזשולער אז ס'זאל לויפן אפילו מ'איז נישט אריינגעלאגט.
-----
נישט געוואוסט פון די קאלאר קאמענד, שכח!

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 3:42 pm

אויף מיין אלטע קאמפיוטער פלעגט זיין אז ווען איך האב געלייגט די מייזל אויף עני פראגרעם וואס איז אפען אינטען אין די טעסק באר האט ער מיר געוויזן אין קליין די סקרין וואס איז אפען,
יעצט ווייזט ער מיר נאר די נאמען פון די פייל וכדומה וואס איז אפען (זעה בילד).
וויאזוי טוישט מען עס?

Screen.jpg
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 3:55 pm

ביי מיר איז דאס געווען א פראבלעם, טריי צו טוהן די עצות דארט אפשר קענעס העלפן

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 33#p553233
kraitchmah עט גימעיל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג מאי 13, 2013 1:08 pm

ביי מיר איז עס מער אינטערנעט טיפס ווי קאמפיוטער טיפס אבער כ'האב נישט געוואלט עפענען א נייע אשכול נאר פאר די איין זאך דעריבער לייג איך עס דא

טיפ נומער איינס:
ווען איר לינקט צו א פיקטשער מיט די קאוד און די בילד ליגט אויף אייוועלט דארפט איר זיכער מאכן אז די לינק ענדיגט זיך מיט די פייל עקסטענשען פון די פיקטשער ווייל אז נישט זעהט מען עס נישט אין אינטערנעט עקספלארער

למשל דאס בילד וועט איר נישט זעהן אין IE

קאוד: וועל אויס אלע

http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=46303&mode=view

בילד
די לינק צו דעם בילד איז די לינק וואס עפענט זיך ווען איר קליקט מיט די מיטעלסטע קנעפל פונעם מייזל און עס עפענט זיך אין די בעקגראונד

------------------------------------------------------

איז אז מען זאל זעהן דעם ערשטן בילד דארף מען צולייגן צו די לינק jpg. אבער נישט סתם צולייגן נאר אראפנעמען די mode=view& און אנשטאט דעם שרייבן jpg. (אדער png. gif. לויט די פארמאט פון די בילד)

דעם בילד וועט מען יא זעהן אין IE

קאוד: וועל אויס אלע

http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=46303.jpg

בילד
צוגעלייגטע
shutterstock_73564222-sample.png
דאס איז די עטעטשמענט וואס איך נוץ אין די תגובה ביטע איגנארירן

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג מאי 13, 2013 1:25 pm

ס'איז אויך נוגע ביי קראום אויב איר וועט לינקן צו א gif פייל וועט עס בלייבן שטעקן און זיך נישט רוקן, דעריבער דארף מען צולייגן די עקסטענשען


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט