ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

תגובה דורך שמעק_טאביק »

נישט אלץ.
גענוג מאל קומט עס אל צום זעלבן שופט.
אויך א פארקרומטקייט פונעם קאורט סיסטעם. ווי אזוי עקספעקטן זיי אז דער זעלבער שופט זאל טוישן מיינונג?
הפך בה והפך בה דכולה בה!
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובה דורך דער קוטשער »

פשט איז אז עפ"ר איז א אפיעל געבעיסט אויף נייע פאקטן וואס איז נישט געווען ביים ארגינעלן משפט, צו ווייל ס'איז נישט געווען עוועילעבעל צו ס'איז שפעטער קלאר געווארן נישט קיין חילוק, עכ"פ ס'איז פרישע באווייזן, קען דער אפיעיל זאגן, קען זיין זאגסט גוט, איז זיי אזוי גוט זאג עס פאר'ן ערשטן שופט, און דאס הייסט צוריק געשיקט.
זוי דאכט זיך מיר.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

תגובה דורך לכאורה »

הבדלה וויין האט געשריבן:אז מען רעדט פון Jerry sandosky איז כדי אנצווייזן אז ער האט נאר באקומען 30-60 יאר זעט אויס ער איז נישט קיין איד

וואס איז די פארגלייך בכלל? דארט זענען דאך געווען מערערע עדות... עס איז געווען מער קרוב לאמת, נו אודאי דארף מען געבן דעם כל חומר הדין.

אופס, איך קען נישט זיין קיין ריכטער אין ניו יארק סיטי, מיין מח לויפט עפעס זייער נארמאל.
בעל רגש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובה דורך בעל רגש »

רבותי. גייט און באדאנקט די שרייבער פון דער פארווערטס ארטיקל. עס איז זייער וויכטיג.

אויב וועט ער נישט באקומען גענוג קאמפלעמענטן, וועט די מעסעזש זיין זייער קלאר און שארף, אז מען קען טשעפענען היימישע אידן און גארנישט וועט געטאן ווערן. אדרבה! אויב מען שרייבט פאזעטיוו, וועט מען דיר גאר טשעפענען. אויב ער וועט נישט צוריקהערן אז מיר זענען אים דאנקבאר, וועט ער כאפן אז דער ווינט בלאזט פארקערט און קיינער האלט נישט מיט אים.

מיר מוזן ווייזן און געבן שטיצע פאר אזעלכע שרייבער, כדי זיי זאלן ווייטער וועלן שרייבן אזעלכע ארטיקלען און משפיע זיין אויף אנדערע שרייבער אויך צו שרייבן פאזעטיוו.

נעמט עס נישט פאר לייכט.
alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2011 11:50 pm

תגובה דורך alte zida »

דער צודרייטער הארעוויץ פון מאנסי דער עוכר ישראל גייט היינט זיין אויף זאב ברעננער אום 1:30.
איז מיין שאלה אזוי. זאלן עהרליכע יודן וואס קענען א גוטן ענגליש אריינרופן און שטעלן דעם ליידאק אופן פלאטץ?
אדער זאל מען דעם קאקא גענצליך איגנארירן אין נישט רופן בכלל אים נישט צו געבן קיין עטענטשען און ווייזן אז ער איז בכלל נישט קיין נומער ביי אינז און עס אינטערסירט אינז לגמרי נישט וואסארא שטותים ער רעדט?
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובה דורך לוי יצחק »

אויב עפעס, נאר איינער וואס קען טאקע א גוטע ענגליש, און קען די פאקטן (למשל "אלטע זיידע") אויב נישט איז זיכער יצא שכרו בהפסדו.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
פרנקל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:27 pm

תגובה דורך פרנקל »

וואס איז די נומער?
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

די שקצים ארבעטן ווארלד-ווייד!

אנא ה' הושיעה נא.
אטעטשמענטס
orig_AD9664E2B5FB45F1A06B8245F4B0B739.jpg
רבינו שאג בקול גדול וגו'
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

דאס איז אינטערגעשריבן דורך הרב פאדווא שליט"א נאך גרויס דרוק פון ...... בנוגע הרב ........, ואקצר
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

יהיה כן האט געשריבן:דאס איז אינטערגעשריבן דורך הרב פאדווא שליט"א נאך גרויס דרוק פון ...... בנוגע הרב ........, ואקצר

ניין, ס'איז א פרשה פאר זיך וואס פאנגט זיך יעצט אן, ותוצאותו מי ישורנה
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

איך קען נישט די נושא, איך ווייס נישט וואס ליגט "אונטער" דעם בריוו, אויב עפעס.

איך זעה נאר אז ער שרייבט וועגן א טעלעווישן פראגראם וואס די הייליגע גויים גייען אויפשפילן קעגן די שמוציגע חרדישע אידן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

איז דער נח"ר שר"י אינוואלווד אין דעם אויך??
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

יהיה כן האט געשריבן:איז דער נח"ר שר"י אינוואלווד אין דעם אויך??

לא יודע פרטים עכשיו
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

תגובה דורך Silent »

בעל רגש האט געשריבן:רבותי. גייט און באדאנקט די שרייבער פון דער פארווערטס ארטיקל. עס איז זייער וויכטיג.

אויב וועט ער נישט באקומען גענוג קאמפלעמענטן, וועט די מעסעזש זיין זייער קלאר און שארף, אז מען קען טשעפענען היימישע אידן און גארנישט וועט געטאן ווערן. אדרבה! אויב מען שרייבט פאזעטיוו, וועט מען דיר גאר טשעפענען. אויב ער וועט נישט צוריקהערן אז מיר זענען אים דאנקבאר, וועט ער כאפן אז דער ווינט בלאזט פארקערט און קיינער האלט נישט מיט אים.

מיר מוזן ווייזן און געבן שטיצע פאר אזעלכע שרייבער, כדי זיי זאלן ווייטער וועלן שרייבן אזעלכע ארטיקלען און משפיע זיין אויף אנדערע שרייבער אויך צו שרייבן פאזעטיוו.

נעמט עס נישט פאר לייכט.

וואו קען מען זיך באדאנקן?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

תגובה דורך יוסף שרייבער »

דער תהילים איד האט געשריבן:די שקצים ארבעטן ווארלד-ווייד!

אנא ה' הושיעה נא.

ווען מען ווייסט נישט רעדט מען נישט.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

רעדן חיטרע איז נישט קיין צייכן פון וויסנשאפט.

און... אכוינישט פון קלוגשאפט.

עס ווייזט אבער יא אויף ... 'עפעס' (מ'זאגט נישט אויס וואס).
רבינו שאג בקול גדול וגו'
בעל רגש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובה דורך בעל רגש »

Silent האט געשריבן:
בעל רגש האט געשריבן:רבותי. גייט און באדאנקט די שרייבער פון דער פארווערטס ארטיקל. עס איז זייער וויכטיג.

אויב וועט ער נישט באקומען גענוג קאמפלעמענטן, וועט די מעסעזש זיין זייער קלאר און שארף, אז מען קען טשעפענען היימישע אידן און גארנישט וועט געטאן ווערן. אדרבה! אויב מען שרייבט פאזעטיוו, וועט מען דיר גאר טשעפענען. אויב ער וועט נישט צוריקהערן אז מיר זענען אים דאנקבאר, וועט ער כאפן אז דער ווינט בלאזט פארקערט און קיינער האלט נישט מיט אים.

מיר מוזן ווייזן און געבן שטיצע פאר אזעלכע שרייבער, כדי זיי זאלן ווייטער וועלן שרייבן אזעלכע ארטיקלען און משפיע זיין אויף אנדערע שרייבער אויך צו שרייבן פאזעטיוו.

נעמט עס נישט פאר לייכט.

וואו קען מען זיך באדאנקן?

א קאמענט ביי די ארטיקל.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובה דורך קארן »

דער תהילים איד האט געשריבן:איך קען נישט די נושא, איך ווייס נישט וואס ליגט "אונטער" דעם בריוו, אויב עפעס.

איך זעה נאר אז ער שרייבט וועגן א טעלעווישן פראגראם וואס די הייליגע גויים גייען אויפשפילן קעגן די שמוציגע חרדישע אידן.

סהאט א שייכות מיט די פילם וואס בי בי סי ניוס גרייט זיך ארויסצוגעבן?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

קארן האט געשריבן:

זה הוא זה
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

כי היינו לעג וקלס בגוים

פארוואדזשע רעדט דא יעדער אינטער די נאז?
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובה דורך קארן »

יהיה כן האט געשריבן:כי היינו לעג וקלס בגוים

פארוואדזשע רעדט דא יעדער אינטער די נאז?

ווייל די באשעפער האט אונז באשאפן מיט א מויל אונטער די נאז.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

דו קענסט מיר פארציילן וואס די שמוציגע דזשידעס האבן זיך פארזינדיגנט פאר די הייליגע בי בי סי, און פון וואס איז די רעדע, וואס גייט בי בי סי ארויס געבן פילם, וואס ווען וואו???
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

יהיה כן האט געשריבן:דו קענסט מיר פארציילן וואס די שמוציגע דזשידעס האבן זיך פארזינדיגנט פאר די הייליגע בי בי סי, און פון וואס איז די רעדע, וואס גייט בי בי סי ארויס געבן פילם, וואס ווען וואו???

derech eretz האט געשריבן:www.bhol.co.il/Article.aspx?id=50017
לעצט פארראכטן דורך derech eretz אום זונטאג יאנואר 27, 2013 5:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובה דורך קארן »

יהיה כן האט געשריבן:דו קענסט מיר פארציילן וואס די שמוציגע דזשידעס האבן זיך פארזינדיגנט פאר די הייליגע בי בי סי, און פון וואס איז די רעדע, וואס גייט בי בי סי ארויס געבן פילם, וואס ווען וואו???

איך וועל דיר דערציילן וואס כאב אויפגעכאפט און מקוה,אז בי בי סי גרייט זיך ארויסצוגעבן א פילם
ווי אזוי מען אביוזט קינדער און די היימישע מוסדות,לאו דוקא פון קדושה ענינים, נאר פלעין מטיילט פעטש,
הייסן שטיין ביים ווינקל וכדומה,זיי פלאנען אריינצוגיין און די מוסדות זיך אומצוקוקן,למעשה האט מען
אנגעזאגט און די מוסדות פאר די מלמדים,קינדער, אז מזאל זיי איגנארן,זענען זיי געווארן קלוגער די חברה
און זיי שטעלן אפ קינדער אויפן גאס און אזוי טרייען זיי ארויסצובאקומען אינפארמעישאן פאר זייער פילם,
דאס איז וואס כאב געהערט און מקוה.

נאך איין קלייניקייט פאר איך פארגעס,אז דא זענען איוואלוד ליידער היימישע וואס זענען אפגעפארן,
און זיי באשולדיגן אז מהאט זיי צו ווייניג געשלאגן.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”