איך געדענק נאך ווען...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג ינואר 21, 2013 5:45 pm

פליגל האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:ווען די ערב שבת פייפער אין ווילי האט צום ערשטן מאל געבלאזן. און די שרעק אויף אלעמענס געזיכטער וועלכע האבן פרובירט דערגרינטעווען וואס די פייף איז? שופר של משיח אדער וואס?

וועלכע יאר איז דאס טאקע געווען?

איך געדענק נישט פונקט, אבער בערך אין די שפעטערע מ' יארן.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואס איז דאס מיטיר? דאס זאגט מען נישט אזוי ברבים, אז די סגולה גייט ארויס, וועלמער - ח"ו אויף אלע שונאים געזאגט - אלע טויב ווערן יעדען ערב, דער עולם וועט לייגען פייפערס אז ס'וועט גיין א רויך.

מען ווערט שוין יעצט טויב. מען קען עס הערן רואיג אפילו ביז פלאשינג. מען דארף אפשר האבן פאר די ווייטערע גאסן פון גאר-ניי וויליאמסבורג, ווי ספענסער און פארק וכדו'. מוירטל שול איז אפשר געאייגענט פאר דעם.

גראדע מיך שטערט עס אביסל. עס האט מיר שוין אויפגעוועקט פון שלאף נישט איין ערב שבת. איך האלט דער גאנצער פייפער איז איבריג. אבער דאס באלאנגט שוין אין א באזונדערע אשכול.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מאנטאג ינואר 21, 2013 5:59 pm

פליגל האט געשריבן:ווען מ'האט געקויפט טשאקלאד און קענדיס מיט ניסלעך דורך א שעפ-לעפל אריין אין ווייסע פאפיר בעגס.

דאס איז נאך דא
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג ינואר 21, 2013 9:13 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:גראדע מיך שטערט עס אביסל. עס האט מיר שוין אויפגעוועקט פון שלאף נישט איין ערב שבת.

אין אזא שעה איז נישט אזוי געפערליך שוין אויפצושטיין... סוכ"ס דארפסטע נאך לייגן תפלין בעוד יום...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג ינואר 21, 2013 10:09 pm

מיינסט רבינו תם?
(יעצט זעהט מען דעם ווייטן בליק פונעם רבי'ן אכטונג צו געבן אויפן זמן ר"ת)
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג ינואר 21, 2013 11:22 pm

צוריק צום סעריע פון "איך געדענק נאך ווען..."

מ'האט געקענט פארן פון די זייט פון די הייוועי אריין קיין ראדני סט. (אין פראנט פון פארקאש טליתים פאבריק).

פשעווארסקע ביהמ"ד דארט ווי די 191 ראדני בנין שטייט היינט.

מ'האט געקענט אריינפארן אויף ראדני ביי בעדפארד גארדענס, ס'געווען א דעד-ענד.

דינוב'ער ביהמ"ד ביי העריסאן & ראטלידזש איז געווען אין דינסט.

די פאדערשטע שטיגן פון די ברכה סימא בנין אויף ראדני & אויף קיעפ זענען די שטיגן געווען אינדרויסן נישט אין א בנין.

"או די עי" איז געווען אין קינגס טערעס.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 21, 2013 11:31 pm

או.די.עי. אין קינגס טערעס געדענק איך אויך זייער גוט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג ינואר 22, 2013 6:55 am

אז מען האט פארפאקט פרישע פיש אין א צייטונג ביי האפמאן....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 22, 2013 10:23 am

צעהלים'ער ת"ת איז געווען אויף הופער סט. אביסל אראפציר אקעגן איבער פון שאפראן'ער ת"ת.

מוסדות בעטלאהן ביי ווייט & קיעפ.

די ריזיגע שטח אויף ווייט צווישן קליימער און ראסס דארט ווי ברוקלין ווילעס הייזער (באנגעלויס) שטייען היינט.

די שארמאש'ע ריידס אויף די פארלאזטע מארטאן סט.

די רויטע ציגל'דיגע גאדער אויף קענט עוו.

מונקאטשער ביהמ"ד אויף הופפער נאך די שריפה.

ישיבה לצעירים אויף פעטשאן עוו האט אפגע'שרפ'ט אן ערב שב"ק.

די מאבילס פורים איז געווען בבל יראה א-חוץ; שומרים, צדקה וחסד (ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק ז"ל) און עת לעשות.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג ינואר 22, 2013 10:51 am

די סאטמאר פרי סקול אין ב"פ איז געוועהן אויף 49 גאס צווישן 9 - 10 עוועניו.

די סאטמאר ישיבה קטנה איז געוועהן העכער די ביהמ"ד אויף 10 עוועניו.

עס איז נאך נישט געוועהן אפי' אין וויסטען חלום די חדר אויף פארט האמילטאן און 54 גאס.

די סאטמאר חדר אויף 53 האט געהאט א שפיל הויף דערנעבען, און דערנאך איז געוועהן אן אלטער געביידע וואס איז געוועהן ישיבה לצעירים,
דאכט זיך ר' אבא הירש האט דארט געהאט זיין ביורא פאר עס איז אריבער צום מיידל שולע.

די גרויסע סאטמאר מיידל שולע האט נאכנישט געהאט אזוי פיל שטאקען, עס איז געוועהן ביי איין זייט דארט א פארקינג לאט פאר די באסעס.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » דינסטאג ינואר 22, 2013 1:57 pm

טשעבינער ישיבה האט געהאט א פאנדרעיזער אויף די גאסן פין לי עוועניו

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג ינואר 22, 2013 1:59 pm

טשעבין? איך האב אלעמאל געמיינט אז ער זאגט מירער ישיבה.

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דינסטאג ינואר 22, 2013 2:54 pm

דו מיינסט אפשר אין פראנט פון לי עוועניו פאטא?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג ינואר 22, 2013 2:56 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:ווען מ'האט געקויפט טשאקלאד און קענדיס מיט ניסלעך דורך א שעפ-לעפל אריין אין ווייסע פאפיר בעגס.

דאס איז נאך דא

גיי אריין צו OH-NOTS
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך ינואר 23, 2013 7:52 pm

טייבעלע האט געשריבן:די סאטמאר ......... די גרויסע סאטמאר מיידל שולע האט נאכנישט געהאט אזוי פיל שטאקען, עס איז געוועהן ביי איין זייט דארט א פארקינג לאט פאר די באסעס.
און איך ג'דענק ווען דער בנין איז ג'ווען א PS און אין הויף איז ג'ווען א קלענערער בנין וווי עס איז ג'ווען דער ת"ת בית יצחק (ערשטער גילגול פון תולדות יצחק בני מרדכי)
און ווען דער BOARD OF ED האט פארמאכט די סקול און ג'וואלט פארקויפען פאר איין דאלער איז ג'ווען א מערכה צ'ווישען סאטמער און סקווירא-ב"פ וועלכע האבען דאס ג'וואלט פאר די תומר דבורה מיידעל סקול אלס דינא דבר מיצרא ווער האט און ווי אזוי דאס מסדר ג'ווען ג'דענק איך ניט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

ווען עס איז ג'ווען אין ב"פ קהל, ת"ת, וישיבה באר שמוא"

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך ינואר 23, 2013 8:03 pm

רבי יונה צבי הלוי הורוויץ זצ"ל מאונסדארף אב"ד פראנקפורט דמיין, חתן הגאון האדיר שר התורה ר' ישעיה זילבערשטיין זצ"ל בעל מעשי למלך מווייצען, ונכד הגאון ר' שמואל ראזנבערג אב"ד ור"מ אונסדארף בעל באר שמואל ….. בשנת תש״י בא לארה״ב ויסד ישיבה בבית קטן עם עשרה ילדים בבארא פארק. וזה הי׳ הת״ת הראשון במקום הזה כדרך כל הת״ת המקובלים בישראל. מוסדו הקטן הצליח מאוד ובזמן קצר נאלץ להגדיל ישיבתו. בעוד כמה שנים הכילה כשש מאות תלמיד ועם מתיבתא לבחורים מופלגים בתורה. עלה לארה״ק בדעתו ליסד קרית אונסדארף עם ישיבה ורבנות וכל המוסדות הציבוריים. את הרבנות דקהל באר שמואל והנהלת הישיבה מסר לבנו, הרב ר׳ משה .

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך ינואר 23, 2013 8:04 pm

טאקע מכוח דעם מחלוקת (אדער א ענליכע פאל, איך געדענק נישט זיכער) האט די בורד אוף עד געזאגט זייטס מיר געזונט מיר אבען נישט קיין כח צו דעם, ענדערש וועלען מיר אריינבאסען הונדערטער קינדער פון אנדערע געגענטער און נישט געבען מער בנינים פאר די אידעלעך.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך ינואר 23, 2013 8:27 pm

תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש איז ג'ווען די ערשטע ערליכע ת"ת און ארה"ב און מחזיר ג'ווען
דעם טיטעל תלמוד תורה לישנה פאר דעם האבען אלע ערליכע מוסדות ג'הייסען "ישיבה"
לאפוקי די אמעריקאנער afternoon schools

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך ינואר 23, 2013 9:45 pm

יוסל; נישט מכח די מחלוקה האבן זיי אויפגעהערט און אויך ניש ענליך צי דעם, נומער 1.

נומער 2; זיי האבן נאך געגיבן שפעטער פון דעם מעשה; איסטערן דיסטריקט, טרופ עוו, העריסאן עוו.

דאס אז אפאר מוסדות'ער האבן געוואלט האבן די זעלבע בנין האט נישט איינמאל פאסירט און אזוי קומט'ס, גראדע האט מען זיך איינמאל פארשטענדיגט ווען סאטמאר האציך ציטיילט מיט פאפא אויף איין בנין.

איינמאל האט פאסירט א מעשה ווען מ'האט געברויכט באקומען דעם בנין אויף ווילסאן PS-16 וואס האציך געהאלטן ביים פארמאכן צוליב וואס צוויי דריטל איז געווען ליידיג האציך אפגעטוהן א פייט צווישן די גוים מיט די הילף פון די פאלאטישאנס (דוכציך וויטא לאפעז, אויב כ'אב ניש קיין טעות) און מ'אט אנגעדרייט א שמיטשיק און מ'אט אנגעהויבן אריינציברענגן סטודענטן פון ארומיגע געגענטער אזוי אז די בנין זאל פארלירן דעם סטאטוס פון ליידיג און אזוי ארום איז'ס נישט אנגעקומען צי אידישע הענט.

אויב כ'דענק גוט האבן זיי אפילו ארגאניזירט א דעמאנסטרעישאן ביי ביתו נאווה קודש פונעם ברך משה זצ"ל אין א שבת קודש.

אויב רעדט מען שוין יא פון איבערנעמען אלטע פאבליק סקול בנינים; שוין לאנג ניש געווען בכלל אזא זאך אז א בנין זאל ליידיג ווערן, נאך מער; אין בארא פארק האבן זיי אויף פט. העמילטאן ביי 51-52 (וואס איז ארוםגענומען מיט אידן פון אלע זייטן) גאר ציגעלייגט א "ענעקס".

צוריק צום קעפל פונעם אשכול:
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 4:38 am

איך געדענק נאך ווען מיין מאמע ע"ה האט מיר געמאכט עסען קאשע....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 12:11 pm

נישט יעדע שניי איז געווען א בליזערד

נישט יעדע ווינט איז געווען א שטורעם

נישט יעדע משוגענער האט געהאט א עיביסי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך פאברואר 06, 2013 8:07 am

אין די סיטי האט מען נישט געברויכט דיילן די עריע קאוד נאר אויב ס'געווען אנאנדערע.

די 917 עריע קאוד נומ. איז געבוירן געווארן.

די איינציגסטע וועג צי וויסן ווער ס'האט גערופן איז געווען 69* און ס'אט געקאסט 75 צענט.

לאנג דיסטענס קאלס האט געקאסט ביליגער ביינאכט נאך 9:00.

די פאליציי אין NYC זענען געגאנגן מיט ליכטיג בלויע העמעדער.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך פאברואר 06, 2013 8:15 am

ווען מען האט גענוצט די ראטערי פאון.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 06, 2013 9:33 am

אין מיין ערשטע יאר אין קעמפ שלוה האב איך געדארפט ווארטען אויף דעם אפערעטער
זאל מאכען דעם לאנג דיסטעס קאנעקשען אהיים און מען האט ג'דארפט ווארטען אז דער
שותף אויף דעםparty line
זאל פריי מאכנן דעם ליין

עס דאכט זיך אז דער PUBLIC PHONE האט בכלל נישט ג'האט קיין DIAL

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך פאברואר 06, 2013 10:15 am

גערעכט
איך מיין אז ביי א פאבליק פאון ווען מען אויפגענומען דעם רעסיווער האט דער אפערעיטאר גלייך געוויסט אז איינער וויל רופען
און גערעדט צו דעם מענטש אין דעם פאבליק פאון
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך פאברואר 06, 2013 10:23 am

[quote="פליגל"]אין די סיטי האט מען נישט געברויכט דיילן די עריע קאוד נאר אויב ס'געווען אנאנדערע.

די 917 עריע קאוד נומ. איז געבוירן געווארן.
quote]

ווען ברוקלין איז געווען 212 עריא קאד

בערך תשמ"ד האט זיך עס געטוישט צי 718
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט