איז דאס טאקע געווען די רצון פון רבין זי"ע? צדקה\תחנון

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג ינואר 17, 2013 10:41 pm

זייער א שרעקעדיגע שטיקל משנה ברורה געזען בשם די לבוש, אז דאס וואס ס'שטייט אז איינער שטייט נישט ביי והוא רחום ב' וה', גייט אריין אין די גדר פון פורץ גדר ישכנו נחש ח"ו, גייט ארויף אויפן דאס נישט זאגן אינגאנצן.

קומט אויס אז מאנטאג און דאנערשטאג ברויך מען שטארק אכטונג געבן נישט אויסצולאזן תחנון נאר מיט אן אמת'ע סבה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג ינואר 18, 2013 8:46 am

maybeeynot האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:די קרן הלבשה גיבט פאר עניים, ממילא איז דאס אויך אינעם כלל


ניין די לאוו איז נאר ביים עני אליין מיין איך אזווי שמעלקא שרייבט

פון א גאנץ געטועכץ אין די פוסקים, קען מען נישט אזוי ענטפערן שמירניש-דירניש...
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג ינואר 18, 2013 8:52 am

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:מהאט זיך שוין בחייו אפגערעדט פאר אים דערויף זעט אויס ער האט געהאלטן עפעס דערפון מיט די שטערעריי ומי יבוא בסוד
אגב אויף קינדער קען מען בעטן ווען אימער
אז מרעדט שוין פון וויצן
האט מען אמאל גערעדט ביים רבין זיע וועגן דעם צאנזער רב אז איעדע מצוה קאסט געלט ווי סשטייט אין זוהר פארוואס די געלט צושנייידט די קליפות
האט איינער געפרעגט דאוונען קאסט דאך נישט
האט דער רבי געזאגט מיט א שמייכל איר ברויכט קומען צו מיר אין שול דאוונען וועט איר זען וואס סקאסט אלץ....

די מעשה האט פארצייל הרה״ח מו״ה חיים אלכסדר (חיים סענדער) ניימאן ז״ל אביסל אנדערש.

דער רבי האט אים געזאלט האבן געזאגט אז אלע מצוות קאסטן געלט אחוץ דאס דאווענען, און ר׳ חיים סענדער זאל האבן געענטפערט, אז לאו דוקא, ווייל אז מ׳דאווענט ביים רבין אין בית המדרש קאסט עס שוין איינמאל געלט...

און לפי הסיפור, האט דער רבי שטארק נהנה געווען פון דעם.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג ינואר 18, 2013 9:11 am

טייבעלע האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:אין בית יוסף שטייט עס נאר אויף לדוד אליך נפשי אשא

ער ברענגט דארט אראפ דברי הזהר כהוויתן, ער רעדט דאך בכלל נישט אז אין אשכנז איז מען זיך נוהג צו זאגן אן אנדער פרק, ער גייט נישט אריין אין דעם פרט,
אבער רבנו הרה"ק ר' ישראל סרוג גייט יא אריין אין דעם פרט, און ער זאגט אז אין פרק איז אויך שייך די כוונה.


דער מגן אברהם זאגט אז עס גייט נאר אויף לדוד, והעתיקו האחרונים,


די טעם אויף נישט זאגן תחנון אונטערוועגענס האב איך יעצט איבערגעקוקט, עס ווערט אראפגעברענגט פון צאנזער רב זצ"ל און די טעם איז ווייל אונטערוועגענס דארף מען דאווענען א תפלה קצרה, און מיט דעם איז מען יוצא, ומי יבא בסוד קדושים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג ינואר 18, 2013 9:29 am

גברא אגברא קא רמית?

הרה"ק ר' ישראל סרוג איז געוועהן דער פארשפרייטער פון תורת האר"י ז"ל אין די יוראפעאישע לענדער,
און ער זאגט קלאר אז דארט איז אויך דא די כוונה, און אויך דער מ"א שרייבט נישט אז ביי דיזע פרק
איז נישטא די כוונה, ער זאגט אז עס איז נישט הארב ווי די ערשטע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג ינואר 18, 2013 9:44 am

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=366

מג"א סק"ה זאגט אז עס איז נישט דא די שארפע ענינים וואס שטייט ביי לדוד.

וכן נתפשט מנהג העולם אז מען זאגט רחום וחנון, לויט ר' ישראל שרוג וואלטן מיר נישט געמעגט זאגן קיין תחנון
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג ינואר 18, 2013 10:19 am

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג ינואר 18, 2013 10:37 am

שאינו יודע האט געשריבן:http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=49446&st=&pgnum=366

מג"א סק"ה זאגט אז עס איז נישט דא די שארפע ענינים וואס שטייט ביי לדוד.

וכן נתפשט מנהג העולם אז מען זאגט רחום וחנון, לויט ר' ישראל שרוג וואלטן מיר נישט געמעגט זאגן קיין תחנון

דאס האט הרה"ק ר' ישראל שרוג נישט געזאגט אז מען טאר נישט אהן די כוונה, און אפי' די וואס זאגען פרק לדוד, שטייט
קלאר אין שער הכוונות אז לא כל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול און מכוון זיין די כוונה פון מסי"נ בנפילת אפים, און
שרייבט דארט זייער הארב אויף איינער וואס איז נישט קיין צדיק און איז מכוון די כוונה.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » פרייטאג ינואר 18, 2013 10:54 am

יעדער שרייבט זייער גוט אין שטארק
איך האב נישט וואס מוסיך צו זיין.

חוץ איין זאך - מוחה מוחה
נישט אנרופן צדקה גייערס קיינמאל, אלס שנארערס אדער שטערערס.

*
איינמאל געהערט איינעם פרעגן:
וואס איז ערגער דאווענען 12:00 - אדער זאגן תחנון פרייטאג???

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג ינואר 18, 2013 11:28 am

מיר רעדן פון צוויי זאכן, דו רעדסט פון מכוון זיין, און איך רעד פון בעצם זאגן די קאפיטל, והכל על מקומו יבא בשלום
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג ינואר 18, 2013 12:42 pm

וכמבואר מרבנו הקדו' האר"י בשעה"כ זאגט מען טאקע נאר די פרק פון לדוד, און ווער עס איז נישט ראוי צו מכוון זיין טאר נישט מכוון זיין,
אבער זיי זאגען ווייטער די פרק פון לדוד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך ינואר 23, 2013 2:49 pm

א סימבאל פון א אשכול! כה לחי!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 23, 2013 2:56 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:היינט צו טאג, איז נארמאל, אז ביי א עוורידזש דאווענען אין ראדני (עס איז מן הסתם אזוי אין יעדע גרויסע צענטער) זאלן אריבערגיין 15-20 צו אפי' 30 געלט גייער. געוויסע געבן א קלאפ מיטן געלט, איינער זאגט עפעס א קורצע זאך ווי "א חתן פון ארץ ישראל" וכדו', איינער זאגט שוין א לענגערע זאך פארציילט א קורצע געשיכטעלע, אא"וו.

כ'וועל דא צולייגען א קלייניקייט וואס כ'האב פארגעסען, און היינט איז עס געשען האבעך מעך דערמאנט.

נאך א טאקטיק פון געוויסע גייערס, איז די "קלאפ אויפן פלייצע". ער גייט דורך און קלאפט נישט מיט די געלט, זאגט נישט קיין "הכנסת כלה", "חתן פון ארץ ישראל" וכדו', נאר געט אזא קלאפ.

פארשטייט זיך אז ער מאכט זיכער צו שטיין אין די בעק בשעת מעשה, ווייל אזוי העט מען זיך מוזן אויסדרייען אינגאנצען.

#נישט קיין יושר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10997
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך ינואר 23, 2013 3:06 pm

דאס האט שוין גארנישט מיטן רבין ז"ל

פון די חברה העסטו מילא נישט פטור ווערן יא יושר נישט יושר
אוודאי נישט אין ראדני

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 23, 2013 3:13 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:היינט צו טאג, איז נארמאל, אז ביי א עוורידזש דאווענען אין ראדני (עס איז מן הסתם אזוי אין יעדע גרויסע צענטער) זאלן אריבערגיין 15-20 צו אפי' 30 געלט גייער. געוויסע געבן א קלאפ מיטן געלט, איינער זאגט עפעס א קורצע זאך ווי "א חתן פון ארץ ישראל" וכדו', איינער זאגט שוין א לענגערע זאך פארציילט א קורצע געשיכטעלע, אא"וו.

כ'וועל דא צולייגען א קלייניקייט וואס כ'האב פארגעסען, און היינט איז עס געשען האבעך מעך דערמאנט.

נאך א טאקטיק פון געוויסע גייערס, איז די "קלאפ אויפן פלייצע". ער גייט דורך און קלאפט נישט מיט די געלט, זאגט נישט קיין "הכנסת כלה", "חתן פון ארץ ישראל" וכדו', נאר געט אזא קלאפ.

פארשטייט זיך אז ער מאכט זיכער צו שטיין אין די בעק בשעת מעשה, ווייל אזוי העט מען זיך מוזן אויסדרייען אינגאנצען.

#נישט קיין יושר.

יע יע, איך האלט שוין לאנג אן אויג אויף א געוויסע צדקה גייער וואס גייט ארום פאר א געוויסע מוסד אלע טאג פון יאר, אז ער גיבט א קליינע ריק פאר יעדן אין די הענט. איך מאך זיכער אוועקצושטיין פון אים...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 23, 2013 3:34 pm

אז מ'רעדט שוין יא...

ביי אונז איז דא איינער וואס גייט פאר עפעס א קליינע ישיבה, וואס אפשר לערנען דארט אפאר בחורים אז מ'זאל קענען האבן א ראפעל און א לעדערהעד, און דער אינגערמאן איז ריזיג. ער קומט צו מיר, ער לייגט ארויף די הענט אויף די פלייצע און ער זאגט "ר' מרדכי שכנא (אופס, מיין עכטע נאמען קומט ארויס), ווען קען מען ארויפקומען צו דיר? ס'איז זייער וויכטיג!"

ווען מיין ענטפער איז א קנייטש אויפ'ן פנים, ציעט ער שנעל צוריק, "אקעי אקעי, געמיר יעצט עפעס, כ'וועל נעמען דיין צוואנציגער און שוין".

וואס מיינט איר, ער מאכט אזוי אסאך געלט, אבער נישט פון שמעלקא שמעלקאניש, איך געב אים יעדע מאל א טאלער!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך ינואר 23, 2013 9:37 pm

ברוך השם פון אלס יונג בחור'ל פרוביר איך צוגעבן פאר ווער עס איז א פושט יד, און א מקבל פאר א שמחה א גרעסערע נתינה, און א יעדע טיי אווענט ווי מ'ריפט מיך גיי איך, און איך קען מעיד זיין אז """"ונתנו""""" גייט ביידע וועגן ב"ה
און מען בעט אויף ווייטער

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך ינואר 23, 2013 10:49 pm

שמעלקא;
שטיי מיר אייניג...

איין טאלער, ניקס מער
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 4:41 am

היינט נישט געווען קיין משולחים.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 10:22 am

פליגל האט געשריבן:שמעלקא;
שטיי מיר אייניג...

איין טאלער, ניקס מער


פליגל, איך שפאר מיך 75 צענט, ווייל איך גיב אים א קוואדער.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 10:23 am

msp האט געשריבן:היינט נישט געווען קיין משולחים.....



זעט אויס אז די דרייווער האט זיי אראפגעלייגט ביי די ראנג אדרעס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 10:36 am

גאנץ יתכן....
אונז אין ענגלאנד האבען מיר א וואוטשער סיסטעם
מיר געבען געלט צו אנ'ארדאניזאציע וואס פארלאנגט פון די שטייערען צוריק א חלק וואס מען האט באצאהלט
ווייל דאס וואס מען גיט פאר טשאריטי איז נישט לייעבעל צו טאקס
און זיי געבען אונז וואוטשערס וואס די משולחים קענען אויסלייזען
איז למשל אויב מען גיט זיי א הונדערט פונט באקומט מען וואוטשערס פאר 120
ממילא קען מען מעהר געבען לצדקה
איך בדרך כלל געב פאר יעדער פושט יד איין וואוטשער פון איין פונט
און מיין משפחה ווייסען אויך אז ווער עס קלאפט ביי די טיר און בעהט א נדבה
גיין זיי צו א וואוטשער בוק און געבען אנ'איין פונט וואוטשער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 10:50 am

ביים טיר איז אנאנדער מעשה, א איד שלעפט זיך ארויף די שטיגען, און באקומט א קוואדער, איז ממש ליצנות געמאכט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10997
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 11:22 am

קיין עמיצער דא אראפשטעלן א תגובה מיט אלע טעג ווען מען זאגט נישט קיין תחנון?
מיט מקורות אויב מעגליך
מיט דאנק פון פאראויס

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג פאברואר 28, 2013 11:32 am

אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט