ר' מאיר ראזענבוים ממעקסיקא (ב"ר איתמר'ל מנאדבורנא) ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שוטה
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

ר' מאיר ראזענבוים ממעקסיקא (ב"ר איתמר'ל מנאדבורנא) ז"ל

תגובהדורך שוטה » מיטוואך נובעמבער 28, 2012 6:58 pm

ר' מאיר ראזענבוים ב"ר איתמר'ל מנדאבורנא ז"ל
צוגעלייגטע
IMAG0402.jpg
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 11:22 pm

ר' מאיר ראזענבוים, רב הראשי אין קובא און גואטעמאלא, און דערנאך אין בהכנ"ס אגודת אחים אין מעקסיקא, בן ר' איתמר 'זקן האדמורי"ם מקרעטשינאוו-נאדבורנע' [קיבלתי אז ר' איתמר פלעגט מען רופן דער אבי אבות... ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין].
צוגעלייגטע
IMAG0400.jpg
IMAG0401.jpg
IMAG0403.jpg
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 10:59 am

שוטה האט געשריבן:אה, פיין.

דאס איז ר' מאיר ראזענבוים, רב הראשי אין קובא און גואטעמאלא, און דערנאך אין בהכנ"ס אגודת אחים אין מעקסיקא, בן ר' איתמר 'זקן האדמורי"ם מקרעטשינאוו-נאדבורנע' [קיבלתי אז ר' איתמר פלעגט מען רופן דער אבי אבות... ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין].


זייער אינטערעסאנט, א גרויסען דאנק אייך כבוד הרב שאינו מרגיש,

מ'ברויך עפענען/אפטיילען אן אשכול איבער ר' איתמר'ל מנאדבורנא ובניו (מיר האבן עטליכע נאדבורנא אשכולות, אבער נישט אויף דעם ענף פון די משפחה).

מיר איז אינטערעסאנט צו וויסען מער פרטים איבער דעם ר' מאיר ב"ר איתמר, איך זעה אז ער איז הערשט אוועק בשנת תשס"ד, ווי האט ער געוואנט ביי זיין פטירה, ווער זענען זיינע קינדער וכו' די פאלגענדע נייעס האב איך געטראפן בשעת ווען ער איז אוועק:
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

הרה"צ רבי מאיר רוזנבוים זצ"ל
בארה"ב ניפטר הרה"צ רבי מאיר רוזנבוים.
בן כ"ק האדמו"ר הזקן מנדבורנא רבינו איתמר זצ"ל. אחיו של יבדל לחים ארוכים כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חדרה ודודו של כ"ק אדמו"ר נדבורנא בני ברק.
הרה"צ רבי מאיר זצ"ל שימש רב במקסיקו ולעת זיקנתו רב בית הכנסת ובית המידרש יד איתמר בפלטבוש.
יהודי ת"ח עצום וגדול בתורה. תקופה ארוכה היה סמוך לאביו רבי איתמר זצ"ל לסעדו. ואז בשבתות הקיץ נתן שיעור בפרקי אבות שהיו נאמרים לפני מינחה. השיעורים נאמרו בטוב טעם ודעת הרבי מאיר
ריתק בלמדנותו ובכושר הסברה ניפלא.
הליכותיו היו תמיד בדרכי נועם וקיבל כול אדם בסבר פנים יפות.
ארונו יגיע לשדה התעופה בטיסת אל על בשעה חמש
בדרכה להר הזיתים לחלקת רבני נדבורנא.
זכותו יגן עלינו ומחה ה' דימעה מעל כול פנים.


איך זעה אז בסוף ימיו האט ער געוואונט אין פלעטבוש ווי ער האט געהאט א ביהמ"ד 'יד איתמר'.

-

א גרויסען דאנק פאר אפטיילען/מסדר זיין דעם אשכול

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 1:01 pm

בסוף ימיו הי' גר באיסט פלעטבוש והתחתן עם גרושת הרב שלמה טווערסקי מדענווער בת ש''ב הרה''צ ר' יוסף לייפער מפיטסבורג .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 2:07 pm

רבבה האט געשריבן:בסוף ימיו הי' גר באיסט פלעטבוש והתחתן עם גרושת הרב שלמה טווערסקי מדענווער בת ש''ב הרה''צ ר' יוסף לייפער מפיטסבורג .


נייעס, לא ידעתי שר' בנציון חיים שלמה משולם זושא מדענווער התגרש, הלה נפטר בגיל צעיר יחסית.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 30, 2016 1:30 pm

וועלכע יאר איז ר' מאיר געגאנגען קיין זיד-אמעריקא? האט ער פרירע געוואונט דאהי אין די יונייטעד סטייטס?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך מארטש 30, 2016 1:40 pm

אויב דענק עך גוט האט ער געוואוינט אויך אין קאראקאס בירת ווענצואלע און מ'האט אים גערופן (עכ"פ צווישן די קרעטשניפער משפחה) אלס "דער קאראקאסער רבי".

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מארטש 30, 2016 1:48 pm

טריסקער האט געשריבן:אויב דענק עך גוט האט ער געוואוינט אויך אין קאראקאס בירת ווענצואלע און מ'האט אים גערופן (עכ"פ צווישן די קרעטשניפער משפחה) אלס "דער קאראקאסער רבי".


עירוב פרשיות שנו כאן!
ר' מאיר פון וועם די רעדס לעבט נאך אין ווילאמסבורג
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך מארטש 30, 2016 2:59 pm

שכוח הרב נא_שכל פארן מיר אויפמערקזאם מאכן, יעצט זעה איך אז איך האמיר צומישט צווישן פעטער און נעפיו.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך מארטש 30, 2016 4:36 pm

איז דער דאמבראוו'ער רב אין מאנסי (ר' נפתלי רובין) א אייניקל פון דעם ר' מאיר?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מארטש 30, 2016 4:45 pm

מיללער האט געשריבן:וועלכע יאר איז ר' מאיר געגאנגען קיין זיד-אמעריקא? האט ער פרירע געוואונט דאהי אין די יונייטעד סטייטס?

כ'האב אמאל געהערט אז ער איז נאך אהינגעגאנגן פאר די וועלט מלחמה.

מעגליך אז שפעטער ווען זיין טאטע ר' איתמר'ל איז געקומען קיין אמעריקא איז ער אויך אהערגעקומען פאר שטיק צייט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך מארטש 30, 2016 6:02 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איז דער דאמבראוו'ער רב אין מאנסי (ר' נפתלי רובין) א אייניקל פון דעם ר' מאיר?

ער איז אן איידעם ביי ר' מאיר מקאראקאס א זון פון ר' יצחק אייזיק מזוטשקא א ברודער פון דעם ר' מאיר המדובר.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך מארטש 30, 2016 10:23 pm

מיר האבן כמה פעמים געהערט רבי מאירל דער מעקסיקאנער רבי רעדען און פארציילן פון זיין גרויסן פאטער.

זייער א פיינער רעדנער געוועהן, קלאר און דייטליך, א געשמאק געוועהן אים צוהערן רעדן, ער האט געהאט א געוואלדיגער צוציאונגס-קראפט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 04, 2016 4:10 pm

נא_שכל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וועלכע יאר איז ר' מאיר געגאנגען קיין זיד-אמעריקא? האט ער פרירע געוואונט דאהי אין די יונייטעד סטייטס?

כ'האב אמאל געהערט אז ער איז נאך אהינגעגאנגן פאר די וועלט מלחמה.

מעגליך אז שפעטער ווען זיין טאטע ר' איתמר'ל איז געקומען קיין אמעריקא איז ער אויך אהערגעקומען פאר שטיק צייט.

איך פרעג ווייל איך געפון א "רב" בשם ר' מאיר ראזענבוים אין די צענזוס פון די בראנקס בשנת ת"ש, ער איז אנגעבליך 27 יאר אלט, געבוירן אין ראמעניע און לעצטע וואונטארט איז געווען ירושלים איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא, וויל איך וויסן צו דאס איז ער, א דאנק.

די צענזוס רעקארד:
https://familysearch.org/ark:/61903/1:1:KQML-XX9

אריגינעלע - שורה # 46:
צוגעלייגטע
download (1).png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 04, 2016 4:16 pm

געפונען - זהו זה:
https://en.wikipedia.org/wiki/Meyer_Rosenbaum_(II)
Rosenbaum was born on 12 August 1910 in Charnovitch (then in Austro-Hungary), a son of Rebbe Isamar Rosenbaum. In 1918 the area came under Romanian rule. Rosenbaum left in 1933 for Palestine, where he learned in Hevron Yeshiva (Jerusalem). He received his rabbinic ordination in 1936, Isamar's only son who did not become a Hasidic rabbi. In 1937, he moved to New York. In 1948 Rosenbaum arrived in Cuban on a charity collection mission for the Israeli Irgun. He soon became the Rabbi of Adath Israel-K’neseth Israel, then later rabbi of the Patronato.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 04, 2016 4:24 pm

ספרו - התורה לאור התקופה:
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?171390&

ובאידיש - דער היינט אין תורה:
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?164994&

ער רעכנט דארט אויס זיינע קינדער
צוגעלייגטע
getimg (1).jpg

דער רב
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » מאנטאג אפריל 04, 2016 5:43 pm

מיללער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וועלכע יאר איז ר' מאיר געגאנגען קיין זיד-אמעריקא? האט ער פרירע געוואונט דאהי אין די יונייטעד סטייטס?

כ'האב אמאל געהערט אז ער איז נאך אהינגעגאנגן פאר די וועלט מלחמה.

מעגליך אז שפעטער ווען זיין טאטע ר' איתמר'ל איז געקומען קיין אמעריקא איז ער אויך אהערגעקומען פאר שטיק צייט.

איך פרעג ווייל איך געפון א "רב" בשם ר' מאיר ראזענבוים אין די צענזוס פון די בראנקס בשנת ת"ש, ער איז אנגעבליך 27 יאר אלט, געבוירן אין ראמעניע און לעצטע וואונטארט איז געווען ירושלים איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא, וויל איך וויסן צו דאס איז ער, א דאנק.

די צענזוס רעקארד:
https://familysearch.org/ark:/61903/1:1:KQML-XX9

אריגינעלע - שורה # 46:

ר' מאיר פון קאראקאס האט אויך געוואוינט אין בראנקס פאר ער האט זיך געצויגן קיין קאראקאס, ער איז דארט געווען (קודם שמש נאכדעם) רב אין אגודה ביהמ"ד.
אבער לפי השנים איז דאס נישט אים. לפי השמועה האט דער מעקסיקאנער געווען א רב אין מאנהעטן, קען זיין דאס איז נאר געווען שריפטליך, אדער ער האט געטוישט פאסטענעס.

דער רב
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » מאנטאג אפריל 04, 2016 5:45 pm

מיללער האט געשריבן:
רבבה האט געשריבן:בסוף ימיו הי' גר באיסט פלעטבוש והתחתן עם גרושת הרב שלמה טווערסקי מדענווער בת ש''ב הרה''צ ר' יוסף לייפער מפיטסבורג .


נייעס, לא ידעתי שר' בנציון חיים שלמה משולם זושא מדענווער התגרש, הלה נפטר בגיל צעיר יחסית.

אכן כן הוא, אבל המעקסיקאנער הי' זווגה השלישית בסוף ימיהם.

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » מאנטאג אפריל 04, 2016 6:52 pm

נא_שכל האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:אויב דענק עך גוט האט ער געוואוינט אויך אין קאראקאס בירת ווענצואלע און מ'האט אים גערופן (עכ"פ צווישן די קרעטשניפער משפחה) אלס "דער קאראקאסער רבי".

כ'האב געהערט אז ער איז שוין נישט דא פאר א שטיק צייט, ווייסט איינער קלאר'ער

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג אפריל 04, 2016 6:56 pm

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:אויב דענק עך גוט האט ער געוואוינט אויך אין קאראקאס בירת ווענצואלע און מ'האט אים גערופן (עכ"פ צווישן די קרעטשניפער משפחה) אלס "דער קאראקאסער רבי".

כ'האב געהערט אז ער איז שוין נישט דא פאר א שטיק צייט, ווייסט איינער קלאר'ער

כ'קען א זון זיינער וואס רופט זיך אדמו"ר מקאראקאס אין ביתר לויט דעם זעט אויס אז זיין טאטע לעבט שוין נישט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אפריל 04, 2016 8:06 pm

ער איז נאך דא ער לעבט! כ'זע עם כמעט יעדע וואך, הגם ער איז שוין נישט אזוי ווי אין די אינגע יארן (בלשון המעטה)

זיין אייניקל פון ביתר רופט זוך מיט די הוספה - ביתר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

דער רב
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » דינסטאג אפריל 05, 2016 1:24 pm

כ'קען א זון זיינער וואס רופט זיך אדמו"ר מקאראקאס אין ביתר לויט דעם זעט אויס אז זיין טאטע לעבט שוין נישט.

ער האט נאר צוויי זון, איינער הרה"צ מנאנאש אין וויליאמסבורג און א צווייטע אין טאשה. זיין רביצן לעבט נישט אבער ער לעבט נאך.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אפריל 05, 2016 1:38 pm

דער רב האט געשריבן:
כ'קען א זון זיינער וואס רופט זיך אדמו"ר מקאראקאס אין ביתר לויט דעם זעט אויס אז זיין טאטע לעבט שוין נישט.

ער האט נאר צוויי זון, איינער הרה"צ מנאנאש אין וויליאמסבורג און א צווייטע אין טאשה. זיין רביצן לעבט נישט אבער ער לעבט נאך.

איז ווער איז דער קאראקאסער פון ביתר ס'דאך געווען נאר איין רבי פון קאראקאס, און אויף אזויפיל ווייס איך אז ער הייסט ראזענבוים.

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג אפריל 05, 2016 5:50 pm

טריסקער האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן:
כ'קען א זון זיינער וואס רופט זיך אדמו"ר מקאראקאס אין ביתר לויט דעם זעט אויס אז זיין טאטע לעבט שוין נישט.

ער האט נאר צוויי זון, איינער הרה"צ מנאנאש אין וויליאמסבורג און א צווייטע אין טאשה. זיין רביצן לעבט נישט אבער ער לעבט נאך.

איז ווער איז דער קאראקאסער פון ביתר ס'דאך געווען נאר איין רבי פון קאראקאס, און אויף אזויפיל ווייס איך אז ער הייסט ראזענבוים.

קאראקעס'ער רבי ר' מאיר [?] איז די צווייטע (אפשר איז ער יא עלטער פון זיין ברידער די סטאניסלאוו'ר זצ"ל) זוהן פון הגה"ק רבי יצחק אייזיק מזוטשקא זצ"ל,
ער האט צוויי זוהן דערמאנט פריער רבי ברוך מנאנאש בוו"ב און רבי יעקב בקרית טאהש דער פון ביתר כמדומה איז א זוהן פון נאנאש,,

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אפריל 05, 2016 6:01 pm

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:קאראקעס'ער רבי ר' מאיר [?] איז די צווייטע (אפשר איז ער יא עלטער פון זיין ברידער די סטאניסלאוו'ר זצ"ל) זוהן פון הגה"ק רבי יצחק אייזיק מזוטשקא זצ"ל,
ער האט צוויי זוהן דערמאנט פריער רבי ברוך מנאנאש בוו"ב און רבי יעקב בקרית טאהש דער פון ביתר כמדומה איז א זוהן פון נאנאש,,

What's that?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט