נייעס איבער פעיסבוק, מעטא און מארק צוקערבערג

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זיך געשלאסען פרייטאג ביי א נייע נידריקייט 18.6, האט שוין פארלוירן איבער 50% ווערט פון ווען עס איז געגאנגען פאבליק. :cry: :cry:
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יעצט געטראסקעט 10%, צו $20.71, און אקטיוויזירט די נעסדעק סירקוט ברעיקער (לכתחילה, ביסט מכובד מסביר צו זיין די סירקוט ברעיקער..)
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

שנאפס האט געשריבן:יעצט געטראסקעט 10%, צו $20.71, און אקטיוויזירט די נעסדעק סירקוט ברעיקער (לכתחילה, ביסט מכובד מסביר צו זיין די סירקוט ברעיקער..)

לכתחילה אריבער ווי ביסטי ווען מען דארף דיר???
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך האב נישט קיין צייט (?) צו שרייבן אן אריכות, אין איין ווארט איז א סירקוט ברעיקער, אזא עמערדזשענסי ברעיק, אנגעשטעלט אז אויב א סטאק טראסקעט צו שטארק אויף איין מאל, זאל עס אטאמאטיק אפשטעלען די טרעידן.

דאס איז סיי ווייל מען דארף מאכן זיכער אז עס איז נישט קיין טעכנישע פראבלעם, ווי עס איז לעצטענס געווען, און בעיקר אז עס זאל נישט ווערן א פאניק, וואס קען מאכן די סטאק טראסקענען נאך מער, ווייל יעדער נעמט ארויס ווייל ..... יעדער נעמט ארויס, ווייל ........ יעדער נעמט ארויס אא"וו.

אז א סטאק פאלט פאר א לעגעטימע טעם, למשל אז די קאמפעטישען איז ארויס געקומען מיט א בעסערע פראדוקט, דאן איז נארמאל אז עס זאל פאלן, אבער אז עס פאלט פאר די איינע סיבה "ווייל עס פאלט", דאס הייסט אז די קאמפאני איז נישט באמת ווייניגער ווערט נאר עס איז א פאניק, און דאס קען מען נישט צולאזען.

אזעלעכע סירקוט ברעיקער'ס איז דא אויפן מארקעט בכלל, אויפן דאו דזשאנס, נעסדעק, ען. וויי. סי. אי., דאס האט מען אזוי אריינגעשטעלט נאכן "שווארצען מאנטאג, אין יאר 87' אקטובער דעם נייצענטען, ווען די דאו דזשאנס איז געפאלען מיט איבער 22% אין איין טאג, און עס איז געווען א שרעקליכע פאניק, האט מען געמאכט די סירקוט ברעיקער'ס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

שרעקעדיג
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פעיסבוק איז אריבער דעם אסטראנאמישער נומען פון איין ....... ביליאן באנוצער!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

און וואס הערט זיך מיט זייערע סטאקס?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

סאכדעס האט געשריבן:און וואס הערט זיך מיט זייערע סטאקס?

האלט ביי א נישטיגע 19.64
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

leiby האט געשריבן:
לכתחילה איך וואלט געביטן דיין נאמען צו 'אייוועלטס וויקי'
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היינט איז פעיסבוק ארויף די גרעסטע שפרינג זייט זי איז געגאנגען פאבליק, כמעט 20% העכער !!! צו 23.23 $

אבער, עס גייט ווערן ריליסט נאך סטאק וואס איז געווען איינגעשפארט ביז יעצט (ליין מער וועגן דעם פריער), און דאס קען מאכן אז עס זאל צוריק פאלן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

היינט העכער מיט כמעט צעהן פראצענט, בשעת וואס די סטאק מארקעט און אלגעמיין האלט זיך נידעריגער.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

די סטאק מארקעט איז נידריגער ווייל אבאמא האט געוואונען, אבער די אבאמא שטיצער זענען אלע אויף פעיסבוק, ממילא איזעס העכער...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

WOW, דאו נידעריגער 185 פונקטן, פעיסבוק איז ארויף צוועלעף פראצענט!!
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ריק פערי האט געשריבן:WOW, דאו נידעריגער 185 פונקטן, פעיסבוק איז ארויף צוועלעף פראצענט!!

און די חידוש איז, אז יעדער האט געהאלטן אז ס'גייט שטארק פאלן, ווייל אסאך סטאק פון פעיסבוק איז היינט געווארן עוועיליבל, ווען "אינסיידערס" האבן געמעגט אנהייבן פארקויפן סטאקס, וואס זיי האבן ביז יעצט נישט געטארט, וועגן די סיבות וואס מען האט שוין געשריבן אויבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:היינט איז פעיסבוק ארויף די גרעסטע שפרינג זייט זי איז געגאנגען פאבליק, כמעט 20% העכער !!! צו 23.23 $

אבער, עס גייט ווערן ריליסט נאך סטאק וואס איז געווען איינגעשפארט ביז יעצט (ליין מער וועגן דעם פריער), און דאס קען מאכן אז עס זאל צוריק פאלן.

נאכן פאלן אין די פארגאנגענהייט צו $17.55, איז די פעיסבוק סטאק היינט ארויף צו העכער 30 דאלער צום ערשטען מאל זייט די נפילה. יעצט איז עס שוין נישט אזוי געפערליך ווייט פון די 38 ווי עס האט זיך געפענט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פעיסבוק האט געמאכט א מעלדונג וואס האט גענומען די טעכנעלאגיע וועלט אין א שטורעם.

יעדער איינער ווייסט, אז ווען מען וויל עפעס זוכען אויפן געוועב, גייט מען צו א "סערטש ענדזשין" א שטייגער ווי גוגל, בינג, אדער יאהו (כליפ כליפ), עי. או. על. (דא וויין איך ניטאמאל, ווייל דער עולם העט לאכן, וויינען אויף זיי, איז אזוי ווי מאסרי פון מצרים זאל וויינען נאך ראמסייס דער צווייטער, קיינער געדענקט שוין נישט אז אזא איינער האט אמאל עקסעסטירט בכלל) אא"וו, מען לייגט אריין די בקשה און ביז א "פרעקשען" פון א סעקאנד ביסטו א געהאלפענער.

פון די אלע "סערטש ענדזשינ'ס" איז גוגל ווייט דער שטערקסטער און וואקסט נאך. פאריאר נאוועמבער האט זי געמאכט א נייער רעקארד פון 69.9 פראצענט פון אלע סערטשעס!! און דאס איז געווען א קורצע צייט נאכדעם ווי זי האט געבראכען איר פריערדיגע רעקארד דערגרייכענדיג 66.8 אין יוני פאריאר. אקטובער פון 11' איז זי געשטאנען ביי 65.4 פראצענט.

די נעקסטע "נאנטסטע" קאמפעטישען איז בינג וואס איז זייער ווייט פון נאנט. זיי זענען אין אקטובער פאריאר געווען ביי 16 פראצענט ארויף פון 14.8 אין אקטובער 11'.

יאהו (יעצט וועט איר פארשטיין די געוויין) איז געפאלען פון 15.2 אקטובער 11' צו 12.2 אקטובער 12'. דערנאך קומט "עסק" געווען אין אקטובער 12' 3.2 ארויף פון א יאר פריער ווען זי איז געשטאנען ביי 2.9. און אחרון אחרון "גוט אין דער ערד" עי. או. על. געוואקסען פון 1.5 אין 11' צו 1.8 און 12'.

דאס איז אין אמעריקע, אין יוראפ האט גוגל ........... 90 % אין אסאך לענדער!!! אין בינג? וואס איז בינג?? יו געט דע פוינט.

ווי אזוי ארבייט גוגל, קיינער ווייסט נישט פונקטליך, עס האט צוטאן פארשטייט זיך מיט זייטלען וואס האבן די מערסטע שייכות צו די ענין וואס דו ווילסט וויסען, און לויט ווי דער עולם האט זיך אפגעשטעלט ביים זיכען די זעלבע אינפארמאציע וואס דו זיכסט, און די זייטלען וואס האבן די מערסטע באזוכער, אא"וו אלס ווערט אריינגענומען אין חשבון, אבער עס האט אלס גארנישט מיט דיר פערזענדליך.

אבער דאס אלס איז אלגעמיין סערטשעס.

איז געקומען א קאמפאני "יעלפ" און געמאכט א נייע זאך. מיר זיכען נישט אלס, אבער מיר קענען אייך סערווירן אינפארמאציע פון רעסטאראנטען, לויט ווי באנוצער האבען אריינגעלייגט. סא אז דו ביסט אין ניו יארק, און די ווילסט א כינעזע פרעס-ארט וואס שמעקט פאר מענטשען פון אויסלאנד, און זיי זענען צווישען 20 און 30 יאר, און ס'קאסט א סעודה צווישען 50 און 70 דולאר, געסטו א פרעג, און היידא "קוואק קוואק האק טשעק" כינעזער רעסטאראנט, איז גאר גוט געאייגענט פאר דיר.

און אזוי איז אויך דא אזא אפציע ביי עמעזאן פאר ביכער אדער די אנדערע זאכן וואס זיי פארקויפן, אז דו קויפסט עפעס, אדער דו קוקסט אויף עפעס וועט ער דיר זאגן "אנדערע וואס האבן דאס געקוקט\געקויפט, האבען אויך געקוקט\געקויפט דאס". אבער דאס האט גארנישט מיט דיר פערזענדליך.

איז געגאנגען בינג, און גוגל, און געמאכט א אפציע וואס וועט זיין מער "פערסענאל" מער שייכות מיט דיר. גוגל רופט עס "גוגל + יו" און בינג רופט עס ........ הו קעירס, קיינער נוצט עס עניוועי נישט!!

למעשה האט גוגל פארשטייט זיך א אויבערהאנט אין דעם פעלד, ווייל גוגל אזוי נישט-מיר-נישט-דיר ווייסט א געוואלד איבער יעדע מענטש, לויט וואס ער זוכט, זיינע קאנטאקטס אין דזשימעיל, אא"וו, סא אז דו זיכסט עפעס א אייטעם, וועט ער דיר קענען געבען רעזאלטאטען, לויט ווי ווייט ער קען דיר. בינג איז פארשטייט זיך צוריקגעבליבן מיט דעם פעלד, קודם ווייל ער האט ווייניג באנוצער, ווי געשריבען, און ווייל פערזענליכע זאכן ווייסט ער גאר ווייניג.

אבער איז דא א קאמפאני וואס הייסט "פעיסבוק", וואס יעדער וואס האט שוין געהערט פון דעם ווייסט, אז דער עולם געט דארט ארויס דאס גאנצע האב אין גיטס, יעדער לייגט ארויף אלע זיינע בויך וויי, וואספארא עסען ער האט ליעב, ווי ער איז היינט געווען, וועלעכע ביך, זינגער, שפילער, ער האט ליעב, און סתם כל ערליי שטותים והבלים, ממש אן קיין מאס.

אויך האט דארט יעדער חבירים, און מען שרייבט דער איז א עכטע חבר נאך פון קאלידזש, דער איז נאר ווירטואל, און יעדער ווי ער וואוינט ווי ער דרייט זיך וכו' וכו'.

פעיסבוק פארמאגט א נישט קשה'דיגע צאל באנוצער, עפעס מער ווי איין ...... ביליאן!!! און יעדער האט דאך צענדליגער אויב נישט הונדערטער שטיקער אינפארמאציע.

זאגט פעיסבוק א שטארקע זאך! אנשטאט פרעגען גוגל סתם אין די וועלט אריין, וועסטו פרעגען פעיסבוק, און פעיסבוק וועט עס דיר גיין זוכען! וואס איז די אויפטו? פשוט, זי וועט גיין זוכען לויט דיינע משוגעתן, און לויט דיינע גוטע פריינד, און לויט דיין געגענט, וכו' וכו'.

און נאך מער. דו וועסט קענען פרעגען א פראגע אזוי: "ווי איז דא א גוטע מעכאניקער פאר מיין קאר, לויט ווי מיינע פריינד זאגן וואס וואוינען אין מיין געגענט", אדער "ווי איז א גוטע האטעל, לויט מיינע חבירים וואס וואונען דווקא נישט דא, און וואס זענען געווען דא באזוכען".

דאס מיינט אז פעיסבוק גייט "פערסענעלייזען" די גאנצע געוועב!

ביז היינט האסטו אויך געקענט פרעגען זאכען פאון פעיסבוק, לויט דיינע משוגעתן, אבער עס האט דיר נאר געברענגט איפארמאציע פון פעיסבוק אליינס, אבער יעצט וועט זי גיין אויפן וועב, און זיכען איבעראל לויט דיינע פרעפרענסעס.

די מערסטע וועלן פארשטייט זיך פארלירן אזעלעכע פירמעס ווי יעלפ, וואס געוויסע שרייבן שוין די הספידים.

ווער וועט פארדינען די מערסטע?

פארשטייט זיך פעיסבוק אליינס, אבער ווער נאך? מייקראסאפט! פארוואס? פשוט, פעיסבוק ניצט מייקראסאפט פאר איר סערטש ענדזשין! דאס הייסט אזוי, פעיסבוק אליינס האט נישט קיין סערטש ענדזשין פארן גאנצע וועב, נאר ווען דו וועסט עפעס סערטשען אין פעיסבוק, וועט זי גיין צו בינג, מאכן א אלגעמיינע סערטש אויף די חלקים וואס בינג קען, טריקען נישט פערזענדליך, און דערנאך ווא פעיסבוק אליינס מאכן א סערטש בתוך סערטש, אז עס זאל זיין צוגעפאסט לויט דיין פראפיל אין פעיסבוק.

יעצט אויב פעיסבוק סערטש (אגב, עס הייסט "פעיסבוק גרעף") ווערט אויפגעכאפט, עס ווערט פאפיולער, ממילא וועט דאס אטאמאטיק אויפהייבן בינג!

קומט אויס אז דער צווייטער פארלירער נאך יעלפ, וועט זיין גוגל!

אבער אנדערע האלטען אז עס וועט נאך העלפען גוגל איבערהויפט אין יוראפ. ווייל ווי געשריבן איז גוגל אוגעהויער שטארק, און אין געוויסע יוראפעישע לענדער, טוט מען שטארק באטראכטען א "אנטי-טראסט" לואסוט קעגען גוגל, ווייל זיי דאנאמירן די מארקעט זייער שטארק. אבער יעצט אז זיי האבן א קאמפעטישען וועט עס זיין אביסעל באלאנצירט, און וועט אראפ נעמען די בייז אויג פון גוגל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכתחלה,
דאנק פאר דיין הערליכע באריכט.
לעניית דעתי זע איך נישט וויאזוי דאס גייט בכלל קאמפיטן מיט גוגל. אויב איז דאס אווי יעלפ, טא וואס איז די זארג, פונקט ווי יעלפ האט נישט געהאקט גוגל ווייל עס קעיטערט א אנדערע אודיענס אינגאנצן. קיינער וועט נישט זיצן אנטקעגן יעלפ.קאם אגאנצן טאג און מאכן די טעגליכע זוכענישן עס איז גוט פאר רעסטוראנטן און מוזיק אבער נישט פאר ארדינערי סיורטש.

און!
גוגל האט שוין דערשפירט דעם זעץ פון פעיסבוק לאנג פאר די דאזיגע נייעס, טאקע דערפאר האבן זיי צוגעאיילט זייער "גוגל+" פאר א יאר צוויי צוריק זעענדיג אז די טרעפיק ציהט צו סאשעל סייטס. למעשה וואקסט דער גוגל+ ווי אויף הייוון און זיי נאשן און שטעלן צאם אלע מינים אינפארמאציע איבער זייערע יוזערס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שוועמל האט געשריבן:לכתחלה,
דאנק פאר דיין הערליכע באריכט.
לעניית דעתי זע איך נישט וויאזוי דאס גייט בכלל קאמפיטן מיט גוגל. אויב איז דאס אווי יעלפ, טא וואס איז די זארג, פונקט ווי יעלפ האט נישט געהאקט גוגל ווייל עס קעיטערט א אנדערע אודיענס אינגאנצן. קיינער וועט נישט זיצן אנטקעגן יעלפ.קאם אגאנצן טאג און מאכן די טעגליכע זוכענישן עס איז גוט פאר רעסטוראנטן און מוזיק אבער נישט פאר ארדינערי סיורטש.

און!
גוגל האט שוין דערשפירט דעם זעץ פון פעיסבוק לאנג פאר די דאזיגע נייעס, טאקע דערפאר האבן זיי צוגעאיילט זייער "גוגל+" פאר א יאר צוויי צוריק זעענדיג אז די טרעפיק ציהט צו סאשעל סייטס. למעשה וואקסט דער גוגל+ ווי אויף הייוון און זיי נאשן און שטעלן צאם אלע מינים אינפארמאציע איבער זייערע יוזערס.

יעלפ איז נאר פאר רעסטאראנטען, וועגן דעם האט עס נישט געשאדט פאר גוגל אזוי שטארק, אבער האב נישט מורא, גוגל האט א סאך שאדן, ווייל רעסטאראנטען - וואס ווי באוויסט איז "עסן" איינע פון די גרעסטע אינדרעסטריס אין אמעריקע - אדווערטייזען ענדערשט אויף יעלפ ווי אויף גוגל.

קיינער זיצט נישט אגאנצען טאג אויף יעלפ ווייל זיי טטעלען נישט צו אלעס, נאר עסן, אבער דא רעדט מען פון א געהעריגע סערטש ענדזשין, און וועסט זוכען פונקט ווי אויף גוגל - אדער בעסער געזאגט בינג- נאר ווען עס איז שייך פערסענעל וועט ער דיר געבען פערסענעל. און חוץ דעם וועסטו קענען זיכען זאכען לויט פילטערס וואס דו האסט נישט אויף גוגל.

און דאסט וואס דו זאגסט גוגל + גערעכט, און כ'האב עס טאקע אויסגעשמועסט, אבער זיי האבן סאאאאאך וויייגער אינפארמאציע איבער א מענטש ווי פעיסבוק. פעיסבוק זאמעלט שוין אינפא יארן, מען קען נישט אין 10 מינוט אנזאמלען אזא אוצר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יעדער איינער ווייסט, אז ווען מען וויל עפעס זוכען אויפן געוועב, גייט מען צו א "סערטש ענדזשין" א שטייגער ווי גוגל, בינג, אדער יאהו (כליפ כליפ), עי. או. על. (דא וויין איך ניטאמאל, ווייל דער עולם העט לאכן, וויינען אויף זיי, איז אזוי ווי מאסרי פון מצרים זאל וויינען נאך ראמסייס דער צווייטער, קיינער געדענקט שוין נישט אז אזא איינער האט אמאל עקסעסטירט בכלל)

עי. אן. על. איז עפעס א קרוב פאר די קאמפנעי וואס פלעגט שיקען סידיס אויף די פאסט? :lol:
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

יא,שששש פארצייל נישט פאר קיינעם אז איך נוטץ זיי נאך.

וואס דער הרב לכתחילה קאן דאס קאן ניקס קיינער!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווען לכתחילה אריבער זאל שרייבן פון מאלפעס מיט קוקערוץ וועל איך דאס ליינען מיטן זעלבן געשמאק, אומגלויבליך איז אן אונטערשאצונג. א דאנק!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דאס איז פאר לכתחילה
סארי פארן אויסברוך אבער איך גלייך זייער ווען לכתחילה באריכט די סארט נייעס ;l;p- (דא האסטו נאך איינס)
איצט צי שוועמל
יעלפ איז טאקע אז זאך וואס קיינער ווייסט נישט מילא האט ער נישט וואס צי קאמפיטן גוגל
אבער פעיסבוק אינאיינעם מיט מייקראסאפט איז גענוג גרויס (וואס רעדעך גרויס? ריזזזזזיג) אז זיי קענען היבש שאדן מאכן גוגל
גוגל פלאס האט כמעט נישט גערירט פעיסבוק פון פלאץ יא טאקע אביסל דעמעדזש אבער נישט קיין ערענסטע זאכן
אין אנדערע ווערטער פעיסבוק+מייקראספט איז מער שאדן פאר גוגל, ווי גוגל פלאס (גוגל אליינס) פאר פעיסבוק

איצט וועגן וואס לכתחילה שרייבט אז גוגל ווייסט אסאך פערסאנאלע זאכן פון יעדעם
וויל איך סתם מודיע זיין דעם עולם אז אויב איינער אינסטאלירט א בראוזער עדד אן למשל גוגל טולבאר קען גוגל ליינען אלע דיינע פריוואטע אינפארמאציע ביי עני אנדערע וועב סייט
זיי קענען דיינע פעססווארדס צי אייוועלט
און קענען ליינען דיינע קרעדיט קארד אינפארמאציע וואס דו סעווסט ביי עני סייט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכתחילה א ריזן דאנק, א געשמאק צו ליינען.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

לכתחילה! ריזיג!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

למעלה משבעים האט געשריבן:לכתחילה א ריזן דאנק, א געשמאק צו ליינען.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”