בארא פארק און איר אידישע היסטאריע

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און דער ערשטע תגובה פונעם אשכול האט רב מיללער געברענגט א ליסט פון רבני בארא-פארק.

עס ווערט דערמאנט ר' מאיר פינסקי ז"ל רב פון די ספרדישע שוהן אויף 14 עוועניו.
איך האב אוהם נאך געקענט.
רב פינסקי איז געווען דער שווער פון ר' שרגא משה קאלמאנאוויטש פון מירער ישיבה, א זוהן פון ר' אברהם קאלמאנאוויטש ז"ל.

נאך רב פינסקי איז ר' דוד זינגער ז"ל געווארען רב און די ספרדישע שוהל.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בענין די מקוה וואס ווערט דערמאנט אונעם קול קורא וואס רב מיללער צייכענט אהן און זיין ערשטע תגובה.

בארא פארק האט געהאט א מקוה פון פריערט אויף 52 גאס צווישען 13 עוועניו און נו יוטריקט עוועניו. (יענע מקוה עקזעסטירט נאך עד היום.) אבער היות דער עולם האט זיך זייער צווואקסען
און יענע מקוה איז געווען צו קליין צו דערהייבען דער עולם, האט מען זיך מיישב געווען צו בויען א נייע מקוה.
די מקוה האט מען געבויט אויף 46 גאס צווישען 13 און 14 עוועניו.
לכתחילה האבען זיי געהאט אפגעקויפט א הויז ערגעטץ אנדערשט. און יענעם הויז האט געוואוינט רב יונה הוראוויטץ ז"ל, דער אונסדארפער רב.
דערנאך האט זיך געמאכט עוועילעבעל דער היינטיגע מקום וואס דער שטח איז געווען אסאך גרעסער וויא דאס שטח פונעם הויז פון אונסדארפער רב ז"ל, האבען זיי באשלאסען דא צו בויען.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

msp האט געשריבן:ווען איז מרן אדמו"ר מבאבוב זצ"ל אריבער קיין בארא פארק?

דער פינטליכער יאהר ווייס איך נישט, אבער דאס קען איך יא זאגען אז איך בין נאך געווען א בחור סא מוז עס זיין איבער 42 יאהר.

דער באבובער בית מדרש איז לכתחילה געווען אויף 14 עוועניו צווישען 45 און 44 גאס, א קעגען איבער וויא פינטער'ס ספרים סטאר איז היינט. דעלעבען דאס בית מדרש איז געווען דער Cornel סאדע פאבריק. דער סאדע פאבריק מקום באלאנגוט היינט צו חסידי באיאן.

דערנאך, ווען עס איז געווארען א ביסעל ענג, האט באבוב זיך אריבער געצויגען צו 14 עווענין קארנער 44. דער מקום איז געווען צוויי מאל אזוי גרויס אוויא דאס פריערדיגע מקום.

שפעטער ווען עס האט זיך שוין אהנגעפאנגען דאס ווינט צו בלאזען אז דער רב ז"ל וועט זיך אריבער צוען קיין באראפארק, האט מען אפקעקויפט א בילדינג אויף 15 עוועניו צווישען 47 אן 48 גאס און דאס בית המדרש האט זיך אהון געצויגען.
דא איז שוין געווען אן אייגענע מקוה אויך.
איך געדענק נאך דעם רב ז"ל דאווענען און דער בנין ווען ער האט זיך אריבער געצויגען קיין בארא-פארק.
אלטס בחור איז דארט געווען מיין פלאטץ צו לערנען מיט מיין חברותא א יעדען שבת נאכמיטאג.

אויף דעם מקום פון דער בנין איז היינט דער 15 עוועניו שער פונעם בית מדרש.
the SCY is the limit
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

שכוח פאר די אינפארמאציע
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח ר' שמחה פאר די פרטים, נאר נאכאמאל צו קענען לעזן ר' שמחה'ס זכרונות האט זיך דער אשכול און זאגאר דער גאנצער פארום און איי-וועלט געלוינט, עבדו את ה' בשמחה!

-

ווען איז אייער רבי דער אויווארער רב אריבער קיין בארא פארק? עקטשועלי אויב איך מעג פרעגן, ווען זענט איר אריבער קיין בארא פארק?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב מיללער,

אינז זעמער געקומען קיין באראפארק בערך 55 יאהר צוריק.
מיין טאטע'ס שוואגער, ר' יעקב טובי ווייזער'ס טאטע, איז שוין דא געווען פאר אינז און זיי האבען געדאווענט און באבובער שטיבעל האמער אויך דארט געדאווענט אויף 14 עוועניו.
ר' הערשל טויבער ז"ל(ר' חיים יעקב'ס פאטער), דער טורנער רב ז"ל, ר נחום מאייער ע"ה( ר' וואלף אלי'ס פאטער) האבען דארט געדאווענט.

ווען דער באטור רב ז"ל איז געקומען קיין באראפארק, זעמער אריבערגעגאנגען דאווענען ביי אוהם.
מיין בר מצוה איז שוין געווען ביים באטור רב און בית מדרש.

דערנאך וען אויווארער רב ז"ל האט זיך אריבער געצויגען קיין באראפארק, האט ר' משה בראווער ע"ה אהין געשלעפט מיין טאטען.

איך געדענק נישט דאס יאהר פינטלעך, אבער און תש"ל ווען איך האב חתונה געהאט איז שוין אויווארער רב ז"ל געווען דא און מיין אויפריף איז שוין געווען ביי אוהם און בית מדרש.
the SCY is the limit
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

דער חידוש איז נאר אז דער דעברצינער רב איז נישט אונטער געשריבען . עהר איז שוין דעמאלטס געווען פין דיא פוסקי בארא-פארק הרב ביק האט נאך נישט געוואינט אין ב''פ אויך הרב דוד זינגר איז נאך געווען אין נוארק נ.דזש. הרב פינסקי איז געווען דער רב אונטען נישט אויבען .דאס אז הרב מירסקי איז אונטער געשריבען איז ווייל דיא מקוה אויף 52 האט באלאנגט ציא יאנג איזראעל . ממילא ווען קלויזענבורג האט אפגעקויפט דיא יאנג איזראעל איז אטאמאטיש אריין געפאלען ציא זייא דיא מקוה אויף 52 .אין האבען געמאכט שינויים לדעתם לויט דיא שיטת הדברי חיים וואס דאס איז מאטריאל פאר א נושא פאר זיך . למעשה האט זעך דאס בויען דיא מקוה שטארק פארשלעפט . מען האט אפגעקויפט דאס הויז פין אונאדארפער -פראנקפורטער רב הרה''ג ר' יוסף יונה הורוויץ זצ''ל וואס האט עולה געווען קיין ארץ ישראל בני ברק .ביז דער קופיטשניצער רבי זצ''ל האט געמופט קיין בארא-פארק בשנת תשכ''ד אין האט זעך שטארק אריין געלייגט דערין דורעך דיא בקשה פין סאדאוונער רב אין האט פארופען פערזענליך כמה וכמה אסיפות אין זיין ביהמד''ר אין אליין געבעטען געלט בייא אידען ביז מען איז פארטיג געווארען
דיא השגחה אויף דיא מקוה איז געווען דורך דעם חוסטער רב סייא 52 און אויך דיא 46 סטריט מקוה אין נאך דעם דורך הרב בי''ק דאס איז בקיצור
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

scy4851 האט געשריבן:הרב מיללער,

אינז זעמער געקומען קיין באראפארק בערך 55 יאהר צוריק.
מיין טאטע'ס שוואגער, ר' יעקב טובי ווייזער'ס טאטע, איז שוין דא געווען פאר אינז און זיי האבען געדאווענט און באבובער שטיבעל האמער אויך דארט געדאווענט אויף 14 עוועניו.
ר' הערשל טויבער ז"ל(ר' חיים יעקב'ס פאטער), דער טורנער רב ז"ל, ר נחום מאייער ע"ה( ר' וואלף אלי'ס פאטער) האבען דארט געדאווענט.

ווען דער באטור רב ז"ל איז געקומען קיין באראפארק, זעמער אריבערגעגאנגען דאווענען ביי אוהם.
מיין בר מצוה איז שוין געווען ביים באטור רב און בית מדרש.

דערנאך וען אויווארער רב ז"ל האט זיך אריבער געצויגען קיין באראפארק, האט ר' משה בראווער ע"ה אהין געשלעפט מיין טאטען.

איך געדענק נישט דאס יאהר פינטלעך, אבער און תש"ל ווען איך האב חתונה געהאט איז שוין אויווארער רב ז"ל געווען דא און מיין אויפריף איז שוין געווען ביי אוהם און בית מדרש.

דער אויווארער רב האט געמופט תשכ''ח ....אבער דעמאלטס האבען שוין געוואינט א פאהר ווילי רבנים דער קראסנער רב .דער סיגעטער רב .דער אמשינאווער רבי האט געמופט תשכ''ה
הרב קאפעלמאנ'ס ישיבה וואס האט נאך נישט געהייסען שערי-יושר נאר סתם הרב קאפעלמאנ'ס ישיבה האט געמופט אין תשכ''א קודם אין פועלא אגודת ישראל ביהמד''ר אויף 16 אין 49 אין דיא שיעורים זענען געזאגט געווארען אריין דיא קארנער אין טשערנאבלער רעבינ'ס ביהמד''ר אויף 49 ביט.15-16 .דער בלוזשאווער רבי האט געמופט פין טעילאר סטריט אין תש''כ .
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איז הרב פינסקי געווען אנ'איידעם ביי ר' אלי' לאפיאן?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:און דער ערשטע תגובה פונעם אשכול האט רב מיללער געברענגט א ליסט פון רבני בארא-פארק.

עס ווערט דערמאנט ר' מאיר פינסקי ז"ל רב פון די ספרדישע שוהל אויף 14 עוועניו, איך האב אוהם נאך געקענט.
רב פינסקי איז געווען דער שווער פון ר' שרגא משה קאלמאנאוויטש פון מירער ישיבה, א זוהן פון ר' אברהם קאלמאנאוויטש ז"ל.


msp האט געשריבן:איז הרב פינסקי געווען אנ'איידעם ביי ר' אלי' לאפיאן?


לויט ווי איך זעה דא איז ר' מאיר שמעון פינסקי געווען א שוואגער און א מחותן מיט הג"ר אברהם קאלמאנאוויטש ז"ל פון מיר, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' אהרן ארי' לייב קאלמנאוויטש אב"ד אניפאל בעמח"ס לב ארי', דער פאטער פון ר' אברהם.

אויך ר' אליעזר הכהן כצמאן אב"ד ווילמא ור"מ בראקוב איז געווען דארט אן איידעם, שפעטער האט זיך הרב פינסקי משדך געווען מיט זיין שוואגער ווען ר' שרגא משה קאלמנאוויטש ב"ר אברהם איז געווארן זיין איידעם כנ"ל בתגובת הרב ר' שמחה הי"ו.

ר' מאיר פינסקי האט געהאט אן איידעם ר' אברהם לייב פעסין בעמח"ס שו"ת תמורת איל.

דער זון פון ר' אליעזר כצמאן, ר' אשר כאצמאן איז געווען ראש ישיבה אין תורה ודעת און רב אין די חברא קדישא שול אין ברוקלין, אינטערסאנט אז אינעם דערמאנטן ארטיקל איבער די לוי' פון הרבנית כאצמאן אשת ר' אליעזר הנ"ל בשנת תש"כ, ווערט דערמאנט צווישען די מספידים ר"ט פינקוס ר"מ בתורה ודעת ורב דביהכנ"ס ראדני, דאס באלאנגט אינעם וויליאמסבורגער אשכול, אבער איידי דאתי לידן אפשר קען מען האבן פרטים איבער דעם רב און די 'ראדני שול' (מסתם איז דאס דער גרויסער שול אויף ראדני סט. ביי בראדוויי)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעצט אז די רבנים ליסטע פון די מקוה קול-קורא זענען מיר אדרוך, קען מען זיך נעמען צו די בעה"ב ועסקנים ליסטע, ווער קען מוסיף זיין איבער די אידען?

ביי די פאנד-רעיזינג קאמיטע זעה איך ר' פנחס ור' אברהם צבי עסטרייכער, רעדט מען פון די צוויי ברודער (ר' פנחס ע"ב ולהבחל"ח אחיו ר' אברהם צבי) בני ר' משה אלי' עסטרייכער ז"ל פון וומ"ס? האבן זיין געוואונט אין ב"פ יענע יארען?

ווער איז הרב פ. האלבערשטאם דער וייס-טשערמאן, עס שיינט ווי א צאנזער אייניקל
אטעטשמענטס
mikve8.jpg
seferid_46377_page_48.jpg
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב מיללער איז גערעכט
עס איז הרב קלמן פינסקי וואס איז געווען אנ'איידעם ביי ר' אליה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 8&pgnum=32
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

רבבה האט געשריבן:דיא השגחה אויף דיא מקוה איז געווען דורך דעם חוסטער רב סייא 52 און אויך דיא 46 סטריט מקוה אין נאך דעם דורך הרב בי''ק דאס איז בקיצור

בשעת דאס בויען די מקוה האט מען זייער אסאך שאלות אהנגעפרעגט ביים אויווארער רב ז"ל, וואס ער איז געווען מפורסם פאר זיינע ידועות און הלכות מקוואות.
איך בין כמעט געווען אוויא א בן בית דארט און איך האב אסאך בייגעוואוינט וויא ר' דוד פליישמאן איז געקומען צום רב מיט די ארקיטעקט פלענער און מעהאט זיי אויסגעשפרייט אויף די טישען און בית מדרש מסביר צו זיין פארען רב די שאלות וואס זענען אינטערגעקומען.
דער ועד האט געוואלט אז דער אויווארער רב זאל אויך זיין אויף די ליסט פון רבנים וואס גיבען די השגחה אבער איך געדענק וויא ער האט זיך געראנגעלט מיט זיי אז ער וויל נישט.

אזוי וויא די מקוה איז געווען ממש אינטער זיין בית מדרש (די מקוה איז אויף 46 צווישען 13 און 14 עוועניו, און דאס בית מדרש איז אויף 45 צווישען 13 און 14) האבען זייי געוואלט בויען א טיר פון די בעק סעשיעל פאר זיינעט וועגען אלטץ הכרת הטוב. אזוי וואלט געווען גרינגער פאר אוהם און ער וועט נישט דארפען גיין שפאצירען ארום די בלאק. און עס וואלט זיי גארנישט געקאסט מער.
דער רב האט מיר איינמאל פארציילט אז ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען דערצו. און ער האט מיר דערציילט אז דער טעם פאר וואס ער איז געווען א קעגען איז ווייל דענמאלט וואלטען די נשים פון זיין גאס גענוצט יענע טוהר און עס וואלט אוהם געשטערט ווען זיי גייען פארביי הארט לעבען פענסטער פון זיין ספרים שטוב.
the SCY is the limit
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

ר' פ. הלברשטאם קען זיין איז ר' פייבל האלבערשטאם מקשאנוב?
ר' דוד פליישמאן איז דער וואס איז עומד בראש עד היום הזה לאוריו"ש ביי די מקוה טהרה אין ב"פ שווער פון ר' איטשע טריגער
ר' שמואל חיים שעכטער איז געווען פרעזידענט אין קהל שומרי שבת ב"פ
ר' יואל אדלער איז אולי דער פון סיגעט/סאטמאר 15
ר' חיים הערמאן שוואגער פון די אחים וויינשטאק
ר' אברהם פולטמאן איז דאכט זיך געווען א קלויזנבורגער חסיד
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' שלמה גרינבוים, א באבובער חסיד, דער אייגענטומער פון דעם מצבה געשעפט אקעגען איבער די ספרדישע שוהל אויף 14 עוועניו.
ר' ש. גרינבערגער (געדענק נישט זיין ערשטע נאמען) אייגענטומער פון גאלד ריעלטי אויף די board פונעם ספרדישע שוהל.
ר' ניסן דאוויס האט געהאט א געשעפט אויף 13 עוועניוו און די 40גע גאסען פארקויפט בעט גיוואנד. דאכט זיך מיר אז ער האט געדאווענט און ספרדישע שוהל.

ר' דוד פליישמאן איז געווען זייער עקטיוו און fund raising.
ער איז פשוט געגאנגען פון טוהר צו טוהר און אהנגעקלאפט זאמלען געלט.
the SCY is the limit
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

msp האט געשריבן:ווען איז מרן אדמו"ר מבאבוב זצ"ל אריבער קיין בארא פארק?

מיר ליגט און קאפ תשכ"ז, אבער דער ישובה איז אריבער פון קראון הייטס און תש"ל. תשכ"ט געדענק איך אז כ'בין געשטאנען אויף די טרעפ נאך און קראון הייטס אבער געלערענט דענמאלץ האב איך נאך און סאטמאר חדר אויף קינגסטען עוועניו. מיינע מלמדים יענע יאר זענען געווען רבי חיים בערקאוויטש ע"ה, און אין דער זומער רבי משה היללער ע"ה אין וויליאמסבורג, און נאך א מלמד וואס איך געדענק נישט זיין נאמען. עס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו וויסען ווער זענען געווען מיינע קלעסמעיטס, איך ווייס קיין איינס נישט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון די ערשטע רבנים אין בארא פארק איז געווען ר' אברהם עבר הירשאוויץ בעמח"ס אהל שרה ושאר ספרים, ער האט געוואונט אויף 1306 42 סט., זעה דא אין די הסכמה פון הגרש"א יפה פון ניו יארק ווי ער באטיטולט אים אלס גאב"ד בארא פארק.
בעל רגש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל רגש »

בקיצור המעשה: ווען האט זיך געגרינדעט דאס אידישע בארא פארק?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב מיך בדרך אגב באגעגנט צו דעם בלאט אינעם ספר 'אנשי השם בארצות הברית':
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 19&hilite=

דערמאנט דארט הרב"צ אייזנשטאט, אז בשנת תרצ"א איז הרב ר' אברהם מיללער וועלכער איז פריערט געווען א רב אין וויליאמסבורג, אויפגענומען געווארן פאר רב אינעם 'בית ישראל' שול אין בארא פארק, און לרגל זיין התמנות האט ער ערהאלטן וואונטשען פונעם 'וועד הרבנים' פון בארא פארק, אין שפיץ פון הגאונים ר' אליהו אינזעלבוך יו"ר הוועד און ר' נפתלי הירץ בוימל מזכיר הוועד.

נמצינו למידים כמה דברים:

1. דער שול 'בית ישראל' אין ב"פ וואס שטייט נאך עד היום (דרעזנער פון די צייטונג שוין באשריבען?) אויף 11טע עוו. ביי 56 סט. האט געהאט א רב בשם ר' אברהם מיללער - ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם שול כהיום? דא האט איר דעם שול אויף גוגל מאפעס:
https://maps.google.com/maps?hl=en&q=11 ... CAgQ_AUoAA

2. עס האט עקזעסטירט א 'וועד הרבנים' אין בארא פארק אין די תר"ץ יארן אדער שוין פון פריער, פרטים געזוכט.

3. הגאון ר' אליהו אינזעלבוך איז געווען דער יו"ש וועד הרבנים, הרב אינזעלבוך איז געווען קודם רב אין סקענעקטעדי (נישט ווייט פון אלבאני) דערנאך איז ער געומען קיין בארא-פארק, ער איז געווען רב אין 'בית המדרש הגדול, ווי איז דאס געווען?
זיין זון ר' שמואל אינזעלבוך איז געווען אן איידעם ביי ר' יהודא אידל אידעלסאן רב דביהמ"ד עלדריזש סט. ומח"ס נחלת יהודה, רב אינזעלבוך איז געווען דע רשווער פון ר' אהרן דוד בוראק ר"מ בישיבת רי"א ובעמח"ס פרחי אהרן, רב אינזעלבוך איז ארויף קיין אר"י נאך די פטירה פון זיין רביצין בשנת תרצ"א, ער איז דארט נפטר געווארן שנת תרצ"ו.

4. ר' נפתלי הירץ בוימל איז געווען מזכיר וועד הרבנים דב"פ, איבער די בוימל משפחה האבן מיר געשריבען דא באריכות:
viewtopic.php?p=239752#p239752
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איז דער ר' אברהם מיללער, דער זעלבער פון דא?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

למעלה משבעים האט געשריבן:איז דער ר' אברהם מיללער, דער זעלבער פון דא?

יא, לכאורה איז דאס דער זעלבער.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

געוועהן א גראסווארדיין'ער רב.

יארמאט'ער רב.

בוקארעסטער רבי.

צעצינוב'ער רב.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נושא: ווען עס איז ג'ווען אין ב"פ קהל, ת"ת, וישיבה באר שמוא'

רבי יונה צבי הלוי הורוויץ זצ"ל מאונסדארף אב"ד פראנקפורט דמיין, חתן הגאון האדיר שר התורה ר' ישעיה זילבערשטיין זצ"ל בעל מעשי למלך מווייצען, ונכד הגאון ר' שמואל ראזנבערג אב"ד ור"מ אונסדארף בעל באר שמואל ….. בשנת תש״י בא לארה״ב ויסד ישיבה בבית קטן עם עשרה ילדים בבארא פארק. וזה הי׳ הת״ת הראשון במקום הזה כדרך כל הת״ת המקובלים בישראל. מוסדו הקטן הצליח מאוד ובזמן קצר נאלץ להגדיל ישיבתו. בעוד כמה שנים הכילה כשש מאות תלמיד ועם מתיבתא לבחורים מופלגים בתורה. עלה לארה״ק בדעתו ליסד קרית אונסדארף עם ישיבה ורבנות וכל המוסדות הציבוריים. את הרבנות דקהל באר שמואל והנהלת הישיבה מסר לבנו, הרב ר׳ משה .
מיללער האט געשריבן:אינעם ליסטע פון רבנים אינעם ערשטן תגובה ווערט דערמאנט ר' שמואל קלמן מירסקי דער רב פון יאנג איזראעל אין בארא פארק, ווי איז/געווען דער יאנג איזרעאל שוהל?

1347 50th Street, Brooklyn, NY וויעס איז היינט בית אסתר קלויזענבורג פאראייניגט מיט Young Israel Beth El of Boro Park
בשנת ??????

ווען גאב"ד דעברעצין זי"ע האט ג'פריווט ארגאנעזערען א ו"עד הכשרות דהתאחדות הקהילות " זענען עטליכע אינגעלייט מיטגעגאנען מיט הרה"ג ר שמוא' ליכטענשטיין שליט"א צו Rabbi גדלי' שווארץ דאמאלט אין שומרי אמונה היינט דער אב"ד פון CRC IN CHICAGO
האבען מיר דאמאלט באקומען א "פסק" קודם מאכט מען א "ועד" און דערנאך קומט מען צי די רבני השכונה ??
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

scy4851 האט געשריבן: איך געדענק נישט דאס יאהר פינטלעך, אבער און תש"ל ווען איך האב חתונה געהאט איז שוין אויווארער רב ז"ל געווען דא און מיין אויפריף איז שוין געווען ביי אוהם און בית מדרש.
זומער תש"ל אדער ל"א האב איך ג'האט א שאלה און פונקט דאמאלט זענען ביידע גאב"ד דעדברעצין זי"ע און הרהגה"צ ר משה ביק זי"ע נישט ג'ווען אינדערהיים האבען חברים ג'עצהט גיין צי אויווארער רב ז"ל אבער ער האט זייער שווער מסכים ג'ווען קוקען (שוין ג'ווען בזקנותו)
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:1. דער שול 'בית ישראל' אין ב"פ וואס שטייט נאך עד היום (דרעזנער פון די צייטונג שוין באשריבען?) אויף 11טע עוו. ביי 56 סט. האט געהאט א רב בשם ר' אברהם מיללער - ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם שול כהיום? דא האט איר דעם שול אויף גוגל מאפעס:
https://maps.google.com/maps?hl=en&q=11 ... CAgQ_AUoAA


היינט איז דער רב דארט ר' פסח קארב שליט"א, א שוואגער פאר ר' לייבעל קאטץ שליט"א (רביטצען קארב איז א קאטץ)
דאכט זיך מיר אז איך האב שוין אמאהל געשריבען וועגען דער שוהל.
ווען איך האב געוואוינט און יענע געגענט פאר א 40 יאהר צוריק איז דארט געווען רב סטאלמן ע"ה דער רב.
א קורצע צייט דערנאך האט ער ריטייערט און געפארען וואוינען קיין א"י.
דערנאך איז דארט געווען א קורצע צייט ר' פסחי' פריעד שליט"א.
און דערנאך איז געקומען ר' פסח קארב שליט"א און ער איז נאך דארט עד היום. רב קארב איז שוין דארט בערך 30 יאהר.

פאר א 40 יאהר צוריק איז די שוהל געווען א שוואכע ארטאדאקסישע שוהל. די מתפללים זענען געווען אלטע אמעריקאנער און האבען געצויגען די שוהל לינקס אונעם ריכטונג פון קאנסערוועטיוו
די בימה איז געווען אויבען אהן נישט און דערמיט.

ווען ר' פסחי' איז געווארען רב דארט, איז ער געגאנגען א ביסעל צו שנעל און צוען די שוהל צו רעכטס און האט ער געהאט זייער אסאך קריגערייען מיט די מעמבערס.
ער האט זיך נישט לאנג געהאלטען דארט.

ביזדערווייל, זענען צוביסלעך די עלטערע עולם אויסגעשטארבען און עס האבען אהנגעפאנגען דאווענען דארט יונגערע און מער פרומערע מתפללים.

ר' פסח קארב האט שוין געהאט א ביסעל א גרינגערע פעלד און ער האט אויך געהאט זייער א גוטע שפראך מיט די יונגערע מעמבערס וואס זיי זענען שוין געווארען די רוב.
בתוך זייער א קורצע צייט האט ער געקענט פועלן און מעהאט איבער געבויט די שוהל און מעהאט געשטלעלט די בימה און מיטען.
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”