שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

dovidal האט געשריבן:מי היה ר ארי" ליב כהנא----משגיח על מאכלות כשרות בקהל ארטהדאקסען בסיגעט
ואם יש לו נכדים???


viewtopic.php?f=63&t=8224&start=75
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

וואס זעט מען דא ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

קשר המגן אברהם עם המהרש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?


פון וואנעט שטאמט דער "דבר ידוע"?
ראובן ינקובסקי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן ינקובסקי »

למיטב ידיעתי, בין רשימות צאצאי המהרש"א המצויים, לא מופיע שמו של ה"מגן אברהם" ביניהם.
לעצט פארראכטן דורך ראובן ינקובסקי אום מוצ"ש מאי 19, 2012 4:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ראובן ינקובסקי האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?


פון וואנעט שטאמט דער "דבר ידוע"?

למיטב ידיעתי, בין רשימות צאצאי המהרש"א המצויים, לא מופיע שמו של ה"מגן אברהם" ביניהם.


לא ראינו - אינו ראיה!
הגם מען דארף נאך טרעפן עפעס א פארלעסליכע מקור
לעצט פארראכטן דורך איטשע אום מאנטאג מאי 21, 2012 8:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?


איך מיין אז איר מאכט א טעות:
עס איז א "דבר ידוע" אז אסאך אייניקלעך פונעם מגן אברהם (ובמיוחד משפחת "איידליס") זענען "אויך" אייניקלעך פונעם מהרש"א. טא, דער מגן אברהם איז געווען א "מחותן" מיט די משפחה פונעם מהרש"א, און אפילו איבער דעם איז דא ספיקות גענוי וויאזוי דער סדר היחוס גייט.

איך דארף האבן ערגעצוואו פארשריבן עפעס דערוועגן, כ'על אי"ה נאכקוקן, און זען צי איך קען קלארער מאכן דעם ענין.

האפנטליך וועט אויך פארענטפערט ווערן אייער שאלה אין אן אנדערן אשכול איבער ר' וואלף וועקער, וואס די צוויי שאלות האבן א שייכות איינס צום צווייטן.

(א פערזענליכע בקשה צו "שואל כענין", אויב ענטפער איך נישט ביז עטליכע טעג, שעמט אייך נישט מיר צו דערמאנען אין אישי)
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

יישר כח מה פתאום
איך בין אייך מכיר טובה

[איך האב משנה געווען דעם נוסח, נאכדעם וואס דער פריערדיגער כותב האט אויך משנה געווען, והכל על מקומו בא בשלום]
לעצט פארראכטן דורך שואלכענין אום דינסטאג מאי 29, 2012 1:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

שלום עליכם הרב שואל, ח"ו פון אזא מחשבת פיגול בלייבט דא מאכט אייך באקוועם און פרעגט וואס איר ווילט. ביטע פראבירט צו פארשטיין די צוויי עס האט זיי נישט געבאדערט די עצם שאלה נאר אייער אויסוואל צו נוטצען די ווערטער "דבר ידוע" אויף א זאך וואס איז לדעתם כלל נישט ידוע, ביטע פון היינט און ווייטער נוצט אנדערע ווערטער און אלעס וועט אי"ה זיין פיין.

שיקען א אישי איז זייער גרינג, אינטער יעדעמס נאמען איז דא א קעסטל 'פרטי' קליקט אויף דעם און איר זענט אין ביזנעס.
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

א דאנק
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

שואלכענין האט געשריבן:יישר כח מה פתאום
גלייבט מיר איך בין ניי דא און איך האב געוואלט טרייען און זען וויאזוי עס ארבעט
איך האב געשריבן בלויז צוויי פראגן (אחד שהם שנים)
און אנשטאט צו הערן עפעס נארמאלס האב איך באקומען צוויי שטעך ווערטלעך אויף מיין חשבון
ווען נישט אייער נארמאלע מענטשליכע ענטפער וואלט איך מסתמא איבערגעלאזט דעם סייט און געגאנגען ווייטער
א דאנק
מעגליך וואלט איך געדארפט שרייבן ענדערש אין פריוואטן באקס פון עטליכע נארמאלע מענטשן דא
איך קען מיך נאר נישט אויס וויאזוי מען שיקט אזאנס
אז איר קענט מיר אנווייזן און אויך צולייגן א קורצע רשימה צו וועלכע עטליכע נעמען זענען אינטערעסאנט צו שרייבן
בין איך אייך שטארק מכיר טובה
א דאנק נאכאמאל

גערעכט גערעכט!
כ'מיין מ'קען עפענען נאך אן אשכול מיט די קעפל "ארור מכה רעהו בסתר" אבער דאס מאל מיט א נייע פירוש.
אז מ'טאר נישט פליקן א צווייטן אפילו דו ווייסט נישט ווער דאס איז...

אגב, איינס איז טאקע א פליק, אבער דאס צווייטע איז מער א בחינה פון "טאטע שיק מיר הויזן",
ס'מאכט זיך אזא היימישקייט אסאך מאל פון א זיסע ווערטל, אבער די היימישע (ס'נעמט נישט צו לאנג) טרעפן שוין גאנץ שנעל ווי צוריק צו ווערטלען אויף דעם ווערטלערס חשבון, אבער דאס געשעט נאר אמאל אמאל.

אלזא, מאך דיך באקוועם, און ווער נישט נתפעל, נאך אביסל וועט א צווייטער אפשר כאפן א פליק פון דיר...
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

מה פתאום האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?


איך מיין אז איר מאכט א טעות:
עס איז א "דבר ידוע" אז אסאך אייניקלעך פונעם מגן אברהם (ובמיוחד משפחת "איידליס") זענען "אויך" אייניקלעך פונעם מהרש"א. טא, דער מגן אברהם איז געווען א "מחותן" מיט די משפחה פונעם מהרש"א, און אפילו איבער דעם איז דא ספיקות גענוי וויאזוי דער סדר היחוס גייט.

איך דארף האבן ערגעצוואו פארשריבן עפעס דערוועגן, כ'על אי"ה נאכקוקן, און זען צי איך קען קלארער מאכן דעם ענין.



ווי געשריבן פריער:

דער מגן אברהם איז נישט געווען קיין אייניקל פונעם מהרש"א. אבער אסאך אייניקלעך פונעם מג"א, די אייניקלעך פון די ברודער ר' וואלף וועקער און ר' מיכל סאמאטערער, [ווי דערמאנט אינעם אנדערן אשכול וואס שואלכענין האט געעפנט, (וואס אגב, מיין איך אז איר זאלט צוזאמשטעלן די צוויי אשכולות)] זענען זיך אויך מתייחס נאכ'ן מהרש"א, אבער דאס איז אויך נישט קלאר גענוי וויאזוי.

איך האב אנגעפאנגען איבערקוקן את אשר אתי בכתובים פון יארן צוריק, און עס דערמאנט מיר בלויז די צעמישעניש אין וואס איך האב זיך דעמאלט אנגעשטאלפערט. עס דרייען זיך ארום עטליכע נוסחאות ביי די אייניקלעך, וואס די נוסחאות זענען געבויעט אויף מגילת יוחסין פון משפ' פריעדמאן נכדי הגה"צ ר' אברהם שלום ירוחם פרידמאן מזשעמנא ב"ר יעקב חסיד מאוהעל ב"ר' וואלף וועקער הנ"ל. ענליכע ווערסיע איז דא אין מגילת יוחסין וואס איז געדרוקט אין ס' וידבר משה פון הגה"צ ר' משה ארי' לעוו מטעמעשוואר. אויך איז דא א מגילת יוחסין פון אייניקלעך פון ר' פנחס סאמאטערער חתן ר' מיכל סאמאטערער הנ"ל, וואו עס ווערט צעלייגט די ספיקות און פרובירט מאכן א שטיקל סדר דערינען, און לכאורה פעלן די נעמען פון איינס אדער צוויי דורות ביז'ן מגן אברהם. (דער מג"א איז נפטר געווארן בשנת תמ"ג, ור' וואלף נפטר בשנת ת"ר, אחיו ר' מיכל נפטר בשנת תק"ץ, וואס דאס איז א מרחק פון 147-157 יאר, און לויט דעם סדר היחוס פעלן עט ליעסט צוויי דורות)

דאס איז קלאר אז די משפחה זענען אייניקלעך פונעם מגן אברהם, און מפי השמועה האבעך געהערט בשם זקנים וואס זאגן אז די מציבה פון ר' מיכל איז נאך געשטאנען בעפאר די מלחמה און דארט איז געווען אויפגעקריצט אז ער איז געווען אן אייניקל פון מגן אברהם, אינטערסאנט אבער אז יענער האט נישט געדענקט אז עס זאל אויך שטיין נכד המהרש"א, (קען זיין ווייל פונעם מגן אברהם איז ער געווען א נאנטערער אייניקל), אבער ביי די אייניקלעך פון זיין ברודער ר' וואלף איז קלאר אנגענומען אז דערפאר האט ער זיך אויסגעקליבן דעם נאמען איידליש, אויפן נאמען פונעם זיידן דער מהרש"א. (דער ברודער ר' מיכל האט זיך גערופן אויפן לעצטן נאמען: קארלענדער)

[אינטערסאנט אבער אנצומערקן אז ר' וואלף'ס באבע (טאטנס מאמע) האט געהייסן "אדל" און אויכעט לויט ווי ס'איז אנגענומען איז די משפחה זיך מתייחס נאכ'ן מג"א דורך זיין טאכטער "אדל", דערפאר איז געווען וואס האבן שפעקולירט אז איר נאמען "אדל" איז דער מקור צום נאמען איידליש, אבער די אייניקלעך זאגן קלאר אז ביי זיי אין די משפחה איז אנגענומען אז זיין נאמען איז געווען איידליש [מיט א ש' ביים סוף] ממש ווי מ'האט גערופן דעם מהרש"א, און טאקע אויפן מהרש"א'ס נאמען. (אויסערדעם איז די באבע'ס נאמען אדל, נישט איידל)]

און יעצט צוריק צום ענין, אט איז דערוווייל וואס איך קען ענטפערן אויף דיין אריגנעלע שאלה\ות:

- עס איז לכאורה נישטא קיין מקור צו דעם וואס דו זאגסט אז דער מג"א איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א.

- דער "סדר היחוס" פון ר' וואלף און ר' מיכל הנ"ל ביז'ן מגן אברהם איז נישט הונדערט פראצענט קלאר, עס איז אבער אנגענומען אויף זיכער אז זיי זענען אייניקלעך פונעם מגן אברהם.

- ביי די איינקלעך פון ר' וואלף איז אויך קלאר אנגענומען דורי דורות אז ר' וואלף איז אן אייניקל פונעם מהרש"א, דער 'סדר היחוס' איז אבער אויך נישט קלאר.

אדרבה, איך בין זיך מצרף צו דיין בקשה אז ווער ס'קען העלפן קלארער מאכן אין דעם ענין, זאל שרייבן.

===========
אזויפיל יא, דער מגן אברהם איז טאקע נישט קיין אייניקל פונעם מהרש"א, אבער מעגליך אז פונעם מהרש"ל יא...

די מוטער פונעם מג"א (מרת רבקה) איז געווען פון משפ' לוריא, און לויט איין גירסא (ס' משפחת לוריא)איז זי געווען אן אייניקל פון ר' אברהם בן המהרש"ל, אבער רוב האבן אנגענומען די גירסא פון ס' מעלות היוחסין אז זי איז געווען אן אייניקל פון ר'' אברהם אחי המהרש"ל.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

שפתים ישק משיב דברים נכוחים
יישר כח פאר דיין טירחא פון זוכן און שרייבן
אדרבה זאלן אצינד קומען די אנדערע ידענים מופלגים דא אין פארום און ממשיך זיין בדברים של טעם
תזכו למצוות
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מה פתאום האט געשריבן:איך האב אנגעפאנגען איבערקוקן את אשר אתי בכתובים פון יארן צוריק, און עס דערמאנט מיר בלויז די צעמישעניש אין וואס איך האב זיך דעמאלט אנגעשטאלפערט. עס דרייען זיך ארום עטליכע נוסחאות ביי די אייניקלעך, וואס די נוסחאות זענען געבויעט אויף מגילת יוחסין פון משפ' פריעדמאן נכדי הגה"צ ר' אברהם שלום ירוחם פרידמאן מזשעמנא ב"ר יעקב חסיד מאוהעל ב"ר' וואלף וועקער הנ"ל. ענליכע ווערסיע איז דא אין מגילת יוחסין וואס איז געדרוקט אין ס' וידבר משה פון הגה"צ ר' משה ארי' לעוו מטעמעשוואר. אויך איז דא א מגילת יוחסין פון אייניקלעך פון ר' פנחס סאמאטערער חתן ר' מיכל סאמאטערער הנ"ל, וואו עס ווערט צעלייגט די ספיקות און פרובירט מאכן א שטיקל סדר דערינען, און לכאורה פעלן די נעמען פון איינס אדער צוויי דורות ביז'ן מגן אברהם. (דער מג"א איז נפטר געווארן בשנת תמ"ג, ור' וואלף נפטר בשנת ת"ר, אחיו ר' מיכל נפטר בשנת תק"ץ, וואס דאס איז א מרחק פון 147-157 יאר, און לויט דעם סדר היחוס פעלן עט ליעסט צוויי דורות)

דאס איז קלאר אז די משפחה זענען אייניקלעך פונעם מגן אברהם, און מפי השמועה האבעך געהערט בשם זקנים וואס זאגן אז די מציבה פון ר' מיכל איז נאך געשטאנען בעפאר די מלחמה און דארט איז געווען אויפגעקריצט אז ער איז געווען אן אייניקל פון מגן אברהם, אינטערסאנט אבער אז יענער האט נישט געדענקט אז עס זאל אויך שטיין נכד המהרש"א, (קען זיין ווייל פונעם מגן אברהם איז ער געווען א נאנטערער אייניקל), אבער ביי די אייניקלעך פון זיין ברודער ר' וואלף איז קלאר אנגענומען אז דערפאר האט ער זיך אויסגעקליבן דעם נאמען איידליש, אויפן נאמען פונעם זיידן דער מהרש"א. (דער ברודער ר' מיכל האט זיך גערופן אויפן לעצטן נאמען: קארלענדער)

שתי שאלות:
1) וואו איז דא א מגילת יוחסין ממשפחת ר' פנחס מסאמאטאר?
2) אין וועלכע ביה"ח איז פאר די מלחמה נאך געשטאנען מצבת ר' מיכל, בסאמאטאר או באוהעל? ווייל ר' פנחס ליגט אין אוהעל אינדרויסן פונעם ישמח משה'ס אוהל אויף די לינקע זייט, אפשר איז מתחילה נאכנישט געווען קיין באזונדערע ביה"ח אין סאמאטאר?
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

בןהרחמן האט געשריבן:שתי שאלות:
1) וואו איז דא א מגילת יוחסין ממשפחת ר' פנחס מסאמאטאר?
2) אין וועלכע ביה"ח איז פאר די מלחמה נאך געשטאנען מצבת ר' מיכל, בסאמאטאר או באוהעל? ווייל ר' פנחס ליגט אין אוהעל אינדרויסן פונעם ישמח משה'ס אוהל אויף די לינקע זייט, אפשר איז מתחילה נאכנישט געווען קיין באזונדערע ביה"ח אין סאמאטאר?


1) דאס איז א 'פנימי' קונטרס מגילת יוחסין, ארויסגעגעבן בשנת תש"ס [איך ווייס נישט צי ס'איז יענעם ניחא אז איך שרייב זיין נאמען, טא, פרעג מיר אין אישית, און איך וועל געבן זיין נאמען און קאנטאקט אינפארמאציע]

2) דארט אין יענעם קונטרס ברענגט ער אין איינע פון די פוטנאוטס בשם זקן א' [דעם נאמען קען איך דיר שרייבן אין אישית], אז די מציבה פון ר' מיכל איז נאך געשטאנען בעפאר די קריג, נעבן דעם קבר פון זיין איידעם ר' פנחס אין אוהעל. אויסער דעם מקור האבעך טאקע קיינמאל נישט געהערט דערפון, אבער לא ראינו אינו ראי'.
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

מה פתאום האט געשריבן:
מה פתאום האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?


איך מיין אז איר מאכט א טעות:
עס איז א "דבר ידוע" אז אסאך אייניקלעך פונעם מגן אברהם (ובמיוחד משפחת "איידליס") זענען "אויך" אייניקלעך פונעם מהרש"א. טא, דער מגן אברהם איז געווען א "מחותן" מיט די משפחה פונעם מהרש"א, און אפילו איבער דעם איז דא ספיקות גענוי וויאזוי דער סדר היחוס גייט.

איך דארף האבן ערגעצוואו פארשריבן עפעס דערוועגן, כ'על אי"ה נאכקוקן, און זען צי איך קען קלארער מאכן דעם ענין.



אזויפיל יא, דער מגן אברהם איז טאקע נישט קיין אייניקל פונעם מהרש"א, אבער מעגליך אז פונעם מהרש"ל יא...

די מוטער פונעם מג"א (מרת רבקה) איז געווען פון משפ' לוריא, און לויט איין גירסא (ס' משפחת לוריא)איז זי געווען אן אייניקל פון ר' אברהם בן המהרש"ל, אבער רוב האבן אנגענומען די גירסא פון ס' מעלות היוחסין אז זי איז געווען אן אייניקל פון ר'' אברהם אחי המהרש"ל.


ברוך שכוונתי!

אינעם שכינות'דיגן אשכול וואו ס'ווערן געברענגט די מאמרים פון הרב נפתלי ווקשטיין שליט"א, האט 'יוראפ' נארוואס ארויפגעלייגט זיין ערב שבועות'דיגן מאמר איבער'ן יחוס פונעם מגן אברהם צו משפחת לוריא ולמעב"ק ביז רש"י הק' וכו', און צווישן אנדערן ברענגט ער טאקע אט דעם פריערדערמאנטן מקור פונעם ס' מעלות היוחסין.

אט איז דער לינק צו יענעם אשכול: viewtopic.php?p=578985#p578985
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ר' דוד אולמאן אב"ד לאקענבאך בן ר' אברהם אולמאן אב"ד לאקענבאך איז געווען א איידעם ביי ר' שמעון ווינער, יש משערים אז דאס איז הישיש ר' שמעון ווינער אב"ד סענטגרוד ולאשברין, ווייסט איינער מער איבער דעם?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

און דער היים דארף איך האבען עפעס א יחוס בריוו וואס גייט א דורך רבי שמשון ווינער. פון זכרון געדענק איך עפעס אז זיי קומען אן קיין פראג צו די מו"ש (מורה שוה'ס-דיינים) די שפירא'ס און פראג, און אז רבי שמשון ווינער איז געווען אן אייניקעל (בן אחר בן) פון הגה"ק רבי שמשון ווערטהיימער זצ"ל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איר ענפערט נישט צו מען רעדט פון ר' שמעון אב"ד לאשברין אדער איז דאס א צווייטער.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

SPUSMN האט געשריבן:און דער היים דארף איך האבען עפעס א יחוס בריוו וואס גייט א דורך רבי שמשון ווינער. פון זכרון געדענק איך עפעס אז זיי קומען אן קיין פראג צו די מו"ש (מורה שוה'ס-דיינים) די שפירא'ס און פראג, און אז רבי שמשון ווינער איז געווען אן אייניקעל (בן אחר בן) פון הגה"ק רבי שמשון ווערטהיימער זצ"ל.


דאכט זיך אז רבי שמשון ווינער'ס נאמען איז געוען ווערטהיימער - ער איז געווען אן אייניקל פון זעך אליינס?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איך זוך עפעס מער איבער די עלטערן פון הרה"ק רבי נפתלי הירצקא מראצפערט זי"ע
דאכצעמער עס איז ערגעץ דא וואו שוין עפעס מאל געשריבן געווארן, אבער יאך קען עס נישט טרעפן איצטערט
(בד"וו פ"וו איז נאך בכלל נישטא קיין עקסטער אשכול איבער רבי נפתלי הירצקא זי"ע-קודם א תירוץ אויף די ערשטע קשיא אויב מעגליך)
בתודה מפראש
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

החסיד המופלג רבי פנחס אליעזר פון זעמנע הנקרא גם זשעמפלען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

החסיד המרומם רבי פנחס אליעזר היה בנו של הרב אברהם שלום ירוחם שמנו"כ בזעמנע בן הרב יעקב פר"מ,,,הסתופף בצל צדיקי בעלזא סיגוט שינאווא, היה תלמודו של הגה"ק רבי שמואל מדאראג
היה לו משפחה של י"ג ילדים
מי שיש לו איזה חומר עליו נא לפרסמו כאן
היה חתנו של הגאון רבי מרדכי לייב פרידמאן מו"ץ בבארדיוב
שם זקינם היה מקודם איידליץ
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בעיר קרית יואל שבמאנרא ניו יארק גרים ג' אחים מהמשפחה; ר' יחזקאל שרגא פר"מ לרפו"ש, ר' אברהם שלום ירוחם פר"מ סגן ראה"כ תו"י דשם, ואחיהם ר' מאיר זאב פר"מ, בני ר' יהושע ב"ר אברהם שלום ירוחם פר"מ ב"ר פנחס אליעזר הנ"ל.

ערכו של ר' אברהם שלום ירוחם בג'ני:
http://www.geni.com/people/Avraham-Shul ... 6712159269
עם מידע נוסף
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

[quote="מיללער"]בעיר קרית יואל שבמאנרא ניו יארק גרים ג' אחים מהמשפחה; ר' יחזקאל שרגא פר"מ לרפו"ש, ר' אברהם שלום ירוחם פר"מ סגן ראה"כ תו"י דשם, ואחיהם ר' מאיר זאב פר"מ, בני ר' יהושע ב"ר אברהם שלום ירוחם פר"מ ב"ר פנחס אליעזר הנ"ל.

ערכו של ר' אברהם שלום ירוחם בג'ני:
http://www.geni.com/people/Avraham-Shul ... 0000000671
ווייסט איינער דעם יחוס פון רבי מרדכי לייב הנ"ל צום מגן אברהם ??
הג"ר ר אלעזר דוד פר"מ מלונדון גם הוא נכדו של רבי מרדכי לייב בא"ב
עוד שאלה קטנה מי יודע אם רבי פנחס למד או גר איזה זמן בקליינווארדיין ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

רבי ברוך צייגער - אבד"ק פאטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך זוך אינפארמאציע אויף דער רב, רבי ברוך צייגער - אבד"ק פאטיק.

ווער עס קען מיר העלפן איבער דעם, תבוא עליו ברכה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”