בן בוזי האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:איך האב געהערט אז הק' רי"ד מבעלז האט נישט געלאזט אפילו די מסכת וואס דף היומי לערנט, האט מיר איינער געזאגט אז נישט הק' רי"ד נאר סתם און בעלז איז נישט געווען און ביהמ"ד די מסכת וואס דף היומי לערנט
איך האב נישט מיטגהאלטן אזוי ווייט דער שמועס ביז אהער, אבער בנוגע שיטת מרן מהרי"ד איבער דף היומי וועל איך איבער געבן די פאלגענדע.
א] אין סקווירא איז געווען א גאר חשובע איד ר' יוסל גאלדמינצער, געווען משגיח אין כולל פאר אסאך יאהרן, אויך זוכה געווען לבנין וחתנין רבנן, פונדערהיים אויס איז ר' יוסל געווען א פייערדיגע בעלזער חסיד במלוא מובן המילה (כ'וועל נישט פארגעסן דער פסק וואס ער האט אין מיר אמאל אריינגעהויבן ווען ער האט מיר אמאל געכאפט ביי די מעשה אז כ'האב אריינגעווארפן א חתונה איינלאדענונג קארטל אין די מיסט קאסטן און נישט אין שמות...), ער איז געווען א טאמאשאווער (אויך אן אייניקל פון ר' יהושע'לע מיט ר' יוסל'ע), פלעגט ער לערנען דף היומי, און כ'געדענק ווי מיין טאטע האט איהם אמאל געפרעגט, היתכן, א בעלזער ווי ער זאל לערנען דף היומי.
האט ער געענטפערט מיט א פשטות, אז אין בעלזא גופא האט מען נישט געלערנט אבער אין די שטעט האבן בעלזער חסידים געלערנט דעם דף היומי (ס'טייטש נישט באופן כללי נאר פאר זיך ווער ס'האט געוואלט) און טאקע אינעם בעלזער שטיבל אין טאמאשאוו האבן חסידים אויך געלערנט דעם דף היומי.
ויסכר פי דוברי שקר!!ב] מרן מהרי"ד פלעגט זאגן אז ער האט דריי חסידים, ר' פייוויש יאברובער, ר' שלום שאצער, און דער דריטער זאל יעדער מיינען אז ער מיינט איהם. מיט דער הקדמה ברענג איך וואס עס שטייט געברענגט אינעם ספר אגורה באהלך פון הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן מפאפא-מאנטריאל ווי ס'ווערט דערציילט ווי פאלגנד, ווען ר' שלום משאץ האט אין די אנפאנג פ' יאהרן געוואוינט אין קעלן, דייטשלאנד האט זיך דעמאלטס אנגעפאנגען צו פארשפרייטן דער רעיון פון דף היומי, זיין איידעם ר' יואל משאץ האט דעריבער געוואלט איינפירן דער רעיון אין קעלן, אבער ווי קען ער טוהן אזא זאך אהן דעם וואס ער זאל אנפרעגן ביים רב, האט דער רב אויף דעם געענטפערט (דורך'ן גבאי ר' אהרן יהושע) בזה"ל "דייטשלאנד האב איך נישט געמיינט" (ביז אהער ווערט געברענגט אויך אין די תולדות שבספר דעת שלום).
נאכן קריג ווען מ'איז שוין געווען אין לאנדאן, האט ר' יואל ווידער געוואלט איינפירן דף היומי, אבער ער איז געווען מסופק צו דוקא אין דייטשלאנד האט מען געמעגט אדער לאו דוקא, האט דער שאצער רב דעמאלטס געזאגט, היינטיגע צייטן האט שוין די גאנצע וועלט א דין ווי קעלן אין דייטשלאנד.
ויסכר פי דוברי שקר!!באמת פון די צווייטע מעשה לערנט מען ארויס עטליכע נקודות, קודם כל אין דער קונטרס "הדף היומי ואגודת ישראל" וועלכע איז לעצטנס ערשינען דורך עטליכע וואנזיניגע פארשוינען, האבן זיי נישט געברענגט קיין איין און איינציגע ווארט פון בעלזער רב קעגן עצם דף היומי נאר קעגן די אגודה, און דערפאר האבן זיי משלב געווען דער קונטרס כדי צו געבן א כלומר'שטע בילד כאילו ס'איז יא דא פונעם רב קעגן דף היומי, איין ווארט ווערט געברענגט דארט בשם דער פאלטיטשאנער רב און דאס איז וואס "דארפסמאן" דערמאנט אז מ'פלעגט מעביר זיין דער מסכת ווי דער דף היומי האט געהאלטן, א שעהנע מעשה, אבער נאכאמאל ס'איז נישט פון רב נאר פון די שווענץ מיט וועלכע בעלזא איז ב"ה געווען געבענטשט בלי די (און דאס איז נישט קיין סתירה צו טאמאשאוו, ווייל די שווענץ זענען דאך געווען אין בעלזא האבן זיי דאס נישט געקענט מעביר זיין...). אבער פון דער מעשה מיט שאצער רב זעהט זיך אויס אז ס'איז יא געווען עפעס פונעם רב דירעקט קעגן דף היומי, אבער דער רב האט קלאר אונטערגעשטראכן אז דער רעיון באדערט איהם נישט, נאר ווי מ'לערנט דאס.
נאך א זאך און דאס איז דאך דער נקודה אין וועלכע מ'קאכט זיך אזוי, איז צו מ'מעג לשיטת הרה"ק מהרי"ד מבעלזא לערנען דף היומי אדער אין ווי מאנכע ווילן דאס רופן א כלומר'שטע איסור קעגן דעם דף. איז דער ענטפער יא, מ'מעג לערנען דף היומי, און קיין איסור דערקעגן איז נישטא! מ'האט געמעגט (אין טאמאשאוו) אין דייטשלאנד און היינטיגע צייטן איז דאס מותר לכל.
איי מ'טאר דאך נישט, פארוואס? ווייל דו מעגסט זיך דאך האלטן אלס דער דריטער חסיד ממילא ביזטו בארעכטיגט צו האבן א מיינונג אין שיטת מהרי"ד. איז אבער דער תירוץ אז דו ביזט ביי דער איינרעדעניש, אבער דער שאצער רב האט נישט געדארפט זיין איינגערעדט, נאר מהרי"ד האט אויף איהם מעיד געווען אז ער איז פון זיינע חסידים, ודו"ק כי קצרתי...
דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין??