רבי יעקב ליב מטריסק זצ"ל - כ"ח אייר תרע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי יעקב ליב מטריסק זצ"ל - כ"ח אייר תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

רבי יעקב לייבעלע מטריסק זצ"ל איז געבוירן אין יאר תר"ח, און איז געווען דער יונגסטער זון פונעם טריסקער מגיד זצ"ל.
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת פייגה ע"ה די טאכטער פון רבי יוחנן ראחמיסטריווקער זצ"ל (וועלכער האט איר געזאגט צו חתמ'נען מיט א "הא" אנשטאט אן אלף, וועט זי האבן פיר קינדער צדיקים).
אין יאר תרמ"ה זענען זיינע עלטערע ברידער, רבי נחום און רבי מאטעלע, פארטריבן געווארן פון טריסק, אבער וויבאלד רבי יעקב לייבעלע האט זיך איינגעגעבן אלס א סוחר האט ער געקענט בלייבן דארטן אין שטאט.
נאך די הסתלקות פונעם מגיד, ב' תמוז תרמ"ט, האט ער איבערגענומען זיין רבי'סטיווע אין שטאט טריסק.
אין יאר תרס"ז בערך האט ער זיך אריבערגעצויגן אין שטאט קאוולע, וואו ער האט געוואוינט ביזן אויסברוך פונעם ערשטן וועלט קריג, דאן איז ער אנטלאפן קיין ראוונע.
ער איז נסתלק געווארן כ"ח אייר תרע"ח אין שטאט הוריבישויב, אינמיטן זיך טובל'ן אין מקוה. ושם מנוחתו כבוד.
זיין ארט אין קאוולע האט איבערגענומען זיין יונגסטער זון רבי וועלוועלע, וועלכער איז ל"ע אומגעקומען דורך די דייטשע רשעים הי"ד.
די איבריגע זין זענען געווען: א] רבי משה מרדכי מטריסק-לובלין. ב] רבי מנחם נחום מטריסק-ווארשא. ג] רבי דוד אהרן מזאריק.
זכר צדיקים וקדושים לברכה
אטעטשמענטס
דער טריסקער הויף אין קאוולע - ווי עס קוקט אויס היינט צו טאג
דער טריסקער הויף אין קאוולע - ווי עס קוקט אויס היינט צו טאג
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי וועלוועלע טריסקער מיטן שוואגער רבי נחום משה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בייגעלייגט איז א בילד פון א אידישע דעלעגאציע פון קאוולע ווארט אפ דעם פוילישן פרעזידענט.
עס ווערט געזען דער טריסקער רבי ר' וועלוועלע ווי אויך זיין שוואגער רבי נחום משה - זון פון רבי וועלוועלע ראחמיסטריווקער.
אטעטשמענטס
twerskigroup (1).jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

טריסקער הויף אין קאוולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בייגעלייגט איז א מאפע פון קאוולע און עס איז אנגעצייכנט ווי עס געפינט זיך דער טריסקער הויף.
אויב פארט מען פון טריסק קיין נעשכיז, פארט מען דורך די שטאט קאוולע, און מען קען דורכפארן די "בריסקער" גאס, וואס דארט געפינט זיך דער טריסקער הויף.
דער ציון הקדוש פון רבי יעקב לייבעלע אין הוריבישויב איז ליידער נאכנישט געווארן אפירגעזוכט, דעריבער קען מען דערווייל זאגן א קאפיטל תהלים אינעם הייליגן הויף.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
אטעטשמענטס
trisker hoif map.JPG
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תיאור הסתלקותו של רבי יעקב ליב מטריסק זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א שיינעם באשרייבונג וועגן די הסתלקות פון רבי יעקב לייבעלע זצ"ל ווי עס איז געווארן באשריבן דורך זיין אייניקל הגה"צ ר' אהרן דוד טוווערסקי זצ"ל אב"ד גארשקוב
במשך די יארן פונעם ערשטן וועלט קריג האט ער געוואוינט אין ראוונא, און ביים ענדע פונעם קריג האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א נסיעה קיין פוילן. אנקומענדיג קיין הוריבישויב איז ער דארט נסתלק געווארן.
אטעטשמענטס
ptiras reb yakov leib.pdf
(94.08 KiB) געווארן דאונלאודעד 203 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

דער חורבן פונעם אוהל אין הוריבישויב בשעת די מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בייגעלייגט איז א ציטאט פונעם ספר "מעמק הבכא" ווי דער מחבר רבי שמעון אפרתי ז"ל איז דן א שאלה וועגן דעם בית החיים אין הוריבישויב און עס ווערט דערציילט אז בשעת די מלחמה האבן די דייטשע רשעים חרוב געמאכט דעם בית החיים און די אידן האבן געדארפט אריבערפירן די צדיקים וואס זענען דארט געווען באגראבן.
היינט צו טאג איז נישט קלאר וואו עס איז דער ציון הקדוש פון רבי יעקב לייבעלע זצ"ל.
אטעטשמענטס
untitled.JPG
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בשעת די ערשטע וועלט מלחמה, האט רבי יעקב לייבעלע טריסקער זצ"ל געדארפט פארלאזן זיין רבי'שן הויף אין די שטאט קאוולע, און ער האט זיך באזעצט אין די שטאט ראוונא. ווי עס קוקט אויס האט דאן געהערשט גאר א שווערע מצב, און רבי יעקב לייבעלע האט געשריבן א בריוו צו חסידים אין אמעריקא וואו ער שילדערט דעם שרעקליכן מצב.
דער בריוו – געשריבן געווארן זומער פון יאר תרע"ו - איז געווארן געדרוקט אינעם מארגן זשורנאל און עס האט אויפגעשוידערט דעם היימישן ציבור אין אמעריקא.
בייגעלייגט איז א מעלדונג וואס איז דערנאך געשריבן געווארן אינעם מארגן זשורנאל וועגן דעם בריוו:

אויפרוף צו טריסקער חסידים

דער שרעקליכער וועה-געשריי און דיא שוידערליכע בשורה פון הרב הצדיק ר' יעקב לייבעניו טריסקער, וועלכער איז פערטריבען געווארען פון זיין רייכע קעניגליכע היים און וואלגערט זיך איצט ערגיץ אין ראוונא אין נויטה און אין דחקות, וויא עס איז צו זעהן פון זיין בריעף וואס איז געווען געדרוקט אין "מארגען זשורנאל", האט אויפגעשוידערט פיעלע פון זיינע פערעהרער און חסידים.
עס ווערט דעריבער גערופן א מאסענפערזאמלונג אויף שבת פ' עקב, 19'טען אגוסט, אין אבענד, אין לאקאל פון דיא חברה משניות חסידי טריסק, 136 לודלאוו סטריט, אום צו בעראטהען זיך ווי אזוי צו שאפען שנעלע הילף פיר'ן גרויסען צדיק און זיין פאמיליע. אלע טריסקער חסידים זאלען ניט פערפעהלען צו קומען.
י. ראטמאן, פרעזידענט
אטעטשמענטס
IMG01558-20120319-1446.jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

טריסקער חסידים אין אמעריקא קומען צו הילף בשעת די מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נאך א מעלדונג וואס איז דאן געווען געדרוקט אינעם "מארגען זשורנאל" וועגן דעם בריוו פון רבי יעקב לייבעלע טריסקער זצ"ל:

קול קורא לכל חסידי טוריסק לעזרה!

דער הארץ רייסענדער געשריי פון אונזער רבי'ן אדמו"ר ר' יעקב ארי' ליביניו טווערסקי שליט"א מיט זיין גאנצער פאמיליע האט דערגרייכט צו אונז. זיי געפינען זיך אין ראוונע אין גרויס נויטה, זיי בעטען שטיצע פון אונז אמגיכסטען.
מוצש"ק פ' עקב האבען מיר פעררופען א מאסענפערזאמלונג אין שול דחברה משניות טו"מ 136 לודלאוו סטריט ניו יארק. ביים מיטינג איז געזאמעלט געווארן 115 דאלער. אויך האט זיך געגרינדעט א קאמיטע צו בעזוכען אונזערע בעקאנטע חברים אים זיי זאלען אמגיסטען קומען צו הילפע. מיר ווילען שיקען טעלעגראפיש געלד אמשנעלסטען. יעדען אבענד פון 7 ביז 10 זיצט א קאמיטע אין שול, קאלעקטען געלד ארויסצוהעלפען דעם צדיק הדור מיט זיין פאמיליע.
פריינדע, שטעלט זיך פאר ווער עס שטרעקט אויס צו אונז זיין האנד בעטען שטיצע פון אונז. דארום רופען מיר אלע זיינע בעקאנטע צום מיטינג וואס וועט שטאטפינדען אי"ה יום א' שופטים אין אבענד, און שול חברה משניות טוריסק, 136 לודלאוו סטריט. ווער עס וויל שיקען פער פאסט זאל שיקען צום טרעזשורער ר' יוסף ראטמאן, 17 רייוינגסאטן סט. אין גלאז סטאר.
בשם הקאמיטע, ר' ישראל קויפמאן, ר' יוסף ראטמאן טשערמאן, משה יוסף קאפלאן סעקרעטער
אטעטשמענטס
IMG01673-20120320-1231 (2) (1).jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א מעלדונג אין "מאמענט" כ"ו אדר תרע"ד אז דער טוריסקער רבי איז יעצט אין ווארשא אין שטייט איין ביי זיין זון רבי נחום
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... sc&sQuery=%u05e9%u05dc%u05d9%u05d8%3f%u05d0&rEntityType=&sSearchInAll=false&RefineQueryView=&StartFrom=40&ViewMode=HTML
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מכתב מהרה"ק ר' יעקב ארי' ליב מטוריסק זצוק"ל
שכתב בעת הבחירות לדומא השלישית ברוסיא בשנת תרס"ז

אחי בני עמי, שלומי אמוני ישראל זרע אברהם אוהבו, השתולים באהבה בין בתרי לבבי, החסידים היקרים, יהי נועם ד' עליהם!
ידידי! אתם ראו כי להמטרה של הבחירות עיני כל ישראל גרי רוסיה האדירה נשואות, כאשר יבין בינה כל איש ישראל, ואלה אשר צוק העתים חשכם מהבין עד היכן הדברים מגיעים, צריכים להבין כאשר יהי' דפיטטים מאחינו בנ"י בהנוסד' דומה, אולי יהי' ד' בעזרנו שיוכלו לפעול ולעשות אצל הממשלה יר"ה ישועות על הכלל בקרב הארץ.
לכן להמטרה הזאת חושו נא ובואו נא כלכם למקום הנועד ליום הבירורין, וכל אחד יחשוב את עצמו כי הוא המכריע את כל לכף זכות, ותהיה זכות הרבים תלוי בו.
למעה"ש ולמען אהבת ישראל עמו בל תחשכו א"ע מבוא, כי בכם בעזרתכם, אנחנו נעשה את כל אשר עלינו וד' יהיה עוזר לנו, ובא לציון גואל.
דברי ידידם דו"ש המעתיר בעדם.
יעקב ארי' בן אאמו"ר הה"ק טווערסקי
חיס
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

רבי יעקב לייב מטריסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיס »

את ביתו בנה עם הרבנית מרת פייגא ע"ה בת דודו - אחי אביו- הרה"ק רבי יוחנן מרחמסטריווקא זי"ע
זכה לבנין וחתנין רבנן ה"ה:
א] הרה"צ רבי משה מרדכי מלובלין זי"ע
ב] הרה"צ רבי דוד אהרן מזאריק זי"ע
ג]הרה"צ רבי נחום מוורשא זי"ע
ד] הרה"צ רבי זאב מקאוולי זי"ע
ה] מרת שיינדיל ע"ה אשת הרה"צ רבי משה בהרה"ק רבי דוד מסקוירא זי"ע
ו] מרת חיקא ע"ה אשת הרה"צ רבי נחום משה טברסקי זצ"ל אב"ד קאוולי
ז] מרת ריקל ע"ה אשת הרה"צ רבי צבי אריה מאליק זי"ע
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הרה"ק רבי יעקב לייב מטריסק זצ"ל

28-Iyar-Trisk-1.jpg
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

חיס האט געשריבן:את ביתו בנה עם הרבנית מרת פייגא ע"ה בת דודו - אחי אביו- הרה"ק רבי יוחנן מרחמסטריווקא זי"ע
זכה לבנין וחתנין רבנן ה"ה:
א] הרה"צ רבי משה מרדכי מלובלין זי"ע
ב] הרה"צ רבי דוד אהרן מזאריק זי"ע
ג]הרה"צ רבי נחום מוורשא זי"ע
ד] הרה"צ רבי זאב מקאוולי זי"ע
ה] מרת שיינדיל ע"ה אשת הרה"צ רבי משה בהרה"ק רבי דוד מסקוירא זי"ע
ו] מרת חיקא ע"ה אשת הרה"צ רבי נחום משה טברסקי זצ"ל אב"ד קאוולי
ז] מרת ריקל ע"ה אשת הרה"צ רבי צבי אריה מאליק זי"ע


איזה רבי צבי אריה מאליק?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הרבי מטריסק בצעירותו

unnamed (1).png
unnamed (1).png (111.61 KiB) געזען 4737 מאל
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

איך קען דעם בילד אלס זיין פלימעניק - די חעלימער רבי. ווי איז די מקור פונ'ם בילד?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

חיימ'ל האט געשריבן:איך קען דעם בילד אלס זיין פלימעניק - די חעלימער רבי. ווי איז די מקור פונ'ם בילד?

פארווערטס (22 ספטמבר 1923)
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

ס''איז 5 יאר נאך זיין הסתלקות. אויב סאיז עם איז איטרעסאנט, ער איז נאך יונג, און מסתם נאך בחייו פון זיין טאטע דער מגיד.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

מ'קען עס אפשר פארענטפערן אז ס'דאך ידוע אז די רב פון שטאט טריסק איז געווען באפריינדעט מיט עם, און ער האט טאקע געשתדל'ט אז ער זאל נישט נכלל ווערן אין די גזירת גירוש פון זיינע צוויי עלטערע ברודער דורך איינגעבן אז ער איז א טאקע דעם רבי'נס א קינד אבער ער איז א 'סוחר'. און אפשר פון דעם איז די בילד.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
חיס האט געשריבן:את ביתו בנה עם הרבנית מרת פייגא ע"ה בת דודו - אחי אביו- הרה"ק רבי יוחנן מרחמסטריווקא זי"ע
זכה לבנין וחתנין רבנן ה"ה:
א] הרה"צ רבי משה מרדכי מלובלין זי"ע
ב] הרה"צ רבי דוד אהרן מזאריק זי"ע
ג]הרה"צ רבי נחום מוורשא זי"ע
ד] הרה"צ רבי זאב מקאוולי זי"ע
ה] מרת שיינדיל ע"ה אשת הרה"צ רבי משה בהרה"ק רבי דוד מסקוירא זי"ע
ו] מרת חיקא ע"ה אשת הרה"צ רבי נחום משה טברסקי זצ"ל אב"ד קאוולי
ז] מרת ריקל ע"ה אשת הרה"צ רבי צבי אריה מאליק זי"ע


איזה רבי צבי אריה מאליק?

צ"ל רבי צבי אריה אברהם מאליק שגר באחרית ימיו בברוקלין
יוסף משה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף משה »

נחוניא האט געשריבן:רבי יעקב לייבעלע מטריסק זצ"ל איז געבוירן אין יאר תר"ח, און איז געווען דער יונגסטער זון פונעם טריסקער מגיד זצ"ל.
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת פייגה ע"ה די טאכטער פון רבי יוחנן ראחמיסטריווקער זצ"ל (וועלכער האט איר געזאגט צו חתמ'נען מיט א "הא" אנשטאט אן אלף, וועט זי האבן פיר קינדער צדיקים).
אין יאר תרמ"ה זענען זיינע עלטערע ברידער, רבי נחום און רבי מאטעלע, פארטריבן געווארן פון טריסק, אבער וויבאלד רבי יעקב לייבעלע האט זיך איינגעגעבן אלס א סוחר האט ער געקענט בלייבן דארטן אין שטאט.
נאך די הסתלקות פונעם מגיד, ב' תמוז תרמ"ט, האט ער איבערגענומען זיין רבי'סטיווע אין שטאט טריסק.
אין יאר תרס"ז בערך האט ער זיך אריבערגעצויגן אין שטאט קאוולע, וואו ער האט געוואוינט ביזן אויסברוך פונעם ערשטן וועלט קריג, דאן איז ער אנטלאפן קיין ראוונע.
ער איז נסתלק געווארן כ"ח אייר תרע"ח אין שטאט הוריבישויב, אינמיטן זיך טובל'ן אין מקוה. ושם מנוחתו כבוד.
זיין ארט אין קאוולע האט איבערגענומען זיין יונגסטער זון רבי וועלוועלע, וועלכער איז ל"ע אומגעקומען דורך די דייטשע רשעים הי"ד.
די איבריגע זין זענען געווען: א] רבי משה מרדכי מטריסק-לובלין. ב] רבי מנחם נחום מטריסק-ווארשא. ג] רבי דוד אהרן מזאריק.
זכר צדיקים וקדושים לברכה



ח' אייר יו"ד הרה"ק רבי משה מרדכי מטריסק-לובלין הי"ד
יוסף משה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף משה »

ישנו מכתב מהאמרי אמת מגור בו מתאר אותו 'קדוש יאמר לו'.

במלחהעה"ש חסידיו המציאו לו דרך לברוח, אבל הוא לא רצה לנצל אותו בהמשילו את זה לקברניט הספינה שכשהספינה טובע ח"ו הוא מציל מקודם את הספינה ואח"כ את עצמו.

קצת מתורותיו (לשבועות והכנס"ת) בספר של בנו - הרב ר' אהרן דוד טווערסקי אב"ד גארשקוב הי"ד - 'היחס מטשערנוביל ורוז'ין' בקונטרס מיוחדת 'אוהל משה' גם הוסיף המחבר הנ"ל שם תולדות אביו (בחייו), בו תיאר בעיקר את ענותנותו ושמו ההולך לפניו.

בספר שיח זקנים מובא איזה סיפורי מופתים ממנו בשם בנו הרב ר' אברהם יצחק טווערסקי ז"ל ועוד מופת (הצלה מעבודת הצבא) ע"י בעל המעשה הרה"ח הנודע ר' יוס'ל וויינבערג ז"ל מחסידי ומשפיעי חב"ד.
לעצט פארראכטן דורך יוסף משה אום מאנטאג מאי 16, 2016 5:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

בנו רבי יוחנן היה חתן המהרי"ד מבעלזא למעלה יש תמונה מהם.
חתנו הרב אייכנשטיין היה רב בסט. לואיס ויש לו נכד בירושלים
יוסף משה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף משה »

התמונה באשכול הטריסקאי האחר
יוסף משה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף משה »

הרב ר' יוחנן הנ"ל אבד"ק הורבישוב שלח פעם שאלה להרה"ג רבי אברהם יעקב הורוויץ אבד"ק פראביז'נא, ובו האריך בהשאלה בענין איסור והיתר באופן מקיף מאוד וראו בקיאותו הגדולה. ואבד"ק פרוב'יז'נא - שהיה חסיד בעלזא - נהנה מאוד מזה שחתנו של רבו הוא ת"ח כזה.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

יוסף משה האט געשריבן:הרב ר' יוחנן הנ"ל אבד"ק הורבישוב שלח פעם שאלה להרה"ג רבי אברהם יעקב הורוויץ אבד"ק פראביז'נא, ובו האריך בהשאלה בענין איסור והיתר באופן מקיף מאוד וראו בקיאותו הגדולה. ואבד"ק פרוב'יז'נא - שהיה חסיד בעלזא - נהנה מאוד מזה שחתנו של רבו הוא ת"ח כזה.

יש תמונה מפורסמת מהכתרתו יחד עם דודו מהר"א
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יציב פתגם האט געשריבן:הרבי מטריסק בצעירותו

unnamed (1).png

יציב פתגם האט געשריבן:
חיימ'ל האט געשריבן:איך קען דעם בילד אלס זיין פלימעניק - די חעלימער רבי. ווי איז די מקור פונ'ם בילד?

פארווערטס (22 ספטמבר 1923)

חיימ'ל האט געשריבן:ס''איז 5 יאר נאך זיין הסתלקות. אויב סאיז עם איז איטרעסאנט, ער איז נאך יונג, און מסתם נאך בחייו פון זיין טאטע דער מגיד.

חיימ'ל האט געשריבן:מ'קען עס אפשר פארענטפערן אז ס'דאך ידוע אז די רב פון שטאט טריסק איז געווען באפריינדעט מיט עם, און ער האט טאקע געשתדל'ט אז ער זאל נישט נכלל ווערן אין די גזירת גירוש פון זיינע צוויי עלטערע ברודער דורך איינגעבן אז ער איז א טאקע דעם רבי'נס א קינד אבער ער איז א 'סוחר'. און אפשר פון דעם איז די בילד.

ס'איז קלאר מעל לכל ספק אז דער אינעם בילד איז רבי משה יהודה לייב מחעלם בעל 'אמרי מ"י' א נעפיו פון רבי יעקב לייב'לע.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”