וועלכע חזן גלייכט איר די מערסטע

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יולי 16, 2012 10:00 pm

שלום עלעיכעם החזן הגדול מר. הירשמאן, שרייט אייך דא אויס וויפיל עס גייט.

ר' וואסער ווען איר ענדיגט מיט די וואויס לעססאנס וואלט כדי געווען ווען איר נעמט א שטיקל קורס אויף ענגליש, מען שרייבט I can't agree more.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג יולי 17, 2012 12:06 pm

בס"ד,

לעצטנס געהערט "נקדש את שמך בעולם" פון קווארטין.

ערשטנס, ווייס איך שוין פון וואו די גוטע בעלי תפילות נעמען די נוסח פון קדושה שבת ביי שחרית.

צווייטנס, ביי איין ווארט, וקרא "זה" אל זה ואמר, גארגלט זיך קווארטין נישט ווייניגער ווי פינעף און דרייסיג מאל, הערליך און דיזי צו ווערן כמעט.

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דינסטאג יולי 17, 2012 1:41 pm

פון די אלטע גלייך איך יאסעלע'ן די מערסטע
איז ממילא פון די היינטיגע שלמה'לע אייזנבאך, און מאיר ברוך'ן, לעניית דעתי דערמאנען זיי די מערסטע יאסעלע'ן

(העלפגוט איז ווי א קאלטער מעטאל קעגען די זיסקייט אין ווייעכקייט פון יאסעלע)

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג יולי 17, 2012 3:43 pm

יאסעלע - גין גאלד, בין איך נישט אלעמאל אין די גיסטע פון יענע קאליר,
קווארטין - צוקייט און נאגט אויס יעדעס ווארט ווי א זאפטיגע מארך ביינדל - בעל תפילה
קאסואוויצקי, משה - שרייט, דרייט, און קרייט - זיינע לייוו שטיקלעך גלייך איך זייער, ווי אויך זיין כאראקטער...
גלאנץ, א זיסע פידעלע, אבער איך גלייך אויך א טשעלא....
קאסואוויצקי, דוד, אן אינספיראציע, שפיגלט אביסל אפ דעם ברידער, נאר האט מער מתיקות און גרילצט ווינציגער...
גענטשאף.... איי מוישעלע, מיין פעיוואריט, באלעבט יעדן שטיקל מיט אן אויסערגעוויינליכע חיות, די קאמפאזיציעס, די דראמע... אין כמותו.
יושע ווידער - א הארץ, לדעתי דער חזן וואס בלייבט די לענגסטע ביים הארציגן הויכפונקט פונעם שטיקל, ער נאגט עס אויס ביזן סוף.
רויטמען - רייסט איין כבן המתחטא... אביסל שטימע וואלט נישט געשאדט...
הירשמאן - א אמת׳ער חזר. די שטימע קאלוראטור, מוזיק... און א גרויסע שמיני שבשמינית...

המשך יבוא....
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג יולי 17, 2012 3:59 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' וואסער ווען איר ענדיגט מיט די וואויס לעססאנס וואלט כדי געווען ווען איר נעמט א שטיקל קורס אויף ענגליש, מען שרייבט I can't agree more.

ר' שרייבער, כ'וואלט גענומען אן ענגליש קורס, אבער נישט פון דיר, ביטע קוק דא
על מי מנוחות ינהלנו

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג יולי 17, 2012 4:08 pm

שטארק זיך האט געשריבן:הירשמאן - א אמת׳ער חזר. די שטימע קאלוראטור, מוזיק... און א גרויסע שמיני שבשמינית...

ער זינגט טאקע מיט א קרומע מויל, אבער פארדעם אליין קומט איהם נאכנישט דעם טיטול 'חזיר'...
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג יולי 17, 2012 4:13 pm

וואסערפאל האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' וואסער ווען איר ענדיגט מיט די וואויס לעססאנס וואלט כדי געווען ווען איר נעמט א שטיקל קורס אויף ענגליש, מען שרייבט I can't agree more.

ר' שרייבער, כ'וואלט גענומען אן ענגליש קורס, אבער נישט פון דיר, ביטע קוק דא

מיזט נישט נעמען די קורס פון מיר אבער למעשה פארשטייסטו נישט אפילו וואס עס שטייט אין דיין לינק. (ווען יא וואלסטו עס נישט געברענגט)
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום דינסטאג יולי 17, 2012 4:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג יולי 17, 2012 4:15 pm

געמיינט חזן! אנטשולדיגט....
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג יולי 17, 2012 6:06 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
וואסערפאל האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' וואסער ווען איר ענדיגט מיט די וואויס לעססאנס וואלט כדי געווען ווען איר נעמט א שטיקל קורס אויף ענגליש, מען שרייבט I can't agree more.

ר' שרייבער, כ'וואלט גענומען אן ענגליש קורס, אבער נישט פון דיר, ביטע קוק דא

מיזט נישט נעמען די קורס פון מיר אבער למעשה פארשטייסטו נישט אפילו וואס עס שטייט אין דיין לינק. (ווען יא וואלסטו עס נישט געברענגט)

אלא מאי אז כ'האב יא געברענגט דעם לינק איז א סימן אז כ'פארשטיי יא, כ'פארשטיי נישט וואס די פארשטייסט נישט, אבער פליז פיר אריבער דעם געשפרעך אין שפראך פארום
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
מרדכי הערשמאן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2012 1:01 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך מרדכי הערשמאן » דינסטאג יולי 17, 2012 11:43 pm

שטארק זיך האט געשריבן:יאסעלע - גין גאלד, בין איך נישט אלעמאל אין די גיסטע פון יענע קאליר,
.

פארוואס נאר פון דיע קאליר ביסטו נישט אלעמאל אין די גיסטע
און אויב ס'איז נישט דיין גיסטע פארוואס איז ער גין גאלד
זאג פשוט "יאסעלע רעדט נישט צו מיר" מ'האט שוין געהערט אזאנס
ס'איז דא מעטשען וואס גאנץ חזנות קריכט זיי אויף די נערווען

אוועטאר
מרדכי הערשמאן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2012 1:01 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך מרדכי הערשמאן » מיטוואך יולי 18, 2012 12:05 am

וואסערפאל האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:
וואסערפאל האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' וואסער ווען איר ענדיגט מיט די וואויס לעססאנס וואלט כדי געווען ווען איר נעמט א שטיקל קורס אויף ענגליש, מען שרייבט I can't agree more.

ר' שרייבער, כ'וואלט גענומען אן ענגליש קורס, אבער נישט פון דיר, ביטע קוק דא

מיזט נישט נעמען די קורס פון מיר אבער למעשה פארשטייסטו נישט אפילו וואס עס שטייט אין דיין לינק. (ווען יא וואלסטו עס נישט געברענגט)

אלא מאי אז כ'האב יא געברענגט דעם לינק איז א סימן אז כ'פארשטיי יא, כ'פארשטיי נישט וואס די פארשטייסט נישט, אבער פליז פיר אריבער דעם געשפרעך אין שפראך פארום


ביידע זענען גערעכט, אלו ואלו נשרפין

מ'קען טאקע זאגן I can't disagree more אבער די אנגענומענע מהלך איז I can't agree more

אוועטאר
תיכול כורא דמילחא
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:26 pm
לאקאציע: על מי מנוחות

תגובהדורך תיכול כורא דמילחא » מיטוואך יולי 18, 2012 12:13 am

יישר כוח חזן הערשמאן
דיינע רייד לייגן זיך אויפן אויער

וואסערפאל
יישר כוח
איך קען הערן נאך אויב די ווילסט נאך זאגן

אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

תגובהדורך Shiala » מיטוואך יולי 18, 2012 12:42 am

יצמחפורקניה האט געשריבן:פון די אלטע גלייך איך יאסעלע'ן די מערסטע
איז ממילא פון די היינטיגע שלמה'לע אייזנבאך, און מאיר ברוך'ן, לעניית דעתי דערמאנען זיי די מערסטע יאסעלע'ן

(העלפגוט איז ווי א קאלטער מעטאל קעגען די זיסקייט אין ווייעכקייט פון יאסעלע)

גארנישט צוצולייגן

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך יולי 18, 2012 11:23 am

רב הערמאן,
יאסעלע רעדט דווקא יא צו מיר, אבער ביז א גבול,
זיין כשרון אין שטימע, מוזיק דעליווערי, חידוש, גרינגקייט, איז ווייטער גין-גאלד,

איך גלייך פשוט משהלע גענטשאפס ״בראנז״ (בראנז איז אויך א קאליר)בעסער.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך יולי 18, 2012 5:07 pm

תיכול כורא דמילחא האט געשריבן:

וואסערפאל
יישר כוח
איך קען הערן נאך אויב די ווילסט נאך זאגן


טייערע תיכול, כ'העט ווען גערן גענומען אביסל צייט ממשיך צו זיין, ווען די ליפט דא טראגט ווען אזא דזשענטעל כאראקטער ווי דיר, און אדרבה, ישמעו חזנים, וחזנים ליבהאבערס, ויבואו, און מ'זאל מאכן דא א פארברענג מיט ליבשאפט און הארמאניע. אבער ליידער צום באדויערן בלאזט דא "אויך" אריין א רוח שאינו מצוי' וואס האט נישט קיין שייכות צום חזנות דזשארגאן, (כ'ווייס נישט צו וועלכען יא) האב איך דערווייל נישט דעם געמוט ווייטער אנטייל צונעמען.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יולי 19, 2012 1:01 pm

כ'בין קיינמאל געווען ביי א וואויס לעסאן, און כ'בין בכלל נישט אין די ליין פון חזנות, כ'האב אבער הנאה געהאט צו ליינען די אלע וואס האבן דא געשריבן דברים של טעם.

ארגינעלע יוד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 1:19 am

לדעתי איז חזן ראזענפעלד די שטערקסטע חזן בימינו אלה, די גרעסטע קונסטלער אין שטימע, א שטארקע און גאר באטעמטע שטימע וועס קען גרינג שפאצירן אויף גאר הויעכע טענער, ער האט א קולוראטור איינס אין די וועלט, ער טוישט סקעילס ווי קיינמאל גארנישט, ער איז גאר געפיליש הארציג און מוזיקאליש, בקיצור א "קול" בו מיט אלע מפרשים.
יענקי לעמער, איז לדעתי די בטעמטסטע חזן בימינו אלה אויך צייכנט ער זיך אויס אין זינגעדיגע חזנות, מקען אים הערן און הערן אין נישט נמאס ווערן ער איז גאר גוט פארן אויער.
זיין ברודער שלום לעמער, לדעתי האט די בעסטע קולוראטור בימינו אלה און האט א געוואלדיגע ברייטע רעינדזש פון טענער וואס ער קען אלס גיין, ער איז א יחיד בדור פאר אזאנע ניגונים ווי חד גדיא און האטס א גוטן חנוכה וכדומה, נישטא נאך אזאנס ווי ער
שטארק מיט העלפגאט ווארפן א פחד
און צום לעצט מקען נישט פארגעסן פון די רבי פון אונזערע בעלי תפילה ימים נוראים הרב החסיד ר' מאיר ברוך קאהן
הגם איך פארשטיי נישט צו זיין שטימע איז ער מלא הרגש סאיז ממש א נחת אים צו הערן ובפרט ער וואס האט אוועקגעשטעלט די היינטיגע נוסח התפילה
מדארף אים באמת מקיר טוב זיין
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 2:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

עושר וכבוד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:15 am

האסט אויסגעלאזט די 'היינטיגע יאסעלע' מאטי בויער.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אור
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:09 pm

כווייס ווייניג האלטן ווי מיר
אבער ווי קאלט ער איז, איז העלפגאט 'די חזן!' בהא הידועה
מיט זיין קלארע באסאווע שטימע בין איך משוגע פאר זיינע שטיקלעך

פרישע ווארע
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:05 pm

תגובהדורך פרישע ווארע » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 12:32 pm

פידעלע האט געשריבן:מיינסט מסתם, קנא לשמך...

איך האב זייער ליב העלפגוט, די הארץ וואס ער לייגט אריין איז נישט אוועק צומאכן...
איך גלייך טאקע זייער שטארק קנא לשמך, וויבאלד חזן הלפגוט לייגט עס אזוי גוט אראפ, און די מוזיק איז דארט אויך עפעס אויסטערליש פיין, ער מאכט דארט זייער שיינע קארד'ס! (כווייס נישט ווער האטעס אראנדזירט, ווייסט איינער?)

אוועטאר
זעקסער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

תגובהדורך זעקסער » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 2:20 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:לדעתי איז חזן רויזנפעלד די שטערקסטע חזן בימינו אלה, די גרעסטע קונסטלער אין שטימע, א שטארקע און גאר באטעמטע שטימע וועס קען גרינג שפאצירן אויף גאר הויעכע טענער, ער האט א קולוראטור איינס אין די וועלט, ער טוישט סקעילס ווי קיינמאל גארנישט, ער איז גאר געפיליש הארציג און מוזיקאליש, בקיצור א "קול" בו מיט אלע מפרשים.
יענקי לעמער, איז לדעתי די בטעמטסטע חזן בימינו אלה אויך צייכנט ער זיך אויס אין זינגעדיגע חזנות, מקען אים הערן און הערן אין נישט נמאס ווערן ער איז גאר גוט פארן אויער.
זיין ברודער שלום לעמער, לדעתי האט די בעסטע קולוראטור בימינו אלה און האט א געוואלדיגע ברייטע רעינדזש פון טענער וואס ער קען אלס גיין, ער איז א יחיד בדור פאר אזאנע ניגונים ווי חד גדיא און האטס א גוטן חנוכה וכדומה, נישטא נאך אזאנס ווי ער
שטארק מיט העלפגאט ווארפן א פחד
און צום לעצט מקען נישט פארגעסן פון די רבי פון אונזערע בעלי תפילה ימים נוראים הרב החסיד ר' מאיר ברוך קאהן
הגם איך פארשטיי נישט צו זיין שטימע איז ער מלא הרגש סאיז ממש א נחת אים צו הערן ובפרט ער וואס האט אוועקגעשטעלט די היינטיגע נוסח התפילה
מדארף אים באמת מקיר טוב זיין


זייער שיין צוגעטיילט פאר יעדן א ספעישעל קאמפלימענט
דו האסט אפשר אין באזיץ עפעס א גוטס פון חזן ראזענפעלד?

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 4:50 am

איך גלייך זייער שטארק העלפגאט בנוגע חזנות,ער האט פון די שטערקסטע שטומעס!
אלס בעל תפילה ווער איך צודרייט פאר די רגש פון מאיר ברוך קאהן אגב זיין שטומע איז נישט אוועק צו מאכן
אבער קיינער קומט נישט צו צו יוסעלעס קולטור הערליכער שטומע ציט ארויף קראצט נישט קאפ שטומעס נא באדי ביטס הים נישטא הייינט אזאנס
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:27 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:האסט אויסגעלאזט די 'היינטיגע יאסעלע' מאטי בויער.


מאטי בויער איז עפעס איינס און די וועלט, מאכט נאך יאסעלע ממש ווי ער איז יעצט דא, האב איך ערגעץ ווי ער זאגט אראפ אמר ר' אלעזר פון יאסעלע, ווען איך זע ווען נישט עם וואלט איך זיכער געזאגט אז עס איז יאסעלע.

אלס בעל תפילה ווער איך צודרייט פאר די רגש און פון מאיר ברוך קאהן און זיין כח פון נוסח, און זיין זיך אפגעבן מיט יעדע ווארט פונעם דאווענען, ווען איך הער עם מאכט ער מיר א שמחת יו"ט.

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 12:36 pm

בינעך שוין געווען הערן, שטארק, ביידע העלפגאט ברודער, לעממער, מוללער, ערבליך ברודער, און נאך. יעדער האט זייערע מעלות די מערסטע איז מיר געפאלן חזן ראזענפעלד ער איז א חידוש אין זיין פעלד קען גיין ארויף און אראפ אין די זעלבע צייט מיט א מוראדיגע מתוקות, ער איז מורכבים מוזעקאליש.

געדענק איך אמאל געווען ערגעץ אים הערן דאווענען, די כאר דארט האט אנגעפירט איינער מיללער, אויב געדענק איך גוט איז יענקי לעממער געווען אין די כאר, אין פלוצלונג איז חזן ראזענפעלד אוועקגעפארן פון די אפגעשמוסטע ליניע און געפארן ווי די הארץ האט אים געטראגן די כאר פירער איז געווארן אביסעל צומישט און ראזענפעלד האט איבערגענומען די קווייער און געוויזען ווען צו ברימען און וויפיל צו ברומען און ווי צו שרייען און ווי הויעך, בקיצור אזא הערליכע דאווענען האב איך נאך נישט געהערט און ערגעץ.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

עושר וכבוד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:47 pm

לענ"ד איז ראזנפעלד די שוואכסטע אין חזנות, אין דערפאר גלייכן אים מענטשן אזוי שטארק. ער דאווענט שיין און ווארים און האט א זיסע שטימע. די זעלבע טעם מיט ר' מאיר ברוך, ווייל דער עולם גלייכט נישט חזנות, נאר א שיינע געשמאקע ווארימע דאווענען.

אין חזנות וואלט איך געלייגט שטארק די העכסטע, דערנאך לעמער דערנאך העלפגאט. העלפגאט מיין איך פון לעצטנס, נישט דער אמאליגער העלפגאט וואס איך האב יא ליב געהאט.

מאטי בויער ציט נישט ארויף אזוי הויעך, און איז נישט אזוי ווארים, אבער זיין שטימע איז איין שטיק יאסעלע. ממש די זעלבע שטימע.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Of course, yoy, נעם אין אכט און 18 געסט