מידער האט געשריבן:איבער די רינדיקייט פון די וועלט, איז אינטערסאנט אנציווייזן אז ס'איז נישט אלעמאל געווען אנגענומען איבער די וועלט אז די וועלט איז טאקע רינדליכיג, דאס איז אלעמאל געווען א גרויסע מחלוקה צווישן די פארשער. מיר טרעפן אין חז"ל אז די וועלט איז ככדור (ווי רש"י איז מסביר אז דאס איז טאבע מיט וואס קינדער שפילן) .
דער רמב"ם און הלכות קידוש החודש (פרק י"א) זאגט אז ארץ ישראל געפינט זיך "באמצע היישוב". דאס הייסט אז דער גאנצע יישוב איז דענמאלץ געווען פון אזיע ביז ענגלאנד, און ארץ ישראל איז ערגעץ און דער מיט. אוודאי האט דער רמב"ם געוויסט אז דער וועלט איז רינדעכיג און איז 24,000 מייל ברייט (ווייל אן דעם הייבט זיך נישט אן זיינע פארצווייגטע מאטעמטישע חשבונות און די לעצטע 7 פרקים), אבער דער יישוב מיט וועם מען האט געהאט קאנטאקט איז נאר באשטאנען פון אזיע ביז ענגלאנד.
די איבעריגע וואס וואוינען אויף אינזלען אדער גאר אויף קאנטינענטען איז אויב זיי עקזיסטירען זענען זיי אינם מן היישוב, און אזוי זענען זיי טאקע געווען מענטשען פרעסערס, מקריב געווען די אייגענע קינדער למולך (און יענעם'ס, אוודאי), און געגלייבט און עצים ואבנים.
מידער האט געשריבן: 'אמעריקע' ווערט גערופן נאך איינעם מיטן נאמען אמריגאו וועלכער איז געווען דער ערשטער וועלכער האט יארן שפעטער ערפונדן אז דאס נייע לאנד איז גאר צוויי נייע ריזיגע קאנטינענטן וועלכע האט גארנישט איינגעלייגט מיט אזיע.
זיין גאנצע נאמען איז Amerigo Vespucci. דאכט זיך מיר אז און סדר הדורות ווערט געברעגט אז ער איז געווען א ים רויבער, נאכדעם געווארען אן עקספלארער. און וויקיפעדיע זעה איך אז מען האט אים ריין געוואשען פון דעם חטא. ביי אידען האט מען געזאגט אז אמעריקע איז נוטריקון "עם ריקה", א פראסט, פוסט, און ליידיג לאנד.
מידער האט געשריבן: קאלאמבוס האט געלאזט רופן די הויפטן פון די אינדיאנער, און זיי געזאגט אז דער באשעפער פון דער וועלט איז זייער ברוגז אויף זיי פארן נישט געבן צו עסן פאר די געסט, און אויב ביז ביינאכט אכט אזייגער (א דוגמא) וועלן זיי אים נישט געבן קיין שפייז וועט דער באשעפער חרוב מאכן די וועלט. צום ערשט גייט ער פארניכטן דעם לבנה, און דערנאך די גאנצע וועלט. די נאכט פאלט צו, און נישט מער נישט ווייניגער מ'זעהט ווי די לבנה גייט צוביסלעך אונטער. מער האט נישט אויסגעפעלט, און קאלאמבוס מיט זיינע באגלייטער האבן באקומען א סעודה כיד המלך, און פלאי פלאות די לבנה איז צוריק גאנצערהייט.
א פאר געציילטע יאר שפעטער (נאך קאלומבוס) האט דער שפאנישע קאנקוויסטאדאר קארטעז איין גענומען מעקסיקא פון די אזטעקס (Aztecs) און געהארגעט איר קעניג מאנטעזומע (Montezuma), די אזטקעס האבען געמיינט אז די שפאנישע זענען געטער ווייל זיי האבען געהאט ווייסע הויט (אנטקעגען די טינקעל הויט פון די אינדיאנער זענען די שפאנישע געווען ווייס).
מידער האט געשריבן:סתם אינטערסאנט צוצולייגן, אז ס'דא אינדיאנער שבטים האלטן נאך היינט אז די אמעריקאנער באדן באלאנגט פאר זיי און מ'האט דאס פון זיי אקופירט.
די לינקע שטיצען זיי און א גערעכטע טענה האבען זיי; מען קען נישט אנטדעקען א זאך וואס איז שוין געווען אנטדעגט. אבער נאר ביז דא זענען זיי גערעכט. למעשה האט דער ציוויליזירטע וועלט אנטדעגט (עפעס וואס זיי האבען נישט געוויסט דערפון
פריער) און זיי מנצח געווען און אינטערדריקט. אויב אמעריקע דארף צוריק גיין קיין אייראפע, דארפען די אייראפע'ער צוריק גיין פון וואנעט זיי זענען געקומען, און די וואס וואוינען דארט, פון ווי זיי זענען געקומען, וכו'. אזוי ארבעט די וועלט, the winner rules, און באקומט אויך די רעכט צו אפשרייבען היסטאריע. און נאך מער, די באזיגטע גלייבען עס גאר. מען קען נישט איבער מאכען די וועלט.
אז מען רעדט פון "יושר" פאר די אינדיאנער, דארף מען פרעגען און וואס איז מיט די קורדיסטען? עס איז דא א פאלק וואס הייסען the Kurds, דאס איז גאר אן אלט פאלק וואס ווערט נאך דערמאנט און חז"ל, עס האט שוין עקזיסטירט מער פון 2500 יאר צוריק, און פונדעסטוועגען פאלט קיינעם נישט איין צו געבען זיי זעלבסט שטענדיקייט, נישט די טערקען ווילען זיי געבען זעלבסט שטענדיקייט, נישט די איראנער, און נישט די איראקער און נישט די רוסען, און אפילו אויך נישט אמעריקע. וואס איז די קרייטעריע פון זיין בארעכטיגט צו זעלבסט שטענדיקייט? די קורדען נישט, די טשטעשניער נישט, די קאנפעדערעט סטעיטס אוו אמעריקע נישט; נאר די אינדיאנער?