וועלכע חזן גלייכט איר די מערסטע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

איך גלייך דאס מערסט "הויך" "שנעל" "און קלאר"
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איך -ווי שטייסטעניש- גלייך חזן בריסק... ס׳מערסטע גלייך זיין ענדינג...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

העלפגאט - ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

[די קומענדיגע הודעות האט מען ארויסגענומען און צוזאמגעשטעלט פון א צווייטע אשכול - אחראי]


https://www.yousendit.com/download/QlVn ... TGhFQmRVag

---------
תיכול כורא דמילחא האט געשריבן:איך האב געוואלט פרעגן אפשר א נארישע שאלה
ווער איז גרעסער יאסעלע אדער העלפגאט?

העלפגאט.

[הגם יאסעלע וואלט אויך געקענט נוצן א דייעט, איז ער אבער געווען א קורץ-געוואקסנער].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

לול.
אוועטאר
תיכול כורא דמילחא
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:26 pm
לאקאציע: על מי מנוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיכול כורא דמילחא »

ok מאך חוזק
וואס האט יאסעלע געהאט וואס העלפגאט האט נישט אפשר אביסל מער הארץ
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

אביסל?

מער הארץ און מער שטימע און מער פלעקסיבילעטי, קאם אן העלפגאט האט ווייט נישט די מעכטיגע שטימע פון יאסעלע.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

כ'האב נישט געמיינט חוזק צו מאכן ח"ו, כ'וויל נאר ארויסברענגן ווי אפגעפרעגט עס איז ובפרט פאר איינער וואס זוכט א פארווארפענע אידישע ניגון פון יאסעלע.

לענין, ווען די קונסט פון חזנות וואלט זיך גערעכנט לויט ווי הויך מ'קען שרייען וואלט העלפגאט געווען א פראנט ראנער.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שוטה די ניגון דאנלאוד זיך ביי ביידע, מ'קען עס אבער נישט שפילן צוליב עפעס א לייסענס ערראר,

תיכול; דו פרעגסט ערענסט? ביסט עפעס באקאנט חזנות? געניג געהערט פון ביידע? אדער פונקט געהערט א טעיפ פון העלפגאט וואס האט דיך איבערגענומען.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
תיכול כורא דמילחא
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:26 pm
לאקאציע: על מי מנוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיכול כורא דמילחא »

איך האב געהערט אסאך ביידע
אפשר מיין איך צו פרעגן ווי אזוי מעסט זוך דיע זאכן

וואס איך האב יא באמערקט איז, אז די אלטע חזנים golden age) האבן עפעס א חן וואס קיינער האט נישט היינט, אבער דאס האט קיינער נישט, איז דאס מיינט אז היינט קען מען נישט זיין מער אזא גוטע חזן?

נאך א זאך האב איך באמערקט (איך האף אז איך גיי נישט כאפן אפאר שטיינער) אז די קוסאוויצקי ברודער האבן אויך נישט דעם עכטען (ראזענבלאט הערשמאן סיראטא רוטמאן וכו') חן
אוועטאר
תיכול כורא דמילחא
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:26 pm
לאקאציע: על מי מנוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיכול כורא דמילחא »

שוטה האט געשריבן:ווען די קונסט פון חזנות וואלט זיך גערעכנט לויט ווי הויך מ'קען שרייען וואלט העלפגאט געווען א פראנט ראנער.



איז עס דען נישט איינע פון די qualifications וואס א חזן דארף צו האבן
פארוואס האט יעדער ליב פיינט צו האבן העלפגאט
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

לגבי די קאסעוויצקיס האביך געהערט אזוי פון א גרויסן בעל תפילה\חזן ר' מאיר ברוך קאהן. וואס דו פרעגסט וועגן העלפגאטן דאס פארלאנגט אן אריכות
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

תיכול כורא דמילחא האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:ווען די קונסט פון חזנות וואלט זיך גערעכנט לויט ווי הויך מ'קען שרייען וואלט העלפגאט געווען א פראנט ראנער.



איז עס דען נישט איינע פון די qualifications וואס א חזן דארף צו האבן

כ'רעד פון 'שרייען', נישט פון זינגען א הויכע נאט.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

יעצט איז שוין טאקע אינטערסאנט, העלפגאט איז ביזי זיך אויפטיהן אז ער איז א צווייטע משה קוסעוויצקי, אפילו אויף זיין טעיפ האט ער געהאט א בילד פון אים, און דו זאגסט אז קוסעוויצקי איז שוואכער און העלגאט איז בעסער.

כ'קען ליב האבן העלפגאט, אבער כ'פיל נישט די זעלבע נאכן הערן א העלפגאט שטיקל ווי נאכן הערן א א צווייטע חזן פון גאלדען עידזש, זאל עס אפילו זיין קוסעוויצקי (וואס גראדע גלייך איך אים),
יודל מענדעלזאהן קען דיר עס בעסער עקספלעינען.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

שוטה האט געשריבן:לענין, ווען די קונסט פון חזנות וואלט זיך גערעכנט לויט ווי הויך מ'קען שרייען וואלט העלפגאט געווען א פראנט ראנער.


ווער זאגט אז יאסעלע האט נישט געקענט העכער שרייען? הפנים ער האט געהאלטן אז נישט דאס איז די חכמה פון חזנות.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

ער האט נישט געקאנט וויבאלד ער האט פארמאגט א צווייט מין שטימע אבער מיט די טענער וואס ער קען האט ער באוויזן מיר ווי סירוטה מיט זיינע מעכטיגע טענער האט באוויזן
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
תיכול כורא דמילחא
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:26 pm
לאקאציע: על מי מנוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיכול כורא דמילחא »

נו לאז אפ העלפגאט
קיינער היינטיגע צייטן טויגן, אויב זיינט איר נישט פון די גאלדן צייט לייגט אייך שלאפן
אין אנדערע ווערטער "העלפגאט טויג נישט ווייל ער איז נישט פון די גאלדן age
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

I don't see even one word about golden times and btw the golden times aren't 50 years it like 200 years of great chazonim, and there are still a few masters but unfourtenetly helfgot is not one of them, and I'm not the only one to say that, so don't jump on me , jump on the great chazonim and balei tefilos who all say the same thing.
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

ישר כח פארשלאפן פאר דעם היסטארישן בילד, סיז ווערד א מיליאן. בנוגע די "גאלדען עידזש ערא" ווערסעס די "היינטיגע", וואלט ווען כדאי געווען צו עפענען א באזונדער אשכול, מיט וואס זענען זיי געווען בעסער, ס'איז נישט אינגאנצן ריכטיג צו זאגן אז די אמאליגע זענען געוועזען יוראפעישע מאסיווע שטומעס, ווייל מ'זעעט אז עטליכע פון זיי האבן דייקא נישט געהאט די גרעסטע שטומעס, א שטייגער ווי רוטמאן, און כ'געטרוימיך צו זאגן הירשמאן אויך, און נאך אנדערע, און מיט דעם אלעם זענען זיי געווען קאנאונען, ריזן. אלא מאי איז דא עפעס טיפערס דערינען, נארוואזשע דען, סיז א לענגערע שמועס, אויפן שפיץ גאפל העטעך ווען געזאגט אז ס'פעלט אונז די יסודות אויף וואס די אמאליגע האבן זיך געבויט און געקארמעט, אויב כעל האבן די מעגליכקייט, וועלעך דערין מאריך זיין ביי א צווייטן געלעגענהייט.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
תיכול כורא דמילחא
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:26 pm
לאקאציע: על מי מנוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תיכול כורא דמילחא »

waterfall i'm listening
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

וואסערפאל האט געשריבן:ישר כח פארשלאפן פאר דעם היסטארישן בילד, סיז ווערד א מיליאן. בנוגע די "גאלדען עידזש ערא" ווערסעס די "היינטיגע", וואלט ווען כדאי געווען צו עפענען א באזונדער אשכול, מיט וואס זענען זיי געווען בעסער, ס'איז נישט אינגאנצן ריכטיג צו זאגן אז די אמאליגע זענען געוועזען יוראפעישע מאסיווע שטומעס, ווייל מ'זעעט אז עטליכע פון זיי האבן דייקא נישט געהאט די גרעסטע שטומעס, א שטייגער ווי רוטמאן, און כ'געטרוימיך צו זאגן הירשמאן אויך, און נאך אנדערע, און מיט דעם אלעם זענען זיי געווען קאנאונען, ריזן. אלא מאי איז דא עפעס טיפערס דערינען, נארוואזשע דען, סיז א לענגערע שמועס, אויפן שפיץ גאפל העטעך ווען געזאגט אז ס'פעלט אונז די יסודות אויף וואס די אמאליגע האבן זיך געבויט און געקארמעט, אויב כעל האבן די מעגליכקייט, וועלעך דערין מאריך זיין ביי א צווייטן געלעגענהייט.

סידעס פלאס כמה מעלות טובות וואס זיי האבן פארמאגט
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

לאמיך פרובירן אראפצושרייבן עטליכע פון מיינע השערות מיט וואס די אמאליגע האבן זיך אויסגעצייכנט.
כ'וויל נאר מאכן א קליינע הגדרה, ווען כ'רעד פון די היינטיגע מייניך קיינעם נישט פערזענליך, בכלל וויליך נישט דערמאנען קיין נעמען פון די היינטיגע, קודם, כ'וויל נישט אין קיינעם ח"ו פוגע זיין, צווייטנס האלטיך אז ס'איז ב"ה יא דא טאלאנט היינט, כ'וויל נאר ארויסברענגן מיט וואס די "אמאליגע" האבן זיך אויסגעצייכנט, אין וואס מיר דארפן פרובירן נאכצוגיין בבחינת צאי לך בעקבי הצאן, און אדרבה, יעדער איז געלאדענט מוסיף צו זיין אויף מיינע ווערטער, אדער אפי' גאר מחולק זיין, וזה החלי בעזר הבורא.

גירסא דינקותא:,
די וועג וויזוי דער אמאליגע וואונדער קינד האט זיך דערלערנט א הארציג שטיקל איז געווען וואס איינער האט דאס מיט אים איינשטודירט וואס דער איינשטודירער האט עס מקבל געווען איש מפי איש פונעם גרויסן חזן זעלבסט וואס האט דאס שטיקעלע פארפאסט, אזוי איז דאס שטיקעלע געווארן אריינגעבילדעד אין דאס קינד, און סיז געווארן עצם מעצמיו. ווי אנדערש איז היינט ווען פון איין טשיפ קען מען זיך לערנען הונדערטער שטיקלעך, מילא קומט אויס אז מ'קוקט מער אויף די קונצן און אויף די הויכע באמבע טענער, מער ווי אויפן פנימית פונעם שטיקל, כלומר עיקר חסר מן הספר. דרך אגב אז מ'רעדט פון "וואונדער קינדער" איז כדאי צו וויסן אז א סך פון זיי האבן שוין אלץ קינד געזונגען ביי גרויסע חזנים, מילא האט זיך דאס קינד שוין דאן געהאט די געלעגענהייט צו לערנען די "אלף בית" פון חזנות.

שבת פרי ביים עמוד:
איר קענט די ווערטער פון ערגעץ?, ביים "עמוד" דארט האט דער זיך דער חזן עקספלאטירט. כמה מעלות טובות האט דאס דאווענען פארן עמוד, ובפרט אמאל ווען דער חזן האט געהאט א קווייער צו דער זייט. דער עמוד איז גוט סיי לגבי די מוזיקאלישער חלק, דער חזן האט זיך גוט "גענוסחט" ביים עמוד, מילא איז שוין געווארן א "כל עצמותי תאמרנה". און זעלבסט-פארשטענדליך אויך פאר די שטומע איז דאס געווען גוט. וואס קען שוין זיין בעסער פאר א שטומע אז מ'נוצט עס נאטורליך אן קיין מיקרעפאון, מ'דארף נישט נאכזונגן קיין ספעציפיש שטיקל וואס האט אינמיטן א היי בי. און אז די קווייער האט געזונגן, האט דער חזן געהאט אי א גוטע הארמאני, ווי אויך האט ער זיך געקאנט אפריען, ער האט נישט געדארפט "אביוזן" און אויסמוטשענען זיין האלז, אזוי ווי אונז היינט, ווען מ'דאווענט שוין אמאל א יובל, און מ'טאר נישט ח"ו מאריך זיין א מינוט לענגער, און מ'דארף נאך ארויף ציען ביי אור חדש און ביי ממקומך...

איזה חכם המכיר את מקומו:
ביי די אמאליגע זעעט מען עטליכע זאכן וואס איז זייער וויכטיג אויפצופאסן, ס'ערשטע, יעדע חזן האט זיך געהאט זיין יוניק סטייל חזנות מיט וואס ער האט זיך געפילט קומפורטעביל, מ'זעעט כמעט נישט אז איין חזן זאל פרובירן נאכזונגן דעם אנדערן. צווייטנס, וואסיז זייער וויכטיג אויפצופאסן, נעמליך די אמאליגע האט יעדער געארבייט אויף זיין קאפעסיטי, ד.ה. מ'האט גענומען דאס שטימעלע וואס מ'האט פארמאגט אין מ'האט דאס פרובירט ארויסצוברענגן ס'בעסטע און טיפסטע און די אריגינעלסטע וואס שייך, וועגן דעם זעעט מען ווי די אמאליגע זיצן אזוי גוט אויפן E F G און אפי' אויף די A קיס, וואס דאס זענען די high middle notes אזוי גוט און מעכטיג, סאזויווי מ'נעמט ס'שטיקעלע טייג צו מאכן דערפון א מצה, מע'ארבייט עס גוט אויס, הוא הדין הכא, יעדע פון זיי האט זיך גענומען "זיין" שטימעלע, זיין דיימאנטעלע, אין דאס געשלייפט מוזיקאליש, וואקאליש, רעפערואטיש, און אלעס וואס נעמט ארום דעם חזנות פאך. מענין לענין, ס'איז דא וואס זאגן אז וועגן דעם האט יאסעלע גענוצט פאלסעטא ווייל ער האט ביי יענע פלעצער נישט געקאנט ארויפציען, כ'מיין מ'דארף נישט זאגו וואסערע נאנסענדז דאסיז, כעט ווען געוואלט פרעגן, וויפיל פון די היינטיגע חזנים קענען נאכזונגען זיין "זכור טען מקלו" מיטן "נאטורליכן" שטומע, נישט אין די נאניע אדער אין לינקאלן טונעל אריין, צו וויפיל קענען נאכזונגען "וצוה" פון קווארטין. באדים ליין, מ'דארף נעמען ס'אוצר וואס מ'פארמאגן אין עס גוט אויסארבייטן, נישט זיכן זיך ארויפצודראפן אויף הויכע טענער, מ'דארף ארויסקוקען אויף א עמוד, און זיך פרובירן זיך גוט צו נוסח'ן. כ'על זיך דא שטעלן, ביי נעקסטע געלעגענהייט וועליך אי"ה שרייבן וועגן שטים-בילדונג פון אמאל, און נאך, ועוד חזן למועד... .
לעצט פארראכטן דורך וואסערפאל אום דינסטאג יולי 17, 2012 6:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
מרדכי הערשמאן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2012 1:01 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי הערשמאן »

תיכול כורא דמילחא האט געשריבן:איך האב געוואלט פרעגן אפשר א נארישע שאלה
ווער איז גרעסער יאסעלע אדער העלפגאט?



ר' תיכול ר' תיכול
דיין שאלה הערט זיך ווי אן אומשולדיגע שאלה
פאר אזא איינער ווי די -וואס זעהט נישט אויס צו זיין זייער באקאנט אינם פעלד פון שטים בילדינג- איז די בעסטע תשובה אזוי
די חזנים פונעם גאלדענם זמן האבן אריין געלייגט זייער גאנצע נשמה אין א ניגון וואס זיי האבן געזונגען אדער פארפאסט, יעדע ווארט וואס זיי האבן ארויס געזאגט איז געווען אנגעפילט מיט אלץ וואס זיי פארמאגן, פון צוהערן ווי זיי זונגען קען מען תיכף באמערקן ווי זיי לעבן איבער יעדע ווארט ממש, איינער מער איינער ווייניגער, און אין דעם הינזיכט אליין (שוין אפגערעדט אלע אנדערע הינזיכטן) איז יאסעלע געווען דער העלד פון זיין דור, דער מצב וואס ער האט באוויזן אריין צולייגן און זיינע שטיקלעך, צו טרויעריג, צו פריילעך, צו שטאלץ, צו הכנעה, איז געווען איינס אין דער וועלט ווען ער האט געוואלט מאכן א לעבעדיגן מצב האט ער נישט געדארפט דעם פויק אדער פראמפייט אלץ האט זיין שטומע אליין געמאכט די כלי שיר איז געווען א חוזק נעבן זיין שטומע
(ס'פלעגט ערשיינען אן אויסגאבע –נישט לאנג צוריק- מיטן נאמען "די צייטשריפט" איך גלייב אז דער עולם געדענקט נאך, דארטן אין א interview האט העלפגאט געזאגט אז צו זאגן אז יאסעלע איז געווען דער מלך החזנים איז איבער געטריבן, די נעקסטע אויסגאבע האט איינער געענטפערט אין א בריוו מילתא בטעמא פארוואס יאסעלע איז יא געווען דער מלך החזנים ווער ס'האט עס זאל עס ביטע ארויף לייגן)
צוריק צום ענין היינט וואס מיר האבן with all due respect א אויסגעטריקענטע דור מיר זענען אלע ווי פגרים מתים זענען אונזערע חזנים אויך מער ווייניגער פארטריקענט


נאך א שפיץ וויל איך ארויס ברענגען
ס'איז קלאר אז משה קוסעוויצקי אין זיינע ברידער האבן נישט געהאט די נשמה אין חיות וואס די גאלדענע חזנים האבן געהאט, אנשטאט דעם איז ער געקומען עלעקטריזירן דעם עולם מיט high pitch ער האט געטוישט די גאנצע מהלך פון חזנות צו דעם האנטיגן באקאנטען מהלך פון הויעך ציען, ווי ס'איז באקאנט איז משה גאנטשאף געקומען מיט אט דיע טענה צו משה קוסיוויצקי אז ער הארגט אוועק חזנות מיט זיין נייע מהלך (דאכט זיך מיר אז משה גאנטשאף איז געווען דער לעצטע חזן וואס האט געזונגען ווי א ריכטיגע gold age ) מיר אלע וויסן אז ס'איז דא אין ארץ ישראל א איד וואס איך ווייס נישט צו ער איז א דוקטאר אדער נישט עכ"פ ער רופט זוך דוקטאר מרדכי סובל וואס רוב היינטיגע חזנים גייען זוך מיט עם ראטן אין ער איז א געשוואוירענע קוסיוויצקי fan ער האלט זיך איין אויסדריקן אויף עם "המלך הגדול" (אין אפשר א יאסעלע פיינט) אין דער סובל שטופט דעם סארט אויסגעטריקענטע הויעך ציען מהלך (ווען מ'קען ווען דא רעדן אביסל לשון הרע וואלט אין דעם סובל אויסגעטוהן דא ברבים) בכל אופן יעדער ווייסט אז העלפגאט איז אינגאנצן צוגעקלעבט צו סובל אין אזא פנים האט ער.

דאס איז די אויבער פלעכליכע ענטפער


אבער איינער וואס פארשטייט אביסל צו שטים בילדינג קען קלאר זעהן אז די גאלדענע חזנים זענען אזוי געוואלדיג געווען געבילדעט זיי האבן אזוי קינצלעך געזינגען (און יאסעלע איבער אלע ) העלפגאט קען זיך אזוי שעמן אז נאר (אגב העלפגאט איז שוין ווייט נישט וואס ער איז געווען הערט צו די hasc 25 ווי ער זינגט משה ואהרן ממש א בושה)
אז איך קלאפ שוין לאמיר שוין קלאפן נאך איין זאך וואס אונזער דור באגרייפט נישט "יגעת ומצאת תאמין "לא יגעת ומצאת אל תאמין קוקטס אויף די היסטאריע פון די גאלדענע חזנים זיי האבן פון אלץ קינדווייז אהן זוך געוואלגערט ביי חזנים מיט teachers געלערענט ביי דעם, געלערענט ביי יענעם יארן לאנג בלי גוזמא זיך געפלאגט און געמוטשעט בוז ס'איז ארויס געקומען א פערטיגע כלי מערסטענס היינטיגע חזנים ווי לאנג לערענט מען, 5 יאהר איז שוין אסאך
קוק אהן איך בין געגאנגען פאר שטום בילדינג אפאר יאהר (כמעט צו אלע היימישע טיטשערס און נישט היימישע )
נאך דריי חדשים האב איך געקלערט צו מיר ס'קאסט מיר אסאך געלט איך האב שוין געכאפט דעם געדאנק, אויפן net איז דא אסאך סחורה, איך וועל מיר שוין משלים זיין אליין

רבותי!! ס'ארבעט נישט אזוי
אויף שטים בילדינג איז נישט דא קיין דרך קצרה
דיע זאך דארף אסאך צייט און הארעוואניע, קוקטס אויף להבדיל די opera stars ווי pavarotti (אדער בעסער קוקטס נישט) וואס מאנכע ווילן זאגן אז ער איז געווען גרעסער ווי caruso, און מיט רעכט, קוקטס נאך וויפיל ער האט זיך געמוטשעט וואס פאר א ירידות ער האט געהאט ביז ער איז אהנגעקומען (די אלע פראדוקטן וואס קומען ארויס ווי שוועמלעך נאך א רעגן ווי למשל brett manning אדער seth riggs איז נישט קיין replacement פאר עכטע שטים בילדינג ס'איז אפשר א גוטע warm up פאר איינער וואס איז שוין א פערטיגע זאך למחצה לשליש ולרביע) די net אויפן בעסטען פאל איז one size fits all יעדע שטימע איז unique ס'גייט נישט אהן א teacher איך האב עס געזען ביי מיר יעדע חודש וואס איז אריבער האב איך געקלערט ok i got it א חודש שפעטער נאך אמאל און יעדע חודש האב איך צוריק געקוקט אויפן פריעדיגע חודש מיט בושה ווי נאריש איך בין געווען יעצט קען איך זאגן נאך א גוטע פאר יאהר איך בין נאך אלץ נישט פערטיג


למשל ביי אונז אין בית מדרש איז דא א יונגערמאן וואס האט יא אנגענימען די net פאר זיין voice teacher יעדע וואך קען מען עם הערן חזרן א צווייטן היזיכט אין שטים אין ער כאפט נעבעך נישט אז זיין שטימע איז אינגאנצען פארמאכט אין פארשטאפט ער איז גראד געלאפן צו די הויעכע טענער אהן פארארבעטן געהעריג זיין שטים אין ער דרייט זיך ארום זאגן מבינות אויף שטים און אויף teachers איין טאג הער איך עם ארבעטן אויף vibrato שנעלער שטאטער ער כאפט נעבעך נישט אז vibrato איז א נאטירליכע product פון א פרייע אפענע שטים וואס קלערט ער פארוואס האט יאסעלע געהאט א שטאטערע vibrato און הערשמאן א שנעלערע vibrato פשוט? זיי האבן זיך אזוי געוועלט? לעצטענס גייט ער שוין צו צום עמוד און מאכט חוזק פון זיך אליין
איך האב געזען אידן דא אין קרעטשמע וואס ווילן וויסן וועגן voice, אלץ פיין און וואויל its not gona do you any good אןיף למעשה.
i gotaa go
לעצט פארראכטן דורך מרדכי הערשמאן אום דינסטאג יולי 17, 2012 11:56 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

Wow הערשמאן אליין אראפגעקומן פון אויבן, זיך אננעמעןאר די אמת׳ע

ווילקאמען זי...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

שלום עליכם ר' מרדכי ס'איז א פארגענוגן אייך צו ליינען.

און אז מ'רעדט שוין פון איבערלעבן א ניגון, איז מי לנו גדול פון אייער אוועטער?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

Lovely Hershman, it seem we're going in same direction
הגם כ'בין אביסל מילדער (פאר עפעס א ריזען סיינעכמעך "על מי מנוחות") אבער צוויי פון דיינע פאוינטס וויליך ספעשיל סטרעסן, דאס וואס די זאגסט אז די היינטיגע דור איז א פארטריקענטע, ביג טיים, נישט נאר פארטרוקענט, נאר פראסטערעטעד און מיואש, און ווי פארשטייטזיך שפיגעלט עס אפ אויף די חזנים, ווי אנדערש איזעס געווען אמאל. I can't disagree more
אויך דאס וואס די שרייבסט וועגן נעט טרעינינג א שטייגער ווי וואטשען Brett maning, כ'קען נישט מער דיסעגריען ווי דיר, כ'האב אים לעצטענס געוואטשט, גאנץ גוטע טיפס, (און אויך אביסל קרעדיט, ער פארגינט פאר די סטודענטס "סודות פון חדר", ווייסט וואסיך מיין, יא? ) אבער ווי קומטעס צו געהעריגע שטום בילדונג זוי ווי די הלכה פארלאנגט. איך וועל ביי א געלעגענהייט ממשיך זיין מיין point of view, אלענספאל it's good to have friends with the very same opinion.
לעצט פארראכטן דורך וואסערפאל אום דינסטאג יולי 17, 2012 5:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על מי מנוחות ינהלנו
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”