"יורא" וואלוטע (Euro), און די "יוראזאנע" (Eurozone)

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

"יורא" וואלוטע (Euro), און די "יוראזאנע" (Eurozone)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אזוי ווי די יורא וואלוטע איז שטארק אין די נייעס, שרייב איך דא א קורצע היסטאריע פון די "יורא", און די "יוראזאהן")

אין א פרואוו זיך צו פארמעסטען מיט די פאראייניגטע שטאטען, אלס א גרויסמאכט אין די וועלט פון פינאנס, האבן זיך צוזאמגענומען די אייראפישע לענדער אין נאוועמבער פון יאר 93' און פארגרעסערט די ביז דעמעלסדיגע "אייראפישע עקענאמישע קאמיטי" און געגרינדעט די "אייראפישע פאראיין" באוואוסט אלס "יוראפין יוניען" אדער "אי. יו.".

די קאנפרענס אויף די גרינדונג איז פארגעקומען אין "מאסטריכט, איירלאנד", אין 92', און אין 93' איז די אפמאך באואוסט אלס "מאסטריכט אפמאך" אריין אין קראפט.

די "אייראפישע פאראיין" באשטייט היינט פון 27 אייראפישע לענדער.

די לענדער אינעם "אייראפישן פאראיין" זענען די זעקס ארגינעלע מעבמער'ס פון די פארגייער פון די אייראפישע פאראיין, געגרינדעט אין 957' די "אייראפישע עקענאמישע קאמיטי", די לענדער אין יענעם פאראיין זענען געווען בעלגיע, פראנקרייך, דייטשלאנד, איטאליע, לאקסענבורג אין די נעדערלענדס. שפעטער איז צוגעקומען, אין 73' איירלאנד, דענמארק, און בריטאניע (פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויס בריטאניע און צפון איירלאנד), אין 81' גריכלאנד, אין 86' פארטוגאל און שפאניע.

שפעטער אינעם אייראפישען פאראיין זעלבסט איז צוגעקומען אין 95' פינלאנד, עסטרייך און שוועדען אין 04' אונגארען, עסטאניע, סייפרעס (קפריסין), טשעכיי, פוילן, מאלטא, ליטוויע, ליטא, סלאוואקיי און סלאוועניע און אין 07' בולגאריע, און רומעניע.

און די אלע לענדער זענען היינט אינעם אייראפישן פאראיין. ווען די אייראפישער פאראיין איז געגרינדער געווארן, איז די "אייראפישע עקענאמישע קאמיטי" געווארן א טייל פון די אייראפישע פאראיין אונטערן נאמען "אייראפישע קאמיטע".

די "אייראפישע פאראיין" איז נישט איין גרויסע לאנד, אבער זיי טיילן צווישען זיך אסאך געמיינזאמע - בעיקר עקענאמישע – אינטערעסען.

די "אייראפישע פאראיין" איז ווי א שטייגער די 50 שטאטען פון וואס עס באשטייט די "פאראייניגטע שטאטען פון אמעריקע" (די "יו. עס. עי."), וואס זענען טעכניש 50 לענדער מיט עקסטערע "לאקאלע" "געזעצען און שטאטוטען", אבער זענען געבינדען מיט א "פעדעראלע קאנסטעטוציע", וואס מאכט זיי פאר איין גרויסע לאנד, בנוגע צו פעדעראלע געזעצען, ווי וואלוטע, מיליטער, און נאך. (באמת איז דאס א שמועס פאר זיך, אפשר אין א קומענדיגע געלעגענהייט), און כאטש וואס די "אייראפישע פאראיין", האט נישט די כוונה צו ווערן ממש ווי די "פאראיינגטע שטאטען", אבער זיי האבן אסאך געזעצען און אינטערעסן, וואס זיי ארבייטען אינאיינעם ווי איין לאנד.

שוין פון ווען די "אייראפישע עקענאמישע קאמיטי" איז געגרינדעט געווארן, איז די ציל געווען א צוזאמארבייט פאר עקענאמישע אינטערעסן, ווי עס האבן פארשידענע לענדער צווישען זיך, ווי למשל "נעפטע", וואס איז די "נארט אמעריקע פרי טרעיד עגרימענט", וואס מאכט געוויסע עקענאמישע קאפעראציעס, צווישען אמעריקע, קענאדא און מעקסיקא.

אזוי אויך איז דורך די יארן געווארן נאך פארשידענע קאפעראציעס אין די "אייראפישע פאראיין", ווי די אפמאך אין "שענגאן, לאקסענבורג", באוואסט אלס די " שענגאן אפמאך" וואס האט געגרינדעט די " שענגאן געביטן" און האט עלעמענירט די באנוץ פון פאספארטען ווען מען פארט פון איין פלאץ צום צווייטען אין די אייראפישע לענדער (חוץ ענגלאנד ,און איירלאנד) און פיר נישט-אייראפישע מדינות, אייסלאנד, ליכטענשטיין, נארוועגיע און שווייץ, און נאך עטליכע קליינע לענדער צווישען זיי די וואטיקאן אין רוים, און עס געמאכט ווי איין רייאן, אויך אזוי ווי די 50 שטאטען אין אמעריקע, ווי פארן פון איין שטאט צום צווייטען האט נישט קיין שום באשרענקונג.

אזוי אויך איז פארהאן א "אייראפישע פארלעמענט", א "אייראפישע קאנסיל", א געריכט סיסטעם "די געריכט פון יוסטיץ פון די אייראפישען פאראיין", און נאך פארשידענע אינסטיטוציעס, וואס האבן יעדערער פאר זיך געוויסע אופגאבעס בנוגע די וואוקס און אויפהאלטונג פון די"אייראפישע פאראיין".

די "אייראפישע פאראיין", באשטייט פון איבער 500 מיליאן בירגער אדער 7.3 פראצענט פון די וועלטס פאפיולאציע, און א "דזי. די. פי." פון 16.2 טריליאן גערעכענט לויטן אמעריקאנער דאלער, וואס איז 20 פראצענט פון די וועלטס א "דזי. די. פי.". (GDP) ("דזי. די. פי.", איז ר"ת "גראוס דימעסטיק פראדאקט", וואס מיינט וויפיל א געוויסע לאנד אדער פאראייניגונג פון לענדער "דרייען" דורך אין א יאר, און דאס איז די וועג ווי מען רעכענט די עקאנעמיס פון די וועלט לענדער (אויך א שמועס פאר זיך)).

איינס פון די וויכטיגסטע זאכן און צוזאמארבייט פון די לענדער פון די "אייראפישע פאראיין", איז די געמיינזאמע וואלוטע באוואסט אלס די "יורא", און די לענדער וואס ניצן עס זענען באואוסט אלס די "יוראזאהן".

ביי די "מאסטריכט אפמאך", האט מען צווישען אנדערע זאכן אפגעמאכט, אז אלע אייראפישע לענדער (חוץ ענגלאנד און דענמארק, וואס זענען געווען אנקעגען אריינגייין אינעם "יוראזאהן", וואס האבן באקומען א "פטור ") וואס זענען א מעמבער אין די "אייראפישע פאראיין" זענען פארפליכטעט צו ניצן די "יורא" אלס די אפיציעלע וואלוטע.

אבער אריינצוגיין אין די "יוראזאהן" איז דא געוויסע באדינגונגען, און וויבאלד נישט אלע לענדער אינעם "אייראפישע פאראיין" האבן געקענט נאכקומען די באדינגונגען, זענען דערווייל נאר דא 17 "אייראפישע פאראיין" לענדער וואס ניצן די יורא וואלוטע.

די באדינגונגען זענען ווי פאלגאנד:

1) די אינפלאציע ראטע אין די לאנד, טאר נישט זיין מיט 1.5 פראצענט העכער, ווי די "עוורידזש" פון די דריי נידריגסטע אינפלאציע לענדער אינעם פאראיין.
2) די לאנד טאר נישט האבן א גרעסערע "דעפעציט" ווי 3 פראצענט פון איר "דזי. די. פי." (א דעפעציט געשעט ווען א לאנד האט מער אויסגאבן ווי איינקופט פון טעקס).

אויך טאר די לאנד נישט בארגען מער ווי 60 פראצענט פון איר "דזי. די. פי.", אפי' פאר איין יאר, (יעדע לאנד מוז ברגען געלט דורכן יאר, צו באצאלען אירע אויסגאבן, און זי צאלט עס צוריק סוף פיסקעל יאר (דאס איז אנדערשט ווי סתם יאר) ווען דער עולם באצאלט טעקס).

3) די לאנד מוז אריינגיין אין די "אי. אר. עם." פאר צוויי יאר בעפאר זי קומט אריין אין די יורא.

די "אי. אר. עם." איז די "אייראפישע פאראיין" אינסטעטוציע, וואס פירט און שאצט די ביז יעצטיגע וואלוטע פון די באטראפענע לאנד, און מאכט אפ וויפיל די וואלוטע וועט זיין ווערט קעגן די יורא, איינמאל די לאנד וועט אדאפטירן די יורא אלס איר נייע וואלוטע, דאס רופט זיך שטעלען די "עקסזשענזש ראטע" (אנדערשט וואלט געווען גרויסע מלחמות וויפיל די "עקסזשענזש ראטע" פון יעדע נייע "יוראזאהן" לאנד זאל זיין קעגן די יורא).

4) די "לאנג טערמין אינטערעס ראטע", וואס די לאנדס באנק (ווי די פעדערל רעזערוו אין אמעריקע) בעט, טאר נישט זיין מער ווי 2 פראצענט העכער ווי די ראטע פון די דריי "אייראפישע פאראיין" לענדער מיט די נידריגסטע אינפלאציע ראטע.

ווויבאלד די פיר תנאים זענען גאנץ שווער, זענען ביים גרינדען די יורא אין 98' געווען נאר 11 מעמבערס, עסטרייך, בעלגיע, פינלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, איירעלאד, איטאליע, לאקסענבורג, נעדערלענדס, פארטיגאל און שפאניע.

אין יאר 01' איז צוגעקומען גריכלאנד, אין יאר 07' סלאוואניע, אין יאר 08' סייפראס אין מאלטע, אין יאר 09' סלאוואקיי, און אין יאר 11' עסטאניע.
די "יוראזאהן" האט היינט איבער 330 מיליאן בירגער, און אין עטליכע לענדער איז דא חלקים וואס ניצן נישט די יורא.

צען לענדען פון די "אייראפישע פאראיין", ניצן נישט די יורא, און זענען דעריבער נישט קיין מעמבערס און די "יוראזאהן". בעלגעריע, טשעכיי, דענמארק, אונגארן, ליטוויע, ליטע, פוילן, רומעניע, שוועדען און ענגלאנד.

דריי לענדער ליטוויע, ליטע, און דענמארק, זענען נאכגעקומען די תנאים, און נעמען שוין אנטייל אין די "אי. אר. עם.", ווארטענדיג צו ווערן אנגענימען.
ענגלאנד און דענמארק, האבן באקומען א "באפרייאונג" פון אנהייב אן, ווי פריער דערמאנט, אבער דענמארק האט באשלאסען יא אנטייל צו נעמען. שוועדען האט זיך אין א לעגאלע דריידל דערווייל ארויסגעדרייט, וויבאלד כדי צו אריינקומען מוז מען אנטייל נעמען אין די "אי. אר. עם.", און אנדערשט ווי אדאפטירן די יורא, איז דאס אנטייל נעמען אין די "אי. אר. עם." נישט קיין פארפליכטונג פאר די לענדער פון די "אייראפישע פאראיין", האט שוועדען מיט נישט אנטיילנעמען אין די "אי. אר. עם.", כאטש וואס זי וואלט ווען געקענט, וויבאלד זי טוט באפרידיגען די אנדערע תנאים, האט זי זיך דערווייל ארויסדרייט פון אריינגיין אין יוראזאהן.

די יורא וואלוטע איז די צווייטע גרעסטע "רעזערוו וואלוטע" נאכן דאלאר ("רעזערוו וואלוטע" מיינט די וואלוטע וואס די וועלט לענדער ניצן צו האלטען זייער געלטער). און אין פעברואר פון דעם יאר 12' איז זי אריבער געשטיגען דעם דאלער און סך הכל וואלוטע אין סערקעלאציע אין די וועלט (דאס הייסט די מאס באנקנאטען און מטבעת וואס איז דא אויף דער וועלט אויף איינמאל).

אין דצעמבער 98' האט מען אפיציעל געגרינדעט די יורא, און איר ווער איז געווען 1.17 קעגען די אמעריקאנער דאלער, דאס הייסט מען האט געקענט באקומען 1.17 אין דאלארן פאר יעדע יורא.

אין אקטובער 00' איז די יורא געפאלן צו א רעקארד נידריקייט פון 0.85 קעגן דעם דאלאר, דאס הייסט מען האט נאר געקענט באקומען 85 סענט פאר א יורא, און אין יולי 08' האט זי געהאט איר רעקארד הויך פון 1.57.

היינט שטייט די יורא, 1.24 קעגן דעם דאלער, דאס הייסט איר באקומט 1.24 דאלער פאר יעדע יורא.

(מיט דעם איז פערטיג די אינטערדאקשען פונעם יורא, יעצט קען דער עולם דא שרייבן אלע נייעס בנוגע די יורא, און איך וועל אי"ה אויך שרייבן "יורא נייעס", כפי השגת ידי)

נ. ב. אז איינער וויל מער הסבר אויף עפעס וואס ווערט דערמאנט, קען ער דא בעטן, און אז כ'וועל האבן צייט וועל איך בל"נ ענטפערען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ממש א כל בו.
הערליך שיין מסביר געווען מיט דיין אייגנארטיגן זיסן פעדער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וויאזוי האט די ניו יארק טיימס געשריבן נעכטן: די יורא קומט אראפ צו 'די מאמענט אף טראטה'. וועלן זיי זיך קענען האלטן בענעזאם?
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

ניין.

ס'איז נישט מעגליך צו קענען האלטן צענטראלע קאנטראל אויף די וואלוטע, אן האבן קאנטראל אויף פיסקעל פאליסי. אדער וועט גריכלאנד (און עווענטועל אלע פראבלעמאטישע לענדער) ארויסגיין פון די יורא, אדער וועט די אייראפישע פאראיין באקומען פיסקעל מאכט איבער אירע מיטגלידער.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

און וואס איז פשט אז כמעט יעדע לאנד איז געבליבן מיט זייער אלטע וואלוטע אויך אויסער די יורא?
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

וועלכע לאנד? איך ווייס נישט פון אזוינס. (סיידן א לאנד וואס האלט אינמיטן אריבערגיין צו די יורא.)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די פראבלעם מיט די יורא איז, אז די כמעט שטערקסטע עקענאמישע לענדער אינעם יורא וואקלען זיך ווי א פעדער אין א שטורעם ווינט, און מ'ווייסט נישט וואס וועט זיין מארגען, פון איין זייט האבן זיי די "טו ביג טו פעיל" פראבלעם, נאר דארט רעדט מען נישט פון א קאמפאני, מ'רעדט פון גאנצע לענדער ווי שפאניע, איטאליע, גריכלאנד, וואס אז זיי גייען באנקראט און הערן אויף צו צאלן די בילס בשעת זיי זענען אינעם יורא, וועט די יורא טראסקענען ערגער ווי די צווילינג געביידעס סעפטעמבער 11, און דאן זענען די עקענאמיש סטאבילע לענדער ווי דייטשלאנד אויך פערטיג, שטעלט אייך פאר אז עטליכע סטעיטס אין אמעריקע זאגן פאר די בעלי חובות אין לי וואס געשעט צו די ווערט פון אמעריקע, און אפי' יעצט אז עס איז פשוט אנגעצוגען, טראסקעט שוין די יורא מער אין מער.

איז דא צוויי ברירות, אדער בעילט מען אויס די לענדער, און דאס דארף אינאיינעם באטרעפען בערך 600 ביליאן דאלער (אדער יורא'ס כ'דענק נישט זיכער) און מען האט ערשט יעצט אוועק געלייגט 500 ביליאן, וואס מען האט געשאצט אז דאס איז שוין "איבער" געניג, אויב עס וועט אויספעלען א בעילאויט, און דא שטייט מען מיט 100 ביליאן אינטערשטעליג, און דאס איז נאר פאר שפאניע און איטאליע, אן גריכלאנד, און נאך מער, אויב וועט מען אויסבעילן די לענדער, וועט עס זיין מיט גאר שטרענגע און שווערע תנאים, וואס געוויסע עקאנאמיסטן שרייען חי וקים אז זיי וועלן נשיט קענען איבערלעבן, סיי ווייל ס'איז צו שטרענג, און עס איז אזוי ווי מען זאל געבן פאר א קראנקען אסאך אקסיגען, אבער אין די זעלבע צייט אים אויפהערן פיטערען, דער מענטש וועט שטארבן, די חילוק איז נאר אז ס'וועט זיין פון הינגער, אדער פון נישט קענען אטעמען, דאס איז מצד די רעגירונג, און דערנאך מצד די מענטשען עס קען ווערן ממש רעוועלויציעס אין די לענדער, ווייל מ'וועט מוזן שניידען סאשעל פראגראמען, און אז די ארימע וועלן נישט האבן קיין עסען, וועט גיין בלוט אויף די גאסען, און די פאקט איז אז קיין שום לאנד קען נישט עקזעסטירן אז דער עולם האט נישט קיין עסן.

אדער צוהאקט מען די גאנצע "יוראזאנע" און זאלן זיך די באנקראטירטע שטאטן שטעלן אויפן קאפ, שנייד אוועק די אפעקטירטע אבר, וועט כאטש די איבריגע חלק גוף איבערלעבן, שרייען געוויסע.

און יעצט קומען אסאך חברה און שרייען אז בשעת מען האט געמאכט די יוראזאנע, זענען געווען אסאך עקאנאמיסטן וואס האבן פאראויס געזאגט אז דאס גייט געשען, און אזעלעכע צוטיילטע לענדער, יעדער מיט זייערע אייגענארטיגע קולטור און געדאנקענגאנג, קען נישט האבן קיין זכות קיום, און זיי שרייען אז יעצט איז געקומען וואז זיי האבן דעמאלס געווארענט.

נאך א פראבלעם איז דא, אז ביז ווילאנג מען טוט נישט עפעס קאנסטרוקטיווע שריט, בליטן די לענדער שווערע מיליאנען טעגליך, צענדליגער עשירים, און ביזנעסער ציען ארויס זייער געלט יעדען טאג מער אין מער, פון די לענדער ווייל זיי ווייסען דאך נישט מה יולד יום און ווי א טאג לענגער ווערט שווערער און שווערער זיי צו ראטעווען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

הערליך שיין מסביר געווען מיט דיין אייגנארטיגן זיסן פעדער
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איבערמעכטיג! יישר כח גדול!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הערליך לכתחילה
דער שרייבט נייעס שנעלער ווי איך קום אן צו שרייבן א יישר כח
איך טויש מיין אינטערשריפט צו: יישר כח לכתחילה אריבער, אנבעליוועבל גוט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

leiby האט געשריבן:
הערליך שיין מסביר געווען מיט דיין אייגנארטיגן זיסן פעדער



אווי געווענטליך !
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אונגארישער האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:
הערליך שיין מסביר געווען מיט דיין אייגנארטיגן זיסן פעדער



אווי געווענטליך !
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היינט האט די אי. יו. געמאלדען אז זי וועט לייען 125 ביליאן דאלער (אדער 100 ביליאן יורא), פאר שפאנישע בענק, וואס שטייען אין א סכנה פון באנקראט, דאס שטעלט שפאניע אריין צווישען גריכלאנד, איירעלאנד, און פארטוגאל, וואס האבן שוין באקומען.

עס איז אבער א חילוק, ווייל ביי שפאניע, האט די לאנד אליינס האט נישט באקומען קיין הלוואות נאר די בענק, משא"כ די אנדערע לענדער האבן די לענדער אליינס באקומען, און וועגן דעם, איז דא ביי שפאניע נישט געווען די שווערע תנאים ווי ביי גריכלאנד, וואס האט באקומען געלט פארן לאנד אליינס.

דאס ברענגט שוין די סך פון געלט וואס די אי. יו. האט זיך אינטערגענומען צו 500 ביליאן דאלער, און הערשט ווייסט מען נישט צו איירעלאנד, און פארטוגאל וועלן דארפן נאך, און צו איטאליע איז נישט נעקסט ביים שנאר טישל.

בקיצור עס קוקט דערווייל אויס, ווי די יורא לענדער זענען פאר יעדע פרייז גרייט, אפצוראטעווען די יורא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

נ.ב. דערווייל ווייסט מען נאכנישט פון ווי דאס געלט וועט קומען, מען שפעקולירט אין גרויסן אז דאס וועט מען באקומען פון די יוראפיען סענטרעל בענק וואס וועט דאס בעטן פון די... פעדערל רעזערוו דא אין די פאראייניגטע שטאטן.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ריק פערי האט געשריבן:נ.ב. דערווייל ווייסט מען נאכנישט פון ווי דאס געלט וועט קומען, מען שפעקולירט אין גרויסן אז דאס וועט מען באקומען פון די יוראפיען סענטרעל בענק וואס וועט דאס בעטן פון די... פעדערל רעזערוו דא אין די פאראייניגטע שטאטן.

...וואס וועט דאס בארגן פון...? כינע?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

חד גדיא חד גדיא....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

:shock: מען גייט לייגן די קארופטירטע פאלטשע-טישנס אין חד גדיא?
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

ווינקל האט געשריבן::shock: מען גייט לייגן די קארופטירטע פאלטשע-טישנס אין חד גדיא?

יאג דיך נישט, נישט אזוי שנעל מען וועט נאך אסאך ליידען פון זיי ביז זיי גייען דארטען אנקומען
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היינט איז פארגעקומען די קריטש וויכטיגע וואלען אין גריכלאנד, וואס לויט געוויסע האט זיך אין דעם געוואנדען די גאנצע צוקומפט פון די יורא, און די געמיינזאמע מאנעטערי אינטערעסען פונעם יוראזאהן.

יעצט איז די וואלען פאריבער. איז יעצט דא א קלארערער בילד פונעם צוקומפט?

פאוואליע, קודם אביסל פרטים.

גריכלאנד, - "גריס" אויף ענגליש, איז איינע פון די לענדער אין די יוראזאהן, און ווי עטליכע פון די יורא לענדער, האט זי געהאט עטליכע זייער שווערע עקענאמישע יארן, און הכל מודים אז דראסטישע שריט מוז גענומען ווערן אפצוראטעווען דאס לאנד.

איין מזל האט זי, אז זי איז אין די יורא, און די יוראזאהן לענדער האבן א גרויסער אינטערעסע אז גריכלאנד - ווי אלע אנדערע יורא לענדער - זאל שטיין שטארק, ווייל דאס פארשטייט יעדער אז ווען איין יורא לאנד וואקעלט, קען עס - ווי א סטעיט אין אמעריקע, לגבי דאס גאנצען לאנד - שטארק שאטן פאר די גאנצער יורא.

איז וואס טוט אייראפע? זי זאגט צו הלואות, און פראבירט אריינצופאמפען אסאך געלט אין די שוואכע לענדער, אזוי אז זיי זאלן קענען איבערלעבן דעם טאג, און האפענטליך דערלעבן א בעסערן מארגן.

דא קומט אבער די גרויסער "אבער"!! יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט, אז גיסן וואסער אינעם אטלאנטישער ים, וועט קיין גרויסער חילוק נישט מאכן, און אז מ'גיסט וואסער אין א לעכעריגער כלי, וועט אויך נישט ווערן קיין שיער מקווה, אויב אזוי, וואס האט אייראפע פון גיסן געלט אין די שוואכע לענדער ווי גריכלאנד, אז אינטען איז דא א לאך! יעדער איינער אין גריכלאנד איז בארכעטיגט צו 40 טעג וואקאציע א יאר, נאך א צענדליגער טעג "סיק דעיס" (sick days), מ'קן ריטייערן כמעט פאר מ'ברענגט שתי שערות, יעדער איינער קען גיין אין שפיטאל און באקומען מעדעצינישע הילף, אויפן חשבון פון די רעגירונג אא"וו, און אזוי אן קיין חתן, קען מען קיין חתונה נישט מאכן, ס'איז פשוט נישטא מיט וועמען צו גיין צום טיש.

זאגן די יורא לענדער - "ליין דייטשלאנד" (זי איז געווארן די טאטע פון גאנץ יוראפ יעצט, ווייל זי איז די איינציגסטע לאנד אין די יורא וואס שטייט עכט גיט, און ווי די וועלט זאגט ווער עס האט די מאה האט די דעה) - איר ווילט אן הלוואה? גוט, דאן זייט מוחל פאנגט אן א נארמאלער ווירטשאפט, ווייז א א פלאן אז איר גייט פראבירן צו זיין ארנטליכע בירגער, און א פלאן ווי אזוי צו לעבן אין די צוקומפט, אין אייערע מעגליכקייטן, גענוג מיט די שוואוילטאג, די רעגירונג קען מער נישט אויסהאלטן דעם גאנצען עולם, און דער עולם זאל נישט באצאלן קיין געהעריגע שטיייערן, נעמטס ענק אין די האנט אריין, דאן וועלמיר אייך העלפן אריבער גיין די שטורעם, און זעהן דערצו אז איר זאלט זיך קענען שטעלען אויף די אייגענע פוס.

דאס איז פארשטייט זיך א זייער שווערער פיל אראפצושלינגען פאר א לאנד און אירע בירגער, אז מ'איז געוואוינט צו לעבן אין שוואולטאג, און איין טאג איז די טאטע אהיימגעקומען און געזאגט "גענוג", פון היינט גייט זיין א ארדענונג! נאר וואס טוט מען נישט פארן לעבן, זענען געוויסע יורא לענדער - ווי שפאניע - איינגעגאנגען אוף די שווערע תנאים כדי צו באקומען די פאנאנציעלע הילף פון די איבריגע לענדער.

יעצט איז געקומען די רייע אויף גריכלאנד, דאס איז שוין נאכדעם ווי די אייראפישע לענדער האבן מוחל געווען ריזיגע חובות פאר גריכלאנד, און די אייראפישער צענטראלער באנק, האט אראפ געלאזט די צינזען אויף די איבריגע חובות אויף חצי בחינם, אבער אז פון אינטען איז דא א לאך, איז האלט זיך די וואסער פון אסתר תענית ביז פורים, און נאך א קורצע צייט איז מפטירין כדאתמול, מען דערזעט זיך ווידער ביים באו מים עד נפש.

האבן די יורא לענדער געזאגט עד כאן, יעצט איז די לעצטע געלעגענהייט, וועט איר נאכקומען אונזערע פארלאנגען איז גוט, און אז נישט, גייט אייך לחיים ולשלום ווי עס וואקסט די שווארצע פעפער, און פארציילט קיינעם נישט, אז מיר זענען אמאל געווען קרובים!

איז געווארן א טומל אין לאנד געוויסע שרייען מיר האבן נישט קיין ברירה מען מוז זיך צושטעלען צום "באס", און נאכגיבן וואס ער פארלאנגט, און די אנדערע שרייען פונקט פארקערט, זאל זיך אייראפע נעמען דעם גאנצען יורא, עס אראפ שלינגען, זיך שטיקען דעראויף, און אונז לאזן במנוחה, גענוג געווען אז מערקעל (דייטשע קאנצלערין) זאל אונז איינטיילן וואס מיר מעגן און וואס מיר טארן, אז איך וויל עסן לאליפאפ'ס אגאנצען טאג, וועל איך אזוי טאן, און די דענטיסט, מיט מיין מאמע זאלן זיך שטעלען אויפן קאפ.

גייט וואלען אין לאנד!! פון איין זייט שטייט די "נייע דעמאקרעסי" פארטיי, וואס איז פרא "בעילאויט" וויל נעמען דאס געלט פון אייראפע, און זאגט צו צו זיין א וואויל קינד, נאר ווארף שוין די שטריק, ווייל איך דערטרענק מעך, און פון די אנדערע זייט שטייט די "סיריזא" פארטיי, און שרייט אז ניין ס'איז געקומען די צייט צו ווערן זעלבסשטענדיג, און די איינציקסטער וועג ארויס פון די קריזיס איז "ספענדינג" - די זעלבער טענה פון די לינקע אין אמעריקע - און אז אייראפע וועט אונז נישט לאזן ספענדען, מוזן מיר ארויס פון די יורא, און צוריקברענגען די "דרעקמע" די וואלוטע וואס גריכלאנד האט גענוצט פאר די יורא.

נאך איין ווארט פאר מיר גייען צו די וואלן ריזאלטס.

לכאורה פארוואס ארבייט אייראפע אזוי שווער אז גריכלאנד - און אזוי אויך אנדערע עקענאמיש שוואכע לענדער - זאלן פארבלייבן אין די יורא? און וואס איז די טענה פון די פרא בעילאויט פארטיי, אז עס לוינט זיך פאר גריכלאנד צו פארבלייבן?

קודם די אינטערעסן פון די סטאבילע לענדער.

אויב עס קען צוקומען אז א לאנד פון די יורא זאל ארויספאלן פון די וואלוטע, וועט ווערן א שטארקע שרעק אין די וועלט איבער די צוקומפט פון די יורא, און אזעלעכע לענדער ווי איטאליע, און פארטוגאל, וואס שטייען אויך שוואך, וועלן פארלירן די טראסט פון די וועלט, און די וועלט וועט אריינלייגן ווייניגער געלט אין איטאליע אלס אינוועסטמענט, און בכלל קען ווערן א "ראן" (א געלויף) אויף די בענק, וואס דאס איז גורם אז געלט ווערט טייערער אין לאנד, ווייל אז עס איז דא ווייניג געלט ,איז עס טייערער, דאס מיינט אז פראצענט אויף בארגען געלט גייט ארויף, און אזוי ווערט עס ערגער און ערגער, ביז צו א עקענאמישער קאטעסטראפע, און דאס וועט גורם זיין אז איטאליע וועט אויך צום סוף מוזן איבערלאזן די יורא - וויבאלד זי וועט מער נישט קענען נאכקומען די פארשריפטן פון א סטאבילע עקענאמיע - און דערנאך פארטוגאל, און ווי דאמינא שטיקלעך קען די גאנצע יורא צופאלן.

און גריכלאנד אליינס, האט אויך א אינטערעסע צו בלייבן אין די יורא, קודם פשוט אלס הילף אין א מצב ווי יעצט, און בכלל לאמיר זעהן ווי עס קוקט אויס א טאג נאך דעם ווי גריכלאנד פארלאזט די יורא.

מען גייט צוריק צום"דרעקמע", און גריכלאנד דערקלערט "איין דרעקמע, פאר איין יורא"! אז איר האט אין באנק 50,000 יורא, האט איר היינט 50,000 דרעקמע, וואס האט די זעלבע ווערט.

אלס פיין און וואויל, ביז אייראפע קומט און זאגט "בלא" מיר גיבן אייך נישט מער ווי 50 סענט יורא, פאר יעדע דרעקמע! יעצט האט דער מענטש פארלוירן 25,000 יורא און איין סקונדע! נאך מער, וויבאלד די לענדער האבן געארבייט פאנאנציעל צוזאמען, האט איינער אין גריכלאנד גענימען א מארטגעדזש פאר זיין היוז, פון א באנק אין דייטשלאנד, ער צאלט שוין צען יאר, און פון די 250,000 יורא, האט ער שוין אפגעצאלט 100,000 יורא, יעצט שרייט דייטשלאנד, די ביסט מיר שילדיג נאך 150,000 יורא, און דיינע 1500 דרעקמע א וואך וואס דו באצאלסט, איז ביי מיר נישט מער ווי 750 יורא, זיי מוחל געב אהער פון היינט מאל אן 3000 דרעקמע, אז נישט קענט איר זיך גיין זיכן א צווייטע דירה!

און נאך און נאך אזעלעכע פראבלעמען.

עכ"פ, איז פארגעקומען וויילען, און עס קוקט אויס אז די "פרא בעילאויט" האט געווינען מיט א "פיצקעלע" מערהייט, 77 בענקלעך פאר די "נייע דעמאקראטן", און 72 זיצן פאר די "סיריזא", און א דריטע פארטיי "פאסאק" 32 בענקלעך.

אבער, דארט איז די געזעץ אז ווער עס באקומט א מערהייט, אפי' מיט איין שטימע, באקומט עססטערער 50 זיצן אלס א "באונעס", ממילא האבן די "נייע דעמאקראטן", בערך 127 זיצען.

דארף מען אבער האבן א מערהייט, פון די 300 זיצען אין פארלעמענט, אויפצושטעלען א רעגירונג, מיינט דאס אז קיינער קען נישט אליינס, איז געווען משכול ראשון, אז די "נייע דעמאקראטן", וועלן זיך צוזאם שטעלען מיט די "פאסאק", צוזאמען האט מען 159 - א מערהייט - , און פארמירן א רעגירונג.

איז עס גענוג וואקעלדיג, ווייל עס איז א זייער קליינע מערהייט, און בכלל איז געווען א ערענסטע שאלה צו די "נייע דעמאקראטן" אפי' זיי געווינען ווען אליינס א גרויסער מערהייט, וועלן קענען איינפירן די אלע תנאים וואס אייראפע פארלאנגט, ווייל אמת ס'הערט זיך גיט, ביי די מענטשען אז "מ'בלייבט אין די יורא", אבער אז ער וועט גיין צום דאקטער, און די דאקטער וועט אים זאגן "איים סארי" די גאווערמענט צאלט נישט מער פאר דעם, און ער וועט באקומען ווייניגער פוד סטעמפס (כ'ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט דארט), וועלן די "געספוילטע" מענטשען שפרינגען ביזן הימל, און עס פעלט א האר, אז דער עולם גייט פראטאסטירן, די יוגענט צונד אן פייערס, מ'מאכט רייאטן, די רעגירונג פאלט, און מען האלט ביים אלף.

אבער דא איז דא נאך א פראבלעם, די "פאסאק", זאגט, אז אויב נעמט מען נישט אריין די "סיריזא,, אין די רעגירונג, און מען פארמירט א "אחדות רעגירונג", גייען זיי אויך נישט!!

שרייען געוויסע, אז היינט נאכט האט זיך גארנישט געטוישט, און די ארויסטרעטן פון גריכלאנד פון די יורא, איז ווייטער אופן סדר היום, סך הכל האט מען געקויפט צייט, אז די בענק אין גריכלאנד, און די לענדער ארום, און אזוי אויך אלע אנדערע לענדער, זאלן האבן מער צייט זיך צוצגרייטן צו דעם צונאמי.

נא וועלמיר זעהן!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

WOW!!!
זייט מיין מאמע האט מיר די לעצטע מאל געקויפט אייס קריעם, האב איך מיך נאך נישט אזוי גוט באלעקט די פינגער..
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואס לכתחילה קען, קען קיינער!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פארדינט האט געשריבן:WOW!!!
זייט מיין מאמע האט מיר די לעצטע מאל געקויפט אייס קריעם, האב איך מיך נאך נישט אזוי גוט באלעקט די פינגער..

געלעגער האט געשריבן:וואס לכתחילה קען, קען קיינער!
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

יעצט געליינט די גאנצע באשרייבונג דא פון אויבן און די פרישע, א הערליך שטיקל ארבייט מיסטער לכתחלה.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

לכתחילה, דאס איז געוועהן איינער פון די איינציגסטע נייעסער וואס איך האב אריבערגעמישט דאס בלעטל אדער ווייטער געסקראולט אויף טוויטער ווען איך האב דאס געזעהן. פשוט ווייל עני זאך וואס האט צוטוהן מיט געלט פארשטיי איך נישט...
אבער נעכטן נאכט אין בעט, איך האב שוין געליינט אלעס אויף מיין ליסט און ס'איז זיך נאכאלס נישט געשלאפן, בין איך אריין אין דעם אשכול און זיך דערזעהן מיט א לאנגע תגובה פון דיר.
אזוי קלאר מסביר צו זיין א זאך, נאר דו קענסט דאס! איך בין ארויס דערפון מיט אזא קלארקייט אז איך וואלט באקומען א הונדערט אויף בחינה אויב איז דא איינס...

סאו וויל איך דא נעמען דעם געלעגענהייט און דיר זאגן א יישר כח פאר אלע דיינע ארטיקלען און ריוויאוס, סיי דא און סיי אין טעקנאלאדזשי אשכולות. איי רילי עפרישיעט איט!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

לכתחילה ביסט ריזיג גוט, כ'בין פשוט נתפעל פון דיינע קענטעניסן און וויסנשאפט, פאר דיין פעדער האב איך נישט די ריכטיגע ווערטער בכלל.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”