dovidal האט געשריבן:מי היה ר ארי" ליב כהנא----משגיח על מאכלות כשרות בקהל ארטהדאקסען בסיגעט
ואם יש לו נכדים???
viewtopic.php?f=63&t=8224&start=75
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
dovidal האט געשריבן:מי היה ר ארי" ליב כהנא----משגיח על מאכלות כשרות בקהל ארטהדאקסען בסיגעט
ואם יש לו נכדים???
שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?
ראובן ינקובסקי האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?
פון וואנעט שטאמט דער "דבר ידוע"?
למיטב ידיעתי, בין רשימות צאצאי המהרש"א המצויים, לא מופיע שמו של ה"מגן אברהם" ביניהם.
שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?
שואלכענין האט געשריבן:יישר כח מה פתאום
גלייבט מיר איך בין ניי דא און איך האב געוואלט טרייען און זען וויאזוי עס ארבעט
איך האב געשריבן בלויז צוויי פראגן (אחד שהם שנים)
און אנשטאט צו הערן עפעס נארמאלס האב איך באקומען צוויי שטעך ווערטלעך אויף מיין חשבון
ווען נישט אייער נארמאלע מענטשליכע ענטפער וואלט איך מסתמא איבערגעלאזט דעם סייט און געגאנגען ווייטער
א דאנק
מעגליך וואלט איך געדארפט שרייבן ענדערש אין פריוואטן באקס פון עטליכע נארמאלע מענטשן דא
איך קען מיך נאר נישט אויס וויאזוי מען שיקט אזאנס
אז איר קענט מיר אנווייזן און אויך צולייגן א קורצע רשימה צו וועלכע עטליכע נעמען זענען אינטערעסאנט צו שרייבן
בין איך אייך שטארק מכיר טובה
א דאנק נאכאמאל
מה פתאום האט געשריבן:שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?
איך מיין אז איר מאכט א טעות:
עס איז א "דבר ידוע" אז אסאך אייניקלעך פונעם מגן אברהם (ובמיוחד משפחת "איידליס") זענען "אויך" אייניקלעך פונעם מהרש"א. טא, דער מגן אברהם איז געווען א "מחותן" מיט די משפחה פונעם מהרש"א, און אפילו איבער דעם איז דא ספיקות גענוי וויאזוי דער סדר היחוס גייט.
איך דארף האבן ערגעצוואו פארשריבן עפעס דערוועגן, כ'על אי"ה נאכקוקן, און זען צי איך קען קלארער מאכן דעם ענין.
מה פתאום האט געשריבן:איך האב אנגעפאנגען איבערקוקן את אשר אתי בכתובים פון יארן צוריק, און עס דערמאנט מיר בלויז די צעמישעניש אין וואס איך האב זיך דעמאלט אנגעשטאלפערט. עס דרייען זיך ארום עטליכע נוסחאות ביי די אייניקלעך, וואס די נוסחאות זענען געבויעט אויף מגילת יוחסין פון משפ' פריעדמאן נכדי הגה"צ ר' אברהם שלום ירוחם פרידמאן מזשעמנא ב"ר יעקב חסיד מאוהעל ב"ר' וואלף וועקער הנ"ל. ענליכע ווערסיע איז דא אין מגילת יוחסין וואס איז געדרוקט אין ס' וידבר משה פון הגה"צ ר' משה ארי' לעוו מטעמעשוואר. אויך איז דא א מגילת יוחסין פון אייניקלעך פון ר' פנחס סאמאטערער חתן ר' מיכל סאמאטערער הנ"ל, וואו עס ווערט צעלייגט די ספיקות און פרובירט מאכן א שטיקל סדר דערינען, און לכאורה פעלן די נעמען פון איינס אדער צוויי דורות ביז'ן מגן אברהם. (דער מג"א איז נפטר געווארן בשנת תמ"ג, ור' וואלף נפטר בשנת ת"ר, אחיו ר' מיכל נפטר בשנת תק"ץ, וואס דאס איז א מרחק פון 147-157 יאר, און לויט דעם סדר היחוס פעלן עט ליעסט צוויי דורות)
דאס איז קלאר אז די משפחה זענען אייניקלעך פונעם מגן אברהם, און מפי השמועה האבעך געהערט בשם זקנים וואס זאגן אז די מציבה פון ר' מיכל איז נאך געשטאנען בעפאר די מלחמה און דארט איז געווען אויפגעקריצט אז ער איז געווען אן אייניקל פון מגן אברהם, אינטערסאנט אבער אז יענער האט נישט געדענקט אז עס זאל אויך שטיין נכד המהרש"א, (קען זיין ווייל פונעם מגן אברהם איז ער געווען א נאנטערער אייניקל), אבער ביי די אייניקלעך פון זיין ברודער ר' וואלף איז קלאר אנגענומען אז דערפאר האט ער זיך אויסגעקליבן דעם נאמען איידליש, אויפן נאמען פונעם זיידן דער מהרש"א. (דער ברודער ר' מיכל האט זיך גערופן אויפן לעצטן נאמען: קארלענדער)
בןהרחמן האט געשריבן:שתי שאלות:
1) וואו איז דא א מגילת יוחסין ממשפחת ר' פנחס מסאמאטאר?
2) אין וועלכע ביה"ח איז פאר די מלחמה נאך געשטאנען מצבת ר' מיכל, בסאמאטאר או באוהעל? ווייל ר' פנחס ליגט אין אוהעל אינדרויסן פונעם ישמח משה'ס אוהל אויף די לינקע זייט, אפשר איז מתחילה נאכנישט געווען קיין באזונדערע ביה"ח אין סאמאטאר?
מה פתאום האט געשריבן:מה פתאום האט געשריבן:שואלכענין האט געשריבן:שלום עליכם, איך בין ניי דא, עס זעט אויס אן אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע סייט, איך הייב אן מיט א פראבע
עס איז א דבר ידוע אז דער מגן אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם מהרש"א
אבער וויאזוי דער קשר גענוי איז, האב איך נאכנישט געטראפן
ווער קען ארויסהעלפן אין דעם נושא?
איך מיין אז איר מאכט א טעות:
עס איז א "דבר ידוע" אז אסאך אייניקלעך פונעם מגן אברהם (ובמיוחד משפחת "איידליס") זענען "אויך" אייניקלעך פונעם מהרש"א. טא, דער מגן אברהם איז געווען א "מחותן" מיט די משפחה פונעם מהרש"א, און אפילו איבער דעם איז דא ספיקות גענוי וויאזוי דער סדר היחוס גייט.
איך דארף האבן ערגעצוואו פארשריבן עפעס דערוועגן, כ'על אי"ה נאכקוקן, און זען צי איך קען קלארער מאכן דעם ענין.
אזויפיל יא, דער מגן אברהם איז טאקע נישט קיין אייניקל פונעם מהרש"א, אבער מעגליך אז פונעם מהרש"ל יא...
די מוטער פונעם מג"א (מרת רבקה) איז געווען פון משפ' לוריא, און לויט איין גירסא (ס' משפחת לוריא)איז זי געווען אן אייניקל פון ר' אברהם בן המהרש"ל, אבער רוב האבן אנגענומען די גירסא פון ס' מעלות היוחסין אז זי איז געווען אן אייניקל פון ר'' אברהם אחי המהרש"ל.
SPUSMN האט געשריבן:און דער היים דארף איך האבען עפעס א יחוס בריוו וואס גייט א דורך רבי שמשון ווינער. פון זכרון געדענק איך עפעס אז זיי קומען אן קיין פראג צו די מו"ש (מורה שוה'ס-דיינים) די שפירא'ס און פראג, און אז רבי שמשון ווינער איז געווען אן אייניקעל (בן אחר בן) פון הגה"ק רבי שמשון ווערטהיימער זצ"ל.