לקוטים וענינים על יו"ט שבועות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

עיין שו"ת מקדש ישראל (מהרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס) לשבועות סימן ע"ב

אז ס'נישט אזוי גלייך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

גראדע ביי די אויבעלענדישע יודן איז דער מנהג צו עסן ביינאכט א מילכיגע סעודה אין עסן בכלל נישט קיין פליישיגע סעודה מסתמא האט דאס א מקור אבער מיר פירען זיך נישט אזוי ווייל ס'איז מבואר מפוסקים שיש חיוב בבשר ביו"ט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

וויל וויסן האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דאס איז דער פלאץ צו פרעגן, אבער אולי וועל איך פון דא באקומען א ענטפער
שבועות איז מנהג ישראל צו עסן מילכיג, מיין שאלה איז, איז דא א ענין ביי די סעודה צופרי צו עסן דערנאך א פליישיגע סעודה, אדער איך קען ממשיך זיין די סעודה פארווע אדער אינגאנצן מילכיג, און דאס זאל זיין מיין יום טוב צופרי סעודה?
ביטע ענטפערן מיט מקורות

יישר כח

לכאורה זיכער נישט אויסגעהאלטן, ווייל די רמ"א זאגט דאך דעם טעם כדי מען זאל דארפן צוויי ברויטן זכר לשתי הלחם, און אויב מען טוישט נישט פון מילכיג צו פליישיג איז מען דאס נישט מקיים.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

לויט כמה ראשונים ואחרונים איז מען מחיוב צו עסן יום טוב צופרי א כזית בשר בהמה מיט א רביעית יין

אבער ס'דא וואס עסן די ערשטע נאכט סעודה מילכיגס (כווייס נישט די מקור)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ארויף לכבוד שבועות
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

קרעמער האט געשריבן:מעלין בקודש
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מומחה יוחס האט געשריבן:גראדע ביי די אויבעלענדישע יודן איז דער מנהג צו עסן ביינאכט א מילכיגע סעודה אין עסן בכלל נישט קיין פליישיגע סעודה מסתמא האט דאס א מקור אבער מיר פירען זיך נישט אזוי ווייל ס'איז מבואר מפוסקים שיש חיוב בבשר ביו"ט


ריכטיג
אבער עס איז נישט קיין חיוב צו עסען פלייש ביי אלע סעודות יו"ט
עסט מען פלייש ביי די מיטאג סעודה....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

געטראכט אמאהל א טייטש אין א חז"ל
כל העוסק בתורה ובמצוות לשמה משים שלום בפמליא של מעלה ובפמליא של מטה
ווען דער בוכ"ע האט געוואלט באשאפען דער מענטש האבען די מלאכים געטענה'ט מה אנוש כי תזכרנו
ער וועט דאך זינדיגען
און דער רבש"ע האט נישט געהארכט
נאך איז געווען א לאנגע צייט א מחלוקת בית שמאי ובית הלל צו נוח לו לאדם שנברא יותר משנברא אדער נישט
נמנו וגמרו אז נישט
זאגט דער מהרש"א אז מען האט געציילט די מצוות עשה און די מצוות לא תעשה
248 קעגען 365
איז דאך סטאטיסטיש מער שייך צו פארלירען ווי צו געווינען
אבער דער רבי ר' שמעלקא זי"ע טענה'ט אז אויב מען איז עוסק בתורה ובמצוות לשמה האט מען דאך א מחשבה לטובה
איז ביי מצוות ווערט מצורף די מחשבה טובה פארטאפעלט דאס די רמ"ח אויף תצ"ו
אבער ביי עבירות נישט בלייבט עס נאר שס"ה
האב איך געטראכט אזוי
העוסק בתורה ובמצוות לשמה משים שלום בפמליא של מעלה = אין די מחלוקת צווישען כביכול דער רבש"ע און די מלאכים
און בפמליא של מטה = צווישען בית שמאי ובית הלל...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

א שיין ווארט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דאס ווארט איז צפיחית בדבש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א טייער ווארט:
שאינו יודע האט געשריבן:אבינו מלכינו בעבור שמך הגדול וכו' כן תחננו ותלמדינו,

לכאורה איז שווער אויף דעם "כן" וויאזוי קען מען בעטן פונקט ווי השי"ת האט געלערענט מיט די אבות הקדושים, כן תחננו? אברהם האט דאך זוכה געווען צו ומצאת את לבבו נאמן לפניך, ער האט מהפך געווען דעם יצר הרע, און אזוי אויך די אנדערע אבות, וויאזוי איז מען זיך מדמה צו זיי.

אפ"ל עפ"י מה דאיתא בספר דברי יואל, עה"פ לכן כה אמר ה' אל בית יעקב אשר פדה את אברהם לא עתה יבוש יעקב ולא עתה פניו יחורו, אז עס איז ידוע, ווען מען טוט אן עבירה, פארשעמט מען די אבות, און דאס האט דער פסוק מבטיח געווען פאר יעקב אז עס וועט נאך קומען א צייט וואס ולא עתה פניו יחורו, אז יעקב אבינו וועט נישט דארפן פארשעמט ווערן ווי זיינע קינדער קוקן אויס אין גלות.

דאס קען זיין פשט ובעבור אבותינו שבטחו בך ותלמדם וכו', כן אזוי ווי די האסט זיי געהאלפן דעמאלטס, העלף זיי יעצט אויך, וויאזוי, תחננו ותלמדנו, מען זאל קענען דינען השי"ת באמת, און עס זאל זיין לא עתה יבוש יעקב ולא עתה פניו יחורו.


גענומען פון אשכול: עניני תפלה - א דורך צו שמועסען
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א ווארט פון די ארכיווען
אין מדרש משלי איז דא א מערקווירדיגע מדרש
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =44204&st=%u05E2%u05E9%u05D5%20%u05D7%u05D9%u05DC
פעידזש 106
ד"ה רבות בנות עשו חיל ואת עלית על כולנה
אז די פריערדיגע דורות האבען שוין געטוהן מצוות
אדם הראשון זעקס
נח - אבר מן החי
אברהם - מילה
יצחק - מילה לשמונה
יעקב - גיד הנשה
יהודה - יבום
און כלל ישראל האבען רמ"ח מצוות עשה און שס"ה מצוות ל"ת ממילא זענען זיי עולה על כולנה
אבער ווי זעהט מען די פריערדיגע מרומז?
קען זיין אזוי: אדם הראשון האט מקיים געווען 6
נח האט מוסיף געווען אבר מן החי האט ער געהאט 7
אברהם האט מוסיף געווען מילה קומט אויס 8
יצחק האט מחדש געווען אין די זעלבע מצות מילה אז עס איז געווען לשמונה
אבער למעשה האט ער אויך נאר געהאט 8 מצוות
יעקב האט מוסיף געווען גיד הנשה קומט אויס ער האט געהאט 9 מצוות
יהודה האט מוסיף געווען מצות יבום קומט אויס אז ער האט געהאט 10 מצוות
בואו חשבון: 6 + 7 + 8 + 8 + 9 + 10 = 48
הרי רבות בנות עשו חי"ל
חי"ל בגימטריא 48
אבער כלל ישראל האבען תרי"ג מצוות וואס איז עולה על כולנה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

עלי שושנים אויף שבועות
http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/131 ... Shvios5773
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך geek »

שויתי'ניק האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מעלין בקודש
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

געווען אן אלטער מנהג עסען האניג שבועות
כל בו ועוד
ווי ווייסט מען היינט פון דעם מנהג אויזער דער עורך פון HAKHEL
It is the custom among many to eat honey (such as Challah dipped in honey, or foods with honey) on Shavuos because the Torah is compared to honey, as the Pasuk in Shir HaShirim teaches,
____
ווי נאך אויזער און סקווירא האלט מען דעם טור ברקת אז מען שערט זיך מ"ח ?
Capture.JPG

ראה ברכי יוסף תצ"ג אות ו
וואס איז חולק
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

א אוצר בלום לכבוד יו''ט שבועות!
הק' איש ימיני
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מומחה יוחס האט געשריבן:גראדע ביי די אויבעלענדישע יודן איז דער מנהג צו עסן ביינאכט א מילכיגע סעודה אין עסן בכלל נישט קיין פליישיגע סעודה מסתמא האט דאס א מקור אבער מיר פירען זיך נישט אזוי ווייל ס'איז מבואר מפוסקים שיש חיוב בבשר ביו"ט

איז מבואר ערגעץ א חיוב בשר (דאס אליינס איז גראנישט אזוי פשוט, כידוע.) בלילה?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קיקיון האט געשריבן:געווען אן אלטער מנהג עסען האניג שבועות
כל בו ועוד
ווי ווייסט מען היינט פון דעם מנהג אויזער דער עורך פון HAKHEL
It is the custom among many to eat honey (such as Challah dipped in honey, or foods with honey) on Shavuos because the Torah is compared to honey, as the Pasuk in Shir HaShirim teaches,
____
ווי נאך אויזער און סקווירא האלט מען דעם טור ברקת אז מען שערט זיך מ"ח ?
Capture.JPG

ראה ברכי יוסף תצ"ג אות ו
וואס איז חולק


לפי ידיעתי נאר אין סקווירא
אבער היי יאהר טוט יעדער זעמיר גלייך צו סקווירא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

גערעכטער האט געשריבן:א אוצר בלום לכבוד יו''ט שבועות!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מומחה יוחס האט געשריבן:גראדע ביי די אויבעלענדישע יודן איז דער מנהג צו עסן ביינאכט א מילכיגע סעודה אין עסן בכלל נישט קיין פליישיגע סעודה מסתמא האט דאס א מקור אבער מיר פירען זיך נישט אזוי ווייל ס'איז מבואר מפוסקים שיש חיוב בבשר ביו"ט

גיהערט אמאל א פשוטע טעם, ווייל מ'וויל נישט עסן קיין שווערע מאכלים ביינאכט וואס וועט שטערן פון בלייבן אויף

בילדותו האב איך אמאל געהערט אז עס זענען גיווען אשכנז'שער מקומות וואס מ'האט געגסען מילכיגס יעדע ליל יו"ט שני צוליב עונג יו"ט ווייל ס'איז שווער צו עסן אזויפיל מאל פלייש אין א צו
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

קיקיון האט געשריבן:ווי נאך אויזער און סקווירא האלט מען דעם טור ברקת אז מען שערט זיך מ"ח ?
Capture.JPG


אין ליקוטי צבי שטייט אז כל בני הרמב"ן מטשערנאביל נהגו כן.

דאס וואס איר שרייבט אז אין א יאר וואס עריו"ט געפאלט אום שבת פירט זיך יעדער אזוי איז לאו דווקא ווייל ס'איז דא מיעוטא דמיעוטא וואס אין אזא יאר שערן זיי זיך ערשט נאך שבועות ווייל זיי ווילן זיך נישט שערן פאר מ"ט כדעת האריז"ל.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף לכבוד יום טוב
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: לקוטים וענינים על יו"ט שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

קען מען זיך שוין אנהייבן גרייטן
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

וואס הערט זיך האט געשריבן:
קליינווארדיין האט געשריבן:ווי ק'מען זיך שערן היינט נאכט ?

מען מעג זיך שוין שערן היינט ?

עפ"י האר"י הק' שערט מען זיך נישט אין די גאנצע ימי הספירה ביז ערב שבועות
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

פארפלאנטערט האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:
קליינווארדיין האט געשריבן:ווי ק'מען זיך שערן היינט נאכט ?

מען מעג זיך שוין שערן היינט ?

עפ"י האר"י הק' שערט מען זיך נישט אין די גאנצע ימי הספירה ביז ערב שבועות

דער אר"י הק' שרייבט וואס מ'טוהט אין א יאר ווען ערב שבועות געפאלט אין שבת?
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”