ותקרא לשבויים דרור: ר' נחמי' צבי בן דינה וועבערמאן ני"ו

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

יוסף שרייבער האט געשריבן:זאלסט מיר טויזענט מאר מוחל זיין, אינז קענען זיך ב"ה קלאפען אין בויך אויף אסאך זאכען, מיט אונזערע קהילות און חינוך דארפען מיר זיך שעמען פאר קיינעם אין די וועלט אבער מיט די נושא איז א קאלאסאלער דורכפאל פון וועלכע קוקוויקעל דו זאלסט עס נאר נישט אנקוקען און עס פארלאנגט זיך דריגענד א טויש.



גערעכט אז מ'דארף א טויש, אבער פון דארט ביז באשמוצען א חשוב'ן עסקן פאר די איין איינציגע עוולה אז ער האט אריינגעטראטן אין מאראסט ראטעווען א אידיש קינד ע"פ הוראת הרבנים, וע"פ בקשתו האישית פון כ"ק אמדו"ר מתו"א, איז נאך דא א ווייטע וועג
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

farshlufen האט געשריבן:האב מיר זיך משתתף שוין צום דריטן מאל פאר די צוועק

איך האב געגעבן צוערשט ביי א פארטי (פרויען) א צוואנציגער, און נאכאמאל פאר א עסקן פריווארט א הונדערטער.

היצטער האט פאסירט א "פארשלאפן מחייב את ה'תהילים אידן", איך העל מוזן גיבן נאכאמאל!
רבינו שאג בקול גדול וגו'
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובה דורך tell.me.something »

אין איין ווארט:

נישטא קיין ווערטער

איך בין אריבערגעגאנגען און געווען זיכער אז איך וועל זעהן דארט זיצן מערסטנס אפאר הונדערט מענטשן. מען וועט עסן קוגל. קראכן ניסלעך וכו'. און הערן אפאר דרשות איבערן שפל המצב וכו'
וואס זאל איך איך זאגן? איך בין אנטוישט געווארן. איך האב באמת נישט געוואוסט אז עס וואוינען אזויפיל מענטשן אין ווימ"ס. טויזענטער מענטשן זענען געשטאנען קעפ אויף קעפ. אנשטאט קוגל קוים עפעס קוכן. אנשטאט זיצן בין איך געשטאנען צודריקט ווי א זית. אנשטאט ניסלעך בין איך ארויסגעקומען א נאסער פון שוויץ.
ארויסגעקומען? זיך ארויסגעקוועטשט נאך 10 מינוט שטופן רעכטס און לינקס.
און ביים געבן געלט האב איך זיך געדארפט בעטן ביי אן עסקן פאר 10 מינוט צו לאזן לויפן דעם קרעדיט קארטל. און נאך 10 מינוט צו באקומען א רעסיט

זאל דער אויבערשטער העלפן אז לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים(א יוד וואס האט געקענט צוברענגען צו אזא קידוש השם מוז זיין א צדיק) און מען זאל בקרוב פטור ווערן פון די אומגעוואונטשענע געוואוקסן

איינער פון די פראפעסיאנאלע שרייבער זאל ביטע אפשרייבן א לענגערן ארטיקל איבערן מעמד

-----
יוסף שרייבער. איך גלויב אויך נישט אלע מעשיות וואס טוען ריינוואשן דעם "אביוזער". אבער ביי די מעשה איז פארגעקומען צופיל צופאלן איבער וויאזוי. ווען. וכו' די מעשה איז געשען. מען קען נישט שרייבן צופיל דא וועגן תקנת המקום. אבער זוך ארום אביסל וואס די אנדערע זייט זאגט. וועסטו זעהן אז עס איז הוילע בלאף און פשוט נקמה. אינאף סעיד
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

ברוך המקדש שמו ברבים!!!

תגובה דורך גבריאל »

עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם וויאזוי טויזענטער יודען האבן זיך משתתף געווען ביים מעמד,
ווער עס האט א פעדער אין די האנד ווערט געבעטן צו אראפמאהלען די מעמד דא פארן ציבור,
ווער עס האט זיך נאכאנישט משתתף געווען קען זיך נאך משתתף זיין און האבן א חלק,

גבריאל האט געשריבן:מען קען אריינשיקען נדבות צו דעם אדרעס:
Cong. KZY
SEND DONATIONS TO: 169 Classon Ave rm 205
Brooklyn NY 11205
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האב ממש פארגעסן צו גיין צו די מעמד איך ווייס נישט פארוואס אבער בלי נדר וועל איך משתף זיין מיט א סכום הגון .
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

גבריאל,
געגאנגען און משתתף געווען, אבער...

געזוכט דעם שמייכל ביים טיר און כ'אב דיך נישט געזען ..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

תגובה דורך גבריאל »

דא געב איך דיר גערעכט,
איך האב דארט געוואלט שטיין און אויפנעמען דער עולם אבער די עסקנים.. האבן מיר אוועקגעשטיפט
וועגן די אומגעראכטענע געדרענג וואס האטזעך אפגעטוהן ביים אריינגאנג,

לאמיר דיר דא געבען דעם שמייכעל :grin: :smile: :lol:
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

תגובה דורך bailout »

א מחזה הוד איז געווען די מעמד, די צווייטע מאל אין די לעצטע צוויי וואכן וואס וויליאמסבורג האט געפראווט אז אין אמת'ן אמת האט מען זיך ליב טראץ די אלע פארטייאישע אמפערייען, ערשט ביי די הצלת מירון אין יעצט צום צווייטן מאל, נישט קיין חילוק פון וועלכע שטרעמונג און פראקציע, איז מען געקומען און זיך געטיילט מיט די בלוט פארגיסונג פון א חשוב'ן עסקן, ממש כאיש אחד בלב אחד, וואס דאס אליין אז מ'קען אין די זייט לייגן מיינונגס פארשידנהייטן ווייזט אז דער ציבור וויל באמת זיין וואויל און ערליך וואס דאס איז א גרויסע כבוד שמים און א שמחה.

מען האט געקענט באמערקן ווי דער עולם איז געקומען מיט אזא מין קאמיטמענט, קאמפסגרייט, מען וועט זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע, מען האט געקענט זעהן ווי אידן ליידיגן אויס זייערע טאשן מיט אזא האס, ווי איינער זאגט ''אונז האמער שוין גענוג צאמגעליטן מיט די בלבולים, מיט רובאשקין מיט די פאלשע פרעסע באריכטן דיוויידעד קאמיוניטי, עד כאן איך וועל טוהן וואס אין מיינע הענט איז מעגליך דאס צו פארמיידן פון איבערשפילן'', די חברה האבן דארט מזל געהאט אז ס'איז געווען פאליציי, ווייל די כעס פונעם ציבור איז געווען אויפן דאך פון קאנטינענטל.

נאכן מאכן זיבן הקפות אין ווערן געשיקט דורך די פאליציי אהין און צוריק האמער ענדליך געטראפן א פארקינג, כ'מיין א דאבל פארקינג, ס'איז געווען שווארץ די גאס מיט טויזענטער מענטשן, אין קאנטינענטל האט מען געמאכט איין טיר אויף אריין און די אנדערע זייט אויף ארויס, צוליב די פלייץ פון מענטשן, איך רעד פריים טיים.

איך וועל שרייבן א נקודה, דער עולם האט שוין געליינט אז ס'איז געווען א פראטעסט א קעגן איבער פון עטליכע איך ווייס נישט וויאזוי זיי אנצורופן,
דאכט זיך מיר גאנץ יונגע אפרוחים, וואס זענען לייידער פארגליטשט געווארן, ס'איז באמת געווען ממש געציילטע אבער גענוג צו מאכן א גערודער, וואס איך וויל זאגן איז ווי פארשלאפן האט ערווענט, מען האט גאנץ שנעל געקענט זעהן דעם שארפן קאנטראסט, וואס פאר איבל און אפשיי זיי האבן אויפגעברענגט ביי די באטייליגטע איז נישט שייך צו אפצושרייבן, איך האב געזוכט א בעג ווי צו ברעכן ווען איך בין זיי אריבערגעפארן, איך מיין אז אפי' גאנץ שוואכע יונגעלייט האבן זיך געכאפט ביים קאפ אז ''אזוי'' וויל איך נישט מיינע קינדער זאלן אויסזעהן, און איך וועל טוהן וואס מעגליך זיי צו באהיטן.

איין זאך וואס האט מיר געבאדערט ווען איך בין אוועקגעגאנגען פון דארט, פארוואס איך האב נישט געהאט די שטארקייט אין מיר און אנגעהויבן צו מאכן ריקודים אינדרויסן, מיט שיינע ווארעמע יודישע ניגונים א שטייגער ווי 'א איד צו זיין איז טייער', 'מיר אידן אינאיינעם מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם' 'אמר ר' עקיבא' א.א.וו., איך מיין אז דער ציבור וואלט זיך צוגעכאפט דערצו ווי צו א געבראטנס, און דאס וואלט פארשוויגן די נארישע געשרייען פון די אנדערע זייט.
לעצט פארראכטן דורך bailout אום דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:56 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

תגובה דורך פריילאך »

בעילאוט, הערליך ארויסגעברענגט. די רקידה וואלט געווען זייער אקטועל.

-----

רבותי עס גריצעלט מיר דאס בויך נאכן צוקוקען וואס איז נעכטן געווען. אבער נאמער ווי דעם טוט ווייטאגט דאס הארץ דאס דרעשן און קייען גארביטש ביי יונג און אלט, זאכן וואס מען פלעגט זיך אמאל שעמען צו רעדן מיט א חבר ביחידות, הערט מען היינט גרופעס, אלט און יונג, בחורים און קינדער רעדן.

איך האב שבת אדורך געליינט דאס ביכל פארן אווענט, דארף מען ארויסשרייבען אלעעעס? דארפן דאס אונזערע קינדער ליינען?

דורכגייענדיג היינט א גרופע קינדערלעך!!! וואס ווארטן אויפן באס צו גיין לערנען די תורה הקדושה, האבעך געהערט: די מיידל איז שוין אינגאנצען א גויטע... די אפגעפארענע בחורים האבן געשריגן... די טאטע האט איר....

רבותי, מיר נעמען נישט אריין קיין אינטערנעט אין שטוב, מיר ווילן אונזער קינדערס קעפ זאלן זיין ריין, ווייט אוועק פון די אפשיי פון גאס. און דא...

וועגן דעם אליין וואלט מען נישט געטארט מאכן אזא עסק, נאר ליבערשט א שטילע אווענט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

פריילאך האט געשריבן:בעילאוט, הערליך ארויסגעברענגט. די רקידה וואלט געווען זייער אקטועל.

-----

רבותי עס גריצעלט מיר דאס בויך נאכן צוקוקען וואס איז נעכטן געווען. אבער נאמער ווי דעם טוט ווייטאגט דאס הארץ דאס דרעשן און קייען גארביטש ביי יונג און אלט, זאכן וואס מען פלעגט זיך אמאל שעמען צו רעדן מיט א חבר ביחידות, הערט מען היינט גרופעס, אלט און יונג, בחורים און קינדער רעדן.

איך האב שבת אדורך געליינט דאס ביכל פארן אווענט, דארף מען ארויסשרייבען אלעעעס? דארפן דאס אונזערע קינדער ליינען?

דורכגייענדיג היינט א גרופע קינדערלעך!!! וואס ווארטן אויפן באס צו גיין לערנען די תורה הקדושה, האבעך געהערט: די מיידל איז שוין אינגאנצען א גויטע... די אפגעפארענע בחורים האבן געשריגן... די טאטע האט איר....

רבותי, מיר נעמען נישט אריין קיין אינטערנעט אין שטוב, מיר ווילן אונזער קינדערס קעפ זאלן זיין ריין, ווייט אוועק פון די אפשיי פון גאס. און דא...

וועגן דעם אליין וואלט מען נישט געטארט מאכן אזא עסק, נאר ליבערשט א שטילע אווענט.

פריילאך האסט אביסל רעכט, כ'בין נשיט געווען דארט אבער כ'האב גערעדט פון איינעם וואס איז געווען וואס האט זיך ארום געדרייט צוווישען די בחורים ס'איז א שטארקע ווייטאג זייער געשפרעך..
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובה דורך קענטעלאופ »

אויף די טעלעווישאן בראודקעסט זעט מען ווי דער בראדקעסטער רעדט פין רעיפ מאלעסטעישאן און ארימ עם שטייען מחנות יונגע בחורים אין הערען זיך צו
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

פאליציי ביים אנגרייטן די באריקאדעס

Loads of cops for tonights protest.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

Thanks and Apologize.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובה דורך אויפריכטיג »

קאנטאקטירט....

אריין אין שפראך פארום.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

קענטעלאופ האט געשריבן:אויף די טעלעווישאן בראודקעסט זעט מען ווי דער בראדקעסטער רעדט פין רעיפ מאלעסטעישאן און ארימ עם שטייען מחנות יונגע בחורים אין הערען זיך צו


ממ"נ...

דו טראכסט אז זיי ווייסן וואס דאס מיינט?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובה דורך צום זאך »

"ברוך המקדש שמו ברבים" דאס זענען די ווערטער וואס טויזענטער אידן האבן היינט אינדערפרי געזאגט ביים דאווענען.

כ'געדענק נישט לעצטע מאל כ'זאל מיך דארפן שטיפן צו געבן געלט! און כ'בין נישט אזא אינגע מענטש... כ'ווייס נישט ווער ס'האט אראפגעברעגט די גאנצע מידיע, אבער וואס איז זיכער אז דאס האט נאר געהאלפן צו די סוקסעס פונעם מעמד. די גאנצע פי אר ארום דעם מעמד האט זיך אנגעהויבן אינגאצן אפאר טעג צוריק, אבער די פי אר וואס די מידיע האט געמאכט האט זיכער בייגעשטייערט צום מאסן שטראם פון מענעשן. גרעיט דזשאב צייטליך!

נאך א זאך, האט איינער באמערקט אז די פאליציי איז אייביג פארנומען קאנטראלירן אונזער עולם אפגעזען אויף וועלכע זייט פון די בעריקעדס אונז שטיי מיר? ווען אונז זעמיר אין מאנהעטן ביי א פראטעסט זאל זיך איינער דערווייגן צו וואקן אינדרויסן פון די בעריקעידס, נעכטן נאכט האמיר אונז נישט געטארט אראפטרעטן פון די קאנטינענטל זייט סיידוואלק... (דארפסט מיר נישט ענטפערן, כ'ווייס אליינס די תירוץ.)
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

תגובה דורך גבריאל »

ווייסט איינער וויאזוי די מידיא האט באריכטעט די נעכטיגען מעמד אין א פאזעטיווע וועג אדער נעגעטיווע ?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

גבריאל האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די מידיא האט באריכטעט די נעכטיגען מעמד אין א פאזעטיווע וועג אדער נעגעטיווע ?

דרפסט זיך נישט זארגען "פאזעטיוו" זיכער נישט, אפשר "נישט זייער נעגעטיוו".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובה דורך סאכדעס »

כ'זע עס זענען דא מערערים אויף דעם אמת פונ'ם ענין, דהיינו אולי דארף מען דאס טאקע יא בעסער אויספארשן, העלעך זאגן מיין דעה אויף דעם ענין אויף דעם פאל.

דאס טיפשות פון אזא סברה, - אפילו לאמיר זאגן אז מיר ווייסן נישט, און מיר קענען נישט וויסן דעם פאקט אויף 100 פראצענט, ווייל אלעס 'קען זיין' און די היסטאריע האט שוין איבערצייגט אז עס מאכט זיך פעלער וואס אומגלויבליך איז פארט עפעס פארגעגאנגען. - אידאך עד אין להפליא, לאמיר צונעמען די זאך אין קליין געלט.

די אלע פאררעטער פון כלל ישראל, די אלע וואס זיי שרייען און פראטעסטירן, די אלע וואס וויינען אז נעעעעבעך מ'האט זיי אביוזד.... איך און דו ווייסן אז פאר זיי באדערט נישט קיין אביוזערס, און זיי באדערט נישט קיין אביוזטערס. זיי האבן ליידער נישט קיין שום פראבלעם מיט די איסור פון די תורה וואס 'מיר' זאגן דריי מאל א טאג ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. זיי וועלן פאר יעדן פרייז און אין יעדן פאל ערפילן זייערע תאוות אויפ'ן ערגסטן אדער בעסטן פארנעם וואס איז נאר שייך. איז צו וואס שרייען זיי, און צו וואס וויינען זיי? דאס איז דאך דאס וואס דו ביסט איצט מקיים נאכ'ן מקיים זיין דעם עבר ושנה, איז וואס ביסטו פונקטליך בייז דא?

מ'דארף נישט זיין צו קלוג צו זען און צו פארשטיין אז זיי באדערט צוויי זאכן, איינס איז זיך צו ריינוואשן כלומר'שט, כאילו ווען נישט.... וואלטן זיי געזעסן אין כולל, אדער געהאלפן דעם מאן צו זיצן אין כולל. און דאס צווייטע וואס באדערט זיי נאכמער איז, אז עס איז דא א כוח - יא א היימישע כוח - וואס לאזט נישט צו אז זיי מיט זייערע נבלות, זאלן פארשמוצן אונזערע גאסן, און אפילו ווען די רעדע איז אויף זאכן וואס דער גוי לאזט יא, קומט דער כוח און זאגט למלאך משחית הרף ידיך, ביי אונז אין די היימישע געגנטער, וועלן ענק זיך נישט ארומדרייען פראנק און פריי מיט קיין אויסגעלאסענקייט, מיר וועלן נישט לאזן אז ענק זאלן פארדארבן אונזער יוגנט וואס מיר פרובירן צו ערציען מיט לייב און לעבן אויף אן ערליכע שטייגער. און מיר וועלן טון כל מה שביכולתינו אז עס זאל נישט פאסירן. צי איז דאס מיט אוועקגעבן שעות טעג, וואכן חדשים און צומאל יארן מיט די אלע חולי נפש אז זיי זאלן זיך האלטן אין די ראמען, צי איז דאס מיט נוצן אלע געזעצליכע טאקטיקן אז זר לא יתערב בתוכינו און הרג'נען אונזער יוגענט.

אט דעם כוח ווילן זיי מיט אלע זייערע כוחות אין דער ערד לייגן, און דאס גרינגסטע און שנעלסטע איז צו עפענען די מויל צו די מידיא, די וואס גלייכן צו רעדן שמוץ בהיתר (ווען מ'באשמוצט יענעם, בפרט א איד) און פון דארט און ווייטער דארפן מיר פלוצים אויפווייזן אז שקר ענו בפיהם, און אז דער און יענער איז יא שולדיג צי נישט שולדיג.

ניין, ניין און נאכאמאל ניין, מיר דארפן נישט קיינעם ענפערן, און כדי זיך ריינצואוואשן באשולדיגן זיי דעם אדער יענעם מיט בלבולים שונים ומשונים. און אויב ווילן זיי אונז איינרעדן אז עס קומט ווייל מ'האט זיי אביוזד; דער אדער יענער מלמד אדער משגיח, העט מען זיי ווארפן ערד אין זייער מויל און זיי זאגן צא טמא, דיך באדערט נישט אז יענער איד האט געזינדיגט, ווייל דו האסט זייער ליב -ליידער- צו זינדיגן. פארקויף נישט קיין מעשיות, אפילו לשיטתך האט דער אביוזער נישט אומזיסט 'דיך' אביוזד, און רעד אונז נישט איין קיין שטותים, מיר ווייסן גאנץ גוט אז ווען מ'אביוזד איינעם ווערט דער אביוזטער נישט אזוי אביוזד.

מיר דארפן פארשטיין איין זאך, דאס גאנצע טערמין פון אביוזער און אביוזטער איז געקומען צו פארן פון די גוים אין אונזער מחנה אריין, און די פראבלעם דערמיט איז, אז די אלע עפעקטס וואס די גוים האבן באשאפן אז דאס פאסירט מיט אן אביוזטער איז געבוירן געווארן אלעס און אלסדינג צו קענען סוען און מאכן געלט פונ'ם סיסטעם. ביודעי ומכירי קאמינא, פון עטליכע יאר האנדלן מיט בחורים פון די סארט קעיסעס, לא דובים ולא יער. די אלע אביוזטע קענען גאנץ גוט גיין טרינקען קאפי און עסן פיינע פרישטאגס, זיי זענען זייער גוטמוטיג, און פארקערט ליידער, זיי ענדזשויען א טאג, און האקן א לעבן. (על כל פנים ביז די רשעים מלאים חרטות געפיל ערוועקט זיך) זיי האבן נישט קיין פראבלעמען -צוליב די מעשה- נישט צו שלאפן ביינאכט אין בעט, זיי האבן נישט קיין נייטמעערס, און די אלע לאקשן קען מען פארקויפן פאר די וואס קענען נישט די חברה.

נארוואס דען, עס איז דא תורה'דיגע צוגאנג צו אזא פראבלעם. און פארשטייט זיך אז מחללי שבתות און אוכלי נו"ט - אן קיין שום אביוזעישן דערפון - זענען נישט רעלאווענט צו קומען עדות זאגן, און ווער רעדט נאך ווען די שטות שווימט ארויף נאכ'ן דערלייגן אין א סכסוך אז דאס איז אנגעגאנען דריי יאר אין א צי..... און די עפעקט איז ארויסגעקומען אזוי פיל שפעטער... משוגע דארף מען זיין אפילו נאר צו קלערן אז יש דברים בגו.

צו די אלע וואס האבן א טענה אז די קינדער רעדן דערפון, שווער צו זאגן אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, אבער א ריכטיג מחונך'דיג קינד, דארף נישט צו ווערן אפעקטירט פון אזא סארט אקציע, און די אלע וועלן נישט רעדן דערפון. און די נישט מחונך'דיגע קינדער, וועלן אנקומען דערצו אויף א צווייטע וועג אויך, און העכסענס וועלן זיי פון די אקציע ארויסנעמען און זען וויאזוי דער עולם איז שארף און ווילד דערקעגן.

עוד אחת אדבר, עמיציר האט גוט מעיר געווען, מיר האבן אין די נישט לאנגע תקופה אויף צוריק מיטגעהאלטן אן אנדער פרשה, וואס דארט האט מען נישט געמאכט קיין הצילו אקציעס, והסיבות ידועים, על כן יסכר פי דוברי שקר, אז מיר באהאלטן אונזער שמוץ, ווען סיז ליידער דא, באהאלט מען זיך אליינס, און נישט די שמוץ. אבער ווען ס'יז נישט דא, וועלן מיר קעמפן מיט די ציין און די נעגל אז דער אמת זאל ארויפשווימען, און די רשעים זאלן אויפגעקלערט ווערן ביז זייער רשעות וועט האבן א מפלה בביאת משיח צדקינו.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובה דורך מאנסיאנער »

סאכדעס
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובה דורך אויפריכטיג »

סאכדעס, זייער קלאר און אויפריכטיג ארויסגעברענגט.

ויסכר פי דוברי שקר!
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אקעי, נאך א גאר לאנגע שמועס ברחל בתך הקטנה מיט איינעם וואס איז גוט באקאנט מיט די פאקטן אין דעם פאל, איז אפילו איך האב גלייך קלאר געמאכט אז איך מיין נישט דעם ספעציפישען פאל מוז איך קלאר ארויסשרייבען אז כנראה האב איך זיך טועה געווען און דער עסקן איז טאקע ריין און עס איז א בלבול. וויל איך איבערבעטען די משפחה (איך ווייס אז די משפחה דרייט זיך דא) אויב איך האב גורם געווען עפעס צער.

למעשה, האב איך בעיקר געמיינט ארויפצולייגען דעם טעמע אויפן טיש (וואס הייסט אויפן טיש? קינד און קייט רעדט דערפון נאר איך מיין עס אויסשמיעסן דא בדרך כבוד) אבער יענער עצה'ט מיר אז לעת עתה לויט ווי זאכען פירען זיך דא אויף אונזער וועלטל וועט עס נאר ווילד מאכען אפאר ניקים ידועים און אז מוועט מוזען מעקען איז דאך א שאד צו שרייבען.

אויב דער עולם האלט אז מען קען די ברענעדיגע טעמע יא אויסשמיעסן אן דעם וואס עס זאל ברענגען צו שטיינער ווארפעריי ביטע לאזט זיך הערן, אבער כמובן מיין איך נאר פאר ווער עס איז מודה אינעם עצם פראבלעם, ביי וועם מען האלט נאך ביי א.ב. אז עס גייט גארנישט פאר אלעס איז אפאר געמיינע יונגען וכו. די מיין איך נישט ווייל ווי דער רמב"ם האלט א בלינדען קען מען נישט מאכען זעהן.
----
סאכדעס, מען קען זיך היבש טענה'ן אויף דיין גאנצע בנין מיט הנחות וואס די לייגסט אראף.
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

זעה איך שוין. ארויסצושלעפן א נארמאלער תגובה פון סאכדעס דארף מען אויפוועקן א גאנצע שטאט און אראפשלעפן די מידיאו..

זייער קלאר ארויסגעברענגט, אלע איינצעלהייטן!
-
יוסל האקט.
די לעצטע דריי שירות פון סאכדעס איז געווואונדן צו דיר. בתקוה להבנה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

תגובה דורך יוסף שרייבער »

צייטליך האט געשריבן:-
יוסל האקט.
די לעצטע דריי שירות פון סאכדעס איז געווואונדן צו דיר. בתקוה להבנה.

דער הבנה ארבייט גאנץ פיין טענקס פאר עסקינג.

אין מיין לאנגען שמועס מיט יענעם האמיר טאקע דיסקוסירט די מעשה וואס סאכדעס רעדט ומשם איז די גרעסטע ראיה לדברי, לכולא עלמא האט יענער א דרייסיג יעריגע קארעריא פון עביוזען קינדער, חוץ פון ווארענען קינדער נישט צו גיין לעבן עם האט איינער אמאל עפעס געטוהן, האט זיך איינער אמאל אפגעשטעלט טראכטן העי דער מענטש איז א בור ברשות הרבים וחב לאחריני אויף די שרעקליכסטע פארנעם? אדער עולם כמנהגו נוהג פאר 30 יאר! ביז איינער האט ענדליך געהאט די קאראזש ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט.
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

א נקודה וואס איך איז זעה ווערט נישט בארירט דא, און איז לדעתי דאס וויכטיגסטע מה שנוגע לנו.

מידיא דעקונג - וויפיל וועט עס אויסמאכן?
דער עולם איז באזארגט איבער די מידיא באריכטן, איך נישט. מען האן רעדט בסך הכל פון א באשולדיגונג נישט פון אן ענדגילטיגע פסק. און דאס איז מער ווייניגער וואס אונזער עסקנים, דער אדוואקאט און משפחה דערקלערן כסדר פאר די פרעסע ״מיר האלטן עס איז א בילבול, לעגאל איז ער נאכנישט קאנוויקטעד, טא וואס איז דער פראבלעם אים צו שטיצן״ און די מידיא האט עס פאטמינענט אזוי באריכטע.

יעצט די מידיא וועט ווייטער שרייבן בערך ווי ביז היינט ״איבער די אין וויאזוי צו באהאנדלן בלא בלא בלא״ און שוין... לא מעלה ולא מוריד.

וואס יא?
האלט קאפ.

דו שמוציאנעס האבן די לעצטערע צייטן אונטערגענומען א מעכטיגע פי אר קאמפיין, און היות אמעריקאנער גלייכן די נושא, איז זיי געלונגן אזש ביז די אלטע נייעס האט געגרייכט די סאמע ערשטע זייט פון די מאכטפולע (מלפנים פרעסטידשזפולע) ניו יארק טיימס.

וואס ווילן זיי מיט דעם? יא אוודאי ווילן זיי אונז באשמוצן. אבער עס איז נאך טיפער. דער הויפט ציל איז: ארויסאיבן לחץ אויף געוויסע מאכטפולע פיגורן וועלעכע האבן איינזעיניש מיט אונזער סענסיטיוויטעט, און פרובירן צו ארבעטן אויף דעם גרויסן פראבלעם אויף א קאנסטראקטיוון אופן אן קין פירסום, און יודעי דבר ווייסן פון פארשידענע קעיסעס (נישט אזוי ווי דא ווי עס איז אבסעלוט פאלש) ווי מען האט סיי געראטעוועט דעם קרבן און סיי מסדר געווען דעם מקריב, אן דעם וואס מען זאל אים צעמענטירן פארן לעבן אין א פינסטערע טורמע. א זאך וואס שאדט געווענליך פאר אלע צדדים, ווי עס פארשטייט יעדער וואס קען עטוואס דעם קאורט סיסטעם. אלזא האפן די חברה אז דורך די אומגינסטיגע פירסום, וועלן זיך אלע אפשאקלן פון אונז, און אזוי וועט דער נחש האחרוני ח״ו קענען גרינגערהייט אויספירן מחשבתו הרע היל״ת, ועם ישראל נבוכה.

א שפראך וואס יעדע שניפסל פארשטייט!
עס איז אבער פארהאן עפעס וואס רעדט שטערקער צו א באאמטן ווי אן אומגינסטיגע ארטיקל אין די טיימס, נעמליך לעבעדיגע מענטשן וואס קענען אריינטוהן א בעלאט אין קאסטן. אלזז דא קוקט דער באאמטער איבער די בילדער, מצד אחד זעהט א צווייי צענדליג צעפאטשקעטע יונגאטשעס וועלעכע געפינען זיך כל הלילה ומקצת מן היום אונטערן איינפלוס פון געווירצן פון אלע סארטן במדה גדושה. מצד שני זעהט ער ״טויזענטער ערוואקסענע, וואס יעדער פון זיי האט א בת זוג, וועלעכע קענען און וועלן אריילייגן די צעטלן אין שטים קאסטן, פאר אים אדער קעגן אים (דער מאטאמאטיק איז פיר מאל אזויפיל שטימן ווי פאקטישע באטייליגטע ודוק) דער באאמטער ברויך גארנישט קיין רעכן מאשינדל, ער פארשטייט באלד וואס ער האט צו טאן.

לסיכום
אויף צו שאפן געלט, וואלט מען אפשר געקענט בצינעא אויך, מיט געלונגע עסקנים קען מען פון עטליכע פארמעגליכע אידן מיט ווארימע הערצער צוזאמנעמען אפשר מער געלט ווי וויפיל עס איז נעכטן אריינגעקומען; אבער ווען דער רעגירונג וויל איינעם צעמענטירן אין חומת ההתבטלות אריין, דאן וועט עפרות תבל ווייניג וואס העלפן.

דעריבער איז ווי געראטן אז עס איז געווען אזא מפורסם׳דיגע באמבאסטישע אקציע, און זאל טאקע די מידיא באריכטן וואס מער -מיט וואסערער ניגון זיי שמעקט - אז טוווויייזענטער אידן האבן זיך באטייליגט. ווי מער זיי וועלן שרייבן אלס מער וועט עס הערען דער וואס ברויך עס אממייסטענס צו הערן.

בשורות טובות
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”