'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

יהיה כן האט געשריבן:מיין סאשעל סעקיוריטי נומער האט אויך עפעס מיט אניגראם?.......


װענד זיך װיפיל די גלייבסט אז דער רעגרונג גריבלט און דיינע פריװאטע ענינים.. אין דאס גופא קען זיך זיכער װענדען אינעם ענעגראם..
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

געלעגער האט געשריבן:הרב, ווער ווייסט. ס'זאל אייך נישט באנק טאן דאס מעקן חלילה. אין די קורצע צייט וואס דו ביסט דא האסטו געוויזן אז דו פארמאגסט א פיינע של ראש און א איד פול מיט טעם און חן. אבער פארשטיי ביטע אז נישט יעדער איז פון די סארט געקנעטן כאף א בליק אין די כינוס אשכול ווי פלאכיג אידן קענען זיין ווען עס קומט צו די ווארט רבי. זאת ועוד, די תקנות המקום איז אז מ'באשרייבט נישט קיין לעבעדיגע משום כמה מעשיות שהי' בעבר.

פארשטיי די הנהלה אז מ'זוכט נישט צו מעקן אין די וועלט אריין. מ'טוט עס נאר אז די פלאץ זאל בלייבן וויאזוי ס'איז.

בתקוה להבנה


ישר כח הרב גלעגער פאר די הבנה, אויפקלערונג, און קאמפּלימענטען.

(יא לויטען אנגראם סיסטעם בין איך פון דיזגע, װאס קענען דאס ניצען..)

נאר לידעותך,
האב איך ״דייקא״ נישט געשריבען פון קיין לעבדיגע.
איך האב נאר געשריבען מאותם שאינם חיים אתנו בעלמא הדין!
(דארף דאך נישט זיין ערגער װי די אלע אשכולות װאס מען באשרייבט זיי, אבער כדכתבתי כבר לעיל אז מען װיל נישט איז נישט, אבער זאל מען כאטש זיין קלאר, אין קיינער זאל נישט מיינען אז דא רעדט מען עפעס װעגען זילזול אויף צדיקים ח״ו)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

כבוד ר' ווער-ווייסט;

ביטע נעמט אייך נישט צום הארצן אז דער אחראי האט געשפירט אז יענע תגובה באלאנגט נישט דאהי [ביי די סנהדרין האט מען נישט געמעגט דערציילן שפעטער וועלכער דיין האט געהאלטן לחובה און ווער לזכות, אבער דא קען איך זאגען אז נישט איך האב עס געמעקט..], פון דיינע 300 תגובות האבן מיר אלע הנאה, און מיר האפן אז איר פארבלייבט א היזיגער, ווייל מיר קענען ווייטער נוצן אייער שכל הישר ביי אלע סארט אשכולות.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כ'געלעגער ועוד, מיר האבן הנאה פון אייער שרייבן דא (בפרט פון ווען ס'איז פאראידישט געווארן...)

איך האב נישט די מינדעסטע השגה אין אניאגראם (כ'ווייס נישטאמאל וויאזוי מען זאגט עס) אויסער וואס כ'האב דא געליינט. אזוי איז מן הסתם נאך פיל ליינער אזוי, "דעריבער" איז טאקע נישט פאסיג צו נומרירן גדולי ישראל, ווי בכלל אפצושאצן א גדול בישראל דארף מען האבן א העכערן בליק. ווען נישט וואס חז"ל האבן אונז דערציילט די מדות הק' אויף די אבות (וואס אפי' אזוי פארשטייען מיר כלל נישט) וואלט עס געווען א חוצפה פון אונזער זייט דאס צו זאגן.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

קרעמער האט געשריבן:כבוד ר' ווער-ווייסט;

ביטע נעמט אייך נישט צום הארצן אז דער אחראי האט געשפירט אז יענע תגובה באלאנגט נישט דאהי [ביי די סנהדרין האט מען נישט געמעגט דערציילן שפעטער וועלכער דיין האט געהאלטן לחובה און ווער לזכות, אבער דא קען איך זאגען אז נישט איך האב עס געמעקט..], פון דיינע 300 תגובות האבן מיר אלע הנאה,

לכבוד הרב קרעמער נ״י
קודם כל ישר כח פאר די קאמפּלימענטען! (איך מיין אז דער גאנצער מעשה האט זיך שוין באלד געלוינט...)
איך האב שוין אויבען געשריבען אז איך האב מיך נישט גענומען צום הארצען נאר איך האב געװאלט אז מען זאל מיר פארשטיין...
(לויט מיין אנגראם נומער האב איך אזא באדערפעניש...)

און מיר האפן אז איר פארבלייבט א היזיגער, ווייל מיר קענען ווייטער נוצן אייער שכל הישר ביי אלע סארט אשכולות.



איך האב זיך קיינמאל נישט געהאלטען ביים געזעגנען פון די קרעטשמע (עכ״פּ נישט פאר די סיבה)
(עס װאלט גראדע געװען א גיטע זאך צוליב א בלעטעל גמרא, חינוך הבנים, פרנסה וכדו׳)
אפשר האט איר אזוי פארשטאנען, װייל איך האב געשריבען די װערטער ״איידער איך אנטלויף״ אבער איך האב מיט דעם געמיינט ״נאר״ פון דעם אשכול.
(װייל איך האב געפילט אז רוב עולם פארשטייט סייװי נישט דעם אנאגרעם)
אנטשולדיגט אויב איך בין נישט געװענ גענוג קלאר מיט מיינע װערטער.

נ.ב.
איך האב נישט געװיסט אז איך בין אזוי פאורפול, אז צוליב מיר האט דער הנהלה צאם געריפען אן עמערדזענסי זיצונג און ״ברען״ פון ל״ג בעומר און מען האט געמאכט א גאנצער אפשטימונג... פששי-אה! װען איך װייס דאס, װאלט איך אויסגעניצט מיין פאוער צאם צוברענגען נאך א פאר יודעלעך צום כינוס כלל ישרא-ל...
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

ווינקל האט געשריבן:כ'געלעגער ועוד, מיר האבן הנאה פון אייער שרייבן דא (בפרט פון ווען ס'איז פאראידישט געווארן...)

איך האב נישט די מינדעסטע השגה אין אניאגראם (כ'ווייס נישטאמאל וויאזוי מען זאגט עס) אויסער וואס כ'האב דא געליינט. אזוי איז מן הסתם נאך פיל ליינער אזוי, "דעריבער" איז טאקע נישט פאסיג צו נומרירן גדולי ישראל, ווי בכלל אפצושאצן א גדול בישראל דארף מען האבן א העכערן בליק. ווען נישט וואס חז"ל האבן אונז דערציילט די מדות הק' אויף די אבות (וואס אפי' אזוי פארשטייען מיר כלל נישט) וואלט עס געווען א חוצפה פון אונזער זייט דאס צו זאגן.


צו איך בין מסכים צו נישט מיט יעדער פרט װאס איר שרייבט, איז נישט קיין גרויסע נפקה מינה. (יענער תגובה איז סייװי ארויס)
איך רעספּעקטיר אייער מיינונג אין ״דאס״ איז די שיינקייט פון די קרעטשמע!
(קענט איר זיך פארשטעלען אפילו און װילדסטען חלום, א ״אידשער״ קרעטשמע װי אלע זענען מסכים צום זעלבען ??(היה? לא תהיה))
אין מתוך פּילפּול חברים קימט מען ארויס מיט א קלארקייט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ניחמתני ניחמתני, כאב שוין שיערנישט געמיינט אז ווער ווייסט וואס וואלט געווען ווען ווער ווייסט זאל נישט זיין מיט אונז... עניוועי, דער עולם קען דאס טאקע נישט, אבער די וואס קענען וואלט געמעגט עס לערנען צוביסלעכווייז פאר'ן ציבור. אלזא, אנטלויף נישט פון דעם אשכול, און אוודאי נישט פון אונזער קרעטשמע. מיר האבן הנאה פון אייך, און מיר האפן אז איר האט הנאה פון אונז אויך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

verveist האט געשריבן:עס זעט נישט אויס װי דורך דער אשכול קימט איינער אן צו פארשטיין דעם אנעגראם...


יא יא...
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

verveist האט געשריבן:צו איך בין מסכים צו נישט מיט יעדער פרט װאס איר שרייבט, איז נישט קיין גרויסע נפקה מינה. (יענער תגובה איז סייװי ארויס) איך רעספּעקטיר אייער מיינונג אין ״דאס״ איז די שיינקייט פון די קרעטשמע! (קענט איר זיך פארשטעלען אפילו און װילדסטען חלום, א ״אידשער״ קרעטשמע װי אלע זענען מסכים צום זעלבען ??(היה? לא תהיה)) אין מתוך פּילפּול חברים קימט מען ארויס מיט א קלארקייט.
verveist האט געשריבן:ישר כח הרב גלעגער פאר די הבנה, אויפקלערונג, און קאמפּלימענטען. (יא לויטען אנגראם סיסטעם בין איך פון דיזגע, װאס קענען דאס ניצען..)


ווערווייזט דו געסט דא ממש ארויס דיין נומבער, גוב אבאך.ביזטו אפשר א דרייער? סיי אז דו קענסט מודה זיין אז דו ברויכסט קאמפלימענטן, און סיי אז דו דארפסט ריפרעימען דיין 'טעות' ווי א סאקסעס?!
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

מען וועט מיזען אנצייכענען די געהענגעל אז ווען עס וועט זיין צייט זאל מען עס דורך לעזען, כשפיר דא היץ זעהט אויס כציא צו דעם (וועלכע נומבער.. גראדע ווייס איך מיין נומבער, וזה תלוי במחלוקת גדולי האניגרעמס)
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

מתבונן, ביסט אייזן!
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

זיס האט געשריבן:כבוד הרב מתבונן היקר...

איך זעה אז דו ביסט גוט אויסגעקאכט אין די ענינים.

סא, אפשר לאזטו מיר וויסן וועלכע נומער איך בין... מסתמא קענסטו דאס זען דורכ'ן זען מיינע תגובות דא אויפן וועלט, אדער אפשר קענען מיר זיך פערזענליך, ווער ווייסט? - איי איך וואלט געקענט צוקומען צו דיר אין בית-המדרש פרעגן מיין נומער? - נו, ווער זאגט אז איך האב עס נישט געטאן...?

עני-וועי, לאז מיר הערן מיין נומער, און וואס עס ווייזט אויף מיר.

זיס

ווען איך וואלט נישט געוואסט ווער דו ביזט וואלט איך געזאגט אז דו ביזט אן אויסגעגאסענעם צווייער. איך בין נישט קיין אפטער גאסט דא אזוי ווי שוין דערמאנט און א הודעה, און שוין טראכסטו שוין אז 'אפשר קענען מיר זיך גאר פערזענליך?' (דעי וואס פארשטייען גוט צו א צווייער פארשטייען וואס איך מיין). אבער קען איך דען דן זיין פון איין הודעה. לאז דיך אביסל מער הערן, און נאכדעם וועט מען ווייטער שמועסן.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

געוויסע רעאקציעס צו די מעמד "כינוס כלל ישראל" פון פארשידענע טייפ מענטשן...


דער איינסער האט געשריבן:איך פאלג וואס מיין מנהיג הייסט מיך טוהן, און איך האלט אז יעדער דארף פאלגן וואס זיין מנהיג הייסט עם.

וואס איז זייער פלאן אויב ס'גייט רעגענן? (א שאלה וואס פאסט אויך פאר געוויסע זעקסערס)


דער צווייער האט געשריבן:כ'קען ערלעדיגן טיקעטס פאר אייוועלט מעמבערס, ווער ס'דארף זאל זיך מעלדן אין אישי


דער דרייער האט געשריבן:כ'בין א עסקן מ'קען מיך פרעגן אלעס ארום די מעמד


דער פירער האט געשריבן:פארוואס דארף איך גיין? ס'גייט עפעס אויפטוהן פאר מיר?


דער פינפער האט געשריבן:ווער גייען זיין די רעדנערס דארט?


דער זעקסער האט געשריבן:ווער שטייט אונטער די "איחוד הקהילות" ? כ'בין חושד אז עפעס ליגט אונטער די גאנצע זאך, עפעס פריוואטע אינטערעסן האבן זיי דא.


דער זיבענער האט געשריבן:פיינע נייעס... כ'האב שוין לאנג געוואלט אויסטשעקן סיטי פיעלד, ס'גייט דעמאלס זיין א באל געים?...


דער אכטער האט געשריבן:איך האלט אז ווער ס'גייט זיך נישט צושטעלן צו די תקנות דארף מען ארויסווארפן פון די מוסדות!


דער ניינער האט געשריבן:נאר צוזאמצונעמען גאנץ כלל ישראל צוזאמען האט זיך אלעס געלוינט, הלואי זאל אייביג זיין אזא אחדות!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מתבונן האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:כבוד הרב מתבונן היקר...

איך זעה אז דו ביסט גוט אויסגעקאכט אין די ענינים.

סא, אפשר לאזטו מיר וויסן וועלכע נומער איך בין... מסתמא קענסטו דאס זען דורכ'ן זען מיינע תגובות דא אויפן וועלט, אדער אפשר קענען מיר זיך פערזענליך, ווער ווייסט? - איי איך וואלט געקענט צוקומען צו דיר אין בית-המדרש פרעגן מיין נומער? - נו, ווער זאגט אז איך האב עס נישט געטאן...?

עני-וועי, לאז מיר הערן מיין נומער, און וואס עס ווייזט אויף מיר.

זיס

ווען איך וואלט נישט געוואסט ווער דו ביזט וואלט איך געזאגט אז דו ביזט אן אויסגעגאסענעם צווייער. איך בין נישט קיין אפטער גאסט דא אזוי ווי שוין דערמאנט און א הודעה, און שוין טראכסטו שוין אז 'אפשר קענען מיר זיך גאר פערזענליך?' (דעי וואס פארשטייען גוט צו א צווייער פארשטייען וואס איך מיין). אבער קען איך דען דן זיין פון איין הודעה. לאז דיך אביסל מער הערן, און נאכדעם וועט מען ווייטער שמועסן.

אם קבלה נקבל, על פי נגלה האט עס מיט צווייער קנאפ איינגעלייגט.

איי, אולי בין נישט פון די וואס ״פארשטיין גוט״... הרשות בידך אזוי צו האלטן, אבער מ׳זעמיר דאך צוויי אחרונים פון איין דור און כ׳מעג חולק זיין אויף דערויף...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

צום זאך האט געשריבן:געוויסע רעאקציעס צו די מעמד "כינוס כלל ישראל" פון פארשידענע טייפ מענטשן...


דער איינסער האט געשריבן:איך פאלג וואס מיין מנהיג הייסט מיך טוהן, און איך האלט אז יעדער דארף פאלגן וואס זיין מנהיג הייסט עם.

וואס איז זייער פלאן אויב ס'גייט רעגענן? (א שאלה וואס פאסט אויך פאר געוויסע זעקסערס)


דער צווייער האט געשריבן:כ'קען ערלעדיגן טיקעטס פאר אייוועלט מעמבערס, ווער ס'דארף זאל זיך מעלדן אין אישי


דער דרייער האט געשריבן:כ'בין א עסקן מ'קען מיך פרעגן אלעס ארום די מעמד


דער פירער האט געשריבן:פארוואס דארף איך גיין? ס'גייט עפעס אויפטוהן פאר מיר?


דער פינפער האט געשריבן:ווער גייען זיין די רעדנערס דארט?


דער זעקסער האט געשריבן:ווער שטייט אונטער די "איחוד הקהילות" ? כ'בין חושד אז עפעס ליגט אונטער די גאנצע זאך, עפעס פריוואטע אינטערעסן האבן זיי דא.


דער זיבענער האט געשריבן:פיינע נייעס... כ'האב שוין לאנג געוואלט אויסטשעקן סיטי פיעלד, ס'גייט דעמאלס זיין א באל געים?...


דער אכטער האט געשריבן:איך האלט אז ווער ס'גייט זיך נישט צושטעלן צו די תקנות דארף מען ארויסווארפן פון די מוסדות!


דער ניינער האט געשריבן:נאר צוזאמצונעמען גאנץ כלל ישראל צוזאמען האט זיך אלעס געלוינט, הלואי זאל אייביג זיין אזא אחדות!


פארשטייסט דאך אביסל יא 'צום זאך'.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

מתבונן, יעצט לאמיר זעהן זאלסט נעמען צום זאך'ס תגובה און צוטיילן די אלע 9 אויף צוויי, לויט די פליגלען...
לעצט פארראכטן דורך תרנגול אום פרייטאג מאי 11, 2012 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שטארק זיך האט געשריבן:אם קבלה נקבל, על פי נגלה האט עס מיט צווייער קנאפ איינגעלייגט.איי, אולי בין נישט פון די וואס ״פארשטיין גוט״... הרשות בידך אזוי צו האלטן, אבער מ׳זעמיר דאך צוויי אחרונים פון איין דור און כ׳מעג חולק זיין אויף דערויף...


קוק אהער שטראק זיך, אויב ביזטו טאקע אן אכטער ווי געשמוסט, דעמאלטס איז מעגליך אז דו זוכסט דא סתם ענערגיע פון זיך 'זיך סתם שלאגען' וואס אלע אכטערס זוכן און ענזשויען זייער שטארק, דאן איז א שאד ממשיך צו זיין, איך קען פשוט צירוק פייטען 'פיץ דיך ארויס פון דא, סאיז נישט פאר דיר'. אויב דו ביזט באמת אינטרעסירט וואס א צוייער איז, דאן קען מען זיך אראפזעצן צום טיש און דורטון די זאך.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
מיימוני
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 3:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיימוני »

מתבונן ביטע זיי מסביר די צווייער (איך מיין די הודעה פון שטארק זיך) און אזוי אויך די אנדערע נומבערס, איך ווייס אז ס׳פאדערט אסאך צייט און געדולד אבער דאך זיי נישט מסרב פאר די גדולי אייוועלט.

אזוי אויך וואלט איך געוואלט הערן אביסל וועגן וועלכע וועג דו האלסט פון מטפל זיי אין מענטשן ( אזוי ווי דו האסט מרמז געווען אנפאנג אשכול אז אניאגראם איז מער צו פארשטיין די מענטשן משא״כ מטפל זיין איז דא בעסערע וועגן).
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מתבונן האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:אם קבלה נקבל, על פי נגלה האט עס מיט צווייער קנאפ איינגעלייגט.איי, אולי בין נישט פון די וואס ״פארשטיין גוט״... הרשות בידך אזוי צו האלטן, אבער מ׳זעמיר דאך צוויי אחרונים פון איין דור און כ׳מעג חולק זיין אויף דערויף...


קוק אהער שטראק זיך, אויב ביזטו טאקע אן אכטער ווי געשמוסט, דעמאלטס איז מעגליך אז דו זוכסט דא סתם ענערגיע פון זיך 'זיך סתם שלאגען' וואס אלע אכטערס זוכן און ענזשויען זייער שטארק, דאן איז א שאד ממשיך צו זיין, איך קען פשוט צירוק פייטען 'פיץ דיך ארויס פון דא, סאיז נישט פאר דיר'. אויב דו ביזט באמת אינטרעסירט וואס א צוייער איז, דאן קען מען זיך אראפזעצן צום טיש און דורטון די זאך.

מסתם בין איך אן אכטער, אבער אן אכטער האט אויך א בחירה, תלי״ת. באופן כללי איז לדעתי אומעטיש זיך ארומצעווארפן מיט נומערן ״אויב ביזטו א דרייער איז אזוי״... חוץ אויב דער באטרעפנדער האט אייך געבעטן א דיאנאזע (תרנגול, סאכדעס וכדומה).

לענינינו, בין איך נישט דא מיט דיר זיך ארומצוקריגן, נאר פון דיינע תגובות ביז אהער זעהט מען קלאר אז דו האסט גוט דורכגעטוהן די אנאגראם. פון די אנדער זייט איז אבער מערקבאר אז דו האסט מוסיף נופך געווען היבש אייגענע הנחות (כגון בנקודת הצווייער שאנו דנין בה) וועלעכע זענען כלל נישט מוכרח. דעריבער האב געשריבן מיין מיינונג דערויף.

אדרבה, ווילסט זיך מסביר זיין, כל הכבוד. אין אויב וועלן דיינע ווערטער איבערצייגענד, אודה ולא אבוש.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטיש »

לאמיר עס נוצן אויף למעשה'דיגע זאכן.
וואס מין איך?
ווי איינער האט שוין ערווענט איז דאס אלעס "מידות" און יעדער איינער פארמאגט די קערענדלעך און די מעגליכקייטן צו אויפבויען א מידה (די גיטע חלק) וואס וועט אים העלפן, אפילו למעשה יעצט איז ער פון נאטור אויס שטארק אין אן אנדערן מידה. דעריבער יעדער איינער זאל זיך אקוק טון וואו ער איז סטאק אין זיין לעבן, און קלויבן דער מידה וואס רעפרעזענטירט אממערסטענס דער הייל-מיטל פאר דעם.

אנצוהויבן אזא קאך וועל אריינווארפן מיינע צוויי סענט:
לערנען = גמרא בעיון 5 , הלכה 1
מאכן גרויס געלט = 8 קומט אן צו הויכע פאזיציעס. 7 ריזיקירט, אדער פייפט ער אן זיין געלט, אדער געלונגט און ער שטייט אויף די "פורים עשירים ליסט"
חסד = 2 און שטילערהייט 9

...לאזט אייך הערן
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

מיימוני האט געשריבן:מתבונן ביטע זיי מסביר די צווייער (איך מיין די הודעה פון שטארק זיך) און אזוי אויך די אנדערע נומבערס, איך ווייס אז ס׳פאדערט אסאך צייט און געדולד אבער דאך זיי נישט מסרב פאר די גדולי אייוועלט.
שטארק זיך האט געשריבן:אדרבה, ווילסט זיך מסביר זיין, כל הכבוד. אין אויב וועלן דיינע ווערטער איבערצייגענד, אודה ולא אבוש.


די מעשה מיטן צווייער איז אזוי.

די שורש פונעם צווייער איז מדת החסד, וואס ווי באקאנט אים חסידישע ספרים איז דאס די מידה פון 'אהבה בלי גבול' – התפשטות. דער יונגער צווייער קומט אראפ אויף ד י וועלט אין ער ווייסט נאר פון איין זאך – אהבה, געבן אהבה, נעמען אהבה, אטעמען אהבה. ביסודו דארף ער אנערקענן אז ער האט זייער ליב דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט איהם זייער שטארק ליב מיט אן אהבה שאין לו גבול, און אפילו ער פירט זיך נישט אויף ווי עס באדארף צו זיין, האט איהם דער אייבערשטער נאך אלץ ליב. נאר וואס דען, בשעת מען איז קליין כאפט ער עס נישט, ער מיינט אז די ארום און ארום דארף איהם ליב האבן פאר יעדן פרייז (דא דארף בטאנט ווערן, יעדער קינד בפרט, און יעדע מענטש בכלל וויל אז מען זאל איהם ליב האבן צו מוויל יא אדער נישט. פארן צווייער איז דאס אבער אויר לנשימה, ער ווייסט נישט פון עפעס אנדערש, און ממילא וועט ער אנהייבן זוכן אלעס וואס צוברענגן צו דעם תכלית). די וועג ווי אזוי דער צווייער מאכט דאס – לשיטתו, איז דורך זיין זייער 'פרענדלי' – איך בין יעדעם איינעמס פרענד. אויב איך וועל זיין יעדעמס חבר, בין איך זיכער אז מען וועט מיך ליב האבן, דען נישט? א גוטע חבר האב מען ליב, און א גיטע חבר לאזט מען ניישט אפ אזוי שנעל. אבער ווי אזוי מאך איך זיכער אז 'יעדער' וועט מיך טאקע אקאפצירן אלס 'זיין' חבר? דא קומט דער צווייער אויף מיט א ווינדערליכער איינפאל, וואס לדעתו וועט עס קיינער נישט אפזאגן, איך גיי טון 'חסד'! פשוטו כמשמעו. איך גיי ארויסהעלפן וועמן עס לאזט זיך. אלס יונגל אין חדר, וועט ער פראבירן צו טון טובות פאר זיין רבי (ער וועט זיין זייער א וואויל יונגל), טובות פאר די אנדערע קינדער, אא"וו. עס ווערט די אויפגאבע פונעם צווייער צו מאכן פולן יעדעם באקוועם, צו מקרב זיין יעדעם איינעם, ער זעהט א נייעם גאסט אין ביהמ"ד, פילט דער צווייער אלס א 'חוב קדוש' צוצגיין צום גאסט און געבן א פלאץ (און אויב דער צווייער איז שוין אביסל צו ווייט פארקראכן ווי מען וועט באלד אויס שמועסן, וועט ער אפילו אריינגיין און זיין פריוואטן לעבן, צו יענער האלט דערביי אדער נישט, דו דארפסט דאך פארשטיין איך בין געווארן דיין נייע חבר...). עס איז דא אסאך וועגן ווי אזוי די צווייערס עקספרעסן זייער love, און דאס איז זייער וויכטיג פאר זיי, אויב זיי עקספרעסן זייער לאוו פאר יענעם, וועט יענער צירוקגעבן פאר איהם. א צווייער האט נישט קיין פראבלעם צו געבן יענעם א hug ארויסצוווייזען זיין love. הגם בייים ליטווישן עולם איז דאס א נארמאלע זאך, אבער ביים חסידישן עולם איז דאס נישט אזוי איינגעפירט, אבער א חסידישע צווייער וואס איז שוין אביסל פארקראכן, וועט דאס טון אפילו און זיין ביהמ"ד (איך זעה דאס ביי פארשידענע צוייערס ביי מיר אין ביהמ"ד ווי זיי קישן און נעמן ארום אנדערע מענטשן ווי דו בעסטע פריינד, און עס זעהט אויס זייער פאני פאר די ארום, אבער איך פארשטיי זיי נעבאך, זיי דארפן דאס פארן לעבן, און זיי מוזן פארקוקען אויף דעם אז זיי דרייען זיך אין א חסידידשע ביהמ"ד. די איינציגסטע זאך וואס איך קען זיי צילובטון איז זיי צו זאגן, 'איי לאוו יו'.)

מר שטארק זיך, יעצט פאנגסטו אהן אביסל צו פארשטיין אז ווען איינער וואס איך קען נישט פאנגט זיך אהן צו אינטרעדאסען צו מיר ווי אן 'אלטן חבר', פאנגט דאס אהן צו שמעקן צווייעריש? די מטרה פון א צווייער איז צו זיין יעדעמס חבר כדי אז יעדער זאל איהם ליב האבן ווי א 'פערזענליכע' חבר. די אלע מעשה חסד וואס דער צווייער טוט, זענען נאר א תוצאה פון דעם.

צירוק צום ענין.
וואס איז אויב די אטמאספערע אין שטוב איז אביסל אנגעצויגען און דער צווייער פילט זיך אביסל נישט אין פלאץ? דאן האט ער נישט קיין ברירה און מיז מיט אלע כוחות זיין דא פאר יענים אפילו אויף זיין אייגענע חשבון. ער וועט מוזן מוותר זיין אויף זיין 'אייגענע' צייט, און זיינע 'אייגענע' צרכים, און 'נאר' זיין פאר 'יענעם'. דער צווייער פאנגט אהן צו ציטערען פון דעם ווארט 'סעלפיש'. אויב דאכט זיך איהם אז דאס וואס ער גייט יעצט טון פאר 'זיך' קען אריינגיין און די גדר פון 'סעלפיש', דאן טאר מען דאס נישט טון. איי א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און יעדע מענט האט דאך אייגענע צרכים? דא מוז זיך דער צווייער דיוועלפן א געוויסע פילזופיה אין לעבן, 'איך האב נישט קיין פראבלעמן באמת, 'דו' האסט פראבלעמן, און 'איך ווייס' ווי אזוי צו פאררעכטן 'דיינע' פראבלעמן 'נאך אסאך בעסער ווי דיר אליין'!!! איך בין דיין אפוטרופוס וואס ווייסט ווי דיך צו לערנען וואס מען דארף טון. בקיצור, עס פארמירט זיך א געוויסע 'אומדיירעקטע גיאות' אין דעם צווייער, און דאס איז כולל פארשידענע נקודות, איך ווייס ווי אזוי צו פאררעכטן דיינע פראבלעמן, איך ווייס וואס דער באשעפער וויל פון דיר, איך פארשטיי צו יודושקייט, און איך און נאר איך... אבער... איך פארלאנג גארנישט פאר מיר, איך בין אויף דעי וועלט 'נאר' פאר 'דיר' (אן אומדיירעקטע עניו...).

מען קען נאך אסאך רעדן איבער דעם צווייער, אבער דאס איז עס פאר היינט. סוף כל סוף ווערן זיי גרויסע מנופיולעיטערס, וואס אויב מפאלגט זיי נישט איז עק וועלט... איבער אלעם, איז אלעס ביי זיי 'נאר'... לשם שמים...
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אייזן צילייגט דעם צווייערל, פונעם איבערגעבענער ביזן מאניפיולעיטאר!

יעצט צוריק צו אונזער ״זיס״ לעבן,
רב זיס האט געשריבן: אפשר קענען מיר זיך, איך וואלט צוגעגאנגן זיך באקאנט מאכן... אפשר האט דאס שוין פאסירט... וכו׳...

קענסטו זאגן אז וואס ער זוכט איז ליבע/געפעלן, לויט דעם איז ער א צווייער. ווידעראום אויב איז זיין ציל עטענטשאן/כבוד איז ער מעגליך א דרייער. און אזוי קען מען גיין נאך ווייטער, און מיר קענען אים אהערשטעלן ווי א זעקסער, א אכטער, א זיבענער... אלעס אויסער אן איינסער, און פינעווער,.

איבער צו זאגן אז ער איז אן אויסגעשפיגענער צווייער, איבערגעטריבן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואס בין איך?
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

געלעגער האט געשריבן:וואס בין איך?


אויף דיין פיקטשער זעסטו אויס ווי אן אויסגעגעאסענעם ניינער, דו שלאפסט דארט א גאנצן טאג.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך זעה אז מען דעבאטירט מיר אויף א גרויסן פארנעם...

אבער איז טאקע ריכטיג אזוי דער וועג, אפצו'פסק'ענען פון איין תגובה א מענטש? - איז דאס די וועג ווי אזוי די חברה ארבעטן? - אויב יא בלייבט געזונט.

נו, וואס בין איך יעצט?

(א מינוט, מיט וועלכע ניק האב איך דאס געשריבן...? - אקעי, זאל זיין אזוי... שלח!)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”