שלעפשיץ האט געשריבן:יעצט אז איך בין צירוק אל מקומי, נאך אזא שווערע טאג ווי היינט, וויל איך דא אויסגיסן מיין צארן.
קיינעם נישט פערזענליך אבער יעדן צוגלייך.
ווען די אשכול איז אין היימישן פארברענגן החרשתי, סע איז אין ולאחיו יאמר חזק ממילא מעג איך מיר 'שטארקן'.
סע קוקט אויס ווי "VERVEIST" האט זיך "מתבונן" געווען.
די איינציגסטע אונעם אשכול וואס הייבן דא אן צו וויסן ווי זיך אהין צו טוהן.
איך וואלט אפשר אריין געלאזט סאכדעס אין שמועס אלע אנדערע וואלט איך אנגעגאסן (אויפן קאפ) א גלעזל קאווע, זאלן זיי הנאה האבן פון א נארמאלן שמועס.
איז אזוי - די נומערן איז אזוי ווי ווערווייסט שרייבט נישט געמאכט צו נוצן אזוי ווי א לוח, זיך צו דערמאנען אז יעצט איז ל"ג בעומר.
סע איז היפש ביסל א טיפערער ענין, [מ'קען גיין טיפער].
בקיצור היות איך האב מיר איינגערעדט, איך וועל האבן א פאר חברה וואס מען קען דא זיך ארום וערטלן אבער אז יעדער איז אויפ אין דו אשכול איז אנגעקאטשקעט!
איז א גוטן טאג.
אוי בין איך יעצט געווען א בעל גאוה
מתבונן האט געשריבן:וואס וולסטו הערן מער? איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט, איך קוק מיך דא צו מיט א אנגעהאלטענעם שמייכל ווי מענטשן דיסקאסירן עפעס וואס זיי ווייסן נישט וואס זיי דיסקאסירן. עס איז פשוט אינטרעסאנט.
[/quote]
verveist האט געשריבן:איך גלייב אז די אלע קיצורים (אויסער װאס איך בין נישט אינגאנצען מסכים) זענען מער דרך קצרה וארוכה ״מאד״ עס טהוט מער שאדען װי גיטס, עס מאכט נאר מער די מענטשען װאס זענען סיי װי דערקעגען ״מער איינזען״ אז דער סיסטעם האט נישט קיין האפט! און זיי זעהן אלעס און יעדען!
די בעסטע ״ערשטער קורצער בליק״ דערויף איז די צװיי משלים װאס זי געט און די הקדמה פינעם בוך איינס פון א שניי, אין איינס פון א פיקניק אין יעדער איינער פון די ניין נומערענס רעאקציע דערצו (אפשר אויב עלעך אמאל האבען צייט געדולט דערצו עלעך עס אראפברענגען, אויב איינער װיל זיך מקדים זיין מה טוב)
אל כבוד חברי וידידי תושבי הקרעטשמע הדין
איך האב ד פריער אין טאג געשריבען א תגובה, װאס טייל האבען דאס אויסגעטייטשט, אז איך האב ח״ו פוגע געװען בכבוד צדיקי הדור מדור הקדום ח״ו ר״ל. אזוי װייט אז מען האט עס געפינען פאר װיכטיג עס צו פארמעקען.
(כאטש איך האב נישט קיין גרויסע טענות דערויף, אזוי װי איך האב גענטפערט פאר איינעם אין אישי- װאס האט מיר פארגעהאלטען דערויף- אז כאטש איך בין קלאר אז דא איז נישט דאס מינדעסטע זולזול, אבער טאמער דער עולם פארלאנגט בין איך עס גרייט עס אראפצונעמען)
אבער משום והייתם נקיים, אין סתם זיך אביסעל מסביר זיין, װיל איך שרייבען עטליכע װערטער איידער איך אנטלויף פון דא.
מיין תגובה איז געװען, אז איך האב געשריבען לפי עניות דעתי דער ״נומער״ װאס איך גלייב האט אריינגענימען דער מהות, פון אסאך צדיקים, גדולים, מנהיגים פינעם לעצטען דור.
איך האב פארשטאנען אז פאר די װאס קענען דעם ״אנאגראם גיט״, װאלטעןנהנה געװען דערפון, אין עס װאלט געברענגט גיטע חומר למחשבה.
דער װאס האט געליינט מיינע פריערדיגע תגובות און דעם אשכול האט קלאר געזען װי איך האב געשריבען (אין ״איינצלענע״ אנדערע אויך) אז דער אנעגראם איז װי שורשי המידות , אין עס האט בכלל נישט צו טהון צו מען איז א צדיק אדער להבדיל א רשע ר״ל .
ליתר שאת ,(װיבאלד איך האב געקלערט אז פון די תועים דא, װאס פארשטיין נישט דער אנגראם קענען װילד װערען)
האב איך און יענע תגובה אליין, נאכאמאל באטאנט דאס א.ד., אז דאס האט גארנישט צו טהון מיט גרויסקייט,נאר ״פון יעדער נומער אן אויסנאם איז געװען/דא צדיקים קדושים וטהורים, אין װייטער פארקערט פון יעדער נומער איז ר״ל דא רשעים גמורים אין פארשטייט זיך יעדער מדריגה אינצװישען.
אויך האב איך באטאנט, אז עס איז נישט באמת פאראן, קיין ״גיטע אדער שלעכטע״ נומערען, יעדער נומער האט זיך זיינע מעלות אין חסרונות!
(יא עס קען אמאל זיין אז א געװיסער נומער זאל זיין מער געאייניגט אויף אויף צו טהון ״איין געװיסער זאך וכדו׳״ אבער דער אנדערע קען זיין בעסער פאר עפּעס אנדערש! לא ראוי זה כראוי זה הצד השוה שכלום ההכריכים וכלום יש להם חוש מיוחד לעשות פּעולות טובות לפי שורשו!)
( טאקע דער װאס האט זיך געװאנדען צו מיר און אישי מיט טענות, האב איך באלד גענטפערט אז מסתם האט ער נישט דורכגעליינט מיין גאנצע תגובה, ואכן כן היתה ער האט גענטפערט אז ער גייט עס שוין דורכליינען... ואין נפקה מינה אם שינו דעתו מזה אחר הקריאה או לא, אבל איך יכולים להיות להם טענות קודם שעכ״פּ קוראים מה שכותבים?? אפשר יש בזה צד השװה לפּה, ?? איך שכולם מגיבים אודות האנאגראם עוד לפני שעיינו בזה כל צרכו...??)
איז אזוי; צו זאגען אז איך האב מזלזל געװען אין צדיקים וכו׳ איז דאך סתם נארישקייטען גערעדט, נישט גערעדט צום זאך (במחילת כבודכם הרמה).
לאמיר צונעמען דער זאך אביסעל.
למשל; װען איך שרייב װעין אז דער. אין דער.. צדיק איז שורשו במדת החסד, אין דער אין דער צדיק... איז שורשו במדת הדין א.ד.ג.
װאלט איינער געװען װען געזאגט, אז איך האב מזלזל געװען בכבוד הצדיקים וכדו׳ ח״ו??
װאלט מען געהאלטען אז מען ״מוז״ דאס פארמעקען ??
הייסט עס אז איינער זאגט אז אאע״ה איז שורשו ממדת החסד, אין יצחק אבינו איז שורשו ממדת הדין, האט ער מזלזל געװען און די אבות הקדושים ח״ו ?? וכי יעלה על דעתכם שטות כזה ??
מילא אז איינער װיל זיך טענה׳ען אז אנאגראם איז גאר אן אנדערע זאך, גארנישט מיט שורשי המידות וכו׳, נא מהיכי תיתי דעריבער זענען מיר דאך דא, מקען זיך אויסטענהען, אויסשמוסען וכו׳,
אבער איך דאך דאס געשריבען אויף די צדיקים (די נומערען) לפי װאס ״איך״ האב געשריבען װאס דער אנעגראם איז.
נא, װי קימט דא אריין זילזול הצדיקים ?????
װידער װיל איינער טענהען אז איך פארשטיי נישט די ״מהות״ פון די צדיקים וכדו׳ (צו װייל זיי פארשטיין אן אנדערע שורש, אדער אפילו זיי האלטען אז איך האב נישט אריינצורעדען און דעם, װייל איך פארשטיי נישט דערצו א.ד.ג.) נא בכבוד גדול, פארדעם זעמער דאך דא וכו׳ עיין לעיל.
אבער װי קימט דא אריין זילזול הצדיקים
ע״כ דברי לעת עתה.
בתקוה להבנה, והמבין (הרוצה) יבין !
ואני עשיתי את שלי,
כה דברי הקטן, זעירא דמן חבריא,
המכונה װערװייסט בלע״ז
נ.ב.
( ליתר שאת; אויב איז דאס עפּעס אן אנדייטונג אז איך װאלט נישט געמיינט זילזול ח״ו. װיל איך באטאנען אז איך בין נישט פון דיע װאס האלטען אז א רבי מיינט בלויז א פארטיי פירער, נאר איך גלייב אז זיי דארפען זיין, און זיי זענען געװען, אמת׳ע ״רבי׳ס״, צדיקים, בעלי מדריגה במלא מובן המלה, ספּציעל דיע מדור העבר, אין צװישען די רבי׳ס װאס איך האב געהאט אויסגערעכנט, איז אויך געװען ״מיין רבי״ װעם איך האלט מיך אלץ א ״חסיד״ פון, נא איז דאך קלאר בלי ספק אז איך װאלט נישט מזלזל געװען און איהם!! ולמוד סתום מן המפורש.)
נ.ב. נ.ב.
עס זעט נישט אויס װי דורך דער אשכול קימט איינער אן צו פארשטיין דעם אנעגראם...