איסר האטלקי האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן: מען זאגט אז קלויזנבארגער רב איז געווען די איינציגסטע (עכ"פ דא אין אמעריקא) וואס האט געהאלטען זמן ר"ת אפילו לקולא, ווייסט איינער מער איבער דעם?
בבית מרן הקדוש מבאבוב זצ"ל האט מען אויך גאר מקיל געווען ווען עס איז געקומען צום שקיעה ערש"ק.
אבער היינט אפילו אין באבוב טוט מען נישט מלאכות נאך די שקיעה.
די אלע וואס קומען אן מיט די מעשיות, דערמאנען מיר אין א געוויסן זין, ווען בערך א צוואנציג יאר צוריק האב איך מיטגעהאלטן א שמועס מיט עמיצער פון די היינטיגע זקני ת"ח שבדור, מ'האט גערעדט פון משנה ברורה וחזון איש, וכו' וואס ביי געוויסע גייט נאך דער פזמון איך האב נאך גע'פסק'נט בעפאר די ספר איז ארויסגעקומען, האט ער מיר געזאגט אז ער איז געווען א קינד אין ירושלים פאר די קריג האט ער געלערנט אין ראנד'ס שול האט ער זיך געקאכט אויף א ר' עקיבא איגר איז דארט געזעצן אן אלטער איד גאר א זקן, וואס האט מיט די סאך צייט אין טאג נישט געוואוסט וויאזוי זיך א עצה צו געבן, זאגט ער אים וואס עקיבא איגר, ווילסט איך זאל דיר פארציילן וואס מ'האט ביי אונז אין שטעטל גערעדט ... ר' עקיבא איגר לערנסטו מיר.. מאכט נישט זאגט ער, דער איז פשוט צוריק געבליבן מיט די יארן, ונסתובב השיחה אודות זקני חסידים בחצר סאדיגורא איך שדיברו מפני שכך שמעו, אז איינער זאגט דאס היינט אבער פירט ער אויס, ואסיים בטוב.
די תימנ'ע לאכן אויך פון די וואס שניידן שטיקער פלייש פון בהמה אין מיסט אריין נישט קענענדיג ניקור.
יא, אינדערהיים איז געווען מקומות ווי ס'איז געווען ר"ת לקולא, ווי א יאר שפעטער פאר די קריג האט מען מער און מער אנגעהויבן מחמיר צו זיין, פאר די קריג איז שוין כמעט נישט געווען מקילין בענין, און ס'איז אוודאי געווען דאן די אלטע וואס ווייסן דען די אינגווארג .. איך געדענק נאך וכו'. אבער אזוי גייט עס מיט די וועלט, און נישט נאר ביי שבת.
דאס איז געווען דעמאלט, נאכן קריג אבער איז נמנו וגמרו איבעראל אזוי, און ס'איז נישטא בימינו א מקום ווי נישט, חוץ געציילטע אויבער חכמים אין געוויסע קהלות וואס מיינען אז מיט דעם זענען זיי חסידים ראשונים [שווענץ בלע"ז], אבער מי לנו גדול מרבינו מסאטמאר וואס האט כל ימיו געשטורעמט אויף רבינו תם מוצאי שבת, און געפלאנט צו שרייבן א חיבור דערוועגן, און ער שרייבט אליין בהגה לדרך החיים אז וויבאלד שבת איז א איסור חמור מדאורייתא, דארף מען חייש זיין לחומרא צו צינדן פאר די שקיעה, ווער איז קלוגער פון אים? אדער ווער איז מער חסיד פון רבינו תם פון אים ?
און אזוי איז אפגעמאכט געווארן באסיפת הרבנים, דורך אונזערע רבנים, אונזערע מורי הוראות, און אזוי איז עס געבליבן און איינגעגלידערט געווארן, צווישן דיינים פון אלע קהלות, [אדרבה פרעג אן עני דיין היינט איבער טון מלאכות נאך די שקיעה היינט צוטאגס למעשה] און איינמאל ס'איז געווארן א תקנה און אפילו אויב נאר א מנהג קען מען עס נישט טוישן, ואסור לזלזל בזה, וכן לא זלזל בזה רביה"ק מסאטמאר, אף אחר זמן הדלקת הנרות שהוא טו מינוטין לפני השקיעה, וכידוע מה שאמר לכמה אנשים למה החמיר במילה אחר השקיעה, כיון שאצל יהודי אמעריקא כבר שבת קודש.
נאר וואס דען, ס'איז נאר אנגענומען לנהוג כן לחומרא, ובזה יש נפקותא להלכה. ס'איז ווייניגער ווי בין השמשות ווי געוויסע שבותין זענען מותר לצורך מצוה. [וגם לענין מנחה אינו כקבלת שבת].