רבי משה יהושע האגער מוויזניץ זצ"ל - כ' אדר תשע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

רבי משה יהושע האגער מוויזניץ זצ"ל - כ' אדר תשע"ב

תגובהדורך חיס » מאנטאג מארטש 19, 2012 1:21 pm

"הצואה הקדושה" צוואת קדשו של כ"ק מרן אדמו"ר זיעועכי"א הכ"מ
צוגעלייגטע
צוואת רבנו.pdf
(62.91 KiB) דאונלאודעד 432 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג מארטש 19, 2012 1:52 pm

ער פארמאגט שוין אויך א אשכול, מה נאמר, ומה נדבר.
בדורינו אלה ליידער ליידער דער 'בא השמש' איז סאך שנעלער אין גרעסער ווי דער 'זרח השמש'.
פון די גרויסע איז שוין כמעט נישט דא פון פאר די מלחמה, נאך דערצו דער וויזניצער רבי וואס האט נאך משמש געוועהן ברבנות אין א שטעטל אינדערהיים.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 19, 2012 2:03 pm

ס'איז שוין באלד נישטא קיין רבנים, וואס זענען נאר אפ' געבוירן אין די אלטע היים!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג מארטש 19, 2012 2:11 pm

אויך פון די וואס זאלן כאטיש אנהאלטן די אלטע שיינע וועגן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17031
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מארטש 19, 2012 2:25 pm

דינסטאג גייט פארקומען א גרויסע עצרת אין שכון וויזניץ
צוגעלייגטע
וויזניץ.pdf
(64.5 KiB) דאונלאודעד 279 מאל
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום מאנטאג מארטש 19, 2012 2:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מאנטאג מארטש 19, 2012 3:48 pm

כבוד כל החבירים החשובים

דער אשכול איז היינט געעפנט געווארן דא, און עס האט קארגע 7-8 תגובות, פאר דער אשכול קומט אן ביי די נישט גוטע ווילען מיר אויפקלערן בפומבי וואס עס פעלט פון דעם אשכול און סיבות פ"וו אינעם עבר פלעגט אזא אשכול ווערן פארשפארט אדער אוועקגעפירט, כולי האי ואולי וועלן די חשוב'ע שרייבערס אבאכט געבן ביים מגיב זיין כדאי נישט גורם צו זיין שאדן פאר אנדערע.

1. דער אשכול איז געעפנט געווארן אונטערן קעפל "כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצוקלה"ה", ווי יעדער פארשטייט זענען קיינע פון די טיטלען נישט איבערגעטריבען, אבער זייענדיג אן אשכול צווישען אנדערע 15 בלעטער מיט אשכולות אויף צדיקים נ"ע פון אלע דורות, און אזא קעפל צייגט א חוסר כבוד אין די אנדערע אשכולות, מ'שטיינס געזאגט; ערדט דאס פונעם צמח צדיק, אמרי ברוך, אהבת ישראל, אמרי חיים?

האבן מיר געטוישט דעם קעפל אז עס זאל מצאים זיין מיט די אנדערע אשכולות, מיר בעטן אלע אנדערע פותחי אשכולות זיך אומצוקוקען אויפן פלאץ און געבן אזאנע נעמען אז מ'זאל עס נישט ברויכען טוישען.

2. דאס ערשטע תגובה פון דעם אשכול אנטהאלט מינימאלע אינפארמאציע איבער דעם גדול וועמענס נאמען דער אשכול טראגט, נעמליך זיינע תולדות, זיין יחוס אא"וו, עס האט סך הכל א צוואה (ווסא מיר האבן נישט דורכגעקוקט דערווייל אבער מיר שטעלן אויף די חזקה אז דאס איז דאס טאקע).

מיר האבן שוין כמ"פ געבעטן אז ווען איינער גייט פתיחה מיט א נייע אשכול, איז נישט מער ווי רעכט אז ער זאל צושטעלן לכה"פ די ערשטע פרטים אלס א יסוד פארן אשכול, אז דער שמועס זאל קענען נמשך ווערן אויף די ריכטיגע רעלסן, עס איז דא א ווארט, ווי עס איז נישטא קיין מנהיג איז דער שטן דער מנהיג, מאכט זיכער אז איר זעהט נישט אייער אשכול פארשווינדען ווערן דורך איר איינפעדימען אויף א מהלך וואס גייט שטימען לפי רוח המקום.

3. די תגובות הבאות אחריו, אנשטאט עוסק זיין אינעם גדול איבער וועם דער אשכול איז געגרינדעט פארט אויף אלע ריכטונגען נאר נישט ווי עס באלאנגט, אוודאי איז דאס א רעזולטאט פון סעיף 2 אבער פ"וו זאלן נישט די מגיבים אחריו פרובירען צו שרייבען זאכען וואס איז אינטערעסאנט פאר די ליינער, ווער רעדט פון זיך אריינלאזן אין אזעלכע מסוכנ'דיגע פלעצער פון מחלוקות ופילוגים?

חכמים הזהרו בדבריכם, החכם עיניו בראשו, טראכט אריין איין מאל אדער מער איידער איר שיקט א תגובה, מיט א תפלה פון למען לא ניגע לריק, זעהט אייער ארבייט זאל נישט גיין לטמיון דורך צולייגען קאפ און מח צו די תגובה איז נישט סתם פליטת הקולמוס.

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר


כ"ד הגבאי פה מערכת על הצדיקים בשם הגבאים
(נ.ב. צוויי תגובות זענען אויך געווארן פארמעקט)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג מארטש 19, 2012 3:56 pm

וכאן הבן שואל: וואס איז פשט פון 'מרן' ביים אשכול פון ר' משה טייטלבוים מסאטמאר זצ"ל?

כ'האב שוין לאנג געקלערט דערוועגן, אבער יעצט האב איך דאך שוין א הסכמה פונעם גבאי.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מאנטאג מארטש 19, 2012 4:01 pm

שוטה האט געשריבן:וכאן הבן שואל: וואס איז פשט פון 'מרן' ביים אשכול פון ר' משה טייטלבוים מסאטמאר זצ"ל?

כ'האב שוין לאנג געקלערט דערוועגן, אבער יעצט האב איך דאך שוין א הסכמה פונעם גבאי.


געענטפערט באישית, אזא שאלה/טענה באלאנגט באישית נישט בפומבי.

אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 9:58 pm

תגובהדורך אננעמער » מאנטאג מארטש 19, 2012 4:09 pm

ער איז געווען א געוואלדיגע מתמיד און תלמיד חכם.
כ'האב געזען א שיינע בילד פון ווען ער איז געווען אין בארא פארק איינע פון די מאל, אינדרויסן זענען געשטאנען הונדערטע אידן און באגלייט בשירה וזמרה, און ער זיצט איבערגעבויגן אויף א קצות!
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג מארטש 20, 2012 12:55 am

נישט סתם א תלמיד חכם נאר א גאון עולם אין יעדער נושא וואס מ'האט גערעדט צו איהם איז ער געוועהן אינדערהיים וכו' וכו'

מ'קען א גאנצע נאכט דערציילן פין זיין התמדה אין גאונות אין די געוולדיגע עבודה אין מידות וכו' וכו'


זי"ע ועכי"א
参考专家

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

רבינו בעל ה"ישועות משה" זי"ע

תגובהדורך חיס » דינסטאג מארטש 20, 2012 6:46 am

מרן רבינו בעל ה"ישועות משה" זיע"א נפטר ביום המר כ' אדר תשע"ב ביום דהילולא של זקינו רבינו הב"ח זי"ע.

ננסה ביחד עם החכמי הפורום שליט"א לברר את היחוס ממרן זצ"ל עד רבינו הב"ח זצ"ל.

א) רבינו בעל ה"ישועות משה" זי"ע.

ב) בן רבינו בעל ה"אמרי חיים" זי"ע.

ג) בן רבינו בעל ה"אהבת ישראל" זי"ע.

ד) בן רבינו בעל ה"אמרי ברוך" ז"יע.

ה) בן רבינו בעל ה"צמח צדיק" זי"ע.

ו) בן רבינו בעל ה"תורת חיים" זי"ע.

ז) בן רבינו בעל ה"אהבת שלום" זי"ע.

ח) בן רבינו ר' יעקב קאפיל חסיד זי"ע.
(תלמיד אור שבעת הימים הבעש"ט זי"ע)

ט) חתן הרב זלמן זצ"ל.

י) חתן הרב שלמה זצ"ל.

י"א) בן רבינו דוד הלוי בעל הטו"ז זי"ע

י"ב) חתן רבינו בעל הב"ח זי"ע.

כמובן שמי שיש לו מה להוסיף בבקשה.
לעצט פאראכטן דורך חיס אום דינסטאג מארטש 20, 2012 12:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מארטש 20, 2012 10:47 am

וואס איז פשט פון די נאמען ישועות משה, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

תגובהדורך חיס » דינסטאג מארטש 20, 2012 11:05 am

derech eretz האט געשריבן:וואס איז פשט פון די נאמען ישועות משה, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון


דאס איז נייע נאמען פון הייליגער רבי בעל ה"ישועות (יהושע) משה" זצ"ל.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מארטש 20, 2012 11:55 am

חיס האט געשריבן:מרן רבינו בעל ה"ישועות משה" זיע"א נפטר ביום המר כ' אדר תשע"ב ביום דהילולא של זקינו רבינו הב"ח זי"ע.
ננסה ביחד עם החכמי הפורום שליט"א לברר את היחוס ממרן זצ"ל עד רבינו הב"ח זצ"ל.
א) רבינו בעל ה"ישועות משה" זי"ע.
ב) בן רבינו בעל ה"אמרי חיים" זי"ע.
ג) בן רבינו בעל ה"אהבת ישראל" זי"ע.
ד) בן רבינו בעל ה"אמרי ברוך" ז"יע.
ה) בן רבינו בעל ה"צמח צדיק" זי"ע.
ו) בן רבינו בעל ה"תורת חיים" זי"ע.
ז) בן רבינו בעל ה"אהבת שלום" זי"ע.
ח) בן רבינו ר' יעקב קאפיל חסיד זי"ע.
ט) חתן הרב זלמן זצ"ל.
י) בן הרב שלמה זצ"ל.
י"א) בן רבינו דוד הלוי בעל הטו"ז זי"ע
י"ב) חתן רבינו בעל הב"ח זי"ע.
כמובן שמי שיש לו מה להוסיף בבקשה.


ח) שם אשת רבי קאפל - בת ר' זלמן: מרת חיה, והיתה נכדת רבינו עובדיה מברטנורא
ט) רבי זלמן היה גר בקאלאמייא
י) רבי זלמן לא היה בן רבי שלמה, רק אשתו מרת בלומא היתה בתו, ורבי שלמה נהרג בלבוב עק"ה - הי"ד
יב) שם אשת הטורי זהב - בת הב"ח - הרבנית רבקה

ט) רבי זלמן הנ"ל היה
בן ר' יעקב קמואל מקאלאמייא
מגזע חכמי פרובניציא נכדי רש"י

אשת רבי קמואל, היתה בת אחותו התוספות יום טוב - אם נקבל שהיה לו להתוספות יום טוב אחות

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

רבינו בעל ה"ישועות משה" זי"ע

תגובהדורך חיס » דינסטאג מארטש 20, 2012 12:31 pm

יישר כוח להרב איטשע שליט"א

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג מארטש 20, 2012 3:38 pm

מ'קען יעצט מיטהאלטן א לייוו האק אפ פון די הספדים אין בני ברק אויף קול מבשר 8 1
יעצט רעדט הרה''צ רבי אליעזר דוד פרידמאן פון לאנדאן

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך מארטש 21, 2012 11:16 am

חיס האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:וואס איז פשט פון די נאמען ישועות משה, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון


דאס איז נייע נאמען פון הייליגער רבי בעל ה"ישועות (יהושע) משה" זצ"ל.

ביטע אויפקלערן.
איז דאס דען אן ענין צו געבן א נאמען פאר א רבי "בעל ה..." נאכן פטירה? געווענטליך אז עס קומט ארויס א ספר פון איהם הייבט מען אן איהם צו רופן על שם הספר אז מען זאל וואוסן פון וועלכע צדיק פון יענעם דינאסטיע מ'רעדט .
אולי איז דא דברי תורה בכתבים, וואס ווערט היצט בא'ארבייט ארויסצוגיין לאור עולם מיט דעם נאמען.

אמשטרדם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:54 am

תגובהדורך אמשטרדם » מיטוואך מארטש 21, 2012 6:10 pm

כ' האב געהערט פון א איד וואס איז אנוועזנד געווען, אז אין די אנהייב תש''כ יארן, איז פארגעקומען אן אסיפה מטעם די אגודת ישראל אין קראונהייטס כמדומה, און דער נפטר ז''ל האט אויפגעטרעטן, ובתו''ד האט ער געזאגט:

''די אלע קינדער וואס קומען יעצט ארויף אויף ארץ ישראל, ווערן ליידער אפגעשמד'ט דורך די רשעים, ס'איז קיין שום טובה נישט אז זיי קומען אן קיין ארץ ישראל. די חברה זענען ערגער פון היטלער, ווייל גדול המחטיאו יותר מההרגו''.

כמובן, די ווערטער זענען נישט פונקטליך, אבער עכ''פ בערך אזוי.

בדרך אגב, ס'הייסט, וכן שמעתי כמ''פ, אז אין די בראשית יארן, פלעגט ער נישט גיין צום בחירות (אדער אריינווארפן א ליידיג צעטיל), איז דא א קראנטער מקור דערויף????
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך מארטש 21, 2012 6:19 pm

ס'זעהט אויס אז פאר יעדן גוטן איד איז דא אוועקגעלייגט אפאר אחרי מות - קדושים - אמור מעשיות...
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך מארטש 21, 2012 7:36 pm

רב שוטה, דאס איז געווען א דבר ידוע בחיים חיותו, בצעירותו האט ער אנגעהערט צו די קנאי'שע קרייזן, און לויט מאנכע אפילו געשריבן מאמרים אין "חומתנו" די דאמאלסדיגע נטו"ק גליון.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 21, 2012 7:39 pm

מי חכם האט געשריבן:רב שוטה, דאס איז געווען א דבר ידוע בחיים חיותו, בצעירותו האט ער אנגעהערט צו די קנאי'שע קרייזן, און לויט מאנכע אפילו געשריבן מאמרים אין "חומתנו" די דאמאלסדיגע נטו"ק גליון.

האב איך מורא אז יענע זענען זיך טועה מיט הגרי"מ שעכטער שכתב בהחומה מאמרים חריפים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מארטש 21, 2012 7:42 pm

מי חכם האט געשריבן:רב שוטה, דאס איז געווען א דבר ידוע בחיים חיותו, בצעירותו האט ער אנגעהערט צו די קנאי'שע קרייזן, און לויט מאנכע אפילו געשריבן מאמרים אין "חומתנו" די דאמאלסדיגע נטו"ק גליון.

״אום אני חומה״ האט עס דאן געהייסן.
איבער די אינפא, וואלט איך געגליכן א מקור.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 21, 2012 7:46 pm

שטארק זיך, דער נאמען און די נעמען פון די רעדאקטארן האבן זיך געביטן כסדר צוליעב פארשטענדליכע סיבות.

יש תחת ידי איין באנד פון תשי"ז ס'הייסט דאן משמרת חומתינו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך מארטש 21, 2012 8:04 pm

ליתר דיוק, איך האב עס געהערט לאנג צוריק און איך געדענק נישט פון וועמען, און איך מיין אז מען רעדט ענדערש פון אן איינמאליגער מאמר נישט קיין קביעותדיקער. דער ענין איז סייווי נישט ניתן לבירור ווייל די כותבים דארטן בכלל - און בוודאי ער - האבן געשריבן מיט פען נעמען, סאו עס דארף אפיר קומען איימיצער פון די רעדאקטארן וואס זאל קענען מעיד זיין בבירור, סאו דערפאר האב איך געשריבן "לויט מאנכע". און ווער עס וויל נישט גלייבן הציל עצמו מכלל פיל"ד.

און דאס איו שוין חוץ פון דעם אז אויף רב קוק דערציילט מען נישט אז ער האט געשריבן אין החומה... ווי אויך דער בריוו איבער די בחירות ווייזט אביסל מיט וועמען ער האט זיך געדרייט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 1:07 am

נאט אייך א שטיקל צייטונג פון תשל"ו
(א פרייע צינסטישער צייטונג מעריב)
קיקט וויפיל ער האט פארשטאנען און הבלי עוה"ז
צוגעלייגטע
א ויזניצע מעיישה.jpg
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גרויסע-גדולה, מ.ד.יארמיש און 8 געסט