קרעמער האט געשריבן:איך האב געפרעגט מיין דיין שליט"א אויב ביי בדיקת חמץ זוכט מען כזיתים אדער ברעקלעך, און ער האט מיר געזאגט אז מען זוכט ברעקלעך.
איך האב זיך יעצט דערמאנט אז עס איז שוין אמאל געווארן אויסגעשמועסט וועגן בודק זיין פאר ברעקלעך זעט דא
viewtopic.php?p=330159#p330159---
הרב מלאכי, איר פרעגט בעיקר ווי איך פארשטיי אויף די וואס זייערע עלטערן האבן נישט געקענט צוקומען צו פיש צו זיי מעגן משנה זיין ווייל זיי קענען שוין יא, איז באמת איך בין נישט דער גרויסער מלקט און פארשטייער צו חומרות און מנהגים, נאר אזויפיל ווען איך האב געלערנט הל' פסח אין כולל, האבן אונז פראבירט צו ארויסנעמען יעדע חומרא ווי עס ווערט דערמאנט, וכו', און די ידיעה קען איך פראבירן מיטיילן, אבער אנדערע מנהגים וואס זענען געווארן נאך די שפעטערע אחרונים, וואס איז צומאל נישט קלאר אויסגעשמועסט געווארן, און הערשט א אומקלארקייט דערין, איז באמת זייער שווער אריין צו רעדן, און אסאך מאל קען די צומישעניש זיין א גורם פאר נאך חומרות.
איך וועל דיר זאגן וויזוי עס איז מיר אויסגעקומען, איך גיי אבער איבערפרעגן א מורא הוראה דערוועגן צו זיין דערין אביסל קלארער, איז אזוי לאמיר צוטיילן די חומרות אין דריי סיגים, א) איז אזאך וואס איז געווען א חשש דערויף, און מען האט זיך געקענט אן עצה געבן נישט צו צוקומען צו דעם חשש (למשל פיש באקוקן, ציקער אויפקאכן אדער הכשר), ב) אזאך וואס האט געהאט א חשש און מען האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן דערמיט, און יעצט איז נישטא די חשש (למשל אויל), ג) אזאך וואס איז אמאל בכלל נישט געווען, ממילא ווייסן מיר נישט צו עס האט בכלל א חשש צו נישט (למשל אוועקאדא).
איז אזוי, חומרא א' איז בפשטות מותר נאך זיך אן עצה געבן דערמיט, חומרא ב' איז דא פוסקים וואס זעען נישט קיין פראבלעם צו מקיל זיין, ווייל סוכ"ס איז מער נישט דא די חששות היינט, אבער לאידך גיסא איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל נאך אנהאלטן דעם חומרא, לכאורה מטעם ווייל איינמאל עס איז געווען אזא חשש, קען מען קיינמאל נישט וויסן צו עס וועט נישט נאכאמאל זיין די זעלבע חשש, איז מען מחמיר, און ממילא דארף מען פרעגן א שאלת חכם ווען עס איז נוגע, חומרא ג' בפשטות האט מען אנגענומען צו מחמיר זיין דערויף, פשוט אלץ חסרון ידיעה, חוץ אויב מען פרעגט א מורא הוראה און ער פסק'נט דיר אנדערש.
יעצט למעשה היות די האסט אזויפיל מאל איבערגעפרעגט וועגן סעלמאן האב איך געפרעגט פון א גאר חשוב'ן מורה הוראה דערוועגן (אז די ווילסט וויסן די נאמען פרעג אין אישי), האט ער מיר אויך אזוי געענטפערט, אז למעשה פיש איז פיש, און די פראבלעם איז נישט געווען מיט די מין פיש אדער יענע מין פיש, נאר בכלל אויף פיש, און היות אונזערע עלטערן האבן געגעסן פיש וואס מען האט געזען לעבעדיג איז נישט קיין חילוק וועלכע מין, ווייל דא איז נישט פשט אז די טעם האיסור איז אוועקגעפאלן, נאר אפילו עס וואלט נאך אלץ געווען דער חשש, אבער מען האט זיך אייביג געקענט אן עצה געבן מיט דעם חשש, און דאס טוט מען ווייטער, משא"כ אווקאדא, האבן אונזערע עלטערן נישט געהאט, און אונז קענען נישט זאגן וואס זיי וואלטן געטון, ממילא עסט מען עס נישט.
האסטו יעצט פריש געפרעגט וועגן די וואס די עלטערן האבן נישט געגעסן קיין פיש צוליב דעם ווייל עס איז נישט געווען אין זייער געגנט, יעצט, פרעגסטו בעצם פון די ראנג מענטש..... ווייל אין הלכה געדענק איך נישט א ענליכע מציאות צו קענען דאס מדמה זיין, און ווייטער חומרות און מנהגים פון גאנץ כלל ישראל קען איך נישט, אבער איך קען דיר זאגן וואס איך טראכט, איך קען הערן א צד להיתר ווייל למעשה זייערע עלטערן האבן געהאט די עצה פון באקוקן דעם פיש ווען עס האט נאך געלעבט, נאר נישט געקענט אויספירן מכח אל הפועל ווייל זיי זענען געווען ווייט פון וואסער, און פון צווייטן זייט, קען איך אבער אויך הערן א צד להחמיר, ווייל סוכ"ס וויבאלד זיי האבן נישט געקענט אנקומען צו לעבעדיגע פיש, האבן זיי אנגענומען א נייע חומרא מער נישט צו עסן פיש אין פסח, והא ראיה אז עס איז אזוי, ווייל אפי' שפעטער ווען זיי האבן שוין יא געקענט באקוקן די פיש, האבן זיי עס נאכאלץ נישט געגעסן.... דאס איז אבער זיכער כדאי אז איינער וואס קומט פון אזא שטוב, און וויל יא עסן פיש, און א מורא הוראה פסק'נט אים אז ער מעג עסן, אז ער זאל זיך מתיר נדר זיין.
אגב, פון ווי נעמסטו אז 4-500 יאר צוריק האט מען נישט געגעסן צוקר וואס מען האט אכטונג געגעבן אז מען זאל נישט אויסמישן מעל, אדער נאכן אויפקאכן און דורכזייען? מען זעט אז זיי האבן נישט געגעסן פלעין צוקער וואס האט נישט געהאט קיין הכשר, ווייל ווי זיי שרייבן האט עס געהאט א פארקערטן הכשר (בדרך בדיחותא) אז זיי האבן קלאר געוויסט אז עס איז אויסגעמישט מעל, אבער אויב האבן זיי קלאר געוויסט אז עס איז נישט אויסגעמישט, שטייט דארט אז זיי האבן עס יא געגעסן (אויף אחרון של פסח, דווקא?).
---
אנטשולדיגט פארן פארשפעטיגן מיט מין תשובה אזוי לאנג, אבער..... איך האב ממש נישט געהאט קיין צייט זיך צו מצמצם זיין און אראפשרייבן ביז יעצט.