'די צייטונג' אינגאנצן איבערגעפרישט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שטייסטענישט
- שר האלפיים
- תגובות: 2351
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
- לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
ליינער האט געשריבן:ער האט אנגעפאנגען צו ווידמען 2 בלעטער פאר קאלערדיגע אידישע בילדער
פארפאלן די צייטונג האט עפעס וואס דער בלאט און דער איד האבן נישט, ער קאווערט יעדן די וואך ביידע סאטמאר, באבוב, בעלז
און אלעס אזוי שיין און איידל - און אין בלויז 2 זייטן צום באוואודערן!
ווי זאגט דאס ווערטל "שרייבן דארף מען קענען."
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
אפשר קאן איינער באוויליגן צו אפלאודן דעם ערשטן זייטל? איך קען נישט אריין פון מיין
אזשעניצע
אזשעניצע
__________________________________
This signature was intentionally left blank

- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
איך כאפ אינגאנצן נישט וואס דא טיצעך, געהערט נאך די צייטונג פאר אלבערט פריעדמאן? אויב יא, דאן ווער שטייט אונטער די טוישונגען יעדע פאר וואכן? אויב נישט, פאר וועמען געהערט דאס, און ווער טרייט דא עפעס צו מאכן מיט דעם. און אויב נישט, ארבעט ער נאך דארט, אין וועלכן קאפאציטעט? אלס רעדאקטאר, מענעדשער, שרייבער?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
- האלץ האקער
- שר האלף
- תגובות: 1301
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
- לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט
יקוםפרקן האט געשריבן:ליינער האט געשריבן:ער האט אנגעפאנגען צו ווידמען 2 בלעטער פאר קאלערדיגע אידישע בילדער
פארפאלן די צייטונג האט עפעס וואס דער בלאט און דער איד האבן נישט, ער קאווערט יעדן די וואך ביידע סאטמאר, באבוב, בעלז
און אלעס אזוי שיין און איידל - און אין בלויז 2 זייטן צום באוואודערן!
ווי זאגט דאס ווערטל "שרייבן דארף מען קענען."
איך מיין אז דעס וועט עם נאר פארטרייבן מענטשן יעדער וויל נאר זען זיינס ער וועט ענדערש נישט זעען פין זיין זייט ווי איידער צי זען פונעם אנדערן
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view

- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
מיינסט צו זאגן בהמות, איא?
געווענליך מענטשן קענען פארדייען נייעס פון אנדערע

kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
שנאפס האט געשריבן:מיינסט צו זאגן בהמות, איא?
געווענליך מענטשן קענען פארדייען נייעס פון אנדערע
אביסל צו א שארפער פליטת הקולמוס, לאמיר עס אנדערש זאגן.
די וועלכע ווילן נאר זען און הערן זיין צד, די האבן מן הסתם קיינמאל נישט געקויפט די צייטונג, וועלכער איז אלס געווען מער ליבעראל (אפען) ווי די אנדערע אויסגאבעס.
- האלץ האקער
- שר האלף
- תגובות: 1301
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
- לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט
אפשר איז דיין גדר בעסער אבער איך וואלט ציגעלייגט אז זיי האבן שוין לאנג צוריק אויפגעהערט צי קויפן די נייעס באריכט אבער ס'קען זיין אז די מענטשן (עכ"פ אזוי קיקן זיי אויס...) ווען די שרייבסט איז איין זאך אבער בילדער איז מער ממילא קען זיין אז ס'גייט פארטרייבן נאך פון די אזוי געריפענע מענטשן
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 320
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 12:32 pm
- פארבינד זיך:
כ'האב היינט איבערגעבליקט. מיך מאכט נערוועז די נייעס אויסלאגע. עס זעט אויס די שורות זייער צושפרייט און שיטער. מעגליך אז ער וויל שפארן אויף שרייבערס. בכלל איז עס מצטמק והולך, און אין די עיקר צייטונג די ערשטע בלעטער איז בלויז נייעס פון די אידישע וועלט. כ'האב נישט געזען קיין אנדערע נייעס.
מ'האט געזאגט אז מען וויל הערן, זאג איך.
מ'האט געזאגט אז מען וויל הערן, זאג איך.
אז דו פאלסט אריין אין מיין בלאג, און האסט הנאה, קענסטו מיך באלוינען מיט שטיצן די אדווערטייזערס אויף'ן בלאג.
- חייקל
- שר חמש מאות
- תגובות: 627
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
- לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!
"די צייטונג" רעאגירט - וואס מיר זאגן!
כ'האב אריינגעשיט מיינע הערות פריער אין דעם אשכול מיט א לינק אהער אין קרעטשמע צום חשוב'ן רעדאקטער שיחי',
וועלכער האט זיך גענומען די מיה און מיר צוריק געשריבן אנטווארט, דער תוכן פון זיין תשובה (איבערגעזעצט):
א דאנק פאר'ן אריינשיקן די הערות - ווייל איך נעם נישט אנטייל אין פורמס וכדומה, אבער איך אפרישיעיט יעדע פידבעק.
דאס איז די אייגענארטיגקייט פון די צייטונג במשך די העכער 20 יאר פון איר עקזיסטענץ צו רעספעקטירן און זיך רעכענען מיט די געטרייע ליינער, מיר גלויבן אז אינטעליגענטע דיסקאשענס גייט 2 וועגן, און דער ציהל איז צו סערווירן די ליינער און זיי גיבן וואס זיי ווילן זעהן.
און מענטשן ווייסן טאקע אז מען קען מיך אנרופען און איך רופט שטענדיג צוריק, און מיר באקומען גאר אסאך הערות פערזענליך, דורכ'ן טעל. פאקס און אימעיל.
ומכל מלמדי השכלתי.
(אונטערגעשריבן)

נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
יא, עס איז אמת און פאר מיר איז דאס א מעלה מער ווי פילע מעלות וואס א צייטונג קען האבן, נעמליך, זיך רעכענען מיט די ליינער!!
און בנוגע וואס בעטן אז מ'זאל לייגן מער בילדער, קען זיין אז א טייל ווילן דאס, אבער איך בין דווקא פון די וואס אינטערעסירט מיר גאר קנאפ בילדער פון חסידישע הויפן, אפשר אזא איידיע ווי דער בלאט האט געמאכט, וואס האט אביסל חסידישע בילדער און רוב וועלטליכע בילדער איז פאר מיר אינטערעסאנט, אבער בכלל נישט קיין מוז, און וועל ענדערש קוקן אויפן תוכן פון די ארטיקלען בכלליות.
נאך א זאך אויב מ'האלט שוין די פענע איבער 'די צייטונג'. איך האלט אז זיי האבן צופיל השקפה ארטיקלען וואס איך האלט נישט אז השקפה איז אזאנס וואס דארף גענומען ווערן פון צייטונגען, און מיר איז עס בלויז ארויסגעווארפענע פאפיר...
יישר כח פארן זיך רעכענען מיט מיינע געדאנקען.

- שמעק_טאביק
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am
אךשמח האט געשריבן:נאך א זאך אויב מ'האלט שוין די פענע איבער 'די צייטונג'. איך האלט אז זיי האבן צופיל השקפה ארטיקלען וואס איך האלט נישט אז השקפה איז אזאנס וואס דארף גענומען ווערן פון צייטונגען, און מיר איז עס בלויז ארויסגעווארפענע פאפיר...
יישר כח פארן זיך רעכענען מיט מיינע געדאנקען.
איך שטים מיט מיט דיינע ווערטער. איך בין שוין מאוס ונמאס, צב"ש, צו לייענען די "ליבשאפט/ חינוך" ארטיקלען וואך איין וואך אויס. שוין יארן וואס דער שרייבער (א. שרייבער?) קייעט איבער די זעלבע תורות. איך גיי אפילו נישט אריין דא צו יא גערעכט אדער נישט, אבער יעדע זאך האט א שיעור.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
- שמעק_טאביק
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am
איך לייג גרויס האפענונג אויף די שינויים און כ'ציטער געפערליך אויב זיי וועלן איין טאג אפמאכן צו נעמען דעם דרך אין וואס אנדערע היימישע צייטונגען זענען געגאנגען און אראפגיין אויף א נידריגערע לעוועל.
עס איז שוין דאכט זיך דא אויסגעשמועסט געווארן איבער דעם פראבלעם וואס א געוויסער צייטונג האט עס אנגעהויבן און פירט נאך אלס דעם היימישן עולם, מיט דעם וואס זיי זענען אויף א גאר שוואכער שטאפל און האלטן דעם עולם אלס א באנדע בטלנים.
איך וויל נישט אריינגיין דערין, ווייל אין דעם פורום קען דאס זיין אסור ערגער ווי חזיר, אבער ווי עס זעט אויס טוט דאס גאר שטארק בעקפייערן. און טאקע מעגליך אז נישט יעדער זעט עס, אבער אלס איינער וואס האט עקספיריענט אין דעם עדווערטייזינג פעלד און הערט וואס געשעפטסלייט רעדן זיך אפ איבער דעם ענין פון עדווערטייזן אין היימישע בלעטער, זעט מען אז ס'דא גאנץ ווינציג היימישע אידן וואס ליינען נאך די צייטונגען.
כאפט מיר נישט ביים ווארט, און אוודאי וועט מען אנווייזן אז אויך די ניו יארק טיימס און פילע אנדערע פארלירן קונים און אויך זענען דא וואס האבן שוין לאנג פארמאכט צוליב דעם וואס מען ליינט אויף אנדערע מקומות, אבער ביים היימישן עולם וואלט עס נאך אלס געדארפט אנהאלטן און וואקסן אויף א גאר שטארקען פארנעם, ווייל נאך אלעס געבן די היימישע צייטונגען פארשידנס וואס מען האט נישט תמיד אויפן אינטערנעט.
עניוועי, איך האק אפ אינמיטן און וועל אפשר ממשיך זיין שפעטער אויב כ'וועל האבן געדולד........