ר' יהושע פריינד-קרוב ז"ל מקראלי - ה’ ניסן תר”ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

בן הרחמן שרייבט
איך האב אויך געזעהן דעם רעקארד א שטיקל צייט צוריק, און לפי זכרוני איז מיר דאן קלאר געווען אז מען רעדט טאקע פון ר' משה ארי' דער רה"ק פון סיגוט.
דאכט זיך אז עס שטייט דארט ארויס קלאר אז ער וואוינט אין סיגוט נאר ער איז געבוירן אין קראלי.
די זיווג שני מרת שרה רחל (לפי הנדפס בברית משה, איך געדענק נישט וואס שטייט אויפן רעקארד רבקה צי ROZA) איז געווען א טאכטער פון הרה"ח ר' ישראל חיים וויינשטאק ז"ל אביו של הרה"ח ר' יצחק יונה וויינשטאק ז"ל חותנו של הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע.
קומט אויס אז בזייוג שני איז ר' משה ארי' פריינד געווען א פעטער פאר הרה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, איך ווייס נאר נישט ווילאנג זיי האבן געלעבט אינאיינעם, און ווי די זיווג שני ליגט, צי אין קלייננוארדיין אדער אין סיגוט.
לויט ווי עס קומט מיר אויס איז איר ערשטע מאן אויך געווען א וויינשטאק לכאורה א קרוב משפחה פאר איר, ווייל אינעם ברית משה שרייבט ער אז זיין שווער איז געווען אן אייניקל פון פני יושע, און די גאנצע וויינשטאק משפחה ובתוכם משפחת חותנו של ר' ישעי'לע זענען זיך טאקע אלע מתייחס נאכן פני יהושע.

יעצט זאג מיר הערצע.
ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט פארוואס ס'איז דיר דעמאלט אזוי אויסגעקומען קלאר אז מ'רעדט פון דעם ר' משה ארי'.

לאמיך עס צולייגן, דער ברית משה איז געווען א איידעם ביי ר' דוד יעקב וויינשטאק פון טרין גדול דאס איז א דערפעלע הארט נעבן אוהעל, זיין שוויגער האט געהייסן שרה רחל, דער ברית משה שרייבט אויף זיין שווער אז ער איז נין ונכד להפני יושע, און אויף זיין שוויגער אז זי איז אויך פון א משפחה מיוחסת.
דערנאך שרייבט ער אז זיין שוויגער שרה רחל האט חתונה געהאט נאך זיין שווער'ס פטירה צו ר' משה ארי' פריינד פון סיגוט.

יעצט לפי דבריך, אז די אויבנדערמאנטע רעקארד איז פונעם זעלבן ר' משה ארי', שטייט דארט אין רעקארד אז ר' משה ארי' פריינד וואס איז געבוירן אין קראלי, [ער איז אין יאר תרמ"ח אלט 61 יאר, לויט דעם קומט אויס איז ער געבוירן אין יאר תקפ"ז, איינער ווייסט אויב ס'שטימט?], האט חתונה געהאט צו ראזא וויינשטאק [דאס דארף מיינען שרה רחל], בת ר' ישראל חיים ופיגא און זי איז געבוירן אין קערעסטור.
קומט אויס אויב איז זי געווען זיווג ראשון פון ברית משה'ס שווער דהיינו ר' דוד יעקב הנ"ל, איז זי געווען א פירסט קאזין פאר איר מאן. דעמאלט איז זייער שווער וואס דער ברית משה שרייבט די יחוס פון דעם פארל אינגאנצן אנדערש. אויפן שווער נין ונכד להפנ"י, און אויפן שוויגער גם היא ממשפחה מיוחסת.

אמת, אריינקוקנדיג יעצט אינדעם רעקארד נאכאמאל, קוקט זייער אויס אז מ'רעדט טאקע פון אים, איך זע יעצט זיין טאטעס נאמען יהושע, זיין מאמע יוטל, ער קומט פון קראלי, ס'שטייט משה ארי' פריינד. אבער זי איז נישט געווען בזיוו"ר די ווייב פון ר' דוד יעקב.

עניוועי די רעקארד דארף מען עס אויסארבעטן. ס'קען זיין אז דאס איז שוין זיווג שלישי פון ר' משה ארי'?

איך לייג ארויף א בילד פונעם דאקומענט. ס'איז אבער זייער אומקלאר.
אטעטשמענטס
Picture 005.jpg
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

דאס איז אמאהל זיכער אז ר' משה ארי' מסיגוט איז געבוירן אין קראלי, ווייל ער איז דאך א זוהן פון ר' יושע קראלע'ר
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

גיימיר גיין ווייטער אויפן סדר, נו, וואו האלט מיר ? אה ביי די קינדער פון ר' משה ארי' אות ה', אן איידעם ר' יצחק מאיר פריינד
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

ר' יצחק מאיר פריינד ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט
זוגתו מרת חנה מלכה ע"ה בת מו"ה ר' משה הכהן ז"ל, נפטרה ר"ח אב תרמ"ו

ה. בתו מרת ניסל לאה ע"ה
בעלה בזוו"ר ש"ב הרה"ח ר' יצחק מאיר פריינד ז"ל בן דודה הג"ר טובי' גדלי' ז"ל מקראלי, ובזוו"ש נשא להרה"ח ר' משה פאשקעס ז"ל מסאטמאר.

א. בנו הרה"ח ר' חיים פריינד ז"ל הי"ד
זוגתו מרת בלומא ע"ה הי"ד בת הרה"ח ר' יושע מאשקאוויטש ז"ל, הם נעקד"ה י' סיון תש"ד.
ב. בנו הרה"ח ר' יהושע פריינד ז"ל מהוניאד
ג. בתו מרת שיינדל ע"ה

נפטרה ט"ו סיון תרצ"ו, אשת הרה"ח ר' מנחם (ב"ר שמעון) גאטליב ז"ל מהאלמיין, נפטר ז' אלול תש"ג

ר' משה פאשקעס מ'סאטמאר ע"ה

ד. בנו הרה"ח המפורסם ר' יודא לייב פאשקעס ז"ל הי"ד
זוגתו מרת בלומא מלכה ע"ה בת דודו הרה"ח ר' יצחק זאב (איטשע) ברעטלער ז"ל.
ה. בנו הרה"ח ר' אליעזר פאשקעס ז"ל
זוגתו מרת חנה ע"ה בת הרה"ח המפורסם ר' בנימין (ב"ר חיים צבי) פערלשטיין ממונקאטש.
ו. בתו מרת גיטל ע"ה
אשת הרה"ח ר' עמרם יודא גרינוואלד ז"ל מטשארנא.
ז. בתו מרת חנה מלכה ע"ה
אשת ש"ב הרה"ח ר' יעקב אשר אנשיל פריינד ז"ל הי"ד מסאטמאר
ח. בתו מרת רייזל ע"ה
אשת הרה"ח ר' שאול יחזקאל הענדלער ז"ל מסאטמאר.
ט. בתו מרת פייגא ע"ה הי"ד
אשת הרה"ח ר' טובי' גדלי' (ב"ר ישראל ב"ר וואלף) פליישמאן ז"ל מקליינווארדיין.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

ר' יצחק פריינד מ'סיגוט ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט
זוגתו מרת חנה מלכה ע"ה בת מו"ה ר' משה הכהן ז"ל, נפטרה ר"ח אב תרמ"ו

ו. בנו הרה"ח ר' יצחק פריינד ז"ל מסיגוט
זוגתו מרת סאשא ע"ה בת הרה"ח ר' אברהם אבראמאוויטש ז"ל מבארדיוב.

א. בנו הרה"ח ר' זלמן לייב פריינד ז"ל מסאטמאר
זוגתו מרת יכט ע"ה בת הרה"ח ר' יהושע פליישמאן ז"ל
ב. בתו מרת פייגא ע"ה
אשת הרה"ח ר' אברהם שלום ירוחם פריעדמאן ז"ל.
ג. בתו מרת שיינדל ע"ה הי"ד
אשת הרה"ח ר קלמן לייביש מייזעלס ז"ל הי"ד מסאטמאר, נעקד"ה י' סיון תש"ד.
ד. בנו הרה"ח ר' חיים נתן פריינד ז"ל מסיגוט
ה. בנו הרה"ח ר' טובי' גדלי' פריינד ז"ל מסאטמאר
זוגתו מרת חנה בת ש"ב הרה"ח ר' וואלף פליישמאן ז"ל מסאטמאר.
ו. בנו הרה"ח ר' יהושע פריינד ז"ל
זוגתו מרת רעכיל ע"ה בת דודו הרה"ח ר' רפאל פריינד ז"ל ממיהאפאלווא.
ז. בתו מרת חנה מלכה ע"ה
אשת הרה"ח ר' יעקב צבי פריעדמאן ז"ל בן הגה"צ מראחוב בעמח"ס ליקוטי מהרי"ח.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

ר' יעקב יהודא הכהן גליק ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט
זוגתו מרת חנה מלכה ע"ה בת מו"ה ר' משה הכהן ז"ל, נפטרה ר"ח אב תרמ"ו

ז. בתו מרת פראדל ע"ה
נפטרה ח' אלול תרס"ו, ומנו"כ בסיגוט, אשת הרה"ח ר' יעקב יהודא הכהן גליק ז"ל, נפטר ח"י סיון תרצ"ה, ומנו"כ בסיגוט.

א. בנו הרה"ח ר' יהושע צבי גליק ז"ל מסיגוט
זוגתו מרת חיינה ע"ה.
ב. בנו הרה"ח ר' אברהם חיים גליק ז"ל הי"ד ממארגערעטן
נעקד"ה ג' סיון תש"ד, זוגתו ש"ב מרת אסתר ע"ה בת הרה"ח ר' זאב וואלף פליישמאן ז"ל, נפטרה י"ג טבת ת"ש.
ג. בנו הרה"ח ר' טובי' גדלי' גליק ז"ל מברעזנא
זוגתו מרת רחל ע"ה לבית הענדלער.
ד. בנו הרה"ח ר' שלמה הלל זלמן גליק ז"ל הי"ד מנירעדהאז
זוגתו מרת טילא ע"ה בת הרה"ח ר' יודא יאקאבאוויטש ז"ל.
ה. בנו הרה"ח ר' שלום גליק ז"ל
ו. בנו הרה"ח ר' יצחק גליק ז"ל
ז. בתו מרת חוה ע"ה

אשת הרה"ג ר' שמעי' לעוו ז"ל (ב"ר אשר זעליג ב"ר מרדכי יודא אבד"ק אינטערדאם).
ח. בתו מרת חנה מלכה ע"ה
אשת הרה"ח ר' אלכסנדר ווירצבערגער ז"ל.
ט. בתו ? ע"ה
אשת הרה"ח ר' יוסף ציממערמאן ז"ל
י. בתו מרת אסתר רויזא ע"ה
אשת הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער ז"ל
יא. בתו מרת יטל ע"ה הי"ד
נעקד"ה כ"ב סיון תש"ד, אשת הרה"ח ר' אלעזר ליפמאן ווייס ז"ל, נפטר כ"ה טבת תש"ה.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

ר' שלום פריינד ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט
זוגתו מרת חנה מלכה ע"ה בת מו"ה ר' משה הכהן ז"ל, נפטרה ר"ח אב תרמ"ו

ח. בנו הרה"ח ר' שלום פריינד ז"ל
נפטר ח"י שבט תש"ג.

א. בתו מרת יוכבד ע"ה
אשת הרה"ח ר' מרדכי ארי' מאשקאוויטש ז"ל מקאנאדא
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

ר' שלום שטיין ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט
זוגתו מרת חנה מלכה ע"ה בת מו"ה ר' משה הכהן ז"ל, נפטרה ר"ח אב תרמ"ו

י. בתו מרת רבקה ע"ה
נפטרה באם הדרך לאוישוויץ ו' תמוז תש"ד, אשת הרה"ח ר' שלום שטיין ז"ל מפעסט

א. בנו הרה"ח ר' צבי שטיין ז"ל
מנו"כ בירושלים בהר המנוחות
ב. בתו מרת פייגא ע"ה הי"ד
אשת הרה"ח ר' ישראל סטרולאוויטש ז"ל הי"ד מנירבאטור.
ג. בתו מרת הינדא לאה ע"ה
אשת הרה"ח ר' טובי' צבי גראס ז"ל
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

זעמיר פארטיג געווארן דא מיט די אייניקלעך פון ר' משה ארי'. ווער עס האט צו מגיה זיין איז וועלקאם.

האביך אין באזיץ אויך די איר אייניקלעך פון ר' משה ארי' דאס הייסט די קינדער פון דעי אלע אויבערדערמאנטע, ועוד חזון למועד.
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

שמן למאור האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט
זוגתו מרת חנה מלכה ע"ה בת מו"ה ר' משה הכהן ז"ל, נפטרה ר"ח אב תרמ"ו

ו. בנו הרה"ח ר' יצחק פריינד ז"ל מסיגוט
זוגתו מרת סאשא ע"ה בת הרה"ח ר' אברהם אבראמאוויטש ז"ל מבארדיוב.

ד. בנו הרה"ח ר' חיים נתן פריינד ז"ל מסיגוט

בנו הרה"ח ר' יהושע פריינד ע"ה מסיגוט-אנטווערפן אביו של האחים ר'יצחק פינחס מבארא פארק ור' משה ארי' מלאנדאן
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט

לפי הידיעה איז ער געווען נאר פרנס העיר וראש החברה קדישא נישט ראה"ק
דער ראה"ק איז געווען ר' נפתלי האלפרין
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

א גרויסן יישר כח הרב ר' שמן פארן באלייכטן אינזער אשכול
וואס איז געווען איינע פון די סיבות פארן עפענען די אשכול
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

סיגוט האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט

לפי הידיעה איז ער געווען נאר פרנס העיר וראש החברה קדישא נישט ראה"ק
דער ראה"ק איז געווען ר' נפתלי האלפרין

מקור ?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ווילוויסן האט געשריבן:בן הרחמן שרייבט
איך האב אויך געזעהן דעם רעקארד א שטיקל צייט צוריק, און לפי זכרוני איז מיר דאן קלאר געווען אז מען רעדט טאקע פון ר' משה ארי' דער רה"ק פון סיגוט.
דאכט זיך אז עס שטייט דארט ארויס קלאר אז ער וואוינט אין סיגוט נאר ער איז געבוירן אין קראלי.
די זיווג שני מרת שרה רחל (לפי הנדפס בברית משה, איך געדענק נישט וואס שטייט אויפן רעקארד רבקה צי ROZA) איז געווען א טאכטער פון הרה"ח ר' ישראל חיים וויינשטאק ז"ל אביו של הרה"ח ר' יצחק יונה וויינשטאק ז"ל חותנו של הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע.
קומט אויס אז בזייוג שני איז ר' משה ארי' פריינד געווען א פעטער פאר הרה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, איך ווייס נאר נישט ווילאנג זיי האבן געלעבט אינאיינעם, און ווי די זיווג שני ליגט, צי אין קלייננוארדיין אדער אין סיגוט.
לויט ווי עס קומט מיר אויס איז איר ערשטע מאן אויך געווען א וויינשטאק לכאורה א קרוב משפחה פאר איר, ווייל אינעם ברית משה שרייבט ער אז זיין שווער איז געווען אן אייניקל פון פני יושע, און די גאנצע וויינשטאק משפחה ובתוכם משפחת חותנו של ר' ישעי'לע זענען זיך טאקע אלע מתייחס נאכן פני יהושע.

יעצט זאג מיר הערצע.
ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט פארוואס ס'איז דיר דעמאלט אזוי אויסגעקומען קלאר אז מ'רעדט פון דעם ר' משה ארי'.

לאמיך עס צולייגן, דער ברית משה איז געווען א איידעם ביי ר' דוד יעקב וויינשטאק פון טרין גדול דאס איז א דערפעלע הארט נעבן אוהעל, זיין שוויגער האט געהייסן שרה רחל, דער ברית משה שרייבט אויף זיין שווער אז ער איז נין ונכד להפני יושע, און אויף זיין שוויגער אז זי איז אויך פון א משפחה מיוחסת.
דערנאך שרייבט ער אז זיין שוויגער שרה רחל האט חתונה געהאט נאך זיין שווער'ס פטירה צו ר' משה ארי' פריינד פון סיגוט.

יעצט לפי דבריך, אז די אויבנדערמאנטע רעקארד איז פונעם זעלבן ר' משה ארי', שטייט דארט אין רעקארד אז ר' משה ארי' פריינד וואס איז געבוירן אין קראלי, [ער איז אין יאר תרמ"ח אלט 61 יאר, לויט דעם קומט אויס איז ער געבוירן אין יאר תקפ"ז, איינער ווייסט אויב ס'שטימט?], האט חתונה געהאט צו ראזא וויינשטאק [דאס דארף מיינען שרה רחל], בת ר' ישראל חיים ופיגא און זי איז געבוירן אין קערעסטור.
קומט אויס אויב איז זי געווען זיווג ראשון פון ברית משה'ס שווער דהיינו ר' דוד יעקב הנ"ל, איז זי געווען א פירסט קאזין פאר איר מאן. דעמאלט איז זייער שווער וואס דער ברית משה שרייבט די יחוס פון דעם פארל אינגאנצן אנדערש. אויפן שווער נין ונכד להפנ"י, און אויפן שוויגער גם היא ממשפחה מיוחסת.

אמת, אריינקוקנדיג יעצט אינדעם רעקארד נאכאמאל, קוקט זייער אויס אז מ'רעדט טאקע פון אים, איך זע יעצט זיין טאטעס נאמען יהושע, זיין מאמע יוטל, ער קומט פון קראלי, ס'שטייט משה ארי' פריינד. אבער זי איז נישט געווען בזיוו"ר די ווייב פון ר' דוד יעקב.

עניוועי די רעקארד דארף מען עס אויסארבעטן. ס'קען זיין אז דאס איז שוין זיווג שלישי פון ר' משה ארי'?

איך ווייס נישט וואס איז אזוי אינטערעסאנט, עס שטייט דאך קלאר ארויס אז ערוואוינט אין סיגוט, זעה די נעקטסטע קאלום נאך די נאמען פון די עלטערן דארט שטייט די שטאט וואו מען וואוינט און עס שטייט דארט קלאר M. SZIGET (דער פולער נאמען פון די שטאט סיגוט איז געווען מארמאראש-סיגוט כזה Máramarossziget [כהיום הייסט דאס אויף רומעניש Sighetu Marmaţiei ] און רוב מאל אין די רעקארדס ווען מען האט נישט געוואלט שרייבן באריכות האט מען נאר געשריבן M. SZIGET).

די יארגאנג פון ר' משה ארי' קען שטימען פארוואס נישט?

איין קשיא וואס דו האסט איז פארוואס דער ברית משה האט נישט געשריבן אויף זיין שוויגער אז זי איז אויך ממשפחת הפני יושע? ואולי זה הי' כוונתו ממשפחת גדולים, אדער אן השערה אז די יחוס צום פני יהושע איז טאקע נישט פאר אלע וויינשטאק'ס, נאר ר' דוד יעקב איז געווען פון זיין מאמעס זייט נכד הפנ"י.

ובנוגע הצד שזהו זיווג שלישי של ר' משה ארי', לא נראה לדעתי, מקודם דאפושי בזיווגי לא מפשינן, ובפרט אז די רעקארד איז אינגאנצן 15-16 חדשים נאך די פרטים פון ר' משה ארי'ס ערשטע זיווג, שזוו"ר שלו נפטרה ר"ח אב תרמ"ו, והרעקארד הנ"ל הוא מחודש OCT 1887 שהוא לכאו' בחודש חשון תרמ"ח, איז נישט מסתבר צו זאגן אז ער האט נאך געהאט אינדערמיט נאך א זיווג.

ממילא אי משום הקושיא שלא הזכיר הברית משה יחוס חותנתו להפנ"י לא נפרך עי"ז תוקף הרעקארד, כנלע"ד.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

בן הרחמן
שאלתי הי' מפני שהי' נראה מדבריך שיש לך ראיות על זה מבחוץ שהרעקארד מדובר ממנה, על כן אמרתי שמעוניין לי הדבר, עכשיו אתה אומר שהרעקארד בעצם היא הראי'. יכול להיות.
ואחרי ככלות הכל, הקושי' מהברית משה היא אמנם חזקה, שכמעט מפורש מדבריו שהיו חמיו וחמותו משתי משפחות לגמרי. אם לא מפורש ממש
לעצט פארראכטן דורך ווילוויסן אום פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

איך קלער אזוי אוואו צו גיין ווייטער מיטן שלשלת היוחסין פון די משפחת פריינד הנכבדה, צו איך זאל אנהייבן מיט די איר אייניקלעך פון ר' משה ארי' עד כדי שידי מגעת, צו איך זאל מיך נעמען צו די אייניקלעך פון ר' טובי' גדלי' וואס דארט האביך נאר געשריבן די קינדער.

די שאלה איז באמת צו דער עולם האלט דערביי זיך צו האלטן אין די ראמען, ס'הייסט אז איך וועל ארויפשמירן דא אלע אייניקלעך פון ר' טובי' גדלי' און דער עולם וועט איינרוען אנע ריקן בענקלעך וכו'
אויב דער עולם איז מסכים, דאן הייב איך שוין אן מיט די עבודה.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

איך בין מסכים,
איך ווארט ביז דו וועסט אנקומען צו מיין באבע
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

שמן למאור האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט

לפי הידיעה איז ער געווען נאר פרנס העיר וראש החברה קדישא נישט ראה"ק
דער ראה"ק איז געווען ר' נפתלי האלפרין

מקור ?

מקור אז ער איז יא געווען ראה"ק?
געהערט פון ידידי נכד הרה"ח ר' משה ארי' אז ער האט אינדערהיים א בריוו וואו ר' משה ארי האט אינטערגעשריבן צוזאמען מיט ר' נפתלי האלפרין וואו ר' נפתלי חתמ'ט זיך אינטער ראה"ק
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

סיגוט; קען זיין ער איז נאר געווען סגן ראה"ק בחיי ר' נפתלי האלפערין, און נאכדעם איז ער געווארן ראש הקהל.
מיין מקור איז פון די מעשה וואס ווערט געברענגט בכמה ספרים ובפרט בספר גדולת יהושע, אז די סיבה פון מאכן א פענסטער צווישן ר' משה ארי' און דעם ייטב לב, (אפילו דער ייטב לב האט געזאגט אז ער זאל ליגן אין זיין אוהל מחמת צווויי אנדערע מעשיות), איז כדי מען זאל נישט קומען זאגן אז א "ראש הקהל" באלאנגט צו ליגן אין איין אוהל מיטן רב.
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

שמן למאור האט געשריבן:סיגוט; קען זיין ער איז נאר געווען סגן ראה"ק בחיי ר' נפתלי האלפערין, און נאכדעם איז ער געווארן ראש הקהל.
מיין מקור איז פון די מעשה וואס ווערט געברענגט בכמה ספרים ובפרט בספר גדולת יהושע, אז די סיבה פון מאכן א פענסטער צווישן ר' משה ארי' און דעם ייטב לב, (אפילו דער ייטב לב האט געזאגט אז ער זאל ליגן אין זיין אוהל מחמת צווויי אנדערע מעשיות), איז כדי מען זאל נישט קומען זאגן אז א "ראש הקהל" באלאנגט צו ליגן אין איין אוהל מיטן רב.

ודם כל ווען איז ר' נפתלי האלפרין אוועק ועוד קוק איבער די פנקס סיגעט וועסטו זעהו אז ער ווערט קיינמאל באטיטעלט מיטן תואר ראה"ק נאר ראש החברה קדישא נאר היות ער איז געווען דער אנדרייער מיינט מען אז ער איז געווען ראה"ק
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שמן למאור האט געשריבן:איך קלער אזוי אוואו צו גיין ווייטער מיטן שלשלת היוחסין פון די משפחת פריינד הנכבדה, צו איך זאל אנהייבן מיט די איר אייניקלעך פון ר' משה ארי' עד כדי שידי מגעת, צו איך זאל מיך נעמען צו די אייניקלעך פון ר' טובי' גדלי' וואס דארט האביך נאר געשריבן די קינדער.

די שאלה איז באמת צו דער עולם האלט דערביי זיך צו האלטן אין די ראמען, ס'הייסט אז איך וועל ארויפשמירן דא אלע אייניקלעך פון ר' טובי' גדלי' און דער עולם וועט איינרוען אנע ריקן בענקלעך וכו'
אויב דער עולם איז מסכים, דאן הייב איך שוין אן מיט די עבודה.

אזוי ווי כ'האב באקומען פיעדבעק אין אישי אנצוגיין ווייטער מיט די עבודה, העמיר אנהייבן מיט די אייניקלעך פון ר' טובי' גדלי' בן ר' יושע קראלע'ר ז"ל
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

ר' יצחק מאיר פריינד ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' טובי' גדלי' פריינד ז"ל
זוגתו מרת יכט ע"ה בת מוה"ר משה צבי עהרענרייך ז"ל, נפטרה ט' תמוז תרנ"א

א. בנו הרה"ח ר' יצחק מאיר פריינד ז"ל
נפטר ל"ע בדמי ימיו י"ז תמוז, זוגתו מרת ניסל לאה ע"ה בת דודו הרה"צ ר' משה ארי' פריינד ז"ל מסיגוט.

נזכר כבר לעיל בתולדות ר' משה ארי'

א. בנו הרה"ח ר' חיים פריינד ז"ל הי"ד
זוגתו מרת בלומא ע"ה הי"ד בת הרה"ח ר' יושע מאשקאוויטש ז"ל, הם נעקד"ה י' סיון תש"ד.
ב. בנו הרה"ח ר' יהושע פריינד ז"ל מהוניאד
ג. בתו מרת שיינדל ע"ה

נפטרה ט"ו סיון תרצ"ו, אשת הרה"ח ר' מנחם (ב"ר שמעון) גאטליב ז"ל מהאלמיין, נפטר ז' אלול תש"ג
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

ר' מרדכי גראס ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' טובי' גדלי' פריינד ז"ל
זוגתו מרת יכט ע"ה בת מוה"ר משה צבי עהרענרייך ז"ל, נפטרה ט' תמוז תרנ"א

ב. בתו מרת שרה גאלדא ע"ה
נפטרה י"ב סיון תר"ס, אשת הרה"ח ר' מרדכי (ב"ר אלחנן שלמה זלמן) גראס ז"ל מקראלי, נפטר בירושלים כ"א אדר תר"פ, ומנו"כ בהר הזיתים .

א. בנו הרה"ח ר' אברהם יהושע גראס ז"ל
נפטר כ"ח אדר תרפ"ט, זוגתו מרת רבקה גנענדיל ע"ה בת הג"ר חיים פריעדלענדער ז"ל מליסקא מח"ס טל חיים והברכה, נפטרה י"ט שבט תש"ב.
ב. בנו הרה"ח ר' אהרן יודא גראס ז"ל מסאטמאר
נפטר שם ט' תמוז תרצ"א, ושם מנו"כ, זוגתו מרת רייזל ע"ה הי"ד, בת הרה"ח ר' עזרא קאלב ז"ל מסאטמאר, נעקד"ה י' סיון תש"ד.
ג. בתו מרת מרים ע"ה הי"ד
אשת ש"ב בת הרה"ח ר' שלום אליעזר גראס ז"ל הי"ד.
ד. בנו הרה"ח ר' טובי' צבי הירש גראס ז"ל מנאנאש
נפטר כ"א אדר תר"פ, זוגתו מרת הינדא לאה ע"ה בת ש"ב הרה"ח ר' שלום שטיין ז"ל, נפטרה על אם הדרך לאוישוויץ, ונקבע היארצייט ו' תמוז.
ה. בתו מרת מלכה ע"ה
נפטרה י"ב טבת תשי"ז, אשת הרה"ח ר' יעקב (ב"ר צבי) הערבסט ז"ל מנאנאש, נפטר ו' ניסן תשכ"א, ומנו"כ בהר המנוחות.
ו. בתו מרת זיסל דבורה ע"ה
נפטרה ט"ו טבת תשי"ד, אשת הרה"ח ר' ישעי' (ב"ר קלונימוס) שווארץ ז"ל מנאנאש, נפטר עיו"כ תרצ"ט.
ז. בתו מרת שיינדל ע"ה הי"ד
אשת הרה"ח ר' אלחנן שלמה זלמן גאלדשטיין ז"ל מטעגלאש
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

שמן למאור האט געשריבן: ג. בתו מרת שיינדל ע"ה
נפטרה ט"ו סיון תרצ"ו, אשת הרה"ח ר' מנחם (ב"ר שמעון) גאטליב ז"ל מהאלמיין, נפטר ז' אלול תש"ג

אייניקל פון סטראפעווער רב?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”