א פארגעסענע מנהג - שוהל קלאפן

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

א פארגעסענע מנהג - שוהל קלאפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ווי באקאנט איז געווען דער אלטער מנהג מקדמת דנא, אויפצואוועקן אידישע קינדערלעך פארטאגס, בשעת דער שמש איז געגאנגען מיט זיין לאמטערנע און געקלאפט אין פענסטער אויפצואוועקן אידישע קינדער לעבודת הבורא. בעיקר איז דער מנהג געווען שטארק איינגעפירט אין די סליחות טעג, ווען די שמשים האבן אויפגעוועקט אידן מיט די התעוררות'דיגע סליחות'דיגע ניגון פון "שטייט אויף צו סליחות, שטייט אויף לעבודת הבורא", יעדע מקום מיט אירע מנהגים און אירע הארציגע מעדאליעס, נהריה נהריה ופשטיה.

עס וואלט געווען א גוטע עצה מצד דעם ציבור, צוזאמענצונעמען און הערן אלעס וואס איר ווייסט איבער דער מנהג ישראל, ווי אזוי דער מנהג איז נולד געווארן, ווען געפינען מיר דעם ערשטן מאל דערמאנען דער מנהג, בכלל - אינטערעסאנטע עפיזאדן און פאקטן ארום דער מנהג, ניגונים וואס מען האט געזינגען, ועוד ועוד.

בפרט יעצט, בהתקרב עלינו ימי הרחמים, ווען רבי'ס אין חדר דערציילן דאס פאר די קינדער ביזן היינטיגן טאג, און די קינדער מאלן דאס אויס, ווי אזוי דער שמש פלעגט גיין פון פענסטער צו פענסטער און קלאפן. לאמיר זיך מער אריינטאן אין די נושא און פראבירן ארויסצונעמען א סך-הכל פון דער מנהג.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

פאריאר האט זיך ארומגעדרייט א שול קלאפן ניגון, געזונגען דורך איינע פון די בעלזע בעלי מנגנים
און באבוב איז ידוע א ניגון פונעם בעל קדושת ציון, וואס איז דא דערין אריינגעלייגט דער פארצייטישע וועקען ניגון (ער האט עס אריינגעלייגט שלא תשתכח)

אבער למען האמת שול קלאפן, און זינגן איז צוויי באזונדערע זאכן
וכידוע אז עס איז געווען א ספעציעלע האמער צו קלאפן, און ווען עס איז געווען א בר מינן אין שטאט האט מען געקלאפט צוויי קלעפ שטאטס דריי קלעפ
ועיין בטעמי המנהגים הטעם
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

און קרית בעלזא און ירושלים פארט ארים א קאר מיט הויעכע ספיקערס די ערשטע טאג סליחות און ערב ר״ה און כמיין אויך ערב יום הקדוש וואס זינגט די ניגון שטייטס אויף צו סליחות... עס ווערט געזינגען דורך ר׳ אייזיק פריעד אבער לעצטנס האט זיך ארים געדרייט די ניגון ווי ר׳ ירמי׳ דמן שליט״א זינגט עס מלא חן מיין איך אז מען צינט אן זיינע... נאכן הערן די ניגון ווער וויל נאך בלייבען שלאפען... 
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אידעלעך
אידעלעך
שטייטס אויף לעבודת הבורא...
מען דערציילט אז דער שטאטס מסור האט זיך אמאהל פארשמעקט כבוד
האט ער פארלאנגט ביים פריץ אז ער וויל א גרעסערע כבוד ווי דער רב
רופט דער פריץ דער ראש הקהל און זאגט אים זיין פארלאנג
זאגט ער פיין
נעקסטער אינדערפרי הערט ער קולות פארטאגס וועקען אים אויף
דער כיבוד וואס מען האט אים געגעבען איז אז דער שוהל קלאפער קומט צו זיין הויז ערשט פאר ער גייט צום רב...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער מנהג האב איך געהערט פון אן אלטען איד אז און זיין שטאט פלעגט דער שמש קלאפען זעקס מאל אויף די טירען פון בית הכנסת, דריי מאל אויף יעדען טיר, ארויסצוטרייבען די נשמות פון דארט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס ליגט מיר אין זכרון אז אין איינער פון די ספרי המנהגים איז דא גאנצענע דינים והנהגות איו וויפיהל קלאפען דער קלאפער דארף צו קלאפען
דרך אגב קומט אפשר פון דעם דער אויסדריק א גאנצע קלאפערגעצייג
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת שירי חזנים »

לייבעלע וואלדמאן אינעם ליד "דער אמאליגער איד" זינגט עטליכע תנועות פונעם שוהל-קלאפן נוסח.

אט האט איר די ווערטער:
איי ווי דער איד פלעגט זיך שרעקן
ווען דער שמש פלעגט אים אויפוועקן
"שטייט אויף! שטייט אויף! לעבודת הבורא"
זענען אידן געגאנגען, צו לערנען גא-ט'ס תורה
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף [email protected]
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!
אוועטאר
נארמאל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:10 pm
לאקאציע: כמעט נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאל »

אטעטשמענטס
סליחות.jpg
סליחות.jpg (53.29 KiB) געזען 3449 מאל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שול קלאפען איז בטל געווארן צוזאמען מיט די געטא'ס...
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

קהת האט געשריבן:און קרית בעלזא און ירושלים פארט ארים א קאר מיט הויעכע ספיקערס די ערשטע טאג סליחות און ערב ר״ה און כמיין אויך ערב יום הקדוש וואס זינגט די ניגון שטייטס אויף צו סליחות... עס ווערט געזינגען דורך ר׳ אייזיק פריעד אבער לעצטנס האט זיך ארים געדרייט די ניגון ווי ר׳ ירמי׳ דמן שליט״א זינגט עס מלא חן מיין איך אז מען צינט אן זיינע... נאכן הערן די ניגון ווער וויל נאך בלייבען שלאפען... 

בערך דאס איז זיין נוסח

ישראל עם קדושים,
שטייטס אויף צו עבודת הבורא,
שטייטס אויף צו סליחות,
שטייטס אויף צו סליחות,
שטייטס אויף צו עבודת הבורא,
שטייטס אויף צו עבודת הבורא,
אנא כנה,
עורו נא,
התעוררו נא,
עומדו נא,
התייצבו נא,
קומו נא,
חלו נא,
בעד הנפש חנו נא,
שטייטס אויף צו סליחות,
שטייטס אויף צו עבודת הבורא,
שטייטס אויף צו עבודת הבורא,
אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה.
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

..
אטעטשמענטס
שמש.JPG
שמש.JPG (18.55 KiB) געזען 3406 מאל
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

איטשע האט געשריבן:שול קלאפען איז בטל געווארן צוזאמען מיט די געטא'ס...

נכון הדבר עיין מש"כ באשכול על האור המאיר מאפטה
ביי ביי.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז דא אבער א נייע מנהג
קאפ קלאפען
עיין באוואטאר של מאן יימער....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

משה'עלע האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:שול קלאפען איז בטל געווארן צוזאמען מיט די געטא'ס...

נכון הדבר עיין מש"כ באשכול על האור המאיר מאפטה


פארוואס איז עס טאקע בטל געווארען?
וואלט איינער געוואלט מען זאל עס מחדש זיין? אים קומען קלאפן אום 4 אוהר, פארטאגס אויפשטיין?
שויתי השם לנגדי תמיד
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

לענ"ד איז עס נתבטל געווארען מיט דעם ענין פון מרא דאתרא ווען א שטעט'עלע איז געוועזן א שטעט'עלע (יאך קום דאך פונדערהיים פון "שטעט'עלע") און דער עולם איז געווען אינטער געווארפען אונטערן מרא דאתרא (חוץ און אוסנאם פאלען וואס דער ראש הקהל איז געווען אן עז פנים) האט דער רב געזאגט קלאפען איז קלאפען און קיינער האט נישט געקענט מוחה זיין ודו"ק בזה הרבה ענינים שנתבטלו עם הגעטוס.
ועוד דער לעבנס שטייגער איז היינט פארדרייט אמאל א שעה צווי אריין אין טינקעל איז דער עולם אינדערהיים געשלאפען יא פשוטו כמשמעו געשלאפן וע"כ פיר א זייגער פארטאגס איז נישט געווען פלאץ פאר א שטאך נאדל אין ביהמ"ד אדער און קלויז אדער און שטיבעל פרעגט די וואס געדענקען מאיז שוין געווען אויף 2-3
פיר אזייגער קלאפען האט געקענט זיין נאך 8 9 שעה שלאף (חוץ ביים רב האט געברענט ליכט סגאנצע נאכט) ווען מאנכע גייען שלאפען היינט 11-12-1-2 און פירע קלאפט מען שוין נישט יושר סהעט זיך אנפאנגען א ויצעקו ווי ביי פרעה און מצרים
וחוץ מזה קיין אלרעם זייגערס איז דאך נישט געווען און אז דער וועקער זייגער וועקט נישט איז וואס וועט דער קלאפער אייך העלפען
אה איר ווילט פשוט קענען כאפען א בילד נא אזוי אנטשולדיגט כהאב נישט געכאפט
ביי ביי.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

היינט איז אויך דא שול קלאפען...נאר ס'איז אריבער אויף וועקער זייגער..אדער גאר דער שמש רופט אדער טעקסט אין טעלפאון......
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

קלאפן פאר שבת גייט נאך אן, דורך די שבת פייפערס, וואס פארמאגן א גרויסן מקור אין שלחן ערוך, דהיינו די תקיעות וואס מען פלעגט בלאאזן בזמן הבית.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יא אמת
אבער דאס איז נאר אין ארץ ישראל אדער אויך אין חוץ לארץ?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

אין אר"י זינגט דאס, און חו"ל פייפט...
שויתי השם לנגדי תמיד
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

והפייפען הוא יותר דומה להתקיעות שבזמן הבית מהמוזיק
ביי ביי.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

מכטי1 האט געשריבן:היינט איז אויך דא שול קלאפען...נאר ס'איז אריבער אויף וועקער זייגער..אדער גאר דער שמש רופט אדער טעקסט אין טעלפאון......

מן הסתם מיינסטו דער מעורר ישינים טעלעפאון סיסטעם
זיי האבן א פאר לעוועלס, פאר שוואכע שלאפערס, טיפע שלאפערס.
מ'דארף אריינלייגן א קאוד, אדער פאר גאר טיפע שלאפערס צוזאמען שטעלן גימטריאות.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

אז מ'רעדט שוין פון שוהל קלאפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

עס איז באקאנט א מעשה וויאזוי דער הייליגער חוזה איז נתגלה געווארן אין לובלין ער איז דארט געווען א נייער אין שטאט
דער שטאט איז געווען א שטארק מתנגדישע שטאט, איין טאג אינדערפרי דער שמש היבט אן זיין טאג טעגליכער ארבעט פון גיין אויפוועקן דעם עולם, דער שמש איז אויפגעשטאנען אפאר מינוט שפעט, ער איז שנעל געלאפן בזריזות אנהייבן וועקן דעם עולם.
ווען ער איז אנגעקומען אויף די גאס ווי דער הייליגער חוזה איז געווען, איז דער הייליגער חוזה ארויסגעלאפן (נישט דער שמש, און נישט דער עולם האט געוואוסט ווער ער איז) מיט א נעגל וואסער און שיסל צוגעלאפן צום שמש און עם געזאגט ער זאל זיך אפוואשן די הענט, די שמש האט זיך געכאפט דעמאלטס אז ער האט פארגעסן פון גרויס בהלה זיך צו וואשן נעגל וואסער.
די מענטשן וואס זענען דארט געווען אויף די גאס האבן נישט געוואווסט וואס דארט איז געשעהן, זיי זענען געגאנגען פרעגן דעם שמש ואס איז פשט געווען, האט זיי דער שמש פארציילט אז נעכטן איז ער געווען ביז גאר שפעט אויף א חתונה, און ער איז אויפגעשטאנען שפעט, און ער ווייסט נישט ווי אזוי דער אינגערמאן האט געוואוסט אז ער האט זיך נאכנישט געוואשן נעגל וואסער.
און דעמאלטס איז דער הייליגער חוזה נתגלה געווארן
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איטשע האט געשריבן:שול קלאפען איז בטל געווארן צוזאמען מיט די געטא'ס...

לכאורה נישט אזוי וואור, ווארום איך האב געהערט פון אן ארץ ישראל איד אז נאכן קריג פלעגט עס נאך זיין דארט
און כאורה איז עס בטל געווארן צוליב די היינטיגע טעכנאלאגיע ווי מכטי האט שוין דערמאנט
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

און א"י אוז נישט געווען קיין געטאס איז עס נישט בטל געווארען צוזאמען משכ"א מרעדט פון אנגארישען פולישען אידענטום וואס האט געצוגען קיין איסט סייד וכדומה (און אפי' נאכען קריג אינדערהיים) איז שוין נישט געווען מער קיין שול קלאפען
ביי ביי.
אוועטאר
נארמאל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:10 pm
לאקאציע: כמעט נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאל »

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:היינט איז אויך דא שול קלאפען...נאר ס'איז אריבער אויף וועקער זייגער..אדער גאר דער שמש רופט אדער טעקסט אין טעלפאון......

מן הסתם מיינסטו דער מעורר ישינים טעלעפאון סיסטעם
זיי האבן א פאר לעוועלס, פאר שוואכע שלאפערס, טיפע שלאפערס.
מ'דארף אריינלייגן א קאוד, אדער פאר גאר טיפע שלאפערס צוזאמען שטעלן גימטריאות.

718-705-9253
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”