איך האב אויך געזעהן דעם רעקארד א שטיקל צייט צוריק, און לפי זכרוני איז מיר דאן קלאר געווען אז מען רעדט טאקע פון ר' משה ארי' דער רה"ק פון סיגוט.
דאכט זיך אז עס שטייט דארט ארויס קלאר אז ער וואוינט אין סיגוט נאר ער איז געבוירן אין קראלי.
די זיווג שני מרת שרה רחל (לפי הנדפס בברית משה, איך געדענק נישט וואס שטייט אויפן רעקארד רבקה צי ROZA) איז געווען א טאכטער פון הרה"ח ר' ישראל חיים וויינשטאק ז"ל אביו של הרה"ח ר' יצחק יונה וויינשטאק ז"ל חותנו של הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע.
קומט אויס אז בזייוג שני איז ר' משה ארי' פריינד געווען א פעטער פאר הרה"ק ר' ישעי'לע זי"ע, איך ווייס נאר נישט ווילאנג זיי האבן געלעבט אינאיינעם, און ווי די זיווג שני ליגט, צי אין קלייננוארדיין אדער אין סיגוט.
לויט ווי עס קומט מיר אויס איז איר ערשטע מאן אויך געווען א וויינשטאק לכאורה א קרוב משפחה פאר איר, ווייל אינעם ברית משה שרייבט ער אז זיין שווער איז געווען אן אייניקל פון פני יושע, און די גאנצע וויינשטאק משפחה ובתוכם משפחת חותנו של ר' ישעי'לע זענען זיך טאקע אלע מתייחס נאכן פני יהושע.
יעצט זאג מיר הערצע.
ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט פארוואס ס'איז דיר דעמאלט אזוי אויסגעקומען קלאר אז מ'רעדט פון דעם ר' משה ארי'.
לאמיך עס צולייגן, דער ברית משה איז געווען א איידעם ביי ר' דוד יעקב וויינשטאק פון טרין גדול דאס איז א דערפעלע הארט נעבן אוהעל, זיין שוויגער האט געהייסן שרה רחל, דער ברית משה שרייבט אויף זיין שווער אז ער איז נין ונכד להפני יושע, און אויף זיין שוויגער אז זי איז אויך פון א משפחה מיוחסת.
דערנאך שרייבט ער אז זיין שוויגער שרה רחל האט חתונה געהאט נאך זיין שווער'ס פטירה צו ר' משה ארי' פריינד פון סיגוט.
יעצט לפי דבריך, אז די אויבנדערמאנטע רעקארד איז פונעם זעלבן ר' משה ארי', שטייט דארט אין רעקארד אז ר' משה ארי' פריינד וואס איז געבוירן אין קראלי, [ער איז אין יאר תרמ"ח אלט 61 יאר, לויט דעם קומט אויס איז ער געבוירן אין יאר תקפ"ז, איינער ווייסט אויב ס'שטימט?], האט חתונה געהאט צו ראזא וויינשטאק [דאס דארף מיינען שרה רחל], בת ר' ישראל חיים ופיגא און זי איז געבוירן אין קערעסטור.
קומט אויס אויב איז זי געווען זיווג ראשון פון ברית משה'ס שווער דהיינו ר' דוד יעקב הנ"ל, איז זי געווען א פירסט קאזין פאר איר מאן. דעמאלט איז זייער שווער וואס דער ברית משה שרייבט די יחוס פון דעם פארל אינגאנצן אנדערש. אויפן שווער נין ונכד להפנ"י, און אויפן שוויגער גם היא ממשפחה מיוחסת.
אמת, אריינקוקנדיג יעצט אינדעם רעקארד נאכאמאל, קוקט זייער אויס אז מ'רעדט טאקע פון אים, איך זע יעצט זיין טאטעס נאמען יהושע, זיין מאמע יוטל, ער קומט פון קראלי, ס'שטייט משה ארי' פריינד. אבער זי איז נישט געווען בזיוו"ר די ווייב פון ר' דוד יעקב.
עניוועי די רעקארד דארף מען עס אויסארבעטן. ס'קען זיין אז דאס איז שוין זיווג שלישי פון ר' משה ארי'?
איך לייג ארויף א בילד פונעם דאקומענט. ס'איז אבער זייער אומקלאר.