דורך ללמוד וללמד אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 6:40 pm
ס'דא עטליכע שיינע לעבנסשטריכן וועגן אט דער חשובער איד.
ער זעהט טאקע אויס ווי וואס מען וואלט היינט גערופן "מאדערן" אבער אין יענע צייטן האבען בגליל העליון אסאך וואוילע בעלי בתים, פיינע ארדהאדאקסישע אידען אזוי אויסגעקוקט. די אידען זענען בפנמיות געוועהן אן אש להבה נאמנים לה' ולתורתו.
כ'האב שוין פון לאנג געוואוסט און געזעהן עטליכע זאכן וועגן איהם צו וואס מיר וועלן אי"ה צוקומען, נאר אזוי ווי כ'האב נעכטען אריין געלייגט זיין בילד ביי די פארצייטישע אידען אפטיילונג, האב איך אביסל גענישטערט אין מיינע ספרים'לעך צו זעהן צו געפין איך עפעס חדשות. ס'איז מיר היינט איינגעפאלן א שטיקל חידוש וואס מן הסתם וואלט מיין ידיד איטשע געזאגט אין אזא צייט אז איך גיי מיט די מהלך פון די פאלשע חוקרים און היסטאריקער וואס בויען בנינים אויף זייער טיאריעס, אבער כ'קען דאך באשטיין עס מיטצוטיילן מיטן עולם.
כ'האב געזעהן פון דער באקאנטער היימישער חוקר וידען נפלא בקורי הדורות ר' זושא קונטסליכער, אז דער פאטער פון ר' בער פרענק, הר"ר גרשון ע"ה איז געקומען פון שטאט קושטא (קאנסטנטינא, אדער קאנסטנטינופאל, איסטאנבול)-טערקיי, וואוינען קיין פרעסבורג. האב איך געקלערט (הגם היינט צוטאגס נוצט מען דעם אויסדרוק מער בדרך בזיון, אבער אנדערש איז געוועהן אמאל) אז אפשר צוליב דעם האט ער באקומען, אדער גאר זיך אליין גענומען די משפחה נאמען "פרענק", קומענדיג פון א ספרדישען אפשטאם. וואס זאגט דער עולם? איך מיין ס'איז ניתן להאמר.
===
דורך צעיר באלפי ישראל אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:04 pm
חתנו היה הגאון הקדוש המפורסם רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ זצ"ל אבד"ק צעהלים, בחיר תלמידיו של מרן החתם סופר זי"ע, שהיה גם משבעה רואי פני המלך כידוע
ולפני כמה שנים יצא לאור ספר נפלא בשם 'תולדות וחידושי רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ ' נתחבר ע"י הרה"ג רבי טובי' שטיינער ז"ל מבני ברק, ושם יש פרק מיוחד, בעט המחונן של רבי טובי' ז"ל, על תולדותיו של רבי בער פרענק זצ"ל ורשימת כל ספריו הנכבדים, וקשריו עם החתם סופר, ושם ראיתי גם כדבריך, כי לכך נקרא בשם 'פרענק'. ספר זה נמצא באוצר החכמה ושם תמצא נועם.
===
דורך ללמוד וללמד אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:13 pm
יישר כחכם וחילכם! עי' באשכול "בילדער פון פארצייטישע אידען" שם ציינתי את הגאון ר' מנחם כ"ץ שהי' חתנו.
האוצר החכמה אין תחת ידי. בעזהשי"ת לאט לאט ארשום פה מה שבזכרוני להנות בהם גם את האחרים אשר אין האוצר תחת ידם. והנך מוזמן ליקח חבל להוסיף נופח או לתקן את העיות אם יש, כיון שאין אתי יודע עד מה כנים הדברים שבזכרוני.
===
דורך צעיר באלפי ישראל אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:19 pm
אילו הייתי יודע איך מצרפים לכאן קובץ הייתי מוסיף כאן מאוצר החכמה, אך אין לי ידיעה.
אגב כמה וכמה היימישע אידן הם נכדי הגאונים הנ"ל.
בכל אופן ודאי נהנית כי קלעת אל השערה בההשערה שלך.
===
דורך יוסל שרייבער אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 8:45 pm
ללמוד וללמד האט געשריבן:
כ'האב געזעהן פון דער באקאנטער היימישער חוקר וידען נפלא בקורי הדורות ר' זושא קונטסליכער, אז דער פאטער פון ר' בער פרענק, הר"ר גרשון ע"ה איז געקומען פון שטאט קושטא (קאנסטנטינא, אדער קאנסטנטינופאל, איסטאנבול)-טערקיי, וואוינען קיין פרעסבורג. האב איך געקלערט (הגם היינט צוטאגס נוצט מען דעם אויסדרוק מער בדרך בזיון, אבער אנדערש איז געוועהן אמאל) אז אפשר צוליב דעם האט ער באקומען, אדער גאר זיך אליין גענומען די משפחה נאמען "פרענק", קומענדיג פון א ספרדישען אפשטאם. וואס זאגט דער עולם? איך מיין ס'איז ניתן להאמר.
דער הייליגער בעלזער רב ז"ל פלעגט ריפען די ספרדים "פרענקען" איז זיכער אז מען האט עס נישט געמיינט בדרך בזיון.
===
דורך farshlufen אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 8:52 pm
יישר לכבוד הפותח.
הרב הצעיר, דא אונטער דעם קעסטל איז פארהאן א קנעפל וואס איך גיט די אפציע אויסצוזוכן א פייל אויף אייער קאמפיוטער און עס באהעפטן צו די הערה אייערע.
===
דורך ללמוד וללמד אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:16 pm
ר' בער פרענק איז געוועהן א שטארק אנגעזעהנע פיגור אין פרעשבורג בימי מרן החת"ס. און דער חת"ס זעלבסט האט איהם אויך זייער מחשיב געוועהן. ער האט געדינט דארט אלס סופר ונאמן הקהלה, און אלץ משמש בקודש אין כל דברים שבקדושה וואס איז נוגע צום ציבור. ער איז אויך געוועהן א שו"ב און פון די ראשי החברא קדישא.
ס'איז באקאנט אז ווען דער כתב סופר איז געוועהן אלט 6 יאהר איז ער זעהר קראנק געווארן ביז די דאקטורים האבען שוין דערקלערט נואש. די מצב האט שוין געהאלטן אזוי ערנסט אז מען האט שוין גערופן די חברא קדישא און מ'האט שוין געצונדען לעכט ביי זיין קראנקבעט. די הייליגער פאטער די חת"ס האט זיך געשטעלט אין א וואונקל און שופך שיח געוועהן. צום סוף דריידט זיך די הייליגער חת"ס ארום און רופט אויס: שוין, וויר האבען איהם אויסגעבעטן אויף א יובל יארן. וכך הוה, ער איז געזונט געווארן און געלעבט נאך 50 יאר.
ביי די כתב סופר'ס בר מצוה, האט ער ערהאלטן א מתנה פון אונזער ר' בער פרענק, א שיינער זילבערנעם פושקא. און דער פושקא האט ער געפונען צוויי האלב אויסגעברענטע ליכט. דאס זענען געוועהן אט די ליכט וואס זענען שוין געוועהן אנגעצונדען דורכן חברא קדישא ווען ער איז קראנק געוועהן, און דאס האט איהם ר' בער אוועקגעלייגט - זייענדיג פון די ראשי הח"ק - כדי איהם צו דערמאנען אפצוגעבען בעת שמחה א שבח והודי' צום בוכ"ע אויף די נס וואס האט מיט איהם פאסירט.
===
דורך ביקסאד אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:27 pm
ביקסאד האט געשריבן:דאסעמיטשקע האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:די מעשה פון מזכיר זיין בני החת"ס צום ישמח משה, האב איך געוואוסט אז דאס איז סובב אויפ'ן כתב סופר וועלכער איז אלס קינד שטערבליך קראנק געווען, דעמאלטס איז געווען די מעשה מיט חברה קדישא וועלכע האבן שוין געהאט געצינדען ליכט און די ליכט האט מען שפעטער אנגעצינדען ביי די חתונה,
און רשומים בשמך ווערט געשילדערט אז די ליכט האבן די ח"ק גיגעבין במתנה דורן דרשה לבר מצוה, געפאקט אין א שיינע ביקסל וואס עס גיווען די דאזיגע אויפשריפט "אם אתה תשמור את נרי, אשמור את נרך".
אין חוט המשולש שילדערט ער אז אלע בני החת"ס זענען דאן גיווען על ערש דוי.
יאך געדענק ליינענדיג אז די לעכ"ט האט דער פרעשבורג'ער רב רבי עקיבא סופר במ"ס דעת סופר,
געוויזן פאר דעם בעלזא רב מהר"א שוין אין ארץ ישראל, ווען דער בעלזא רב איז אים געקומען באזוכן,
על פי חשבון עקזעסטירן נאך די לעכ"ט היינט צו טאג.
===
דורך מיללער אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:34 pm
איך געדעמק פון א שמועס ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיטן גארליצער רבי פון ב"פ הרב יונגרייז וועלכער איז אויך אן אייניקל, האט מען גערעדט אז דער ר' בער פרענק איז געווען דער וואס האט געבעטן דעם חת"ס זאל לאזן מאכען א בילד פון אים ווייל ער האט דאס געוואלט פארקויפן פאר פרנסה.
דאכציך אז ר' דוד פר"מ פון צעהלים איז געווען אן איידעם ביי ר' מנחם כ"ץ פרוסטיץ הנ"ל חתן ר' בער פרענק
===
דורך ללמוד וללמד אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:50 pm
דא אין "אהל לאה" הקדמה צו כתב סופר על התורה, וועט איהר טרעפן די מעשה מיט די ליכט מיט אלע איינצלהייטן בטוטו"ד.
===
דורך ללמוד וללמד אום פרייטאג יולי 16, 2010 2:19 pm
מיללער האט געשריבן:איך געדעמק פון א שמועס ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיטן גארליצער רבי פון ב"פ הרב יונגרייז וועלכער איז אויך אן אייניקל, האט מען גערעדט אז דער ר' בער פרענק איז געווען דער וואס האט געבעטן דעם חת"ס זאל לאזן מאכען א בילד פון אים ווייל ער האט דאס געוואלט פארקויפן פאר פרנסה.
איך'על אי"ה באריכטן דער מעשה בפרטות, ווען די צייט וועט ערלויבן.
דאכציך אז ר' דוד פר"מ פון צעהלים איז געווען אן איידעם ביי ר' מנחם כ"ץ פרוסטיץ הנ"ל חתן ר' בער פרענק
יא, ער איז געוועהן אן איידים. כהאב געזעהן אז הגאון ר' דוד איז געוועהן דער שווער פון דער "משנת שכיר" פישטיאנער דיין בזוו"ש. איך ווייס נישט צו ס'איז דא קינדער פון דעם זיווג. אויך איז געוועהן זיין איידעם הגאון ר' בנציון סניידערס, דאכט זיך דער פאטער פונעם סניידערס ישיבה אין אנטווערפן.
===
דורך מיללער אום פרייטאג יולי 16, 2010 2:54 pm
ספרי ר' בער פרענק בהיברו-בוקס
מחנה ישראל - עה"ל מליחה, חלה, נדה, הדלקה
בדייטש-אידיש להורות לנשים צדקדיות את המעשה אשר יעשון, נדפס בוויען.
אור האמונה - בראשית
אור האמונה - שמות-דברים
נדפס בפרעשבורג תר"ה, סיפורי ומדרשי התורה על שפת דייטש-אידיש.
חוט המשולש - עה"ל קר"ש, ציצית ותפילין
נדפס בוויען תקפ"ה
רי"י גר"וו בספרו 'טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן' (דף 210) ברענגט אויך די ספרים; מגילת מתתיהו, און מטה משה, וועלכע איך האב נישט באוויזען צו טרעפן, נאר אז י.ד. אייזנשטיין קריטיקירט די ארבעט פון רי"ב פרענק אין מגילת מתתיהו אז ער האט דאס נישט גוט מעתיק געווען פון לשה"ק צו דייטש, בעת וואס איר אריגינעלער פארמאט איז גאר געווען אויף דייטש.
===
דורך ללמוד וללמד אום פרייטאג יולי 16, 2010 3:47 pm
מיללער האט געשריבן:ספרי ר' בער פרענק בהיברו-בוקס
מחנה ישראל - עה"ל מליחה, חלה, נדה, הדלקה
בדייטש-אידיש להורות לנשים צדקדיות את המעשה אשר יעשון, נדפס בוויען.
אור האמונה - בראשית
אור האמונה - שמות-דברים
נדפס בפרעשבורג תר"ה, סיפורי ומדרשי התורה על שפת דייטש-אידיש.
חוט המשולש - עה"ל קר"ש, ציצית ותפילין
נדפס בוויען תקפ"ה
רי"י גר"וו בספרו 'טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן' (דף 210) ברענגט אויך די ספרים; מגילת מתתיהו, און מטה משה, וועלכע איך האב נישט באוויזען צו טרעפן, נאר אז י.ד. אייזנשטיין קריטיקירט די ארבעט פון רי"ב פרענק אין מגילת מתתיהו אז ער האט דאס נישט גוט מעתיק געווען פון לשה"ק צו דייטש, בעת וואס איר אריגינעלער פארמאט איז גאר געווען אויף דייטש.
דא(?)האבען מיר שוין געברענגט די לינק צו די ספרים. און ער אליין ברענגט אין די הקדמה פון אור האמונה אויף בראשית, די נעמען פון אלע זיינע ספרים.
===
דורך יוסל שרייבער אום שבת יולי 17, 2010 9:30 pm
מיללער האט געשריבן:איך געדעמק פון א שמועס ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיטן גארליצער רבי פון ב"פ הרב יונגרייז וועלכער איז אויך אן אייניקל, האט מען גערעדט אז דער ר' בער פרענק איז געווען דער וואס האט געבעטן דעם חת"ס זאל לאזן מאכען א בילד פון אים ווייל ער האט דאס געוואלט פארקויפן פאר פרנסה.
זה היה בפירוש בלי רשות ולמורת רות החת"ס,כשיצא התמונה התעניין החת"ס מי עשאה וקרא לר' בער ושאלו על כך ענה ר' בער שהוא צריך כסף לחתן וחשב שיהיה קופצים על תמונת רבינו,שאלו החת"ס למה לא אספת כסף כנהוג ענה 'איך קאן מיך נישט פארשווארצען דאס פנים' התמרמר החת"ס 'דוא קאנסט נישט פארשווארצען דיין פנים האסטו פארשווארצט מיין פנים?'
===
דורך ללמוד וללמד אום זונטאג יולי 18, 2010 1:53 pm
יוסל שרייבער האט געשריבן:זה היה בפירוש בלי רשות ולמורת רות החת"ס,כשיצא התמונה התעניין החת"ס מי עשאה וקרא לר' בער ושאלו על כך ענה ר' בער שהוא צריך כסף לחתן וחשב שיהיה קופצים על תמונת רבינו,שאלו החת"ס למה לא אספת כסף כנהוג ענה 'איך קאן מיך נישט פארשווארצען דאס פנים' התמרמר החת"ס 'דוא קאנסט נישט פארשווארצען דיין פנים האסטו פארשווארצט מיין פנים?'
למען הפונקטליכקייט האב איך געזעהן די לשון אזוי: איך קאן מיך נישט דאס פנים וואשן און בעטלען.
כ'האב אמאל געהערט בשם וויענער רב זצוק"ל צופאסען די לשון הפייטן צו די מעשה (כ'דענק נישט צו ער האט פארציילט אז די קומענדע פראז האט ר' בער אליין געזאגט, צו די פארציילער שפעטער האבן אזוי ממליץ געוועהן אויף די מעשה):
דער הייליגער חת"ס האלט פאר זיין גע'ערטער נאמן הקהילה, אויף וואס ער האט געלאזט אפמאלן די בילד און פארקויפט אין די גאסען.
ר' בער פארענטפערט זיך פארן הייליגן חת"ס ווי פאלגענד: אור פניך עלינו אדון נשא - די ליכטיגע צורה פונעם הער - די רבי - האבן מיר ערווארבן, ושקל אשא בבית - כדי איך זאל דורך דעם קענען צאמקלויבן אין שטוב עטליכע גראצע, נכון - אויף אן גראדע אויסגעהאלטענע וועג, [כ'זאל זיך נישט דארפן דאס פנים וואשען אין בעטלען], ונשא - און דאדורך קענען חתונה מאכען...
===
דורך ללמוד וללמד אום זונטאג יולי 18, 2010 2:00 pm
אט דאס איז דער בילד וואס איז פארשפרייט געווארן בחייו פונעם חת"ס. מערקט ווי עס שטייט ביים טיטול די לעבעדיגער טיטול "נ"י". די אלע נאכגעמאלענע בילדער קומען פון דא, און לפענ"ד זענען עטליכע שטריכן נשתנה געווארן פונעם אריגינעלען צורה.
[/quote]