ר' בער פרענק מפרעשבורג וחתנו ר' מנחם כ"ץ מצעהלים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

ר' בער פרענק מפרעשבורג וחתנו ר' מנחם כ"ץ מצעהלים

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 2:44 pm

ברוב הכרת הטוב מגלגלין זכות על ידי זכאי, זכה ידידינו הנכבד איש ה"אשכולות" מחברי בית מדרשינו אשר בשם "פונקטליך" יכונה, והציל מזוטו של ים אשכול הלזו. ברוך המחזיר אבידה לבעלים ותבא עליו ברכות טוב!
דורך ללמוד וללמד אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 6:40 pm
62A.jpg
62A.jpg (12.5 KiB) געזעהן 3800 מאל

ס'דא עטליכע שיינע לעבנסשטריכן וועגן אט דער חשובער איד.
ער זעהט טאקע אויס ווי וואס מען וואלט היינט גערופן "מאדערן" אבער אין יענע צייטן האבען בגליל העליון אסאך וואוילע בעלי בתים, פיינע ארדהאדאקסישע אידען אזוי אויסגעקוקט. די אידען זענען בפנמיות געוועהן אן אש להבה נאמנים לה' ולתורתו.
כ'האב שוין פון לאנג געוואוסט און געזעהן עטליכע זאכן וועגן איהם צו וואס מיר וועלן אי"ה צוקומען, נאר אזוי ווי כ'האב נעכטען אריין געלייגט זיין בילד ביי די פארצייטישע אידען אפטיילונג, האב איך אביסל גענישטערט אין מיינע ספרים'לעך צו זעהן צו געפין איך עפעס חדשות. ס'איז מיר היינט איינגעפאלן א שטיקל חידוש וואס מן הסתם וואלט מיין ידיד איטשע געזאגט אין אזא צייט אז איך גיי מיט די מהלך פון די פאלשע חוקרים און היסטאריקער וואס בויען בנינים אויף זייער טיאריעס, אבער כ'קען דאך באשטיין עס מיטצוטיילן מיטן עולם.

כ'האב געזעהן פון דער באקאנטער היימישער חוקר וידען נפלא בקורי הדורות ר' זושא קונטסליכער, אז דער פאטער פון ר' בער פרענק, הר"ר גרשון ע"ה איז געקומען פון שטאט קושטא (קאנסטנטינא, אדער קאנסטנטינופאל, איסטאנבול)-טערקיי, וואוינען קיין פרעסבורג. האב איך געקלערט (הגם היינט צוטאגס נוצט מען דעם אויסדרוק מער בדרך בזיון, אבער אנדערש איז געוועהן אמאל) אז אפשר צוליב דעם האט ער באקומען, אדער גאר זיך אליין גענומען די משפחה נאמען "פרענק", קומענדיג פון א ספרדישען אפשטאם. וואס זאגט דער עולם? איך מיין ס'איז ניתן להאמר.

===

דורך צעיר באלפי ישראל אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:04 pm

חתנו היה הגאון הקדוש המפורסם רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ זצ"ל אבד"ק צעהלים, בחיר תלמידיו של מרן החתם סופר זי"ע, שהיה גם משבעה רואי פני המלך כידוע

ולפני כמה שנים יצא לאור ספר נפלא בשם 'תולדות וחידושי רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ ' נתחבר ע"י הרה"ג רבי טובי' שטיינער ז"ל מבני ברק, ושם יש פרק מיוחד, בעט המחונן של רבי טובי' ז"ל, על תולדותיו של רבי בער פרענק זצ"ל ורשימת כל ספריו הנכבדים, וקשריו עם החתם סופר, ושם ראיתי גם כדבריך, כי לכך נקרא בשם 'פרענק'. ספר זה נמצא באוצר החכמה ושם תמצא נועם.

===

דורך ללמוד וללמד אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:13 pm

יישר כחכם וחילכם! עי' באשכול "בילדער פון פארצייטישע אידען" שם ציינתי את הגאון ר' מנחם כ"ץ שהי' חתנו.
האוצר החכמה אין תחת ידי. בעזהשי"ת לאט לאט ארשום פה מה שבזכרוני להנות בהם גם את האחרים אשר אין האוצר תחת ידם. והנך מוזמן ליקח חבל להוסיף נופח או לתקן את העיות אם יש, כיון שאין אתי יודע עד מה כנים הדברים שבזכרוני.

===

דורך צעיר באלפי ישראל אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:19 pm

אילו הייתי יודע איך מצרפים לכאן קובץ הייתי מוסיף כאן מאוצר החכמה, אך אין לי ידיעה.

אגב כמה וכמה היימישע אידן הם נכדי הגאונים הנ"ל.

בכל אופן ודאי נהנית כי קלעת אל השערה בההשערה שלך.

===

דורך יוסל שרייבער אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 8:45 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:
כ'האב געזעהן פון דער באקאנטער היימישער חוקר וידען נפלא בקורי הדורות ר' זושא קונטסליכער, אז דער פאטער פון ר' בער פרענק, הר"ר גרשון ע"ה איז געקומען פון שטאט קושטא (קאנסטנטינא, אדער קאנסטנטינופאל, איסטאנבול)-טערקיי, וואוינען קיין פרעסבורג. האב איך געקלערט (הגם היינט צוטאגס נוצט מען דעם אויסדרוק מער בדרך בזיון, אבער אנדערש איז געוועהן אמאל) אז אפשר צוליב דעם האט ער באקומען, אדער גאר זיך אליין גענומען די משפחה נאמען "פרענק", קומענדיג פון א ספרדישען אפשטאם. וואס זאגט דער עולם? איך מיין ס'איז ניתן להאמר.

דער הייליגער בעלזער רב ז"ל פלעגט ריפען די ספרדים "פרענקען" איז זיכער אז מען האט עס נישט געמיינט בדרך בזיון.

===

דורך farshlufen אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 8:52 pm

יישר לכבוד הפותח.

הרב הצעיר, דא אונטער דעם קעסטל איז פארהאן א קנעפל וואס איך גיט די אפציע אויסצוזוכן א פייל אויף אייער קאמפיוטער און עס באהעפטן צו די הערה אייערע.

===

דורך ללמוד וללמד אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:16 pm

ר' בער פרענק איז געוועהן א שטארק אנגעזעהנע פיגור אין פרעשבורג בימי מרן החת"ס. און דער חת"ס זעלבסט האט איהם אויך זייער מחשיב געוועהן. ער האט געדינט דארט אלס סופר ונאמן הקהלה, און אלץ משמש בקודש אין כל דברים שבקדושה וואס איז נוגע צום ציבור. ער איז אויך געוועהן א שו"ב און פון די ראשי החברא קדישא.
ס'איז באקאנט אז ווען דער כתב סופר איז געוועהן אלט 6 יאהר איז ער זעהר קראנק געווארן ביז די דאקטורים האבען שוין דערקלערט נואש. די מצב האט שוין געהאלטן אזוי ערנסט אז מען האט שוין גערופן די חברא קדישא און מ'האט שוין געצונדען לעכט ביי זיין קראנקבעט. די הייליגער פאטער די חת"ס האט זיך געשטעלט אין א וואונקל און שופך שיח געוועהן. צום סוף דריידט זיך די הייליגער חת"ס ארום און רופט אויס: שוין, וויר האבען איהם אויסגעבעטן אויף א יובל יארן. וכך הוה, ער איז געזונט געווארן און געלעבט נאך 50 יאר.
ביי די כתב סופר'ס בר מצוה, האט ער ערהאלטן א מתנה פון אונזער ר' בער פרענק, א שיינער זילבערנעם פושקא. און דער פושקא האט ער געפונען צוויי האלב אויסגעברענטע ליכט. דאס זענען געוועהן אט די ליכט וואס זענען שוין געוועהן אנגעצונדען דורכן חברא קדישא ווען ער איז קראנק געוועהן, און דאס האט איהם ר' בער אוועקגעלייגט - זייענדיג פון די ראשי הח"ק - כדי איהם צו דערמאנען אפצוגעבען בעת שמחה א שבח והודי' צום בוכ"ע אויף די נס וואס האט מיט איהם פאסירט.

===

דורך ביקסאד אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:27 pm

ביקסאד האט געשריבן:דא
סעמיטשקע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די מעשה פון מזכיר זיין בני החת"ס צום ישמח משה, האב איך געוואוסט אז דאס איז סובב אויפ'ן כתב סופר וועלכער איז אלס קינד שטערבליך קראנק געווען, דעמאלטס איז געווען די מעשה מיט חברה קדישא וועלכע האבן שוין געהאט געצינדען ליכט און די ליכט האט מען שפעטער אנגעצינדען ביי די חתונה,

און רשומים בשמך ווערט געשילדערט אז די ליכט האבן די ח"ק גיגעבין במתנה דורן דרשה לבר מצוה, געפאקט אין א שיינע ביקסל וואס עס גיווען די דאזיגע אויפשריפט "אם אתה תשמור את נרי, אשמור את נרך".

אין חוט המשולש שילדערט ער אז אלע בני החת"ס זענען דאן גיווען על ערש דוי.

יאך געדענק ליינענדיג אז די לעכ"ט האט דער פרעשבורג'ער רב רבי עקיבא סופר במ"ס דעת סופר,
געוויזן פאר דעם בעלזא רב מהר"א שוין אין ארץ ישראל, ווען דער בעלזא רב איז אים געקומען באזוכן,
על פי חשבון עקזעסטירן נאך די לעכ"ט היינט צו טאג.

===

דורך מיללער אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:34 pm

איך געדעמק פון א שמועס ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיטן גארליצער רבי פון ב"פ הרב יונגרייז וועלכער איז אויך אן אייניקל, האט מען גערעדט אז דער ר' בער פרענק איז געווען דער וואס האט געבעטן דעם חת"ס זאל לאזן מאכען א בילד פון אים ווייל ער האט דאס געוואלט פארקויפן פאר פרנסה.

דאכציך אז ר' דוד פר"מ פון צעהלים איז געווען אן איידעם ביי ר' מנחם כ"ץ פרוסטיץ הנ"ל חתן ר' בער פרענק

===

דורך ללמוד וללמד אום פרייטאג יולי 16, 2010 1:50 pm

דא אין "אהל לאה" הקדמה צו כתב סופר על התורה, וועט איהר טרעפן די מעשה מיט די ליכט מיט אלע איינצלהייטן בטוטו"ד.

===

דורך ללמוד וללמד אום פרייטאג יולי 16, 2010 2:19 pm

מיללער האט געשריבן:איך געדעמק פון א שמועס ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיטן גארליצער רבי פון ב"פ הרב יונגרייז וועלכער איז אויך אן אייניקל, האט מען גערעדט אז דער ר' בער פרענק איז געווען דער וואס האט געבעטן דעם חת"ס זאל לאזן מאכען א בילד פון אים ווייל ער האט דאס געוואלט פארקויפן פאר פרנסה.

איך'על אי"ה באריכטן דער מעשה בפרטות, ווען די צייט וועט ערלויבן.
דאכציך אז ר' דוד פר"מ פון צעהלים איז געווען אן איידעם ביי ר' מנחם כ"ץ פרוסטיץ הנ"ל חתן ר' בער פרענק

יא, ער איז געוועהן אן איידים. כהאב געזעהן אז הגאון ר' דוד איז געוועהן דער שווער פון דער "משנת שכיר" פישטיאנער דיין בזוו"ש. איך ווייס נישט צו ס'איז דא קינדער פון דעם זיווג. אויך איז געוועהן זיין איידעם הגאון ר' בנציון סניידערס, דאכט זיך דער פאטער פונעם סניידערס ישיבה אין אנטווערפן.

===

דורך מיללער אום פרייטאג יולי 16, 2010 2:54 pm

ספרי ר' בער פרענק בהיברו-בוקס
מחנה ישראל - עה"ל מליחה, חלה, נדה, הדלקה
בדייטש-אידיש להורות לנשים צדקדיות את המעשה אשר יעשון, נדפס בוויען.

אור האמונה - בראשית
אור האמונה - שמות-דברים

נדפס בפרעשבורג תר"ה, סיפורי ומדרשי התורה על שפת דייטש-אידיש.

חוט המשולש - עה"ל קר"ש, ציצית ותפילין
נדפס בוויען תקפ"ה

רי"י גר"וו בספרו 'טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן' (דף 210) ברענגט אויך די ספרים; מגילת מתתיהו, און מטה משה, וועלכע איך האב נישט באוויזען צו טרעפן, נאר אז י.ד. אייזנשטיין קריטיקירט די ארבעט פון רי"ב פרענק אין מגילת מתתיהו אז ער האט דאס נישט גוט מעתיק געווען פון לשה"ק צו דייטש, בעת וואס איר אריגינעלער פארמאט איז גאר געווען אויף דייטש.

===

דורך ללמוד וללמד אום פרייטאג יולי 16, 2010 3:47 pm

מיללער האט געשריבן:ספרי ר' בער פרענק בהיברו-בוקס
מחנה ישראל - עה"ל מליחה, חלה, נדה, הדלקה
בדייטש-אידיש להורות לנשים צדקדיות את המעשה אשר יעשון, נדפס בוויען.

אור האמונה - בראשית
אור האמונה - שמות-דברים

נדפס בפרעשבורג תר"ה, סיפורי ומדרשי התורה על שפת דייטש-אידיש.

חוט המשולש - עה"ל קר"ש, ציצית ותפילין
נדפס בוויען תקפ"ה

רי"י גר"וו בספרו 'טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן' (דף 210) ברענגט אויך די ספרים; מגילת מתתיהו, און מטה משה, וועלכע איך האב נישט באוויזען צו טרעפן, נאר אז י.ד. אייזנשטיין קריטיקירט די ארבעט פון רי"ב פרענק אין מגילת מתתיהו אז ער האט דאס נישט גוט מעתיק געווען פון לשה"ק צו דייטש, בעת וואס איר אריגינעלער פארמאט איז גאר געווען אויף דייטש.

דא(?)האבען מיר שוין געברענגט די לינק צו די ספרים. און ער אליין ברענגט אין די הקדמה פון אור האמונה אויף בראשית, די נעמען פון אלע זיינע ספרים.

===

דורך יוסל שרייבער אום שבת יולי 17, 2010 9:30 pm

מיללער האט געשריבן:איך געדעמק פון א שמועס ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיטן גארליצער רבי פון ב"פ הרב יונגרייז וועלכער איז אויך אן אייניקל, האט מען גערעדט אז דער ר' בער פרענק איז געווען דער וואס האט געבעטן דעם חת"ס זאל לאזן מאכען א בילד פון אים ווייל ער האט דאס געוואלט פארקויפן פאר פרנסה.

זה היה בפירוש בלי רשות ולמורת רות החת"ס,כשיצא התמונה התעניין החת"ס מי עשאה וקרא לר' בער ושאלו על כך ענה ר' בער שהוא צריך כסף לחתן וחשב שיהיה קופצים על תמונת רבינו,שאלו החת"ס למה לא אספת כסף כנהוג ענה 'איך קאן מיך נישט פארשווארצען דאס פנים' התמרמר החת"ס 'דוא קאנסט נישט פארשווארצען דיין פנים האסטו פארשווארצט מיין פנים?'

===

דורך ללמוד וללמד אום זונטאג יולי 18, 2010 1:53 pm

יוסל שרייבער האט געשריבן:זה היה בפירוש בלי רשות ולמורת רות החת"ס,כשיצא התמונה התעניין החת"ס מי עשאה וקרא לר' בער ושאלו על כך ענה ר' בער שהוא צריך כסף לחתן וחשב שיהיה קופצים על תמונת רבינו,שאלו החת"ס למה לא אספת כסף כנהוג ענה 'איך קאן מיך נישט פארשווארצען דאס פנים' התמרמר החת"ס 'דוא קאנסט נישט פארשווארצען דיין פנים האסטו פארשווארצט מיין פנים?'

למען הפונקטליכקייט האב איך געזעהן די לשון אזוי: איך קאן מיך נישט דאס פנים וואשן און בעטלען.
כ'האב אמאל געהערט בשם וויענער רב זצוק"ל צופאסען די לשון הפייטן צו די מעשה (כ'דענק נישט צו ער האט פארציילט אז די קומענדע פראז האט ר' בער אליין געזאגט, צו די פארציילער שפעטער האבן אזוי ממליץ געוועהן אויף די מעשה):
דער הייליגער חת"ס האלט פאר זיין גע'ערטער נאמן הקהילה, אויף וואס ער האט געלאזט אפמאלן די בילד און פארקויפט אין די גאסען.
ר' בער פארענטפערט זיך פארן הייליגן חת"ס ווי פאלגענד: אור פניך עלינו אדון נשא - די ליכטיגע צורה פונעם הער - די רבי - האבן מיר ערווארבן, ושקל אשא בבית - כדי איך זאל דורך דעם קענען צאמקלויבן אין שטוב עטליכע גראצע, נכון - אויף אן גראדע אויסגעהאלטענע וועג, [כ'זאל זיך נישט דארפן דאס פנים וואשען אין בעטלען], ונשא - און דאדורך קענען חתונה מאכען...

===

דורך ללמוד וללמד אום זונטאג יולי 18, 2010 2:00 pm
66.jpg

אט דאס איז דער בילד וואס איז פארשפרייט געווארן בחייו פונעם חת"ס. מערקט ווי עס שטייט ביים טיטול די לעבעדיגער טיטול "נ"י". די אלע נאכגעמאלענע בילדער קומען פון דא, און לפענ"ד זענען עטליכע שטריכן נשתנה געווארן פונעם אריגינעלען צורה.
[/quote]

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

ר' מנחם כ"ץ-פרוסטיץ אב"ד צעהלים

תגובהדורך בונמס זיידע » זונטאג ינואר 08, 2012 1:18 pm

תלמיד מאורן של ישראל.jpg
תלמיד מאורן של ישראל.jpg (4.53 KiB) געזעהן 3697 מאל

א תלמיד פון חתם סופר זיין רבי האט אים ארויסגעשיקט בשעת גסיסה
זיין שווער (נאמן הקהל) א מושלם האט ג'האט אן עסק מיט דעם רב (דער רבי פון זיין איידעם) וועגען א מאלעריי
viewtopic.php?f=31&t=11908&p=509879#p509879
לאחר פטירת רבו איז ער געשטאנען בראש מערכת ישרא'
לעצט פאראכטן דורך בונמס זיידע אום זונטאג ינואר 08, 2012 8:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

ר בער'ס בילד פון חת"ס

תגובהדורך בונמס זיידע » זונטאג ינואר 08, 2012 2:05 pm

מספר תולדות וחידושי רבי מנחם כץ.jpg

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

זיין רבי האט אים ארויסגעשיקט בשעת גסיסה

תגובהדורך בונמס זיידע » זונטאג ינואר 08, 2012 8:29 pm

ר מנחם ארויס.jpg

דא איז די מעשה וויריך האב עס געשריבען אויף ענגליש עס ליגט שוין אין מיין קאמפיוטער ווהר ווייס

Eventually he became Rav in R… a town with very few talmidei chachomim which had
the advantage of being close to Pressburg and his Rebbe

Erev Sukkos 5600 the Chsam Sofer wrote to Reb Menachem requesting that he visit him
as he needed to refresh his memory of a certain chidush. Meanwhile on Hoshana Rabba the Chsam Sofer succumbed to his final illness. Reb Menachem received the letter and the news of Rebbe’s illness after Yom Ton on 25 Tishrei.

As soon as Horav Menachem heard of rebbe’s condition he rushed over to Pressburg. When he arrived he was barely able to squeeze through the sobbing crowds to reach Rebbe’s bedside. As soon as Reb Menachem finished repeating the Chidddush his
Rebbe “needed” the Chsam Sofer told him “Reb Menachem Gesisa”. Reb Menachem
a Kohen left immediately. He barely reached the street when he heard the cries of Shema
Yisroel at yetzias neshama
לעצט פאראכטן דורך בונמס זיידע אום מאנטאג ינואר 09, 2012 12:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » זונטאג ינואר 08, 2012 8:32 pm

מספר תולדות וחידושי רבי מנחם כץ בענין תמונה.jpg

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

י

תגובהדורך dovidal » מאנטאג ינואר 09, 2012 12:10 am

יש אלפי נכדים מרבי בער פרענק כהיום אדמורים וחסידים וליטאים-----------חיבר ספרים מיוחד לנשים שידעו הלכות, יש לי גם כתבי יד שכתב מפרשבורג

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

א שו"ב אן א בארד ???

תגובהדורך בונמס זיידע » דאנארשטאג ינואר 12, 2012 11:15 pm

דאס בילד פון ר בער פראנק שטימט מיר נישט "א שו"ב אן א בארד ??? דאס בילד שטאמט פון ס כתב זאת זכרון פון ר אברהם שב שרייבער
איך האב דעם ספר נישט גזעהן נאר א COPY פון דעם בלאט עס באשטייט פון 9 בילדער מיט דעם קעפעל
(contemporaries and students of Rabbi Moshe Schreiber (Chasam sofer

דאס זאגט מיר אז עס איז א קאפי פון ערגעץ ווי????

איך האכ ג'וואלט צי שפילעווען אבער
די פייל איז צו גרויס, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KiB

האב איך עס ג'לייגט דא

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » פרייטאג ינואר 13, 2012 10:58 am

די בילדער פון כתב זאת זכרון האט ער אריגינעל אריינגעלייגט אין דעם ספר אין איז "נישט" קיין קאפי פון "ערגעץ ווי"
איך זעה נישט פארוואס איהר זענט אזוי עמפינדלעך צום א איד אנע בארד. זעהט אויס איהר זענט נישט אזוי באהאווענט אין דעם גלוירייכע היסטאריע פון דעם צביון פון די טיפישער טייערע אויבערלענדער יודל וואס איז נישט געוועהן אימער תוכו כברו און האבן געפלאקערט פאר כל דבר שבקדושה אויך אנע בארד.
אונזער ר' בער איז נישט געוועהן קיין שו"ב בדרך קביעות. ווי עס שיינט טאמער בכלל יא, האט ער נאר א קורצע תקופה געדינט אלץ שו"ב אין פרעסבורג (און קען גאר זיין אז אין דעם תקופה האט ער געלאזט די בארד. מיר האבן געקענט אידן [מער ווי איינס] וועלכע האבן געלאזט ספעציעל די בערד אין די תקופה וואס זיי האבן געדינט א שירות צום קהלה). די קפידה בכל המקומות איז דאכט זיך געוועהן נאר אויף רבנים צו האבן בערד. מיר דוכט זיך אז דאס אז א שו"ב זאל אויך האבן א בארד איז נישט געוועהן איבעראל.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » פרייטאג ינואר 13, 2012 12:18 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס איהר זענט אזוי עמפינדלעך צום א איד אנע בארד. זעהט אויס איהר זענט נישט אזוי באהאווענט אין דעם גלוירייכע היסטאריע פון דעם צביון פון די טיפישער טייערע אויבערלענדער יודל וואס איז נישט געוועהן אימער תוכו כברו און האבן געפלאקערט פאר כל דבר שבקדושה אויך אנע בארד.

[i]איך האב געקענט אזא איד פין דער נאנט אבי מורי ז"ל עס ליגט מיר נאך אין די נאז דער גערוך פון SHAVING POWDER ווייל ער האט נישט ג'וואלט ניצען א מאשין
איך האב א בילד פון תרפ"ט ביים TRAIN STATION ווען ק"ק פלוני האג זין ג'זעגינט פון רב (זקני זצ"ל) ווען ער איז געגאנגען למלא מקום אביו פון גאנצען עולם זענען דא נאר דריי בערד דער רב דער שוחט און דער לעררער פון חול
[/i]

אונזער ר' בער איז נישט געוועהן קיין שו"ב בדרך קביעות. ווי עס שיינט טאמער בכלל יא, האט ער נאר א קורצע תקופה געדינט אלץ שו"ב אין פרעסבורג

אזוי גאר????? ראה תולדותיו ע"י נכדו
,

(און קען גאר זיין אז אין דעם תקופה האט ער געלאזט די בארד. מיר האבן געקענט אידן [מער ווי איינס] וועלכע האבן געלאזט ספעציעל די בערד אין די תקופה וואס זיי האבן געדינט א שירות צום קהלה). די קפידה בכל המקומות איז דאכט זיך געוועהן נאר אויף רבנים צו האבן בערד. מיר דוכט זיך אז דאס אז א שו"ב זאל אויך האבן א בארד איז נישט געוועהן איבעראל.

ק"ק פלוני הנ"ל ווי אא"מ ז"ל איז מגודל געווארען איז ג'וועו פון די קהילות וואס האט געהאבען אן אייגענע שולע לחול
דער לעררער איז ג'ווען א ת"ח ויר"ש מופלג א תלמיד פון
מהר"ם שיק זי"ע וואס זיינע קינדער זעננען נישט געגאנגען אין שולע
ווען מען האט אים ג'פרעגט פארוואס ער דאווענט נישט מיט דעם טלית אויפען קאפ האט ער ג'ענטפערט וואס א לעררער מיט א טלית אויפען קאפ

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » פרייטאג ינואר 13, 2012 1:21 pm

איך הייב הענט. אודה ולא בוש. די מקור ווי איך האב געזעהן אז ער איז געווען שו"ב איז משמע געוועהן אויף א קורצע תקופה.
אבער כ'קען באשטיין צו וואוסן צו איהר האט א מקור אז מען האט מקפיד געוועהן אין די קהילות הקדש אז די שו"ב זאל האבן א בארד? דאס אז א רב זאל האבן א בארד ווייסן מיר אז די חת"ס אליין האט מקפיד געוועהן, אבער מהיכי תיתי אז אויך א שוחט?

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » פרייטאג ינואר 13, 2012 1:32 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:איך הייב הענט. אודה ולא בוש. ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אבער מהיכי תיתי אז אויך א שוחט?

נאר א הירגש אבער דאס געדענגק איך אז אא"מ ז"ל האט דערציילט אז א רב (זקיני ?) האט INTERVIEWED א שו"ב קאנדידאט און מיטען שמועס זאגט ער
זייט מוחל איך דארף ארויסגיין לצרכים איר האט אפשר אשר יצר פאפיר?
ניין
קיין שו"ב ביי אוז קענט איר נישט זיין

כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך כיצחק » מוצ"ש ינואר 14, 2012 10:21 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:די בילדער פון כתב זאת זכרון האט ער אריגינעל אריינגעלייגט אין דעם ספר אין איז "נישט" קיין קאפי פון "ערגעץ ווי"
איך זעה נישט פארוואס איהר זענט אזוי עמפינדלעך צום א איד אנע בארד. זעהט אויס איהר זענט נישט אזוי באהאווענט אין דעם גלוירייכע היסטאריע פון דעם צביון פון די טיפישער טייערע אויבערלענדער יודל וואס איז נישט געוועהן אימער תוכו כברו און האבן געפלאקערט פאר כל דבר שבקדושה אויך אנע בארד.
אונזער ר' בער איז נישט געוועהן קיין שו"ב בדרך קביעות. ווי עס שיינט טאמער בכלל יא, האט ער נאר א קורצע תקופה געדינט אלץ שו"ב אין פרעסבורג (און קען גאר זיין אז אין דעם תקופה האט ער געלאזט די בארד. מיר האבן געקענט אידן [מער ווי איינס] וועלכע האבן געלאזט ספעציעל די בערד אין די תקופה וואס זיי האבן געדינט א שירות צום קהלה). די קפידה בכל המקומות איז דאכט זיך געוועהן נאר אויף רבנים צו האבן בערד. מיר דוכט זיך אז דאס אז א שו"ב זאל אויך האבן א בארד איז נישט געוועהן איבעראל.

האט ער אריגינעל אריינגעלייגט אין דעם ספר ווער איז "ער" אז מעו טאר נישט האבען קיין ספיקות און וואס מיינט "אריגינעל " אליין ג'מאלען ???

געלאזט ספעציעל די בערד אין די תקופה וואס זיי האבן געדינט א שירות צום קהלה ר בער זצ"ל איז כל ימיו געווען בשירות הקהל

מיר דוכט זיך און אז דיר דוכט זיך איז וואס????

אויך אין מיין עזרת נשים האלט מען דאס בילד פארט זיך ניט מיט אינזערע ידיעות פון דעם פערזאן

מען דארף נישפ באפען התפעלות פון יעדע געדריקטע זאך

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 31&hilite=

http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 48_208.pdf

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=38

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג ינואר 16, 2012 2:49 pm

כיצחק האט געשריבן:

בארוהיגט אייך ר' איד,
כ'האב נישט געזאגט אז דאס איז זיכער די בילד פון ר' בער פרענק ז"ל. איך האב נאר געזאגט אז ס'איז נישט אויסגעשלאסען אז דאס איז איהם און מ'דארף זיך נישט אזוי דערשרעקן פון אן אויבערלענדער איד אנע בארד.
אונזער מגיב האט געפרעגט היות די ספר איז נישט תחת ידו זעהט איהם אויס אז דער מחבר האט עס גענומען פון אן אנדער ספר, צו מ'קען עס נאכגיין. האב איך געזאגט אז ניין, די מחבר פון כתב זאת זכרון האט די בלעטער פון בילדער אליין צאםגעשטעלט און נישט קאפירט פון ערגעץ אנדערש. אבער ריכטיג, איך ווער נישט דערשראקן ווייל עס איז געדרוקט. עס מוז טאקע נישט זיין ר' בער. אבער, עס קען פארט "יא" זיין ר' בער, און אולי האט ר אש"ב סופר עס נישט פון פינגער ארויסגענוגט.
שירות הקהלה - כ'האב מיך באצויגן צו שירות'ען ווי חזן וכדומ', נישט א שירות ווי נאמן הקהלה.
עס האט מיר פריערד געדאכט אבער יישר כחכם פארן אויפמערקזאם מאכן די תשובה פון הג"ר יודא אסאד ווי מען זעהט קלאר אז אין געוויסע מקומות זענען געוועהן שוחטים אנע בערד, און די פראבלעם איז געוועהן נאר ווען מען איז געוואר געווארן "וויאזוי" ער שערט די בארד, אז ער טוט דאס מיט א תער. אמת די דרכי תשובה און מנחת אלעזר קריגן אויף איהם, אבער די פאקט פון די מעשה זעהט מען אז נישט איבעראל האט מען מקפיד געוועהן. סך הכל האב איך געשריבן "מיר דוכט זיך אז דאס אז א שו"ב זאל אויך האבן א בארד איז נישט געוועהן איבעראל"
אבער ווי דערמאנט, היצט מיט אייער מראה מקום דוכט זיך מיר שוין נישט.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » מאנטאג ינואר 16, 2012 3:05 pm

אבער די פאקט פון די מעשה זעהט מען אז נישט איבעראל האט מען מקפיד געוועהן. סך הכל האב איך געשריבן "מיר דוכט זיך אז דאס אז א שו"ב זאל אויך האבן א בארד איז נישט געוועהן איבעראל"
אבער ווי דערמאנט, היצט מיט אייער מראה מקום דוכט זיך מיר שוין נישט.
גערעכט אבער אז דאס זאל זיין במחיצתו של מרן החת"ס זי"ע גלייבט זיך נישט

איך האב געפרעגט ביי די משפחה פון הרב טובי שטיינער ז"ל דער מסדר פון תולדות וחידושי ר מנחם כ"ץ און זיי ווייסען נישט בכלל פון אזא בילד ער איז ג'ווען א הפלאדיער RESEARCHER האט זיכער ג'זעהן דעת כתב זאת
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג ינואר 16, 2012 3:29 pm

אן אויסשניט פון א צייטונג פון שנת תרפ"ט (לכאורה נישט גענומען פון כתב זאת זכרון....)
http://www.geni.com/photo/view/6000000000958703068?album_type=photos_of_me&photo_id=6000000000959342102
צוגעלייגטע
בער פרענק 2.JPG

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג ינואר 17, 2012 10:10 am

בונמס זיידע האט געשריבן:
מספר תולדות וחידושי רבי מנחם כץ.jpg

זיין שווער (נאמן הקהל) א מושלם האט ג'האט אן עסק מיט דעם רב (דער רבי פון זיין איידעם) וועגען א מאלעריי

און אז איך בין מסופק אין די מעשה??

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 17, 2012 10:20 am

ללמוד וללמד האט געשריבן:
בונמס זיידע האט געשריבן:
מספר תולדות וחידושי רבי מנחם כץ.jpg

זיין שווער (נאמן הקהל) א מושלם האט ג'האט אן עסק מיט דעם רב (דער רבי פון זיין איידעם) וועגען א מאלעריי

און אז איך בין מסופק אין די מעשה??

כ'זעה אז די האסט ערנסט גענימען
מען דארף נישפ כאפען התפעלות פון יעדע געדריקטע זאך
אבער פרעג דיך נאך אויף דעם מסדר פון "תולדות וחידושי רבי מנחם כץ" אויך אין "איגרות סופרים" ווערט עס ג'ברענגט
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

דראפ אין
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 11:22 pm

obviously one was not from real life

תגובהדורך דראפ אין » דינסטאג ינואר 17, 2012 11:57 am

[left]
ללמוד וללמד האט געשריבן:אן אויסשניט פון א צייטונג פון שנת תרפ"ט (לכאורה נישט גענומען פון כתב זאת זכרון....)
http://www.geni.com/photo/view/6000000000958703068?album_type=photos_of_me&photo_id=6000000000959342102

compare the 2 pics the chin and lips are not the same so obviously one was not from real life
which one or neither
?????????

You have to understand the poor grandpa
didn't anyone notice
געפינט זיך: בית היסורים

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 17, 2012 12:36 pm

אדורך בליקענדיג דער אשכול האביך עטליכע הערות.

דאס אז מען האט אים גערופען פרענק ווייל ער איז געווען א ספרדי פון טערקיי, טרעפען מיר אן ענליכעס ביי די משחת תאומים-פרענקעל אז די פרענקעל'ס זענען די צווייג וואס זענען אנגעקומען קיין מיץ (און פראנקרייך) וואס איז געווען די ערשטע פלאץ און פראנקרייך וואס מען האט צוריק אריין געלאזט די אידען 300-350 יאר נאכען גירוש און שנת קנ"ה (דאכט זיך), און זיי נאט מען גערופען תאומים-פרענקעל.

איין זאך איז אבער נישט אזוי פארשטענדליך, אונגארען האט באלאנגט צו די טערקען ביז שנת תמ"ו ווען קיסר ליאפולד פון עסטרייך האט עס איינגענומען פון טערקיי ביי די מלחמה און אפען, אשר על כן איז ביז דענמאלץ געוווען א סאך גרינגער פאר א טערקישער איד פון ווייט אוועק צו קומען קיין אונגארן ווי א איד פון פוילען-גאליציע וואס איז געווען א סאך נענטער, אויך איז ידוע אז רוב אונערישע אידען ביז שנת תמ"ו זענען געווען ספרדים אדער חאטש האלבע ספרדים (די ערשטע צוויי גדולי אונגארן, וואס זענען געווען אונגארישע געבוירענע זענען געווען רבי יחזקאל סג"ל אבד"ק אונסדורף זצ"ל און דער מהר"ם א"ש (רבי מאיר א"ש) זצ"ל וואס איז געווען א ספרדי), איז שטעל איך זיך פאר אז ווען רבי גרשון פרענק האט געלעבט איז ער נישט געווען דער איינציגסטער איד וואס מען וואלט באטיטעלט "פרענק" איז טא פארוואס זאל מען אים דייקא אזוי אנרופען?

אינטרעסאנט אז דער מלביש וואס רבי מנחם כ"ץ זצ"ל טראגט איז לינקס אויף רעכטס. מען קען דאס זעהן אויף מערערע בילדער פון גדולי ישראל בימים ההם. עס פאדערט א באהאנדלונג. אמאל האב איך געמיינט אז מען האט רעווערסד דער נעגאטיוו, אבער נאך גייענדיג דאס, זעהט נישט אזוי אויס.

לעצטענס האט מען געטראפען אז רבי משה כ"ץ אבד"ק נייטרא זצ"ל (א זוהן פון רבי מנחם כ"ץ זצ"ל) איז געווען א תלמיד פון רבי אברהם שאג זצ"ל. צווישען די וואס דרייען זיך דא, ווייסט איינער עפעס מער וועגען דעם? לויט די יארען האבען זיי ביידע געלערענט ביים חת"ם סופר די זעלבע צייט און זיכער געווען חברים, אבער פארט איז דא עפעס וועגען דעם געשריבען?

עס איז דא א ביך אויף פרעשבורג פון Hugo Gold געדרוקט און תרצ"ג און דארטען איז דא דער זעלבע בילד פון רבי בער פרענק זצ"ל (דער ערשטער בילד און דער אשכול).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

בודון איז נישט בודא ?????

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 17, 2012 2:11 pm

SPUSMN האט געשריבן: , אויך איז ידוע אז רוב אונערישע אידען ביז שנת תמ"ו זענען געווען ספרדים אדער חאטש האלבע ספרדים

אלזא בודון און שו"ת רמ"א איז נישט בודא
AS IN BUDAPEST
לעצט פאראכטן דורך בונמס זיידע אום דינסטאג ינואר 17, 2012 2:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 17, 2012 2:15 pm

בכלל איז היינט א רעה חולה דאס אז אסאך פראבירען צוצופיצען זייער זיידענס אימעיג עס זאל שטימען פאר זייערע היינטיגע געפילען.

מעגליך אז פאר ר' בער'ס חשובע אייניקלעך געפעלט נישט זיין צורה איז מען ביזי בפילפולים של הבל.

איך האב לעצטענס געזעהן אין א נייע ספר תולדות, אויף איינעמס זיידע א תלמיד חת"ס שרייבט ער דער זיידע האט איבערגעלאזט דעם פאסטען פון ראש בי"ד אין ע. בשנת תרי"א וועגען די מתחדשים ונתקבל לאב"ד ש. בשנת תר"ך, און די הערה צייכענט ער צו אז זקנו ישב מחוסר פרנסה ומחוסר רבנות , כמיין ווי האט זיין זיידע געווינט די ניין יאר? אין א נ.י. הומלעס שעלטער? גראדע האב איך א דאקומענט וואס דער רב חתמט אין ע. בשנת תרט"ו.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

IMAGEפון א שו"ב אן א בארד נישט א זיידע

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 17, 2012 2:42 pm

צוצופיצען זייער זיידענס אימעיג עס זאל שטימען

WRONG
איך האב שוין געשריבען
איך האב געקענט אזא איד פין דער נאנט אבי מורי ז"ל עס ליגט מיר נאך אין די נאז דער גערוך פון SHAVING POWDER ווייל ער האט נישט ג'וואלט ניצען א מאשין
מיר שטערט דער IMAGE פון א שו"ב און א עיר ואם בישרא' פון א רב דער ח"ס און א ראב"ד ר דניא' פרוסטיץ און דערצי א שו"ב וואס מאכט תקנות
אבער אז דאס זאל זיין במחיצתו של מרן החת"ס זי"ע גלייבט זיך נישט
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 17, 2012 2:53 pm

ר יוסף דא האסט דו צווייטע ;l;p- פאר דעם קאמפלימענט
ר' בער'ס חשובע אייניקלעך

AND FOR SPEAKING YOUR MIND SO WELL
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 17, 2012 3:01 pm

אישים שרייבט אויף עם 'תקופה מסוימת שימש גם כשו"ב בקהילה', משמע אזוי רב ללמוד האט שוין ערווענט אז דאס איז געווען נאר צייטווילייג.

באמת וואלט זיך פארלאנגט א לענגערע אפהאנדלונג אויף די צביון פון פרעשבורג אין די תקופה פון מרן החת"ס, מיר אלע ווייסען מעשה תוקפו וגבורתו של החת"ס און עס קען זיך דאכטען אז אלעס איז עם געגאנגען דארט על מי מנוחות.

וואס איז ווייניגער באקאנט איז די ציפקע צרות וואס ער האט צומאל געליטען דארט, מען האט צוויי מאל געוועלט א ראש הקהל בניגוד לרצונו און זיין בארימטע ישיבה איז מער ווי איין מאל געווען בסכנת סגירה א דאנק מוסרים ואכמ"ל.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תקופה מסוימת שימש גם כשו"ב בקהילה

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 17, 2012 3:12 pm

וואס עס מיינט "תקופה מסוימת" אין אישים ווייס איך ניט אבער זעה דעם LINK אין
viewtopic.php?p=513215#p513215 אזוי גאר
מיט דאטום'ס און מקורות
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שואל ומשיב און 12 געסט