קברי צדיקים ואנשי שם בבתי חיים דק''ק מאנטשעסטער ענגלאנד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

קברי צדיקים ואנשי שם בבתי חיים דק''ק מאנטשעסטער ענגלאנד

תגובהדורך אקח מועד » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 10:38 am

מצבת הגה'''צ ראש ישיבת מאנשעסטער ר' יודל סג''ל זצ''ל
בביה''ח פיליפס פארק
צוגעלייגטע
IMG_0899.jpg
לעצט פאראכטן דורך אקח מועד אום מיטוואך דעצמבער 21, 2011 11:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 11:00 am

הרב אקח מועד
עס איז נישט אין רעינזאו
עס איז אין פיליפס פארק לעבען ווייטפיעלד...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

תגובהדורך אקח מועד » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 11:06 am

גערעכט
פאראכטן

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

תגובהדורך אקח מועד » מיטוואך דעצמבער 21, 2011 11:19 am

זיין איידים הגה''צ ר' מאיר צבי הכהן עהרנטרייא זצ''ל
נעבן אוהל פון זיין שווער
צוגעלייגטע
IMG_8769.jpg

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

תגובהדורך אקח מועד » זונטאג ינואר 15, 2012 8:59 am

הרבנית יוכבד ע''ה אשת ר''י סגל זצ''ל ראש ישיבת מאנשעסטער
נפטרה י''ט אלול תשכ''א
(ער האט שוין נישט חתונה געהאט נאכאמאל)
איך האב אין מיין באזיץ א דרשה ביי זיין טאכטערס חתונה, א קורצע תקופה נאך וואס זי איז אוועק.
מורא'דיג מורא'דיג ווי דער איד האט געלעבט מיט אמונה און בטחון.
איך קען עס ארויפלייגן אז איינער וועט מיר זאגן וויאזוי (12 מ.ב.)
צוגעלייגטע
IMG_0900.jpg

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

תגובהדורך אקח מועד » זונטאג ינואר 15, 2012 9:03 am

ר' יצחק דובאוו זצ''ל
משפיע רוחני בישיבת מאנשעסטער
נפטר ר''ח מנחם אב תשל''ז
בביה''ח רענזאוו
צוגעלייגטע
IMG_0903.jpg

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

תגובהדורך אקח מועד » זונטאג ינואר 15, 2012 1:02 pm

הרב ר' דוד פעלדמאן זצ''ל - גאב''ד מ''ה במאנשעסטער
מחבר פון פעלדמאנס קיצור שו''ע
נפטר ט''ז אייר תשט''ו לפ''ק
אין ביה''ח רענזאוו
אויף דעם פלאץ האט מען אריגינאל געלייגט הגר' משה יצחק סג''ל זצ''ל (טאטע פון ר' יודא זאב זצ''ל) מיטן פלאן שפעטער אריבערפירן קיין ארץ ישראל.
נאכן אריבערטראגן קיין א''י, האט ר' דוד פעלדמאן געזאגט אז מ'זאל אים דא לייגן ''עס איז א אויסגעוואַרמט בעטל''.
צוגעלייגטע
P5120148.jpg

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג ינואר 16, 2012 5:47 am

טאקע אינטערעסאנט אז ער ליגט נישט אין די מחזה"ד חלקה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

אנשים חשובים וזקנים - מייסדים פון די היינטיגע חסידישע שטאט

תגובהדורך אקח מועד » מאנטאג ינואר 16, 2012 11:12 am

ר' מרדכי זאב (וואלף) דרעזדנער ז''ל
יליד בראד, נפטר שמחת תורה תשל''ו לפ''ק
געווען א דורכגעווייקטע בעלזער חסיד, א פארצייטישער בע''ב, פון די מייסדים פון מחזיקי הדת.
ווען מ'האט געטוישט אין מ''ה דעם זמן תפילה שבת צופרי פון 9:30 אויף 900 איז ער אריבערגעקומען דאווענען אין נומבער אילעווען (דאס חסידישע ביהמ''ד).
(איינער פון די בעה"ב אין מחזיקי הדת האט אמאל צוריקגעזאגט בצחות פאר ר' וואלף דרעזנער וואס פלעגט ביי יעדע זאך זאגן אז אין בראד האט מען זיך אזוי געפירט, "לא על הלחם לבדו יחי' האדם, נישט נאר אויף "בראד" לעבן די מענטשן''.)
צוגעלייגטע
IMG_8855.jpg
CCF06122010_00000.jpg

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

תגובהדורך אקח מועד » מאנטאג ינואר 16, 2012 11:25 am

ר' משה זאב מאשקאוויטש ז''ל
יליד מעזא קאוואטשהאזא-אונגארן.
געבוירן כ''א סיון תרע''א לפ''ק .
נפטר כ''ח תמוז תש''ס לפ''ק.
ביים קריג האט ער פארלוירן זיין אשת נעורים מיט 5 קינדער - נאכן קריג אויפגעשטעלט זיין שטוב מיט זיין ווייב'ס שוועסטער.
פון די הויפט מייסדים פון די חסידישע ת''ת חינוך נערים, און פון די היימישע בנות ישראל.
אדוק ומקושר צו רביה''ק מסאטמאר זצוק''ל.
צוגעלייגטע
IMG_8750.jpg
CCF23062011_00008.jpg

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

תגובהדורך אקח מועד » מאנטאג ינואר 16, 2012 11:36 am

ר' ישעי קארנבלי ז''ל
יליד סאטמאר
געבוירן ז' שבט תרע"ו לפ''ק.
נפטר כ''ה סיון תש''ע לפ''ק.
פון די מייסדים פון די חסידישע ת''ת חינוך נערים, און פון די היימישע בנות ישראל.
אנגעפירט די חברה ש''ס אין מ''ה 50 יאר. גבאי פון חבת ירושלים.
צוגעלייגטע
IMG_0011.jpg
YK.jpg

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

תגובהדורך אקח מועד » מאנטאג ינואר 16, 2012 11:43 am

ר' בערל וואלדמאן ז''ל
נפטר ר''ח שבט תש''ע לפ''ק. מנו''כ אויפן הר המנוחות. (מ'קען נישט גיין ווייטער און אויסלאזן אזא פראמינענטער עסקן - אם לא עכשיו אימתי)
פון די מייסדים פון די חסידישע ת''ת חינוך נערים, און לאנגיעריגער מנהל.
מצבה2 (2).jpg
מיט יבלח''ט ר' מיכעלע מנתני' שליט''א
צוגעלייגטע
bw.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג ינואר 16, 2012 8:05 pm

אקח מועד האט געשריבן:ר' מרדכי זאב (וואלף) דרעזדנער ז''ל
יליד בראד, נפטר שמחת תורה תשל''ו לפ''ק
געווען א דורכגעווייקטע בעלזער חסיד, א פארצייטישער בע''ב, פון די מייסדים פון מחזיקי הדת.
ווען מ'האט געטוישט אין מ''ה דעם זמן תפילה שבת צופרי פון 9:30 אויף 900 איז ער אריבערגעקומען דאווענען אין נומבער אילעווען (דאס חסידישע ביהמ''ד).
(איינער פון די בעה"ב אין מחזיקי הדת האט אמאל צוריקגעזאגט בצחות פאר ר' וואלף דרעזנער וואס פלעגט ביי יעדע זאך זאגן אז אין בראד האט מען זיך אזוי געפירט, "לא על הלחם לבדו יחי' האדם, נישט נאר אויף "בראד" לעבן די מענטשן''.)


די מייסדים פון די מחזיקי הדת שוהל האבען שטארק געוואלט אז ר' וואלף זאהל קובע מקום זיין ביי זיי,ער האט מסכים געווען בתנאי אז זיי פירען זיך מיט עטליכע בעלזער מנהגים וכך הוה.

שבטיישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 7:23 pm

תגובהדורך שבטיישראל » דינסטאג ינואר 17, 2012 11:27 am

האט אפשר איינער א בילד פון די מצבות פון הרה"ח ר' הערש'ל הלוי היילפערן ז"ל ואבינו הרה"ח ר' חנא הלוי היילפערן ז"ל וחמיו (של ר' הערש'ל)הרה"ח ר' אליעזר אדלער ז"ל מגייטסהעד (בסוף ימיו האט ער געוואוינט אין מאנטשעסטער ביי זיין טאכטער רייך ושם מנו"כ
(זיי ליגן נאך אין דער אלטער בית החיים)

אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

תגובהדורך אקח מועד » דינסטאג ינואר 17, 2012 2:50 pm

בעסטע וואס איך האב אין מיין באזיץ
צוגעלייגטע
11111.JPG
אריינגעזאָאָמד
IMG_0905.jpg

להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 6:29 am

תגובהדורך להבין שמועות » דינסטאג ינואר 24, 2012 2:45 pm

בילד פון ר' אליעזר אדלער
צוגעלייגטע
Eliezer_Adler.jpg
Eliezer_Adler.jpg (72.01 KiB) געזעהן 3646 מאל

להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 6:29 am

תגובהדורך להבין שמועות » דינסטאג ינואר 24, 2012 2:46 pm


אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 24, 2012 2:57 pm

איך אמאל געהאט זיינע רענט ביכער, אינטרעסאנט ער פלעגט אלעס אנצייכענען אין יודיש, עס קיקט אויס אז האלב פון געטסהעד האט געהערט פאר עם.

להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 6:29 am

תגובהדורך להבין שמועות » דינסטאג ינואר 24, 2012 3:00 pm

אפשר שטעלט איר עס ארויף

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 24, 2012 3:01 pm

איך האב עס שוין נישט אין מיין באזיס.

אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 11:34 pm

לעוררם מתרדמת הזמן, ולפקוח עיני עורים

תגובהדורך חניוק » מיטוואך מאי 06, 2015 5:29 pm

אקח מועד האט געשריבן:הרב ר' דוד פעלדמאן זצ''ל - גאב''ד מ''ה במאנשעסטער
מחבר פון פעלדמאנס קיצור שו''ע
נפטר ט''ז אייר תשט''ו לפ''ק
אין ביה''ח רענזאוו
אויף דעם פלאץ האט מען אריגינאל געלייגט הגר' משה יצחק סג''ל זצ''ל (טאטע פון ר' יודא זאב זצ''ל) מיטן פלאן שפעטער אריבערפירן קיין ארץ ישראל.
נאכן אריבערטראגן קיין א''י, האט ר' דוד פעלדמאן געזאגט אז מ'זאל אים דא לייגן ''עס איז א אויסגעוואַרמט בעטל''.

רישום מעניין על ספר 'טהרת ישראל' מאת ה"חפץ חיים"
אצל אחד מחברי מונח עותק של הספר 'טהרת ישראל' שחיבר רבי ישראל מאיר מראדין בעל "חפץ חיים" (נדפס בפיעטרקוב תרס"ד). הספר הגיע מבית סבתו - משפחת מצגר בעיר לייפציג שבגרמניה.
בדף המגן שלפני השער ישנו רישום מעניין, בכתב ידו של רבי דוד פלדמן, רב בלייפציג (ואחרי השואה רב במנצ'סטר, אנגליה), מחבר "עיר דוד" (על "קיצור שולחן ערוך"; לייפציג-ניו יורק, תרפ"ד) וספר "שמושה של תורה" (לונדון-ניו יורק, תשי"א). בשנים האחרונות נדפס ספר נוסף מתורותיו בשם "לב דוד" (לונדון, תש"ס).
מן הרישום עולה כי הרב פלדמן קנה מספר עותקים מספרו הנזכר של החפץ חיים, ומכר אותם במחיר הקרן - לזיכוי הרבים.

בילד
פעולת צדיק הגאון המחבר, וספריו הקדושים שחיבר, כבר נודעו בשער בת רבים, ולמען זכות את הרבים להקשיב מוסר אחריו, היוצאים מלב קדוש וטהור, קניתי הרבה עקצעמפ' [אקסמפלרים = עותקים] לחלקם ביעקב; וסהדי בשחק כי אין כונתי להבנות מהם, כי מחירו הלא מצער היא (75 פפעניג)*. אמנם מה שהעירני לזה, בראותי כי בחוקי המאדע [=המוֹדָה] ומשפטי הלוקסוס מדקדקין בכל פרטי'[הם], וחיישי אפי' למיעוטא דמיעוטא, ובנוגע למשפטי התורה והלכותי'[ה], בעניני כשרות וטהרה אשר הן הם יסודי הדת ואשיותי'[ה], סומכין עצמן על "רוב" הבא מכח "ריב" וחזקה הבא מכל עקא, ואין איש שם על לבו פן יותפס ח"ו ברשת העון אשר גרם לנפשו במיעוט השתדלותו בעניני מקוה ותלמוד תורה... בערך יגיעותיו בהבלי העולם. ע"כ מצאתי א"ע [את עצמי] כמחויב בדבר להפיץ ספרי הגה"צ המחבר בתוך עמנו לזכותם ולהחיותם, לעוררם מתרדמת הזמן, ולפקוח עיני עורים שלא יכשלו ח"ו בעון איסור כרת. ואף אם יפעל פעולת צדיק הג'[און] המחבר ודבריו יכו שורש בלב אחד מאתנו די לי! והשם יפתח את אוצרו הטוב וישפיע מטובו לנדיבי עמנו למען יעצרו כח להתנדב ולהאציל זהב מכיסם לתקן מקוה טהרה כדת וכדין בלי שום חשש ופקפוק וליסד תלמוד תורה להשריש בלב צעירי צאן קדשים תורה ויראת שמים, ובזכות זה נזכה לגאולה שלמה בב"א [במהרה בימינו אמן]. הכ"ד [כה דברי] עבד לעובדי ה', דוד פעלדמאן רב ומורה דח'[ברת] "מחזיקי הדת" פה לייפציג יע"א.
פרייז [מחיר] 75 פ"פ [פפעניג].
* "פפעניג" (Pfennig) היא יחידת מטבע גרמנית. המארק הגרמני חולק ל-100 פפניג.

שפיץ
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

תגובהדורך שפיץ » מיטוואך יוני 08, 2016 11:54 am

האט איינער א בילד פין זיין מצבה?
Image0148.jpg

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דאנארשטאג יוני 09, 2016 12:36 am

להבין שמועות האט געשריבן:בילד פון ר' אליעזר אדלער


ר' אליעזר אדלר ע"ה האט איבער געלאזסט גאר א חשועבער משפחה
ובתוכם א איר אייניקעל פין די שענסטע רבנים אין טאראנטא וואס הייסט
ר' יאיר אדלר שליט"א
ב"ר אלי אדלר פין מנשסתר

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך יוני 22, 2016 12:38 pm

שפיץ האט געשריבן:האט איינער א בילד פין זיין מצבה?
Image0148.jpg


Whats his name
??

שפיץ
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

תגובהדורך שפיץ » מיטוואך יוני 22, 2016 3:41 pm

moishy56 האט געשריבן:
שפיץ האט געשריבן:האט איינער א בילד פין זיין מצבה?
Image0148.jpg


Whats his name
??

משה גולדסטין


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט