ים רויבער האט געשריבן:די וואך שבת אינמיטען יוצר האב איך מיר דערמאנט א ניגון און איך וואלט געקענט באשטיין אז איינער זאל מיר עס העלפען טרעפען
ס'איז אויף די ווערטער פון יוצר לפ' שקלים "אור פניך עלינו אדון נשא" ס'איז א שטייטע ווארימע ניגון און אויב געדענק איך גוט איס עס א קרעטשנעף'ער ניגון
אויב איינער קען מיך כאטשיג זאגן פון אויף וועלעכע טעיפ ס'איז
יעצט דערמאן איך מיר אז איך האב עס אמאל געהערט פון ר' מרדכי דוד עסטרייכער ביי א חתונה בחצר סאטמאר-מהר"א אפשר וועט מיר ר' שאץ א טובה טוהן
און פרעגן ידידו ר' מרדכי דוד צו ער ווייסט פון ווי די ניגון שטאמט