גייט זיין א מלחמה אמעריקע מיט איראן ?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

גייט זיין א מלחמה אמעריקע מיט איראן ?

תגובהדורך שטייסטענישט » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 2:29 pm

ברוכים הבאים צום "אמעריקא-איראן מלחמה" אשכול

איך וויל מ'זאל דא אויסליפטערן די צדדים לכן ולכן, וועט אמעריקע אטאקירן איראן אדער יא ? און אויב יא וואס וועלן זיין די קאנסעקווענצן ?
דארף אמעריקע מורא האבן ? (איך האלט אז נישט)

איך האב א שטארקן פילינג אז אבאמא גייט אטאקירן ( אזויווי ראמני און גינגרידש ווילן טאקע....) און העט אריינשפאצירן צום ווייסן הויז מיט א שטארקן זיג קומענדיגן יאר.

יעצט לייעניך אז סאודי אראביע לייגט שטארקע פרעשור אויף אמעריקע אז מזאל באמבארדירן איראן נאך פאר מ'נעמט ארויס די טרופן פון איראק.
נו וואס גייט זיך דא אויסקאכן ??
לעצט פאראכטן דורך שטייסטענישט אום זונטאג נובעמבער 20, 2011 12:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 2:55 pm

שטייסטעניש,

יעצט איינמאל עגרי איך מיט דיר,
עס איז פארהאן א מעגליכקייט ער זאל גיין פאר מלחמה... און טאקע נאר אויב די טיימינג וועט זיין ריכטיג פאר ווידערערוויילונג...

עס איז אבער א ווייטע מעגליכקייט.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 3:06 pm

איך האלט נישט אז אבאמא וועט עס טון בלויז פאר פאליטיקס, נישט דאס האבעך געמיינט! איך האלט נישט אבאמא פאר אזא לאולייף.
ס'וועט נאר זיין א זייטיגע בענעפיט פאר עם.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 3:36 pm

טאקע דאס איז אונזער מחלוקה׳לע... ער איז נישט קיין קליינער לוילייף, אבער נאך א קלענערער פאטריאט!
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 3:46 pm

יעצט באמבאדירן וועט אים גארנישט ברענגען אין נאוועמבער פאליטיש, און אויב יא פאליטישע פארדינסט וועט שוין בין לאדין דאס ברענגען, אבער אויב וועט איראן יא פארמאגן אטאמישע וואפן דעמאלטס, וועט עס אים שאטן אלס איינער וואס אונטער זיין זייגער האט איראן אריינגעברענגט א נייע שעדליכע וואפן געיעג אינעם מיטל מזרח.

צו ער וועט למעשה באמבאדירן צו נישט?? ווער ווייסט..? מיין באבע פלעגט זאגן 'פיפטי פיפטי'... ונחיה ונראה.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 3:58 pm

ריק פערי האט געשריבן:יעצט באמבאדירן וועט אים גארנישט ברענגען אין נאוועמבער פאליטיש, און אויב יא פאליטישע פארדינסט וועט שוין בין לאדין דאס ברענגען, אבער אויב וועט איראן יא פארמאגן אטאמישע וואפן דעמאלטס, וועט עס אים שאטן אלס איינער וואס אונטער זיין זייגער האט איראן אריינגעברענגט א נייע שעדליכע וואפן געיעג אינעם מיטל מזרח.

צו ער וועט למעשה באמבאדירן צו נישט?? ווער ווייסט..? מיין באבע פלעגט זאגן 'פיפטי פיפטי'... ונחיה ונראה.

מ'רעדט נישט פון א מלחמה ממש יעצט, ס'הייסט ערגעץ קומענדיגן זוממער.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 4:20 pm

באמבאדירן ווען אמעריקאנע סאלדאטן זענען אין איראק און אפגאניסטאן קען זיין א סכנה, ער קען שיקן באליסטישע מיסילס אהין...

דערווייל קוקט אויס ווי ס'שוין דא א "סייבער" מלחמה, ווי אויך ספעשל אפערעישנס אפערירן שוין אין איראן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מוצ"ש נובעמבער 19, 2011 3:42 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:באמבאדירן ווען אמעריקאנע סאלדאטן זענען אין איראק און אפגאניסטאן קען זיין א סכנה, ער קען שיקן באליסטישע מיסילס אהין...

דערווייל קוקט אויס ווי ס'שוין דא א "סייבער" מלחמה, ווי אויך ספעשל אפערעישנס אפערירן שוין אין איראן...

האסט גוט געזאגט, און חוץ א מעשה מיט דעם מעשוגענעם אכמעדינגאד ביסט גארנישט זיכער אז אמריקע וועט עם געווינען, און סקען זיך אנהייבן א מלחמה וואס מ'זעט זיך נישט ארויס מיטל מזרח ארץ ישראל וכו'

כותב
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 4:18 pm

תגובהדורך כותב » מוצ"ש נובעמבער 19, 2011 8:51 pm

יא יא, איין זאך איז אמאל זיכער אז ערגעץ וואו בקרוב וועט עפעס געשען, די אייבישטער זאל שומר ומציל זיין עס זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד
אבער דער אכמאנדינשאד איז שוין חושד מדינת ישראל צו זיין פאראנטווארטליך אויף די אויפרייס יענע וואך אין איראן ווי דער הויפט גרינדער פון די מיסעלס איז אומגעקומען
און זיי סטראשענען שוין נקמה, ממילא קענען מיר נישט וויסן וואס עס וועט זיך אויסקאכן דא...
ימים ידברו....

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » מוצ"ש נובעמבער 19, 2011 10:23 pm

"אמיר טהארי" אן איראנער געבוירענער צייטונג שרייבער וועלכער שרייבט פאר'ן נ.י. פאוסט (איך ליין עם שוין יארן, ער איז אייביג "ספאט אן") שרייבט אז דער גרעסטער נארישטקייט וואס אמעריקע אדער סיי ווער קען טון איז צו אטאקירן איראנס נולעארע פאסיליטיס אן גיין פאר רעזשים טשעינדש (ער מיינט די כומעיניס נישט אכמעדינישאד), איך האב אזוי הנאה געהאט צי ליינען עפעס וואס כאב אויך געטראכט צו זיין קארעקט.
ס'לוינט זיך צו ליינען דעם קליינעם ארטיקל, אשאד נאר ער איז נישט איינער פון די פרעזידענטס יועצים.

http://www.nypost.com/p/news/opinion/op ... ost10Alpha
לעצט פאראכטן דורך שטייסטענישט אום מוצ"ש נובעמבער 19, 2011 10:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מוצ"ש נובעמבער 19, 2011 10:34 pm

מיט דעם גראדע ביזטו גערעכט, מען רעדט פון אכמאדינעדזשאד וועלכער איז סך הכל א פויערל אויפ'ן שאך (אנטשולדיגט, איאטאלא...) ברעטל.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג נובעמבער 20, 2011 5:34 am

אם ד' לא ישמור עיר שוא שקד שומר, האט אמריקא בכלל די מעגליכקייט צי באמבעדעירן די "גאנצע" ניקלעיר אפאראט פין איראן???

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג נובעמבער 20, 2011 5:50 am

איינע פון די אויפגאבעס פון די 'וויירוסעס' אין די איראנער קאמפיוטער סיסטעמען איז געווען צו זאמלען שפיאנאזש איבער'ן גאנצן אפאראט.
דאס איז חוץ די ווארשיינליכע שפיאנען 'אן די גראונד'.
לכאורה איז די סטראטעגיע צו סאבאטאזשירן ווי ווייט מעגליך פון אינדרויסן, און דאס איבעריגע אויב וועט אויספעלן וועלן מיר ווארטן וואס דער עולם וועט מחליט זיין אין דעם אשכול (אדער אין מקוה)...
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » זונטאג נובעמבער 20, 2011 9:24 am

מכטי1 האט געשריבן:אם ד' לא ישמור עיר שוא שקד שומר, האט אמריקא בכלל די מעגליכקייט צי באמבעדעירן די "גאנצע" ניקלעיר אפאראט פין איראן???

וואספארא שאלה ??? די פענטעגאן האט אין די טעג באקומען נייע באמבעס

US Air Forces have received super-heavy bunker buster bombs, a spokesman with Pentagon lieutenant-colonel Jack Miller told reporters Tuesday.

He said that Boeing had begun to supply the bombs to the Air Force Global Strike Command in September.

The bombs will be carried by B-2 bombers. Each bomb weights 13.6 tons and has a built-in satellite navigation system.

Some experts note that this type of bomb which is capable of breaking 18-meter thick concrete walls, is a perfect weapon for attacking nuclear facilities in Iran.
http://english.ruvr.ru/2011/11/15/60453467.html
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג נובעמבער 20, 2011 10:39 am

שטייסטענישט האט געשריבן:

כ'זעה נאכנישט פין דא אז זיי האבען די מעגליכקייט צי ערלעידיגן די גאנצע

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » זונטאג נובעמבער 20, 2011 11:18 am

די פרעגסט צי אמעריקע האט גענוג מיסילס ? כ'פארשטיי נישט.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג נובעמבער 20, 2011 11:43 am

שטייסטענישט האט געשריבן:די פרעגסט צי אמעריקע האט גענוג מיסילס ? כ'פארשטיי נישט.

שטייסטענישט? איך פרעג אויף אלעס בכלל זיי האבען די מעגליכקייט צי צישמעטערען לאמיר זאגן צוואנציג פלעצער אויף איינמאל און נישט כאפען אינמיטן א געזונטע באמבע

לבנה קריכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

תגובהדורך לבנה קריכער » זונטאג נובעמבער 20, 2011 11:44 am

די לעצטע פאר יאר אנפאנג ווינטער מאכ'ט ישראל גערודער איבער איראן .זיי באקומען עפעס הנחות פאר דעם דייגעט נישט

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג נובעמבער 20, 2011 11:53 am

לבנה קריכער האט געשריבן:די לעצטע פאר יאר אנפאנג ווינטער מאכ'ט ישראל גערודער איבער איראן .זיי באקומען עפעס הנחות פאר דעם דייגעט נישט

נאך דעם פרישן 'איי-עי-אי-עי' באריכט איז דאס נישט נאר מדינת ישראל.
מכטי1 האט געשריבן:
שטייסטענישט האט געשריבן:די פרעגסט צי אמעריקע האט גענוג מיסילס ? כ'פארשטיי נישט.

שטייסטענישט? איך פרעג אויף אלעס בכלל זיי האבען די מעגליכקייט צי צישמעטערען לאמיר זאגן צוואנציג פלעצער אויף איינמאל און נישט כאפען אינמיטן א געזונטע באמבע

די פראגע איז צי אמעריקע ווייסט אלע פלעצער וואו איראן באהאלט אירע אקטיוויטעטן. אויב יא, וועט אמעריקע ווארשיינליך אנגרייטן גענוג מיסילס אויפ'ן וועג צו די אקציע. און איראן איז לכאו' נאכנישט אזוי סאפיסטיקירט צו שיסן מיסילס אינמיטן אריינהייבן כדבעי.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

לבנה קריכער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am

תגובהדורך לבנה קריכער » זונטאג נובעמבער 20, 2011 12:18 pm

יואל ווייס האט געשריבן:די פראגע איז צי אמעריקע ווייסט אלע פלעצער וואו איראן באהאלט אירע אקטיוויטעטן. אויב יא, וועט אמעריקע ווארשיינליך אנגרייטן גענוג מיסילס אויפ'ן וועג צו די אקציע. און איראן איז לכאו' נאכנישט אזוי סאפיסטיקירט צו שיסן מיסילס אינמיטן אריינהייבן כדבעי.

איראן owned היינט ,אינטערגעפירט דורך די רוסקיס .איראק.עזה.לבנון. סיריע.עגיפטען. אין ווייטער סאו די פראגע איז נישט איבער. צי זיי זענן סאפיסטיקירט צו שיסן מיסילס

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » זונטאג נובעמבער 20, 2011 2:46 pm

צו זאגן אז אמעריקע קען מאכן א שנעלע אקציע אין איראן, אונטערברענגן אכמאדעניזשאד און אריינשטעלן א נייעם פירער וואס וועט נאכטאנצן אמעריקעס פארלאנגן, איז זינלאז.

איראן איז בכלל נישט גלייך צו ליביע וועמען'ס קרעפטן זענען געווען א שפיל קעגן די מערב-וועלט מיליטער געצייג. זי איז פיל שטערקער ווי איראק מיט אפגאניסטאן אינאיינעם. און דארטן איז די מצב, נאך צען יאר, ווייט פון סטאביל.

איראן איז 4 מאל גרעסער ווי איראק, דאס רוב, בערגיג אזוי ווי אפגאניסטאן. אין צייט פון נויט קען איר באפעלקערונג צושטעלן אזויפיל ווי 40 מיליאן קאמפס-פעאיגע סאלדאטן. קיינע וואס זענען מערב-וועלט פריינטליך. אינדערצייט וואס איראק'ס מיליטער איז געווען פיזיש און מאראליש צוקלאפט פון די ענדלאזע סאנקציעס, איז איראן'ס מיליטער פארגעשריטן און קאמפסגרייט. איר מיסיל ארסענאל איז פון די בעסטע וואס נאר פאראן, זי האט אין דינסט איבער 40 מינים קורץ שטרעקיגע און ווייט שטרעקיגע מיסיל'ס, זיי ציילן זיך אין די טויזענטער'ס.

איראן'ס באפעלקערונג איז ניינציג פראצענט שאיטן, אירע שאיטן שכנים וועלן זיך זיכער אננעמען פאר איר. חיזבאלא און כאמאס אפגערעדט. אין איראק, מיט א פירערשאפט וואס איז רוב שאיטן, וועט דאס נישט אויסרופן אויפברויז אז אמעריקע האט זיך שוין ווידער גענומען צו אן אראבישן לאנד? אפגאניסטאן האט שוין קלאר געשטעלט אז זי וועט מיטשטיין מיט איראן.

כינע און רוסלאנד, נישט קיין שפיל קינדער, האבן אפען געמאלדן אז אטאקירן איראן וועט נישט ווערן פריינטליך אנגענומען. ביידע שטייען אויס צו ליידן פיל אויב די ריזיגע אויל זאפאסן פאלן אריין אין אמעריקענע הענט. ביידע ווילן פאר אלע געלטער אפהאלטן אמעריקע פון פולשטענדיג געוועלטיגן אויף דעם ראיאן.

איראן איז א שפיל מיט פייער און קען גאר מעגליך זיין די שוועבל צו א דריטע וועלט מלחמה.

די געדאנק אז קריג מיט איראן קען דינען א פאליטישע צוועק איז אבסורד ביז גאר, איראן איז די גרעסטע אויל פראדוצירער אין דעם ראיאן נאך סאודיע אראביע, איראן וועט געוויס בלאקירן דעם הארמוז וואסער-וועג שיקענדיג אויל פרייזן צו די ספערן און די עקאנאמיע אין די אדמה. די פאקט אז מערסטנס אויל פעלדער אין סאודיע אראביע זענען אין די שאיטן באוואוינטע געגענטן, וועט נאר צוגעבן אויל צום פייער. דאס איז נאך פארן אין באטראכט נעמען די קאסט פונעם קריג.

אפילו די אראבישע שוי שפילער-דיקטאטורן וואס שטייען מיט אמעריקע, וועלן שווער קענען בארעכטיגן א אמעריקאנע קריג קעגן איראן אן ווערן באדראעט פון נאכמער געוואלדטאטן אין לאנד. אמעריקע איז שוין גענוג פארהאסט אין די אראבישע וועלט, א קריג קעגן איראן וועט מאכן ארויסשפרודלען מער טעראריסטן ווי סיי ווען. פארגעסט נישט אז א גרויס חלק אראבישע טעראריסטישע גרופעס האבן טיפע פארבינדונגען מיט איראן.

ווי אזוי דאס דארף מאכן אמעריקע זיכערער פארשטיי איך נישט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג נובעמבער 20, 2011 3:00 pm

וואס יא?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג נובעמבער 20, 2011 3:03 pm

קראק פאט: הערליך שיין געזאגט!

און ווינקל פרעגט גוט..
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג נובעמבער 20, 2011 3:17 pm

קראק-פאט האט געשריבן: אפגאניסטאן האט שוין קלאר געשטעלט אז זי וועט מיטשטיין מיט איראן.

כי כי.!! :wink:
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » זונטאג נובעמבער 20, 2011 3:41 pm

["קראק-פאט"]
צו זאגן אז אמעריקע קען מאכן א שנעלע אקציע אין איראן, אונטערברענגן אכמאדעניזשאד און אריינשטעלן א נייעם פירער וואס וועט נאכטאנצן אמעריקעס פארלאנגן, איז זינלאז.

איראן איז בכלל נישט גלייך צו ליביע וועמען'ס קרעפטן זענען געווען א שפיל קעגן די מערב-וועלט מיליטער געצייג. זי איז פיל שטערקער ווי איראק מיט אפגאניסטאן אינאיינעם. און דארטן איז די מצב, נאך צען יאר, ווייט פון סטאביל.

איראן איז 4 מאל גרעסער ווי איראק, דאס רוב, בערגיג אזוי ווי אפגאניסטאן. אין צייט פון נויט קען איר באפעלקערונג צושטעלן אזויפיל ווי 40 מיליאן קאמפס-פעאיגע סאלדאטן. קיינע וואס זענען מערב-וועלט פריינטליך. אינדערצייט וואס איראק'ס מיליטער איז געווען פיזיש און מאראליש צוקלאפט פון די ענדלאזע סאנקציעס, איז איראן'ס מיליטער פארגעשריטן און קאמפסגרייט.

פון דיין תגובה זעהט זיך זיך אן אז אמעריקע פלאנט א פיס-איוואזיע אויף איראן. דאס וועט קיינמאל נישט געשען! דעי צייטן זענען אווער.
יעצט זאג מיר, וואס זענען 40 מיליאן סאלדאטן ווערט ווען מ'רעדט פון א הימל באמבאדירונג מלחמה ?
נאך א טעות וואס די מאכסט איז אז איינער קערט אפילו פון אכמעדיניגאד, נאט עט אלל, מעט דארפן פטור ווערן פון די מוללאה'ס. און די איראנער פאלק ,בעיקר די סטודענטן, וועלן שוין מאכן סדר.
איר מיסיל ארסענאל איז פון די בעסטע וואס נאר פאראן, זי האט אין דינסט איבער 40 מינים קורץ שטרעקיגע און ווייט שטרעקיגע מיסיל'ס, זיי ציילן זיך אין די טויזענטער

אמעריקע , בריטאניע, האבן גענוג F-16 חרוב צו מאכן איראנ'ס וואפן ארסענאל אין אפאר שעה

איראן'ס באפעלקערונג איז ניינציג פראצענט שאיטן, אירע שאיטן שכנים וועלן זיך זיכער אננעמען פאר איר. חיזבאלא און כאמאס אפגערעדט. אין איראק, מיט א פירערשאפט וואס איז רוב שאיטן, וועט דאס נישט אויסרופן אויפברויז אז אמעריקע האט זיך שוין ווידער גענומען צו אן אראבישן לאנד? אפגאניסטאן האט שוין קלאר געשטעלט אז זי וועט מיטשטיין מיט איראן.

פאר יור אינפא. רוב אראבישע/מוסילמענישע לענדער זענען פון די סוני סעקט וואס האבן מער פיינט איראן ווי אמעריקע.

אפגאניסטאן האט שוין קלאר געשטעלט אז זי וועט מיטשטיין מיט איראן

אקעי.... דא גיב איך טאקע אויף .... אבער נישט אזוי שנעל. ביסטיך טועה, זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן מיטשטיין מיט פאקיסטאן אויב אמעריקע אטאקירט פאקיסטאן. מיש נישט אויס די
יוצרות

כינע און רוסלאנד, נישט קיין שפיל קינדער, האבן אפען געמאלדן אז אטאקירן איראן וועט נישט ווערן פריינטליך אנגענומען. ביידע שטייען אויס צו ליידן פיל אויב די ריזיגע אויל זאפאסן פאלן אריין אין אמעריקענע הענט. ביידע ווילן פאר אלע געלטער אפהאלטן אמעריקע פון פולשטענדיג געוועלטיגן אויף דעם ראיאן

כינע און רוסלאנד ??...... הו קערס ?? זיי עלען שעלטן און שימפן , באט נאטינג מאר דעי קען דא.

איראן איז א שפיל מיט פייער און קען גאר מעגליך זיין די שוועבל צו א דריטע וועלט מלחמה.

מאנכע האלטן אז נוקלעארע וואפן אין רעליגיעזע פאנאטיקע הענט איז א גרעסערע שפיל מיט פייער.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”