~ איינצוג'ס דרשה ~

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

~ איינצוג'ס דרשה ~

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג יוני 25, 2007 2:13 pm

ברשות המנהלים, ברשות דעם סגן ראש הקהל, ברשות דעם גאנצן ציבור, ברשות דעם מייסד הקרעטשמע, ברשעות ובאכזריות גדולה שטעל איך מיך דא אהער, צו האלטן מיין רעדע.

שטייע מיר היינט אין אזא דערהויבענעם טאג, משוגע מאטארע, איך האב נערווען צו שפילן ערנסט?, נע, איך גיי מיך דא נעמען אויספאקן אלעס אשר עם לבבי, מ'בעט דעם עולם, נישט מ'בעט מ'ווארנט, גארנישט, טוטס וואס עטס ווילטס, איך מאך מיך צו די אויגן, און שטעל זיך פאר ווי דער זאל איז איבערגעפילט, און איך לאז מיינע דמיונות זאלן אנהייבן צו פארן.

ס'איז אזוי די מעשה, גארנישט קיין קלייניגקייט, ס'האט זיך געמאכט יעצט א געלעגנהייט, וואס איך האב שוין נישט געהאט יארן, צו רעדן פאר אזא ריזן ציבור מאנ"ש, וויל איך עס אויסנוצן ארויסצוגעבן מיינע דריקענישן.


טייערע אידן, איך וועל גיין אחת לאחת, נישט פארשוינען קיינעם, אויסגיסן ברבים מיין וואע"מ, אויף די וואס ס'קומט זיך זיי.

אלף! (די זאל ציטערט, ס'האט נאך אזא פחד נישט דא געהערשט, יארן) איך גיי אריין אין גראסערי, מעשה ראש הקהל, זעה איך ווי ס'ליגט אויסגעלייגט אלעס מיט א סדר:

ערשטע אייל; פרוכט, גרינצייג, וועטשטעבעל;

צווייטע אחמה... ; סיראויל'ס;

מיני טשקאלאדע'ס און אלע ערליי קענדיס; אויך ראוי למאכל קטנים, וגדולים שלא הגיעו לחינוך..

המוציא און מזונות'ן; (דרך אגב, היות דארט געפינט זיך אויך דער באליבטער בלעק און ווייט קוקי.. האט מען אהינגעשטעלט די צוויי שומרים, דשעק ענד זשיל..).

איך שפאציר אזוי צווישן די שורות, איינצופאקן אביסל עסן פאר די קליינע אינדערהיים.

נו, איך שפאציר אזוי אין גראסערי, אין אלע ניק'ס שפאצירן אזוי אינטער מיר.. ... יענטס געלעכטער, עטס זענטס נארמאל?.. דאס ביסל פרייוועסי וואס איך האב נאך אמאל געהאט, האט מען מיר אויך שוין צוגענומען.. און געיסט וואט, פונקט קעגן איבער די אייזקרים'ס און די פענסי אייסעס, זעה איך ווי אסאך אויגן קוקן אהין, נישט פון קיין פלענע מענטשן, גדולים וקדושים חסידים ופרושים פונעם היינטיגן דור, ולבחל"ח הייליגע צדיקים וואס זענען שוין נישט בתוכינו, וואס ליגן אויסגעלייגט אין פראנט פון די אויסגאבעס און צייטונגן, האבן נישט וואס צו טון, נאר שטיין און קוקן אויף די קאלטע סחורה, נישט סתם, נאר שעה'ן..

סארא בושה..

ווער ווייסט, אפשר זענען זיי די משגיחים תמידים?..

צוריק צום נושא, ביז אהער האבן מיר אלעס פארשטאנען, אין א גראסערי קומט עסן, זייער גוט, זעה איך אבער ווי אינדערזייט ליגן אזעלכע זאכן וואס זענען נישט ראוי אין מויל אריינצונעמען, ליכט, אויל, רילעקס, אויל שוועמעלך און צינדער'ס, צו וואס קומט דאס אין א גראסערי? כדאי אויב חלילה ס'איז דא א שריפה זאל די סטאר בעסער ברענען?? כ'מיין דאס באלאנגט דאך אויסדרוקליך פארן שנה ראשונה'דיגן מקוה איד, ווי נעמט מען דעם היתר פון מקפח זיין יענעמ'ס פרנסה? נאר ווייל יענער רעכענט מיטן טריאוי-קאלקלעיטער און דו האסט א מעכטיגן באר-קאד קאמפיוטער סיסטעם??

ס'איז היינט א וועלט פון קאמפעטישן, דער פרוכט סטאר פארקויפט שיך בענדליך, דער סעלפאן סטאר מאכט קאפיס פון שליסלעך, דער טוי סטאר פארקויפט ביכלעך, און אין ספרים סטאר קענט איר קויפן א שבת'דיגן נאכט לאמפ..

מ'קען דאך משוגע ווערן פון די זאכן וואס ליגן אויפן נישט ריכטיגן פלאץ, ווילאנג דארף נאך נעמען אז די מיידלעך וואס ווילן לערנען מוסר אויף אידיש וועלן זיי קומען סטאטדיען אין היכל ראזענבערג?..

און טאקע דא בתוכינו, אין קרעטשמע אליין'ס, דער סגן האט אויך דעם טיטל ראש הקהל, איך פארשטיי נישט, אויב אלעס לויפט פארקערט, איז דאך דאס א טאט-וועי-סטריט, פארוואס קען איך נישט אויך זיין סגן?? הלמאי ווי איז יושר. און זאל נישט אויסגערעדט זיין, די פראבלעם פון סגן איז אזוי גרויס, און ס'לויפט אזוי קרים, אז דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס א גראסערי מיט ליכט זוכט בכלל אין אן "איינצוג'ס דרשה".. איז דאס נישט היפקאריזעם..

דאס איז דער "אלף" פון מיין דרשה.

איז דאך סוף כל סוף די איינצוג'ס דרשה, פטור בלא כלום אי אפשר, אפאר ערנסטע דיבורים לכבוד היום.

מורי ורבותי, מ'לעב מיר און א דור פון א כאטקע לצים, אלעס לאכט פון אלעמען, און אויב דאס לצנות קען זיין בעסער ווייל מ'לייגט איינעם איבער אין מ'רוקט אין אים אריין כמו שכתוב, וועלכער לץ האלט זיך דען איין דערפון? מעשים בכל יום אין ביהמ"ד צו אויפן באס, ביים היטשן און אין קאווע שטובעל, וואס מ'נעמט איינעם אפיר און דאס לצנות פונעם היינטיגן טאג גייט לזכותו.. מילד גערעדט.

מ'שטייט ביי א שמחה, נעמט מען אויפן צימבל דעם אבי החתן אדער דער טאטע פון די כלה, איז דאס ביי א קידוש אדער שלום זכר, מזל טוב און אסאך נחת, לאנגע יארן זאלסטו דערלעבן צוזאמען מיט אים, על במתי התורה והיראה זאלסטו אים מגדל זיין, ל'בת/תורה ולחופה ולמעש"ט מיט אלע זיסע ברכות, דאס איז אבער נאר בפניו וואס מ'ווינטשט פארן נייעם געבוירענעם, געט אבער נאר א קוק אויף די יונגעלייטלעך ווען זיי גייען אינאיינעם צושפאצירנדיג צו די שמחה, מ'קען צונעמען דעם פאטער אויף פיצלעך, צו וואס? און פארוואס?

לצנות איז איין זאך, און ציפן איז דאס צווייטע, וויפיל טייטשן האט איר שוין געהערט, בייסעדיגע און שטעכעדיגע אויפן מאמר חז"ל בת תחלה סימן יפה לבנים? ווער רעדט נאך ווען דאס קינד איז שוין דאס פיפטע מיידל גייט דאך עס אריין אין די פינף ווערטער פון "1. בת 2. תחילה 3. סימן 4. יפה" אייזן גוט.., וויפיל קען מען וויי-טוהן און זיך ווערטלן אויף א פאטער וואס ווארט שוין ווען דאס קינד ווערט שוין אויס געל מ'זאל קענען מאכן דעם ברית, פראוועט מען לצנות, ווי כאילו: הא, מיינסט מ'ווייסט נישט אז דו האסט נאך נישט גע'מלה'ט! מיר האלטן חשבון, וועסט זיך נישט קענען ארויסדרייען.

ס'האט מיר וויי געטון, ווען א יונגערמאן האט דאס מיר פארציילט, אז צווישן איין מזל טוב און ס'צווייטע, האט ער געמוזט דעם נאז פארווישן נישט וואוסנדיג ווי זיך אהינצוטון, וואס האב איך געדארפט זיי ענטפערן פרעגט ער מיר.

ועל זה דוה לבינו, העט ער ווען דא געווען אין קרעטשמע, העט ער ווען געוואוסט אז קיינער מיינט נישט, ס'איז א וועלט, וואס יעדעס ווארט וואס קען ארויסגעזאגט ווערן, ווערט נישט נאר געשריבן, נאר געטייפט און געהאנגן אויף אלע גאסן מידי יום ביומו.. איז מען דען אים חושד אז ער וויל קיין ברית מילה נישט מאכן?? וויל ער דען נישט האבן קיין יונגלעך און ער קלויבט זיך צו גיין צו א שפיטאל וואס פארמאגט נאר מיידלעך??..

סך הכל אויב טענות האבן, אוודאי זענען די חברה נישט גערעכט, עם עקש תתפתל כתיב, אויב יענער איז א גראדער מעכיל, וואונטש אים אן אויף זיין שפראך, דארפסט נישט מער ווי זאגן: איך האב געהערט אז דאס 6 טאגליכער קינד ענדלט אין דיר זייער שטארק! ער העט אויפלעבן! (און ס'איז נאך אמת אויך..), שיק אים נישט נאכדעם צו מיר עס פארציילן... איך ווארן..

על אלה אני בוכי', די קרעטשמע היינטיגע טעג לעבט מיט דאס זעלבע, מ'טוישט ארום בענק און טישן, ראשי קהלה און אירע אמאליגע פאן טרעגער'ס, יעצט ווען הרב יענטאאש איז דא אויף א קורצן באזוך האט ער אראפגעגעבן א בילד ווי אזוי ער האט דא פארברענגט וויאזוי ער האט דא הנאה געהאט, שמחתי ושימחתי בו, מ'האט געהאט די זכי' אים צו הערן און זעהן א ביישפיל, א סעמפל וויאזוי עס דארף א ראש הקהל צו זיין.

דערפרייען א איד'ס נשמה איז נומבער איינס, און דערפרייען מיינט, נישט נאר ווען יענער דרייעט זיך ארום מיט א ספידינג טיקעט פון זעקס פוינטס אויף די לייסענס, אדער אז פונעם פעי-טשעק האט מען אים אראפגעציפט א צוויי הונדערט דולער, דאס אויך, אבער דערפרייען אין קרעטשמע מיינט: אפי' יענער איז א געריבענער לץ, פרוביר אים דאך צו מאכן לאכן!!

אהא, אט אזוי, דאס איז שוין זייער שווער. אבער דאס מוז מען טון.

און אז אמאל ווען א חזן האט נישט געקענט, האט מען צוגענומען משוררים, און אז ס'ראש הקהל יכול'ט נישט אזוי גוט, דינגט מען צו א "קיצלער"..

און אט אט פאר דעם איז מאשקע דא..

יענטאאש, אין דיינע וועגן וועלן מיר גיין, וויפיל שיסלעך זעק מיט פאפירן דער בעה"ב וועט דא אויף מיין טיש אראפשטעלן, קיינמאל וועלן מיר נישט אויפגעבן..

ווי שמחת תורה, ווען מ'ווארפט די זיסע זאכן און די "צאן קדשים" שרייען ספאנדאן אויס: מעעעעעעע, אזוי וועט דא אין קרעטשמע יעדע תגובה ווערן באזינגן און אויסגעשמועסט, על אפם ועל חמתם אויף די וואס האבן געוואלט אז מ'זאל ווארטן א 15 מינוט אויף יעדן שורה שרייבן, צוליב אן "אנא המתן.." מעסעדזש.

אה נאוי, נישט ביי אונז, אווי ס'געפינט זיך אנשי שלומינו, וועלן מיר זיי נישט לאזן זיצן שטיל, איר העט לאכן אפילו אייער האלדז טוט וויי.. וויאזוי האט יענער אורח דא אמאל געזאגט: בעל כרחך אתה חאחאחא..

ועל זה הי' דוה לבינו, על אלה חשכו עינינו, זיך דערוואוסענדיג ס'איז אויף מיר מקוים געווארן דעם מאמר חז"ל (ב"ק טז:) אמר ירמיה לפני הקדוש ברוך הוא: רבונו של עולם, אפילו בשעה שעושין צדקה, הכשילם בבני אדם שאינן מהוגנים, כדי שלא יקבלו עליהן שכר.

שטייע מיר אויף היינט צופרי, און דערזעה מיר זיך, אז איך שוויץ גאר אוועק, פאר יאהו'ס קאסטומער'ס.. פאר אזעלכע ליינער'ס האט מען מיך גענומען..

אוי בין איך באליידיגט..

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 25, 2007 2:39 pm

מה אומר ומה אדבר, טרערן רינען מיר פון די נאז, און די אויגן איז מיר אנגעפילט מיט פרייד, נאכן הערן די ווארעמע און אינהאלסטרייכע איינצוג'ס דרשה,

יעצט בשעת כ'שרייב דא דעם תגיבה, ווערן מיינע צעטלען ארויסגעפרינט איינע נאך ס'אנדערע, און וועלן אין נאנטן ציקונפט ווערן ציגעטראגן צום נענטסטן גראסערי מאן אין מיין געגענט, און אפשר אזוי ווועט מקיום ווערן די פסוק פון וילמדו תועים בינה, און פארקויפן וועלן זיי נאר וואס ס'ראש הקהל לאזט, אויך מיין מקוה איד וועט קריגען א קאפי, (מיסתמא, נאך נישט זיכער)

ס'האט מיר זייער וויי געטאן די דברי מוסר וואס כ'האב געהערט אינעם נושא פון טשפענען א צווייטען אדער ווייטוען איינער וואס געבארט נעבעך נישט קיין אינגלעך, ס'וועט זיכער זיין באלערנד פארן ציבור ווי אזוי אנציווינטשן פארן אבי הבן ביים זכור, און וואס צו שמועסן ביים אהיים גיין..

דאס וואס די רעדסט דיך אפ איבער דיין ארבייט פאר יאהו, האסטו פשוט קיין קאפ נישט צוגעלייגט, כ'מיין, ווילסטו דען אז דיינע ארטיקלען און רייכע באשרייבונגען זאלן פארבלייבן נאר פאר די קרעטשמע ליינער'ס ?, פארוואס זאלן אנדערע אידן, וואס ווייסן נישט צו זאגן פון אינזער קרעטשמע, נישט האבן די זכיה דערפאר ? אז יאהו וועט עס ארויף לייגן אויף זייער סוירטש וועט עס דער גאנצער כדור העולם זעהן עין בעין, און ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה, גלייב מיר, מיט א גרויסן קידוש שם שמים,

יגר, הערליך הערליך, שרייב וויפיל ס'גייט, ווילאנג די קנעפלעך פון דיין קיבאורד ארביייט, אין די סעקונדע איין קנעפל פון דיין קיבאורד בויקאטירט, קויף דיר א נייעם, האלט דיך נישט צוריק.

מזל טוב!!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יוני 25, 2007 3:05 pm

יגר'ל, יישר כח, איך בין הייזעריג פון אזויפיל לאכן, און רויט פון די שכינים'ס קולות איך זאל שוין שווייגן.

דער בעל כרחך אורח איז שוין יענער אורח אוי זאגט ער גוט, זעה אים איינצושרייבן דא.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג יוני 25, 2007 3:05 pm

אזוי ווי כ'בין ליידער געבוירן מיט א גראדער מעכיל (א געבורטס פעלער... הא?) דעריבער האב איך נאך ליידער נישט זוכה געווען צו פארשטיין אלע דעטאלן פון דער איינצוגס דרשה. אבער וואס איך האב זיכער יא פארשטאנען איז עפעס איין קליינע צעקוועטשטער צטט, וועלכער לויטעט: "בע"כ אתה חא"...
***

כ'מיין, אז אין היצטיגן פאל איז דער 'חא' אפשר נישט קיין בע"כ. ס'מער א נאטורליכער ווי א געצווינגענער.... וואס קען מען ווייסן...

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » מאנטאג יוני 25, 2007 3:18 pm

A איינס

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יוני 25, 2007 3:24 pm

יגר'ל, הערליך, סגן ארויף סגן אראפ, ראש הקהל איז דער עיקר, און פארדעם באצאלסטו.

צו די אלע קשיות ביים האבן א קינד, סטאפט מען נישט צו הערן די אזוי וויכטיגע קשיא, ס'וויפעלטע? מ'קען מיינען אז יענער באצאלט דערפאר, און ווען מ'ענטפערט נישט אויפן מינוט, הא, מ'ציילט שוין נישט, הא? נו, זאג שוין די אכטע די ניינטע, ענדליך ווען מ'ברעכט זיך שוין, און מ'פראקט זיך שוין אויס פאר יענעם, קומט די מעכטיגע ברכה, מערצעשעם איבעראס יאר נאכיינס, ווען ער האלט ווען כאטש חשבון, מילא, אבער וואו וואס ווען, נעקסטעס יאר, איז אודך כי 'עניתני', מיטן אנדערן טייטש, מיט איין טריט ווייטער, ווען דו ביסט גענוג נאנט מיט יענעם, נו, קען עס נאך מיטגיין, אבער מ'דילט דא מיט מענטשן, וואס מ'טוישט קוים א ווארט מיט זיי איבערן יאר, אבער די פערזענליכע אינאפרמעישן, מוז ער וויסן, גיי ווייס פארוואס פאר א גוט יאר, ער איז נייגעריג ביי די וויפעלטע יענער האלט, אין די זעלבע צייט, וואס ער האט בכלל נישט אין פלאן, עפעס צו שטייער געבן, צו די וואקסענדע הוצאות.

אנטשולדיגט פארן פארקריכן, ס'איז געווען מענין לענין באותו ענין, עניוועי שכוח ראש הקהל טייערער, פארן אויפברענגען די פגעי הדור, אויף אזא שיין אויפן, אז מ'זאל כאשט קענען לאכן אינדערזייט אויך.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יוני 25, 2007 3:49 pm

איך בין נאך צוטומעלט פון די "אלף" רבתי וואס האט אפגעהילכט אינעם זאל מיט אזא ווידערקול וואס איז נאכנישט געהערט געווארן זינט די ערשטע איינצוגס דרשה פון אונזער פרישן, באמת פרישן, ראש הקהל מר. יגר'ל שליט"א, וועלכער איז ווערט איינגעשריבן צו ווערן אינעם "וועלט רעקארד" בוך אלס דער שרייבער מיטן פרוכטבארסטן דמיון, וואס זיין הומאר קען צוזעצן א מענטש און אים פארוואנדלן אין א שטיק חחח.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מאנטאג יוני 25, 2007 3:54 pm

הערליך יגר, הערליך, אט דאס מיינט ודרשת וחקרת היטב, מיט א געלעכטער פאר קאמפאוט צו דער זייט,

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 25, 2007 4:15 pm

יגר;
כ'בין שטום! נישטא די ווערטער אין מויל, די טינט אין די פענע, די וואסער אין טייך, די פאפיר אין פרינטער, די ציינער אין ציין-בערשטל, די זייגער אין טאש, די אויסדרוקן אין ווערטער-בוך, די האר אין מקוה, די סיין אויפ'ן טרואוועי, זיך אויסצודרוקן ווי גוט דו האסט געזאגט!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג יוני 25, 2007 4:22 pm

מאשקע האט געשריבן:יגר;
כ'בין שטום! נישטא די ווערטער אין מויל, די טינט אין די פענע, די וואסער אין טייך, די פאפיר אין פרינטער, די ציינער אין ציין-בערשטל, די זייגער אין טאש, די אויסדרוקן אין ווערטער-בוך, די האר אין מקוה, די סיין אויפ'ן טרואוועי, זיך אויסצודרוקן ווי גוט דו האסט געזאגט!


איך וויל דיך באדאנקען פאר די דאזיגע צוויי שורות, און אויך דיך צו פארדאמען אז פונקט האב איך עס געדארפט צו ליינען ווען כהאב געגעבן א טרונק פון מיין קאווע, און דאס גאנצע אינהאלט האט זיך צושפרייט אויף מיין קאמפיוטער, סאיז געווען אן אויספלאץ אשר לא פלאצו אבותינו, הוי ביסטו א לץ.. וואס וועט זיין מיט דיר ??? חחחחחחח

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יוני 25, 2007 4:25 pm

יגר איך קען מיך נישט בארוהיגען ווי שיין די האסט באשריבען עס איז מורא'דיג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג יוני 25, 2007 4:54 pm

יגר, עס איז מורא'דיג.

ווען איך האב ווען נישט מורא פון אטאקעס, וואלט איך געשריבן א לאנגס און א ברייטס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 25, 2007 5:00 pm

דרך אגב האט געשריבן:יגר, עס איז מורא'דיג.

ווען איך האב ווען נישט מורא פון אטאקעס, וואלט איך געשריבן א לאנגס און א ברייטס.

כ'קען וויסן פון וועלכע אטאקעס דו האסט מורא? שרייב וואס דו האסט צו שרייבן. האלט דיך נישט צוריק פאר גארנישט אין דער וועלט!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יוני 25, 2007 5:47 pm

גם אני מצטרף מיט א פעטיציע צו דרך-אגב;

פארכטן זאלסטו זיך פון אויבערשטן, און האלט זיך נישט צוריק צוליב די מלעיגים.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג יוני 25, 2007 5:47 pm

כלבין דחציפין האט געשריבן:A איינס


יגר אז די הינט בילט איז א סימן אז עס איז געלונגען

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג פאברואר 09, 2016 9:30 pm

פונקט אריינגעפאלן דא ר"ח אדר
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 09, 2016 9:43 pm

פארבינדן האט געשריבן:פונקט אריינגעפאלן דא ר"ח אדר

גרויסן ש'כח פארן מהנה זיין אלע נייע ניקים (וגם אני בתוכם). ווערעך געוואר וואסא חברה גווען אמאהל אויף אייוועלט...... איי איז דאס גווען א וועלט.... שכ'ח צ'בינדן אפשר ביסטו מהנה דעם עולם מיט נאך אזעלכע לינקס פון די אלטע ווארע.. ממש יין ישן.. כ'מיין אז די זיידעס (וואס לעבן נאך... לאויש"ט)העלן זעך אויך מחיה זיין מיט דע אלטע זכרונות.... ;l;p- ;l;p- ;l;p-
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט