כך מקבל שכר על הפרישה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 11:34 pm

איך מיין אין איין געוויסע פארום איז דאס אמת.
קען זיין היינט שוין אנדערש ווייסעכנישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פרנקל
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:27 pm

תגובהדורך פרנקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 11:43 pm

בחורהזעצער האסט זייער שיין מסביר געוועהן, כאטש איך האב נישט פארשטאנען גענוי וואס עס איז געוועהן אומקלאר

געלעגער טייערע צו דו קויפסט צו נישט איז עס אבער נאך אלס א פאקט

און שטארקזיך זיסער איך שטעל זיך גארנישט פאר איך גלייב נישט איך ווייס, וויזוי זאגט נאר יענער; בדידי הוי עובדא

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 11:46 pm

לאמיך מסביר זיין אביסל מיין שאלה. איך יאג מיך אביסל ווייל איך דארף נאך אנטון די בעקיטשע און לויפן שאקלן די הענט פון אפאר אידן.
לאמיר פארשטיין אזוי, ווען א אינגערמאן אדער ווער מאכט אפ אז ער גייט זיך איינשרייבן אין אידישע וועלט און ווערן א חבר מיט די צענדליגע ניקים דא. ער לייגט אריין א ניק און היידא ער קען שרייבן. יעצט, ס'איז דא אסאך סארטן מענטשען, איינער האט די פעדער אין די האנט און נעמט זיך שרייבן אויף רעכטס און לינקס, ער לויפט ארום אין אלע צימערן איבערלאזן זיינע אפדרוקן. ווידער רוב ניקס זענען נישט אזוי, זיי קומען אריין און זיצן שטיל זיי ווארפן אריין אמאל דא אמאל דארט א ווארט. מיט די צייט ווערן זיי היימיש און זיי ערלויבן זיך שוין צו עפענען אן אשכול, דערנאך גייט עס ווייטער.
יעצט אויף א שטילע ניק וואס שרייבט קוים וואס האט ער מורא? ווער וויל בכלל וויסן זיין אידענטיטעט? קון אויב וועט מען יא וויסן? וואס וועט מען זעהן? אז ער זאגט א יישר כח פארן יצמח פארן ארויף שטעלן א כל נדרי בחצרות סאטמער? מה כל הרעש?
מ'קען מיינען ווי מיר זענען... איינער רעדט דא אויף איינעם אדער טוט עפעס קעגן די תורה אז ער דארף מורא ווען מ'וועט געוואויר ווערן ווער ער איז וועט ער נישט קענען ארויס גיין אויפן גאס??
איך פארשטיי אז איינער גייט צו א שווער און דערציילט אז זיין איידעם דרייט זיך אויף די נעט וואס די שווער האט נישט געוואוסט איז עס זייער ווייטאגליך.. אזא איינער דארף מען איבערלייגן.. אבער בדרך כלל א שטילע אינגערמאן וואס דרייט זיך דא און שמועסט פון צייט צו צייט ווער זוכט אים אויף צו דעקן? און חלילה אויב איינער דעקט אים אויף האט ער זיך וואס צו שעמען?

יעצט צום צווייטן סוג, איינער וואס שרייבט אסאך און לאזט זיך אסאך הערן איז ווייטער, קוקטס ביי די נסיעות ידידים (איינער ווייסט פון וואס איך רעד?) די אידן האבן מורא פון גילוי? נעך! אדרבה, זיי טרעפן זיך מיט אידן וואס האבן די זעלבע געפיל ווי זיי, זיי שעפן פרישע ידיעות, טרעפן זיך מיט פרישע פנים'ער ס'איז א מחי'. די אידן פארשטייען אז ס'איז נישטא וואס זיך צו שעמען. ווידער די אנדערע וואס ווילן נישט מ'זאל זיי אנדעקן קענען זייער גרינג אבאכט געבן. נישט ארויס געבן קיין אימעיל אדרעסן, נישט שרייבן זאכן וואס קען ברענגן אז מ'זאל דערגיין אבער דאס איז שוין אנגעהאנגן אינעם שרייבער זעלבסט. אויב איז ער פארנאכלעסיג קען ער צו קיינעם קיין טענות נישט האבן. ווידער איינער וואס האט אלעס געטון און דאס שפירט ער אז איינער קריכט אים נאך. נא, מיר האבן געטרייע הנהלה מיטגלידער, זיי זענען גרייט צו טון אלעס צו העלפן דעם נרדף און אפשטעלן די רודף. נאך מער, אז איינער האט אמאל א זאך וואס ער וויל שרייבן נאר ער האט מורא אז דאס קען צו ברענגן אז מ'זאל דערגיין ווער ער איז, וועגן דעם האבן מיר אחראים מיט מנהלים און אלע פון זיי זענען מסכים ארויף צולייגן זאכן בלי שם אלעס אז א ניק זאל זיך שפירן באקוועם צו שרייבן און ליינען. אלזא צום שלוס, איינער וואס האט א פראבלעם מיט גילוי איז אדער זאל ער זיך אבאכט געבן וואס ער רעדט ווייל רוב מאל איז דאס די ערשטע פלאץ פון ווי גילוי קומט. אדער זאל ער גיין צו די הנהלה זאגן אז מ'קריכט אים נאך. דאס קומען דא וויינען א-וואו פרנקל אז ער וויל זיך נישט דא דרייען... קאם אן, גיממי ע ברעיק... עפעס גאר קאנטערווערסיאל האסטו געמוזט שרייבן אז איינער זאל וועלן דערגיין דיין אידענטיטעט. פון סתם פארברענגן אשכולות, אדער דאנק ווערטער ווערט מען נישט קיין נרדף. און אויב יא, איז דא א הנהלה פאר דעם.

אקעי איך לויף שאקלן הענט...

חחח... און דו רוף דאס תגובה מהירה...

פרנקל
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:27 pm

תגובהדורך פרנקל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2011 12:16 am

הייסט עס אז געלעגער הייבט כלל נישט אן משיג צו זיין דעם גילוי פראבלעם. איך הער

ביידיוועי, איך בין נישט געקומען וויינען. נאר מסביר זיין פארוואס שאלת חכם זוכט מער נישט די חברותא פון קרעטשמע אפילו אין פארעם פון א נייע ניק

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2011 1:16 am

טאקע? איז דאס וואס דו האסט פארשטאנען פון מיין תגובה? האב איך מיך אזוי נישט קלאר מסביר געווען?
איך גראדע בין שטארק מקפיד דעראויף. אבער ווי געזאגט איך האלט אז מ'וויל קען מען זיך אבאכט געבן און אויב האט מען גארנישט אנגעווערטשאפט איז נישטא וואס מורא צו האבן.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2011 4:06 am

איך מוז אייך זאגען
רצונו של אדם זהו כבודו
איך אליין מצדי בין איך נישט מקפיד אויף גילוי
און עס זענען דא עטליכע וואס ווייסען ווער איך בין
אבער מען דארף מקפיד זיין מכבד צו זיין את הזולת און נישט פראבירען מגלה זיין דער וואס וויל נישט...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2011 6:30 pm

אוי וויי! נאך איינער דא זיך אנגעשטעקט אינ'ם שרעקליכען ניין-אין-ניינציגער קרעטשמע סינדראם!! וואס האב איך געוויינט, געיורמעט, געהולעוועט און געסטראשעט יארן צוריק?! לא עלינו!

און פלוצלינג כהרף עין, אויפ'ן סעקונדע, גיבט זיך אלעס א האסטיגע שטעל אפ מיט א שרעקליכע קוויטש! גענוי אזוי שנעל ווי ער איז אנגעקומען, אזוי שנעל ווערט ער פארשוואונדען! ס'קען אדורך גיין שעות און טעג וואס מ'הערט נישט, מ'זעט נישט. פארלוירען. ער איז נישט דא. פארשוואונדען וואו אין וואסער. פארשוואודען פונ'ם האריזאנט. אינני...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:24 pm

msp האט געשריבן:איך מוז אייך זאגען
רצונו של אדם זהו כבודו
איך אליין מצדי בין איך נישט מקפיד אויף גילוי
און עס זענען דא עטליכע וואס ווייסען ווער איך בין
אבער מען דארף מקפיד זיין מכבד צו זיין את הזולת און נישט פראבירען מגלה זיין דער וואס וויל נישט...

זענען דיינע ווערטער געוואנדן צו מיר?
אויב יא זייט אייך מסביר

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:44 pm

עס איז לכא' געוואנדן צום פותח האשכול. און "אייך" מיינט ער: בל' רבים. (באופן כללי)
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:47 pm

א יונגערמאן (איין יונגערמאן?, כ'מיין צוויי...) אין ביהמ"ד וועט מיך אייביג פארווארפן איבער מיינע געשרייבערייען דא, ווייל צופעליג ווייסט ער ווער איך בין.
כ'האב אים געזאגט דעם שבת, הער מיך אויס, איך אויפן ווירטואלן וועלטל בין איך אן אנדערער פערזאן, זיי מוחל אלע קשיות פרעג יענעם ווירטואלער פערזאן נישט מיך, (אוואו פלעגט ער שרייבן אין צייטונג... מיר נעמען נישט אחריות אויף די כשרות פון די ארטיקלען...).
(כהאף אז ער ליינט די שורות דא....)

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 4:08 am

גוט גוט
יהיה כן
סאונדס א ביט לייק דאקטאר דזשעקיל ענד מיסטער הייד....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 1:12 am

msp האט געשריבן:גוט גוט
יהיה כן
סאונדס א ביט לייק דאקטאר דזשעקיל ענד מיסטער הייד....

נו, ספרים חיצעינים...
But you know something we are all a bit like that...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 4:07 am

דער רבי ר בונים פון פשיסכא האט געזאגט יום כפורים כ-פורים
זאגט ער פארוואס
ווייל פורים פארשטעלען זיך אידען ווי גויים
און יום כפורים פארשטעלען זיך גויים ווי אידען....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 7:18 pm

שטארק זיך האט געשריבן:שומו שמים...

כאנישט געוואוס ס׳דרייען זיך דא אזוינע אייזלן.

עס געפונען זיך דא גרעסערע אייזלען ווי דו קענסט זיך נאר פארשטעלן.

מיינס א פריינט, א איי-וועלט ליינער וואס האט ניטאמאל קיין ניק דא - צוליב מאנגל אין צייט - ווערט כסדר גערודפט.
(דער יעניגער האט שוין זאגאר א גאנצע ליסטע מיט ניקים וואס פאסן פאר זיין כאראקטער...)

נעבעך נעבעך

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 8:11 pm

יענער לעבט אין אילוזיע.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 9:48 pm

געלעגער האט געשריבן:יענער לעבט אין אילוזיע.

אונאו, איך לעב נישט אין אילוזיעס... אויף דעי נושא דמיון איך אביסל... איז וואס?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 9:56 pm

גיב אבאכט. פון דמיון ביז הערן וואויסעס איז א קאצן שפרינג....

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 10:19 pm

איך וואלט געזאגט פאר ווער ס'האט א פראבלעם , אז זאלסט ארוספרינטען אפאר פי די עף'ס פון שץ אויף יו"ט און פון גראדער אויף פרשת השבוע,
און עס געבן פאר דיין ווייב אויף שבת/יו"ט און בדרך אגב אריינווארפן אז איינער האט דיר עס ארויסגעפרינט פון איי וועלט
עס פעלט נישט אויס נאך הסברים!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 11:47 pm

געלעגער האט געשריבן:גיב אבאכט. פון דמיון ביז הערן וואויסעס איז א קאצן שפרינג....

האב איך עפעס געהערט יעצט...?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:22 pm

נישט לאנג צוריק געווען זיין יארצייט...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:36 pm

שנאפס האט געשריבן:נישט לאנג צוריק געווען זיין יארצייט...

זאל זיין זכות מגין זיין...

וועמנ'ס יארצייט?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:36 pm

אהה.. שוין געכאפט!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

גיטעהארץ
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:32 pm

תגובהדורך גיטעהארץ » דינסטאג יוני 25, 2013 7:21 pm

נאך א שרעקליכע גילו מעשה
איך קלער אז ס'וואלט געווען א געדאנק ציזאם צי נעמען אלע גילו מעשות אין איין אשכול אילו וועט עס עפעס העלפען אז מ'זאל טראכטען פאר מ'טוט אזא נארישע זאך
איי (ס'איז אמאל געווען א) וועלט

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך יוני 26, 2013 1:21 am

גיטעהארץ האט געשריבן:נאך א שרעקליכע גילו מעשה
איך קלער אז ס'וואלט געווען א געדאנק ציזאם צי נעמען אלע גילו מעשות אין איין אשכול אילו וועט עס עפעס העלפען אז מ'זאל טראכטען פאר מ'טוט אזא נארישע זאך


וואסערע מעשה?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יוני 26, 2013 1:30 am

מילכיגער האט געשריבן:וואסערע מעשה?

ויגל ה' את עיני בלעם
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אויף געבלאזן, גאלדגרוב און 28 געסט