ר' מנשה קליין גאב"ד אונגוואר ומח"ס משנה הלכות

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

ר' מנשה קליין גאב"ד אונגוואר ומח"ס משנה הלכות

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 5:24 pm

הגה"צ רבי מנשה קליין זצ"ל בעל "משנה הלכות" איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון ארום ניינציג יאר.

שר וגדול נפל בישראל

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ברוך דיין האמת

תגובהדורך dovidal » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 9:16 pm

אויף ול מבשר דאכט זיך זאגט ער אז ער איז נפטר געווארן אין די טיפע עלטער פון זעקס און אכציג.
ער איז געוען א געהויבענער צדיק
איך האב געהאט די זכי' צו דאווענען געציילטע מאל אין זיין בהמ"ד אין בארא פארק.
זכותו יגן עלינו

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אוקטובער 02, 2011 1:39 pm

מיללער האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:סאנט אז ער שרייבט אז אין וויליאמסבורג איז געווען א ליאדיער שוהל

אנשי ליאדי 309 הופער סט. ברוקלין. השכונה של
יהודים. בנין מרווח של אבנים בעל ג׳ קומות,
לבד שיש מקום מרווח מתוקן בהדור לעריכת
סעודות ושמחות בתחתית הבנין הנק׳ מרתף.
מנהיגי׳ הם אנ״ש, ר׳ שמואל לאגין הוא המזכיר
והשמש ויותר מזה. היא רחוקה לערך י״ב או
י״ג בלאק מהישיבה תורת ודעת, שם לומדים
התלמידים של אברהם דוב לעוין ע״ה

ב''ה
בזמנינו הי' שם הרב הרה''ג ר' מנשה שליט''א קליין [הקטן] בעמח''ס משנה הלכות המתקרי היום אב''ד
אונגוואהר והגלילות .
ראה נא דבר חידוש הוא כותב שזה רחוק כי''ב י''ג בלאק שבסך הכל כחמשה בלאק .



געטראפן אין די אסיפות-בלאך די חתונה בריוול פון הרה"ג ר' מנשה קליין שליט"א בשנת תשי"ד, ווי ער ווערט טאקע דערמאנט אלס רב פון דער ליאדיער שול.

ער איז געווארן אן איידעם ביי ר' יחיאל גערטנער וועלכער האט זיך גערופען אדמו"ר מבריסל בטאראנטא (אינפא?) אויפן חתונה בריוול איז אונטערגעשריבען דער קלויזנעבורגער רב זצ"ל אלס רבי פון ר' משנה.

מיללער האט געשריבן:איך האב געמאכט אז זוכעניש אויף ר' מנשה קליין, ולשמחתי האב איך געטראפן וואס הרב הבד"ץ זכות ניקו לברכה האט בשעתו געשריבען און עס האט אויסגעזעהן ווי א חידה, ועכשיו מצאתי סמוכין לדבריו, מי ילך ויודיע להרבד"ץ?.. אולי יחוס על עם עני ואולי ירחם, און ער וועט מחדש זיין כנשר תגובותיו המלאים זיו



בילד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג אוקטובער 02, 2011 1:40 pm

כ'זעה נאר א רויטע עקס
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג אוקטובער 02, 2011 5:30 pm

ער איז פריער געווען שמש אין יענעם בית המדרש. און אלס שמש האט ער אנגעהויבן פארלערנען שיעורים, ווען דער פריערדיגער רב אין נפטר געווארן, און קענענדיג אים אלס תלמיד חכם וואס לערנט פאר שיינע שיעורים, האבן זיי שוין נישט געזוכט קיין אנדערן רב, און אזוי ארום איז ער געווארן רב.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג אוקטובער 02, 2011 11:48 pm

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 12:24 am

זייער אינטערעסאנט ביקסאד, מען זעהט ער האט שוין דעמאלס געטויגט
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 12:43 am

ווי האט מען אים געלייגט?
איפה פייוויש?

דא בין איך

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 8:47 am

נישט אויף די וועג צו הר המנוחות נאר קיין צפת לעבן הגאון בעל בית שערים ר' עמרם בלוהם זי"ע וואס ער האט אסאך געטוהן אין געארבעט אויף זיינע ספרים וכו' אין האט געבעטן בצוואתו דארט צו באגראבן.
דער רבנים פין עדה החדדית האט געפאסקענט להיתר ארויס צו נעמען פין ירושלים
参考专家

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 12:54 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:נישט אויף די וועג צו הר המנוחות נאר קיין צפת לעבן הגאון בעל בית שערים ר' עמרם בלוהם זי"ע וואס ער האט אסאך געטוהן אין געארבעט אויף זיינע ספרים וכו' אין האט געבעטן בצוואתו דארט צו באגראבן.

אולי רבי עמרם חסידא


מומחה יוחס האט געשריבן:דער רבנים פין עדה החדדית האט געפאסקענט להיתר ארויס צו נעמען פין ירושלים

נישט דאס ערשטע מאל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:27 pm

פארוואס זאל מען נישט מעגן ארויס טראגן פון ירושלים? אין ירושלים שבתוך החומה האט מען דאך נישט געטארט באגראבן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 7:12 pm

גערעכט !!
כוונתי איז געוועהן על רבי עמרם חסידא די זיידע פין דער בית השערים ליגט אין צפת איך האב מיר פשוט טועה געוועהן אין דאס האט ער געטוהן ווייל דורך זיין רעביצין איז ער א אייניקל פין די בית השערים מגדולי תלמידי הכתב סופר
参考专家

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוקטובער 12, 2011 12:25 am

איך האב געלערענט ביי אוהם און זיין ישיבה עטליכע יאהר נאך און זיין בית מדרש און וויליאמסבורג און דערנאך ווען ער האט זיך אריבערגעצויגען קיין באראפארק.

זיין בקיאות קען מען נישט משיג זיין. דער יוד האט געקענט כל התורה כולה.
אונז תלמידים האמער דאס אפען געזעהן. איבערהויפט ווען מעהאט זיך אריבער געצויגען קיין באראפארק.
זיין דירה איז קודם געווען און א בנין לעבען זיין בית מדרש אויף 16 עוועניו. מען האט געהאלטען און מיטען בויען א ספרים שטוב און זיין דירה, און אלע זיינע ספרים זענען געווען איינגעפאקט און storage.
אינז האמער געזעהן תשובות וואס ער האט געשריבען און יענע תקיפה אהן ספרים.
ער האט געquote פון תשובות ספרים מיטען לשון און פינטלעך געשריבען דעם סימן וויא עס שטייט. עס איז געווען מבהיל על הרעיון.

און וויליאמסבורג האט ער געוויאנט אונעם זעלבען בנין וויא דאס בית מדרש, אנשי ליאדי.
העכער דאס בית מדרש איז געווען זיין ספרים שטוב, און אין א שטוב דערלעבען איז געווען א בית מדרש וויא עס איז געווען א מנין נאר שבת פון די מלאכים.
זיין דירה איז געווען נאך א פלאר ארויף.

ער איז אויך געווען א מוהל.
איינע פון זיינע קינדער האט ערשט געהאט זיין ברית גאר שפעט. איך געדענק נישט צי וואכען אדער אפשר גאר חדשים.
ר' משה פיינשטיין ז"ל איז געקומען צו דער ברית און איז געווען סנדק.

יהא זכרו ברוך
the SCY is the limit

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

מתנה פאר גענעראל אייזענהאוער

תגובהדורך בונמס זיידע » זונטאג אוקטובער 30, 2011 9:38 am

טהור-עיניים האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט ביקסאד, מען זעהט ער האט שוין דעמאלס געטויגט


דאס איז געווען בשליחות רבו הגה"צ קלויזענבורגער רב זצ"ל אלס הכרת הטוב פאר הילף און די

DP camps

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוקטובער 30, 2011 10:18 am

א אינטערעסאנטע מעשה פון אים

https://docs.google.com/viewer?a=v&pid= ... mNhYjBmYzk
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

זכרונות

תגובהדורך בונמס זיידע » זונטאג אוקטובער 30, 2011 1:22 pm

scy4851 האט געשריבן:איך האב געלערענט ביי אוהם און זיין ישיבה עטליכע יאהר נאך און זיין בית מדרש און וויליאמסבורג און דערנאך ווען ער האט זיך אריבערגעצויגען קיין באראפארק.
יהא זכרו ברוך


שמחה ג'דענקסט די שריפה און קאך פון ישיבה (דארט ווי עס יעצט די טרעפ צים גרויסען בה"מ) ש"ק פקודי תש"ל דאס איז געווען דער קוגעל פון מיין אויפרוף

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג נובעמבער 28, 2011 12:10 am

מנוחתו כבוד בצפת
באמערקט אז עס שטייט נישט קיין דעיט ווען ער איז נפטר געווארען.
צוגעלייגטע
mk1.jpg
mk2.jpg
the SCY is the limit

שוטה
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג נובעמבער 28, 2011 1:51 am

scy4851 האט געשריבן:באמערקט אז עס שטייט נישט קיין דעיט ווען ער איז נפטר געווארען.

מסתמא איז עס די צווייטע מצבה [ביי די פיס] כנהוג אין אר"י ביי די שיינע אידן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג נובעמבער 28, 2011 3:01 pm

כ'מיין אז דער וואס האט געשריבען די נוסח המצבה קומט פון עפעס א אנדערע וועלטל
צו שרייבען אויף א מצבה בחשבון אז אין הונדערעט יאהר ארום עט מען זיך איין רעדען אז דאס איז טאקע אמת...
די יאר פון פטירה איז נישט אזוי וויכטיג ווי די טיטולען וואס זיי האבען דארט ארויף געשמירט.

ווען מען הייבט אן טוישען היסטורי' מיט קלארע פאקטען, נעמט עס מיר ארויס פין די כלים, זאלסט מיר ביטע אנטשולדיקען.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג נובעמבער 28, 2011 3:17 pm

a little respect for a shoichein ufor is asking too much from you?
he was a marbitz toireh AND one of the greatest talmudei chachochim in this day and age from BEFORE hebrewbooks.org, oitzar hachochmo, DBS, etc.
so you don't agree with his shitehs!
that gives you a right avek machen?
the SCY is the limit

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג נובעמבער 28, 2011 3:53 pm

scy4851 האט געשריבן:a little respect for a shoichein ufor is asking too much from you?
he was a marbitz toireh AND one of the greatest talmudei chachochim in this day and age from BEFORE hebrewbooks.org, oitzar hachochmo, DBS, etc.
so you don't agree with his shitehs!
that gives you a right avek machen?


ווי אין מיינע ווערטער זעהט אז כ'האב פוגם געוועהן בכבוד שוכני עפר, חלילה לך דבר כזה,
טו מיר א טובה די ווייסט גאהר גוט וואס איך מיין מיט מיינע ווערטער
אויב נישט טו דיר אליינס א טובה, קום אראפ אויף דער ריעליסטישע וועלט, מאך א חזרה, ליין איבער די נוסחאות פון ביידע זייטן.
ס'האט גארנישט צו טוהן, ניט מיט זיין הרבצת תורה, אין נישט מיט זיין גאונות ובקיאות וכו'.

ווער האט געשריבען דער נוסח, ווייסטו?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג נובעמבער 28, 2011 4:00 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:צו שרייבען אויף א מצבה בחשבון אז אין הונדערעט יאהר ארום עט מען זיך איין רעדען אז דאס איז טאקע אמת...
די יאר פון פטירה איז נישט אזוי וויכטיג ווי די טיטולען וואס זיי האבען דארט ארויף געשמירט.


דאס מיינט גערעדט מיט דרך ארץ?!?!?!
the SCY is the limit

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג נובעמבער 28, 2011 4:07 pm

טול קורה מבין עיניך

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג נובעמבער 28, 2011 4:14 pm

הה"ד כל המוסי"ף גורע...

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג נובעמבער 28, 2011 5:44 pm

scy4851 האט געשריבן:מנוחתו כבוד בצפת
באמערקט אז עס שטייט נישט קיין דעיט ווען ער איז נפטר געווארען.

שוטה האט געשריבן:מסתמא איז עס די צווייטע מצבה [ביי די פיס] כנהוג אין אר"י ביי די שיינע אידן.


אינעם אויבערשטן חלק שטייט טאקע יא א דעיט.
צוגעלייגטע
RMK6.jpg


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט