ר' יצחק גרינבלאט מעלענוויל-ירושלים ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' יצחק גרינבלאט מעלענוויל-ירושלים ומשפחתו

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 3:55 pm

מ'האט דערמאנט אין אן אנדערן אשכול בדרך אגב די שטאט עלענוויל אין די קעטסקיל ראיאן און א חשוב'ער רב וואס האט דארט משמש געווען ברבנות, וויל איך מוסיף זיין פרטים לזכרו.

הרב החסיד ר' יצחק גרינבלאט פון פוילן האט קודם משמש געווען ברבנות בעיר וואשינגטאן הבירה, פון דארט איז ער גערופען געווארן צו זיין רב אין די קהילה אין עללענוויל, ניו יארק וועלכע איז באקאנט פאר ניו יארקער אידנטום אלס א געגנט אין די קעטסקילס (נישט ווייט פון די סאטמארע בחורים קעמפ רב טוב אין דעירילענד).

פון דארט איז ר' יצחק ארויף קיין ירושלים ווי ער איז ניפטר געווארן ביום ח' אייר תשי"ג, ער האט איבערגעלאזט די ספרים; תולדות יצחק, הגיוני יצחק, ויאמר יצחק און נועם שיח, אבער מער פון דעם האט ער איבערגעלאזט א חשובע משפחה, דאס זענען; זיין זון הג"ר נטע צבי גרינבלאט אב"ד מעמפיס, טענעסי און זיין אייניקל המפורסם בחיבוריו הגאון הגדול ר' אפרים גרינבלאט אב"ד מעמפיס, טענעסי ב"ר אברהם ברוך בנו של ר' יצחק הנ"ל.

ר' אפרים איז געקומען פון ירושלים מיט אריבער 50 יאר צוריק אלס בחור צו מאכען פרנסה און העלפן שפייזען זיין משפחה נאכען קריגען סמיכה פון הגאון ר' איסר זלמן מעלצער, דא איז ער קודם געווען אין ניו יארק ווי הג"ר משה פיינשטיין האט אים געגעבן סמיכה, ער האט חתונה געהאט אין נ.י. פון וואנעט ר' משה האט אים געשיקט קיין מעמפיס צו דינען אלס דער ארטיגער רב.

אין די 50 יאר האט ר' אפרים מעמיד געווען הדת על תילה אינעם ווייטען מעמפיס, אפגעזונדערט פון די מערהייט פון די אמעריקאנער אידנטום, אזוי אויך האט ר' אפרים זוכה געווען צו שרייבען און דרוקען הונדערטער תשובות להלכה בספריו הנקראים על שמו 'רבבות אפרים'.

די ארטיגע קהילה האט געהאלטן ר' אפרים בכבוד גדול און ער האט באוויזען צו קריגען א שיינעם געהאלט און אויסגעהאלטן זיין משפחה בדרך כבוד, יעדעס אייניקל האט געקריגען אזויפיל ווי 50,000 צו די חתונה! האט הרב גרינבלאט דערציילט אין אן אינטערוויו מיט 'משפחה', אזוי אויך האט ר' אפרים געזאמלט א גינגאנטישע אוצר הספרים פון איבער 26,000 ספרים.

אלעס איז געקומען צו אן ענדע ווען הרב גרינבלאטט האט אינוועסטירט א גרויס חלק פון זיין פארמעגן ביי דעם טרויעריג-בארימטען שווינדלער ליידער מזרע ישראל בערנארד מעידאף, און אזוי ארום האט ר' אפרים אלעס אנגעוואורען, ער האט פארלאזט מעמפיס און וואונט היינט אין די הר-נוף געגנט אין אר"י, ער האט נישט באוויזען ארויפצוטראגן דעם גרויסען אוצה"ס צוליב די שווערע קאסטן פון אזא טראנספער.

מקור:
http://www.vosizneias.com/52739/2010/04 ... to-madoff/

א בריוו פון ר' נטע צבי ב"ר יצחק פון מעמפיס
בילד

א בילד פון הג"ר אפרים בעמח"ס רבבות אפרים
צוגעלייגטע
rabbi-greenwald-400x309.png
rabbi-greenwald-400x309.png (220.61 KiB) געזעהן 1705 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 4:36 pm

תמונת הרב נטע צבי גרינבלאט אב"ד מעמפיס:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 50#p137750

אורח לרגע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

תגובהדורך אורח לרגע » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 12:55 pm

רבי אברהם ברוך גרינבלט הנ"ל, בנו של ר' יצחק, היה חותנו של הגה"צ רבי שלמה ברעוודא שנפטר בשנה האחרונה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 03, 2014 11:35 am

בד"ה הרב ר' אפרים גרינבלאט ז"ל אב"ד מעמפיס בעמח"ס רבבות אפרים

יהא זכרו ברוך

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 14, 2016 12:06 pm

מיללער האט געשריבן:מ'האט דערמאנט אין אן אנדערן אשכול בדרך אגב די שטאט עלענוויל אין די קעטסקיל ראיאן און א חשוב'ער רב וואס האט דארט משמש געווען ברבנות, וויל איך מוסיף זיין פרטים לזכרו.

הרב החסיד ר' יצחק גרינבלאט פון פוילן האט קודם משמש געווען ברבנות בעיר וואשינגטאן הבירה, פון דארט איז ער גערופען געווארן צו זיין רב אין די קהילה אין עללענוויל, ניו יארק וועלכע איז באקאנט פאר ניו יארקער אידנטום אלס א געגנט אין די קעטסקילס (נישט ווייט פון די סאטמארע בחורים קעמפ רב טוב אין דעירילענד).

פון דארט איז ר' יצחק ארויף קיין ירושלים ווי ער איז ניפטר געווארן ביום ח' אייר תשי"ג, ער האט איבערגעלאזט די ספרים; תולדות יצחק, הגיוני יצחק, ויאמר יצחק און נועם שיח, אבער מער פון דעם האט ער איבערגעלאזט א חשובע משפחה, דאס זענען; זיין זון הג"ר נטע צבי גרינבלאט אב"ד מעמפיס, טענעסי און זיין אייניקל המפורסם בחיבוריו הגאון הגדול ר' אפרים גרינבלאט אב"ד מעמפיס, טענעסי ב"ר אברהם ברוך בנו של ר' יצחק הנ"ל.




אין די לעצטיגע טעג איז אריינגעקומען א זענדונג צום אפיס פון "מורשת חכמי אמעריקא" פון אן אייניקל פון הגר"י גרינבלאטט ז"ל נשוא האשכול וועלכער וואונט נישט אין ניו יארק, זאגנדיג אז ער קומט בקרוב קיין ניו יארק און ער האט חשק צו גיין באזוכן קבר זקנו זצ"ל, אבער ער ווייסט נישט גענוי ווי אין ניו יארק ער ליגט. לאחר וואס דער חשוב'ער מזכיר המורשת האט אנגעוויזן אז לויט ווי עס איז פארשריבן בין רשימות המורשת ליגט רבי יצחק גרינבלאט אין ארה"ק, האט דער אייניקל זיך גע'עקשנ'ט אז דאס איז נישט ריכטיג, אמת, זאגט ער אז דער זיידע איז ארויף קיין אר"י נאכן דינען אלס רב אין עללענוויל, אבער לימים איז ער צוריקגעקומען און ער האט משמש געווען ברבנות בסוף ימיו אין ברוקלין, ניו יארק און דאהי איז ער נפטר געווארן ופה נטמן.

נאכן הערן קלארע דיבורים האבן חברי המורשת אנגעהויבן די ארבייט, יעדער אויף זיין געביט און עס איז קלאר געווארן אז עס איז מסתבר אז אויב ער ליגט אין נ.י. איז ווארשיינליך די רעדע פונעם ביה"ח מט. יהודא אין קווינס, ווי נאר דאס איז געווארן די דירעקציע האט דער אייראפעאישער מצבה שטעלער איבערגעקוקט זיינע זאפאסן פון בילדער פון מט. יהודא, און 'בינגא' די מצבה געפונט זיך טאקע דארט.

דא האט איר טייערע אייוועלט ליינער די בילד פון מצבת הגאון רבי יצחק גרינלאט זצ"ל, אבער אסאך מער ווי דער בילד ליגט אונטער דעם, אט די מצבה און מקום מנוחה גייט בקרוב באזוכט ווערן דורך אן אייניקל פונעם חשוב'ען רב זצ"ל, מגלגלין זכות ע"י זכאי, דער חשוב'ער מורשת מיטגליד און פיאניר פון קברי צדיקים בארה"ב הרה"ח ר' ברך אמסל הי"ו פון קיו גארדנס וועלכער האט באקומען דעם ערשטן אנפראגע פונעם אייניקל,די חברי המורשת וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיט די זוכענישען און ועל כולם דער מצבה שטעלער פון גמ"ח המצא מנוחה וואס האט אהערגעשטעלט דעם בילד במילואו.

יהא זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו.
צוגעלייגטע
Greenblatt[1].jpg

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5192
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מארטש 15, 2016 12:36 am

אינטערסאנט!
וואס זענען די סיבות ער האט זיך צוריקגעקערט דאהי? און וואו האט ער משמש געווען דא ברבנות נאכן זיך צוריקערן?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 16, 2016 3:40 pm



צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 68 געסט