"נענועים" ניגוני חסידי סאטמאר (מהר"א) - ימים נוראים תשע"ב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

"נענועים" ניגוני חסידי סאטמאר (מהר"א) - ימים נוראים תשע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמע מאן »

ווי איך הער וועט אי"ה די וואך ארויסקומען די נייע סידי מיט די פרישע ניגונים פאר ימים נוראים פון חסידי סאטמאר (מהר"א) תשע"ב. די אלבום דאס יאר טראגט די נאמען "נענועים" און פונקט ווי אלע יארן ווערט די פראיעקט ארויסגעגעבן דורך הרה"ח שלמה הערש עקשטיין, פון די ראש השוררים בחצר סאטמאר, אליינס א קאמפאוזער שוין אסאך יארן.

דער אלבום פארמאגט אין זיך א הערליכע סעריע פון נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לכ' די ימים הנוראים הבעל"ט בחצר סאטמאר (מהר"א) אין צוגאב צו נאך 2 היסטארישע ניגונים לבית סאטמאר.

"נענועים" איז נישט בלויז נאך א אלבום וואס קומט ארויס יערליך אלול צייט, נאר דאס טראגט מיט זיך גאר א היסטארישן ווערד, ווען דער היסטארישער נענועים ניגון וואס איז געזינגען געווארן מיט גרויס דביקות ביי די הייליגע נענועים פון הרה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע אום יו"ט סוכות, און עס ווערט נאך עד היום געזינגען מיט א אויסטערלישע התעוררות אין די סאטמארע בתי מדרשים בשעת די נענועים. ווערט אצינד ארויסגעגעבן צום ערשטן מאל אויף א פראפעסיאנאלן פארמאט דורך א הערליכע קאפעליע באגלייט מיט מוזיק.

שוין אסאך יארן וואס סאטמארע אידן איבער די וועלט האבן ארויסגעקוקט אויף אזא פראיעקט, נאכדעם וואס דער "נענועים ניגון" ווערט פאררעכנט צווישן די הייליגסטע ניגונים ביי חסידי סאטמאר וועלכע זינגען דאס ביי די נענועים און ביי די הקפות אום שמחת תורה וווי אויך ביי די רבי'שע חופות און ביי די יארצייט סעודות אום כ"ו אב.

דער ניגון איז פארפאסט געווארן דורך דעם באקאנטן קאמפאוזער הרב בעריש ווישעווער ע"ה (אגב, ווער איך יעצט געוואר אז זיין ארגינעלע נאמען איז ר' בעריש הורוויץ) עס פארמאגט 7 פעלער, און מען פארציילט אז ווען ער האט געמאכט דעם ניגון האט ער זיך פארגעשטעלט ווי ער שטייט ביי די נענועים פונעם רבי'ן זי"ע און לויט זיינע תנועות ביי די נענועים האט ער מחבר געווען דעם ניגון.

היות דער ניגון איז היפש א שווערע ניגון דעריבער זענען פאראן א גרויסער פראצענט פונעם סאטמאר'ן עולם וואס קענען עס נאר למחצה לשליש ולרביע, פונקט גוט צו קענען מיטזינגען מיט'ן עולם, אבער אסאך מענטשן וואלטן עס יא געוואלט קענען געהעריג.

אויסער דעם איז במשך די לעצטע 32 יאר אוועקגעפאלן 2 פעלער פון דעם ניגון צוליב וואס ביים ברך משה זי"ע פלעגט געדויערן די נענועים עטוואס קורצער ווי ביים פעטער און דערפאר פלעגט מען אויסלאזן צוויי פון די 7 פעלער, אזוי ארום אז דער יונגער דור ווייסט בכלל נישט אז עס קומט נאך צוויי פעלער צו דעם ניגון.

אלזא, יעצט איז ערשינען די "נענועים ניגון השלם" מיט אלע פעלער און מיט אלע תנועות, די ארויסגעבער זענען נאכגעגאנגען פונקטליך יעדן קוועטש ווי ווייט מעגליך ביי די אלטע משוררים פון רביה"ק מסאטמאר לבית ווערצבערגער בני הרה"ח ר' יקותיאל צבי ז"ל וועלכער איז געווען דער ראש המשוררים אין סאטמאר אריבער א יובל יארן, און האט נאך געזינגען ביי רביה"ק מסאטמאר אינדערהיים אין קראלי פאר'ן קריג.

אויסער דעם היסטארישן נענועים ניגון פארמאגט דער אלבוים נאך א ניגון "נפשי לה'", וואס עס האט מחבר געווען הרה"ח ר' יקותיאל צבי ווערצבערגער ז"ל לרגל די קבלת פנים פונעם רבי'ן זי"ע ווען ער איז צוריקגעקומען פון ארץ ישראל בשנת תשט"ז לפ"ק, כידוע איז דער רבי געפארן דעמאלטס מרעיש צו זיין איבער די קליפת הציונות און דער רבי האט דאן אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דרשות, און ביים צוריקקומען איז געווען א קבלת פנים וואו ר' יקותיאל צבי האט מחבר געווען דעם ניגון פול מיט געגועים פון אמונה אין השי"ת און אין ביאת המשיח. אין אנהויב פון דעם טרעק קען מען הערן אן אויסצוג פון יענעם פייערליכן קבלת פנים ווי דער עולם זינגט דעם ניגון מיט התרגשות.

דער ניגון איז אצינד נתפרסם געווארן שטייענדיג בשנת האבל פון ר' יקותיאל צבי ז"ל וועלכער איז היי יאר נפטר געווארן לחה"ה.

די איבריגע ניגונים זענען נתחבר געווארן דורך די לאנגיעריגע סאטמארע קאמפאוזירער הר"ר יודל ווערצבערגער הי"ו און הר"ר שלמה הערש עקשטיין הי"ו

די מוזיק איז געשפילט געווארן דורך ר' יואל פייערשטיין פון קרית יואל און דורך ר' אברהם שמעון מארקאוויטש פון קרית יואל, און עס איז רעקארדירט און צוזאמגעשטעלט געווארן דורכ'ן באקאנטן טאלאנספולער אינגערמאן ר' משה קרויס הי"ו פון MK Studio.

די קווייער איז צוגעשטעלט געווארן דורך די "סאטמארע קאפעליע", און אנגעפירט ביי MK. די סאלאס זענען ווי פאלגענד: הרה"ח ר' שלמה צבי עקשטיין הי"ו, ר' עמרם אקער הי"ו, ר' יואל גאנדל הי"ו, הב' מרדכי גאלד נ"י, הילד אלימלך שטיין נ"י און הילד ישראל דוד אינדיג נ"י.
זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג נאר »

קוקט אויס צו זיין זייער אינטרעסאנט. איז דער ניגון נפשי לה' למעשה אינגאנצן פארגעסן געווארן ביז'ן היינטיגן טאג? איז עס א שטייטע אדער שנעלע ניגון?
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

"נענועים". א בייפאל פון א סידי-נאמען...

די עצם איידיע פון אהערשטעלן די "נענועים ניגון" בשלימות איז א געוואלדיגע זאך.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג נאר »

ס'איז עפעס אזא סטיל נאמען פון 'פארענטשעס'... מ'נעמט א קאנצעפט וואס ווערט געטון ביים רבי'ן\טיש און מ'בויעט אויף דעם.
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשכבהג »

פריוועיו פליס
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשכבהג »

א געוואלדיגע זאך די נענועים ניגן, ממש ווי ער שרייבט דער עולם קען עס פינקט צו מיט זינגן.

ענדלעך ענדלעך אזא רייכע ניגן פראפעשענאל אויף טעיפ
לעצט פארראכטן דורך רשכבהג אום מאנטאג אוגוסט 29, 2011 6:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די "נענועים" קאווער.
אטעטשמענטס
קאווער נענועים (1).JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

נייע טשילארס אינעם ביהמ"ד?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אויפריכטיג האט געשריבן:נייע טשילארס אינעם ביהמ"ד?

כא'געוויסט אז איך טאר עס נישט לייגן אין א גרויסע פארמאט...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

געוואלדיג, ענדליך וועט מען קענען דען ניגון ביי די נענועים אנע טעותים, חוץ דעם קוקט אויס אז די גאנצע קאסעטע האט אין זיך אסאך ארבעט ווי איך זעה אזויפיל געלונגענע נעמען פון אינגעלייט אויפן דעקל.
ווען וועט עס זיין אין די געשפעטן?
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג נאר »

געוואלטיג האט געשריבן:געוואלדיג, ענדליך וועט מען קענען דען ניגון ביי די נענועים אנע טעותים, חוץ דעם קוקט אויס אז די גאנצע קאסעטע האט אין זיך אסאך ארבעט ווי איך זעה אזויפיל געלונגענע נעמען פון אינגעלייט אויפן דעקל.
ווען וועט עס זיין אין די געשפעטן?



וואו זעסטו געלונגענע יונגעלייט אויפ'ן דעקל? דו מיינסט אפשר די יונגעלייט אונטער די טליתים? ווער זאגט דיר אז דאס זענען יונגעלייט און ווער זאגט אז זיי זענען געלונגען? חחח
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

דער טויג דאך צו די מלאכה, ר' קרעטשמע מאן איר טויגט צו די פאך, איך וועל זיך שוין פארבינדן מיט וויכי אז קרעטשמע מאן האט גענומען די לייצעס פון היכל הנגינה און ער פארט פיין.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

טאקע א געניאלער בייפאל אהערצושטעלן די דביקות'דיגע נענועים ניגון אויף א פראפעסיאנער אופן!
בפרט אז אסך מישן אויס צווישן די נענועים ניגון און די הלל ניגון וואס טרראגן ביידע ענליכע תנועות.

און דער דעקל... איך גיי נאטס דערפאר...... עס האט אין זיך א קאמבינאציע פון אלד ענגליש סטייל און בלענדט זיך אזוי קונצליך צוזאם מיט מאדערן ארט אויף די אונטערשטע חלק, טאקע א מייסטער ווערק, חוץ דער פידל ווייל סקומט נישט אריין (בשם מיינע גרעפיק חברה). אויך דער נייער "רינדיגער" דאך גיבט פול צו צום בילד.

אגב, הרב קרעטשמע מאן, דער ארטיקל קומט פון ב. ארויס? ווייל עס זאגט צופיל מאל די ווארט "היסטאריש".
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

זאג נאר האט געשריבן:קוקט אויס צו זיין זייער אינטרעסאנט. איז דער ניגון נפשי לה' למעשה אינגאנצן פארגעסן געווארן ביז'ן היינטיגן טאג? איז עס א שטייטע אדער שנעלע ניגון?


אה, זכרונות! דער ניגון נפשי לה' איז נישט שנעל און נישט שטייט, נאר עפעס אינדערצווישן, איך געדענק מיט יארן צוריק ווען איך האב געלערנט אלס יונגל ביי ר' יודל ווערצבערגער אין חדר האט ער עס אויסגעלערנט פאר די קינדער. (איך געדענק נישט אויב ער האט אונז געזאגט אז עס איז היסטאריש...)
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

קרעטשמע מאן האט געשריבן:ווי איך הער וועט אי"ה די וואך ארויסקומען די נייע סידי מיט די פרישע ניגונים פאר ימים נוראים פון חסידי סאטמאר (מהר"א) תשע"ב.

קרעטשמע מאן האט אפגעזאגט דאס זייניגע און אנטלאפן פון אלע קרעטשמע לייט, אפשר קענסטו אונז מעלדן ווען און וואו דער סידי וועט זיין צו באקומען?
דער נענועים ניגון איז א זאך וואס איך ווארט שוין לאנג דערויף, איך שטעל אויף די חזקה אז די חברה האבן געמאכט א פיינעם ארבייט.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

די נאמען גייט זיך טוישן יעדע יאר ? אדער דאס בלייבט אויף אייביג ?
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פריוויו?
עי.בי.סי.
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עי.בי.סי. »

היות דער ניגון איז היפש א שווערע ניגון דעריבער זענען פאראן א גרויסער פראצענט פונעם סאטמאר'ן עולם וואס קענען עס נאר למחצה לשליש ולרביע, פונקט גוט צו קענען מיטזינגען מיט'ן עולם, אבער אסאך מענטשן וואלטן עס יא געוואלט קענען געהעריג.


שוין לאנג געהאלטן פון אזא געדאנק געהעריג אויסצולערנען דעם עולם די ניגון, באמת א געוואלדיגע געדאנק עס אהערצושטעלן בשלימות דער עולם זאל זיך עס איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען מיט א פונקטלעכקייט צו קענען הנאה האבן פון די מייסטערהאפטיגע ניגון.

שוין יארן צוריק האב איך מיך אויסגעלערנט די גאנצע ניגון וואס דאן האב איך ערשט אויפגעכאפט די שיינע מהלך פונעם ניגון, די וואס קענען גוט דעם ניגון ווייסען אז די ניגון איז געבויעט אויף זייער מסודר'דיגע יסודות, די פעלער און די תנועות חזר'ן זיך זייער שיין איבער, וואס דער אלגעמיינע עולם פאסט נישט אויף, אזוי ווי מ'הערט טאקע דעם עולם עס זינגען זייער אויבערפלעכליך, נישט וויסנדיג וואספארא פאל עס קומט נעקסט, אפילו די וואס קענען עס יא פעלט אבער די פונקטליכקייט דערפון, איך האף אז מ'האט טאקע געלייגט א דגוש עס אהערצושטעלן בשלימות.
י
די שטענדיגע לעבנסוויכטיגע ווייטעמינען זענען:
ווייטעמין עי. בי. און סי. - א'מונה, ב'טחון און ש'מחה
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

פריוויו וועט זיין מארגן אי"ה. שוין כמעט פארטיג מ'האלט שוין פארן נעניעום ניגון אבער דער פראדוסער האט געדארפט לויפן כאפן א מנחה, מעהעמער עס ענדיגן מארגן
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ער האט נאך 15 מינוט צו מעריב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

ס'איז מיר אויך שווער געווען.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

mk-studio האט געשריבן:ס'איז מיר אויך שווער געווען.

וואסיז אין הוניאד דאווענט מען נישט...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך וועל איבער'חזר'ן. א מורא'דיגע איידיע צו מאכן דעם נענועים ניגון. שוין יארן וואס איך וואלט דאס געוואלט קענען. עס איז דאך גאר א ווארימער התעוררות'דיגער ניגון, און איך וואלט אים אמאל געוואלן זינגען אין אזעלכע זמנים, אבער דא עקא אז איך האב נישט ליב צו זינגען אזעלכע ניגונים וועלכע איך קען נישט געהעריג און איך בלייב שטעקן אין דערמיט, האב איך עס אינגאנצן נישט געזונגען.

דער פראבלעים איז נאר אז איך ווייס נישט צו ס'יז כדאי צו צאלן אזויפיל געלט (וואס איך האב נישט) נאר פאר איין ניגון.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

עקסלוסיוו צו אייוועלט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א הוניאדער רב אין MK STUDIO ביים איבערגעבן פאר די "סאטמאר קאפעליע" די פונקטליכע תניעות פונעם נענועים ניגון.
אטעטשמענטס
Naniem iVelt.JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”