א גרויסער סקאנדאל האט יעצט (ענדליך) געפלאצט אונטער'ן נאמען "Project Gun-Walker/Runner".
די מעשה איז אזוי: אן אמעריקאנע פעדעראלע אגענטור האט בייזוויליגערהייט געלאזט וואפן פארקויפט ווערן קיין מעקסיקאו, און זאגאר געהייסן געשעפטן פארקויפן וואפן, וויסנ'דיג אז דאס גייט קיין מעקסיקאו. פארוואס?
1. ס'האט זיך אנגעהויבן כדי נאכצוקוקן וואו די געווער גייט, ווער ס'קויפט עס, וואו ס'קומט אן, וכדו', כדי די דראג קארטעלן זאלן מער נישט קענען שמוגלען וואפן.
2. שפעטער איז די פראגראם פארברייטערט געווארן, און די ATF האט אנגעהויבן טוהן פונקט פארקערט ווי די ארגינעלע פראגראם. זיי האבן גאר געמוטיגט פארקויפן פון טויזענטער 'מיליטערישע-גראד' וואפן, קעגן די ווילן פון גאן פארקויפער.
עטליכע AFT אגענטן און סופערווייזער'ס האבן פראטעסטירט פאר זייערע קאמאנדירן. זיי האבן געזאגט אז דאס איז "וואנזיניג," אז "איינער וועט געהארגעט ווערן." ס'האט גארנישט געהאלפן.
פארוואס? די איינציגע הסבר וואס איז מתקבל על הדעת, ארויפצו-ווארפן די שולד אויף גאן-פארקויפער אין שטעט נאענט צום גרעניץ, כאילו זיי זענען שולדיג אין די געוואלדטאטן אין מעקיסקאו. אזוי וועט די אבאמא אדמיניסטראציע קענען צוימען די 2'טע אמענדמענט רעכטן, און האלדער וועט אויך זעהן דערצו אז אמעריקאנער זאלן נישט קענען קויפן געוויסע סארט וואפן.
...און הילערי קלינטאן איז ביים זעלבן מיינונג ווייל אמעריקע "יכול'ט נישט" אפצושטעלן די וואפן פלוס קיין מעקסיקאו.
די מעשה האט געפלאצט ווען אגענטן האבן דערציילט דעם סוד נאכ'ן ליידן געוויסנסביסן ווען גרעניץ וועכטער ברייען טערי איז דער'הארגעט געווארן טאקע פון די געשמוגעלטע וואפן. בלויז איין רעכט-קאנסערוואטיווער געשטימטע וועבסייט האט געקעמפט פאר עטליכע מאנאטן ארויסצוגעבן דעם סוד, כאטש אלע אנדערע אגענטורן האבן נישט געוואלט הערן דערפון. זיי האבן אנגאזשירט סענאטאר טשאק גרעזלי, וועלכער האט געשיקט 5 בריוו צו די ATF און עריק האלדער. באקומען האט ער א פייג. זיי ווילן נישט קאאפערירן מיט אים און זאגן אז די מעשה הויבט זיך נישט אן. להד"ם.
דא קען מען זעהן א כראנאלאגיע דערפון. איך האלט שוין מיט די מעשה פאר מער פון 2 מאנאטן. ענדליך האט CBS עס אויך באריכטעט. (מיט ווידיאו) און יעצט איז עס געווארן אפיציעל!
מ'קען עס ליינען בקיצור דא:
Confirmed: Our treasonous rulers have deliberately allowed American guns to be smuggled into Mexico, possibly so that Obama can use their presence there to undermine the Second Amendment.
An Alcohol, Tobacco and Firearms senior agent assigned to the Phoenix office in 2010, [federal agent John] Dodson's job is to stop gun trafficking across the border. Instead, he says he was ordered to sit by and watch it happen.
It wasn't a one-off incident:
"I'm boots on the ground in Phoenix, telling you we've been doing it every day since I've been here," he said. "Here I am. Tell me I didn't do the things that I did. Tell me you didn't order me to do the things I did. Tell me it didn't happen. Now you have a name on it. You have a face to put with it. Here I am. Someone now, tell me it didn't happen."
Agent Dodson and other sources say the gun walking strategy was approved all the way up to the Justice Department.
The ATF not only allowed the smuggling, but videotaped it — making government denials utterly implausible.
Documents show the inevitable result: The guns that ATF let go began showing up at crime scenes in Mexico. …
Dodson feels that ATF was partly to blame for the escalating violence in Mexico and on the border. "I even asked them if they could see the correlation between the two," he said. "The more our guys buy, the more violence we're having down there."
Senior agents including Dodson told CBS News they confronted their supervisors over and over.
Their answer, according to Dodson, was, "If you're going to make an omelette, you've got to break some eggs."
Sound familiar? Walter Duranty used the same expression while
whitewashing Stalin's genocide in the New York Times.
It has now been confirmed that Border Patrol agent Brian Terry, who came under fire by some illegal aliens while providing free police services to others, was killed with weapons put in enemy hands by our own rogue government as part of the ATF's Eric Holder-approved "Fast and Furious" program.
Terry himself was armed with beanbag rounds.
We wouldn't want border agents injuring any potential Democrat voters.
גרעניץ וועכטער ברייען טערי איז דערשאסן פאר עטליכע וואכן אויפ'ן אמעריקאנעם זייט פונעם גרעניץ. איר געדענקט? איר ווייסט פארוואס? פארשאלטענע אמעריקאנע פאליסיס, פאר דעם! ער האט, לויט די פארשריפטן, געשאסן בין-בעגס. בונדלעך! כאטש זיי האבן געזעהן אז די אומלעגאלע טראגן AK-47'ס!
פארשטייט זיך אז די ATF לייקנט מיט די באק-ציינער!
לכאורה דארף דאס ווערן א צווייטע איראן-קאנטרא פרשה. (פון אליווער נארט האט איר געהערט?) אבער ווען די מידיע איז אויף אבאמא'ס זייט, ווייסעך נישט וואס ס'עט זיך אויסלאזן.
ווארט'ס נאר רבותי, ימים ידברו.