טעותים אין אונזערע צייטונגען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7778
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
מיללער היי לייף,
עס איז נישט אזוי ווייט נישטא קיין אינטעלעקטואלן, ווי דער פאקט אז אידיש רעדנדע קענערס זענען עוסק בעיקר אין לשה״ק און ענגליש.
ר׳ חיים ליבערמאן ע״ה (נישט דער פונעם שטן) שרייבט אין די הקדמה צו זיין בוך אהל רח״ל חלק ב׳ וואס איז געשריבן בלשון יידיש, אנדערש ווי חלק א׳ וואס איז בלשון הקודש. שרייבט ער אזוי:
אויף די שער בלעטער פון די אלטע אידישע ספרים טרעפט מען אפט בערך די פאלגענדע ווערטער:
דיזער ספר איזט פאר ווייבר אונד פראשטי לייט... וועלעכע אין לשון הקודש פארשטעהן ניט...
סאו הרב מיללער, זי ברויכן ניט אפרעדן זיך...

אבותינו, זכרונם לברכה, כשהיו מדפיסים, בשנים עברו, ספרים בלשון יידיש, היו נוהגים להדפיס על שערי הספרים, שהם מיועדים לאנשים פשוטים ולנשים שאינם מבינים לשון הקודש.
אין אדם עושה עצמו עם הארץ, לכן היו אז, בין רוכשי ספרים הללו,מי שהיה אומר שהוא קונה בשביל אשתו ומי שהיה אומר שהוא קונה בשביל בתו. לכן אני חושש, שמא קוראי החלק הראשון בלשון הקודש יהססו לקרוא את החלק השני ביידיש, מחשש שמא מנהג אבותינו בידי ואין חלק זה מיעד אלא לפשוטי-עם ונשים, ולכן הריני בזה להודיעם, שאעפ״י שחלק זה כתוב יידיש,הרי הענינים והנושאים שאני נושא ונותן בהם בחלק זה הם באותה הרמה של החלק הראשון בלשון הקודש וראויים להעלותם על שולחן נבונים...
אויף די שער בלעטער פון די אלטע אידישע ספרים טרעפט מען אפט בערך די פאלגענדע ווערטער:
דיזער ספר איזט פאר ווייבר אונד פראשטי לייט... וועלעכע אין לשון הקודש פארשטעהן ניט...
סאו הרב מיללער, זי ברויכן ניט אפרעדן זיך...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך האט געשריבן:מיללער היי לייף,
עס איז נישט אזוי ווייט נישטא קיין אינטעלעקטואלן, ווי דער פאקט אז אידיש רעדנדע קענערס זענען עוסק בעיקר אין לשה״ק און ענגליש.
מחולק.
עס איז אויסדריקלעך יא דער פראבלעם אין אינטלעקטואל. די וועלכע ליינען היינט אידיש זענען גאר ווינציג אינטערעסירט אין ליינען לשה"ק. די היימיש-אידישע ליינער פון היינט צוטאג האבן נישט קיין געדולד/נערוון צו ניצן דעם קאפ אביסל מער ווי נארמאל, און לשה"ק איז שוין ביי זיי צופיל. זיי דארפן ליטראטור וועלכע זאל זיין אין א בחינה פון א 'לייכטע' לחיים צובייס. און פאר דעם צוועק זענען די לופטיגע אויסגאבעס און די בילדער מאגאזינען דאס בעסטע צוגעשטעלט און מערסטע מצליח. עס איז פיינע ווארימע צובייס אויף צו שטילן דעם הונגער צייטווייליג ביז צו דער קומענדיגער אויסגאבע.
ענגליש, מאן דכר שמי'? די ליינער האבן דאך אין די אינגע יארן געווארפן די מאראנצן אויף זייערע ענגלישע לערער... טא פון וואו זאלן זיי קענען די שפראך, אויף אזוי ווייט אז זיי זאלן גאר זוכן צו ליינען בלויז אויף דער שפראך?
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7778
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
רב מיללער׳ס מיינונג איז - דאכט זיך - אז מען זעהט מער רעספעקט פאר אינטעלעקט ביי אנדערע שפראכן, עיין תגובתו
איז מיין אנטווארט אויף אז אונזערע אינטעלעקטואלן באנוצן לשה״ק און ענגליש ווען זיי זענען עוסק אין אינטעלעקט. די סיבה דערצו האב איך צוגעברענגט רח״ל, אז אידיש איז באנוצט געווארן דורך פשוטי עם ונשים און דאדורך זיך ערווארבן א שלעכטע רעקארד.
וואס דו מר ליפשיץ טענה׳סט אז דאס קומט פון נישט האבן גידולד צו נוצן דעם קאפ וכו׳, איז נישט עפעס וואס דוברי אידיש זענען עקסטער געשלאגן, עס איז ליידער א נחלת (מחלת?) הכלל.
איז מיין אנטווארט אויף אז אונזערע אינטעלעקטואלן באנוצן לשה״ק און ענגליש ווען זיי זענען עוסק אין אינטעלעקט. די סיבה דערצו האב איך צוגעברענגט רח״ל, אז אידיש איז באנוצט געווארן דורך פשוטי עם ונשים און דאדורך זיך ערווארבן א שלעכטע רעקארד.
וואס דו מר ליפשיץ טענה׳סט אז דאס קומט פון נישט האבן גידולד צו נוצן דעם קאפ וכו׳, איז נישט עפעס וואס דוברי אידיש זענען עקסטער געשלאגן, עס איז ליידער א נחלת (מחלת?) הכלל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
מיללער האט געשריבן:אלטע אויסגעדראשענע טעמע בין כותלי קרעטשמתינו, ווי מאשקע האט שוין צוגעצייכנט.
מ'קען שרייבען און שרייבען, וויינען און קייכען אבער ליידער אויף טויבע אויערן, נחר גרוני פון אזויפיל וויינען, וואך איין וואך אויס.
אויסגעדראשענע טעמע? אדרבא, ווייזט מיר אן וואו מען האט שוין אמאל קלאר אנגעוויזן די אומצאליגע טעותים אין די היימישע צייטונגען. איך האב נאך דערווייל נישט געזען. סתם וויינען און שרייען אז "עס איז געפערליך", קען מען אויף יעדע זאך אין דער וועלט. עס זאגט גארנישט און יעדער קען שרייען אויפ'ן צווייטן אז "דו" ביסט געפערליך. אבער אויב ווייזט מען אן מיט'ן פינגער "קוק דא און דא", זעט די טעותים מיט אייערע אייגענע אויגן, דעמאלט קען עס האפנטליך אויסמאכן. איבערהויפט ווען מ'זעט קלאר ווי זיי זענען ניטאמאל קיין טעותי הדפוס, קיין טייפאוס, נאר פשוט'ע אמעראצעס, אומריכטיגע ווערטער און קלארע זאצן וואו עס דערקענט זיך אז דער שרייבער האט געשריבן פון קארס און דערווייל געטראכט פון פליגערס, און טאקע אריבער 200 שטיק פון זיי, קען עס אפשר אויסמאכן.
און אוודאי אויב זאל מען עס טאן וואך-איין וואך-אויס, איז כמעט זיכער אז עס וועט משפיע זיין. די שרייבער און מגיהים וועלן זיך מוזן צורייבן. נאר אויב זיי ווייסן אז קיינער אין דער וועלט זאגט נישט קיין ווארט, קיינער איז נאך קיינמאל זיי נישט געקומען ווייזן א טעות, נאר אפשר סתם געשריגן "דו שרייבסט ווי א ....", האט קיינער נישט געזען פאר וויכטיג זיך צו פרובירן פארבעסערן. דעריבער איז טאקע יא וויכטיג אז זאלסט וויינען וואך איין וואך אויס, און ווער עס זעט עפעס א גראבן טעות, א נארישן קעפל אדער צעמישטע זאץ, זאל זיך לאזן הערן. און אולי ואולי וועט מען זען עפעס א תיקון.
ליפשיץ האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:מיללער היי לייף,
עס איז נישט אזוי ווייט נישטא קיין אינטעלעקטואלן, ווי דער פאקט אז אידיש רעדנדע קענערס זענען עוסק בעיקר אין לשה״ק און ענגליש.
מחולק.
עס איז אויסדריקלעך יא דער פראבלעם אין אינטלעקטואל. די וועלכע ליינען היינט אידיש זענען גאר ווינציג אינטערעסירט אין ליינען לשה"ק. די היימיש-אידישע ליינער פון היינט צוטאג האבן נישט קיין געדולד/נערוון צו ניצן דעם קאפ אביסל מער ווי נארמאל, און לשה"ק איז שוין ביי זיי צופיל. זיי דארפן ליטראטור וועלכע זאל זיין אין א בחינה פון א 'לייכטע' לחיים צובייס. און פאר דעם צוועק זענען די לופטיגע אויסגאבעס און די בילדער מאגאזינען דאס בעסטע צוגעשטעלט און מערסטע מצליח. עס איז פיינע ווארימע צובייס אויף צו שטילן דעם הונגער צייטווייליג ביז צו דער קומענדיגער אויסגאבע.
ענגליש, מאן דכר שמי'? די ליינער האבן דאך אין די אינגע יארן געווארפן די מאראנצן אויף זייערע ענגלישע לערער... טא פון וואו זאלן זיי קענען די שפראך, אויף אזוי ווייט אז זיי זאלן גאר זוכן צו ליינען בלויז אויף דער שפראך?
איך מיין, לויט דער צאל מענטשן פון אונזער אידיש-רעדנדער ציבור, איז דא א קליינער פראצענט וואס עס ציט זיי אינטעלעקטועלע שרייבעריי. רוב ווילן, ווי איר שרייבט, בילדער און בילדער און א מאפיאנער געשיכטע (און אפשר אויך אביסל פאליטיק אין דער זייט). אבער די פראצענט וואס זענען יא אביסל העכער, זענען זיכער יא אינטערעסירט אין שיינע לייען-מאטעריאל אויף אידיש, סיי ווייל עס איז זייער אייגענע שפראך און סיי ווייל א גרויסער חלק דארף זיך ברעכן די ציין צו אפליינען אן ארטיקל אויף ענגליש.
דאס איז אבער נישט קיין סתירה צו דעם אז די צייטונגען דארפן זיין אויף א "נארמאלן" סטאנדארט. מ'רעדט דאך נישט פון עפעס ווער-ווייסט-וואס. סתם נישט קיין נידריגע געשרייבעכץ, וואס ברענגט נאך מער אראפ דעם אזוי-אויך נידריגן שטאפל פון אידישע לייענער. באלד וועט מען אפילו נישט וויסן אז עס איז דא אזא זאך ווי א שיינער, פליסיגער, געשמאקער ארטיקל.
מגיה האט געשריבן:

אוואו איז דער "לייק" אדער "פלאס1" קנעפל אין אייוועלט???
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
הערט אויס א מעשה
אין די ענגלישע המודיע מיט עטליכע צעהן יאר צוריק האבען זיי געדריקט עטליכע פסקים פון מו"ר הגרשז"א זצ"ל לגבי ראש השנה
איז געשטאנען בערך אזוי
וועגען עסען די סימנים גלייך נאך קידוש פאר המוציא
This is not the psak but lechatchila one should not have them before having the hamoitzi
נו איז דאך דאס ממש א מדרש פליאה
וואס הייסט דאס איז נישט דער פסק
יא געפסק'ענט נישט געפסק'ענט
נאר דער פשט איז אזוי
דער איבערזעצער האט געזעהן אז אין די פסקים פון הגרשז"א איז געשטאנען אזוי
אין זה הפסק אבל לכתחילה לא יאכל הסימנים לפני ברכת המוציא
האט ער געמיינט אז "אין זה הפסק" מיינט דאס איז נישט דער פסק
אבער אין אמת'ן מיינט עס אז עס איז נישט קיין הפסק צווישען קידוש און המוציא....
עיין בהקדמת המחזור המפורש לראש השנה ותמצא נחת....

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35245
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
איך האב אנגעגרייט זיך צו שרייבן אביסל וועגן די וואך, אבער ווידעראמאל איז די בלעטל פארשוואונדן געווארן פאר מיר האבן עס רעכט דורך געטון. (גראדע איז עס נישט ממש אזוי, מיר טראגן אריבער יעדע וואך פאר א איד וואס ליגט נעבעך אינדערהיים. אלזא די ווארט פארשוואונדן ווערן איז נישט באמת אין פלאץ) דאס האב איך עספיעט אראפצושרייבן;
לאמיר אויפמישן א בלעטל די וואך און געבן א בליק וואס דארט טוט זיך.
אפפס.. פארוואס אריבערמישן? אויפ'ן דעקל שרייט א קעפל אזוי: "גרויסע" איבערגעשראקענע אריינרופער צו חברות הצלה ושומרים.
וואס מיינט דאס "גרויסע איבערגעשראקענע?" מיך דערמאנט די זאץ פון הויעך די בוטשער.
--
אין א ליביע נייעס ליינט זיך די פאראגראף אזוי: "היינטיגן מיטוואך האבן די רעבעלן 'סוקסעסירט' גענצליך איינגענומען טריפאלי"
עפעס ליינט זיך דאס זייער שווער. איך מיין אז די גרעמער קלעפט נישט.
"ווען מען האט מוצ"ש געהערט די נייעס אז די רעבעלן מארשירן אויף טריפאלי האט מען דאס אויפגענומען סקעפטיש 'שליסליך' האט מען שוין געהאט פילמאל וואס מען האט געהערט די נייעס אז די רעבעלן זענען אויפ'ן וועג אבער זיי זענען אלס צוריק געשטויסן געווארן.
אלעס קלאפט דא? שליסליך איז אין פלאץ דא?
וועגן דעם שרייבער ב.לעבל וועל איך אפשר צוריק קומען אין די אשכול וועגן ריפארט קארדס פאר שרייבערס. איך בין ווייט נישט איינשטומיג מיט זיינע הנחות געבויט אויף פיסטע יסודות וואו למשל דאס ברענגן פאר א ראי' אז מיליטאנטישע איסלטאישע גרופעס האבן געשפילט א ראלע אין די שלאכטן ווייל אללא אכבאר איז געהערט געווארן... אויב וואלט ער אביסל געליינט וואלט ער געזען אז די אויסדרוק האט גארנישט מיט מיליטאנטיש... אבער צו דעם וועלן מיר צוריק קומען א צווייט מאל. איך וועל זיך אבער באציען צו געוויסע שורות וואס מיר איז אומפארשטענדליך.
ער שרייבט אז ליביע מלחמה איז גלייך צו איראק מער וואו צו עגיפטאן משום כמה סיבות: 'קודם כל דארף מען אנמערקן אז עגיפטן אליין ווייסט נאך קיינער נישט וואס ס'גייט זיך דארט אויסקאכן, און דער 'געשפענס' פאריגע וואך צווישן איר מיט מדינת ישראל"
חביבי, מה זה געשפענס??

- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3445
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35245
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3445
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3445
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
ס'קוקט מיר אויס ווי ער מיינט דא.
אויפריכטיג, אזויווי איך בין ווייט פון א שרייבער האב איך גענימען די מיה און געמאכט א סערטש דא אין קרעטשמע אויף די ווארט געשפענס. פארשטייט זיך אז ס'האט נישט געוויזן קיין רעזולטאטן. אלזא, אויב דא אין קרעטשמע האט מען עס נאך קיינמאל נישט געניצט און איך האב נישט פארשטאנען די אפטייטש האב איך עס אנגעפרעגט. אדרבא, אפשר זאגסטו די פשט פון די ווארט?די ווארט?
-
- שר מאה
- תגובות: 133
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2011 1:40 pm