א פראגע וועגן מיין אימעיל/ניק אקאונט

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

א פראגע וועגן מיין אימעיל/ניק אקאונט

תגובהדורך ליפשיץ » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 5:42 pm

איך ווייס נישט פונקטליך וואו, אין וועלכן אשכול, צו פרעגן די פראגע, דערפאר עפן איך א פרישן אשכול וועגן מיין תמי'. די מנהלים זאלן פלאצירן דעם אשכול אין זיין ריכטיג פלאץ.

דער אימעיל (ג'ימעיל) אדרעס צו וועלכן מיין ניק איז פארבינדן, דינט בלויז פאר'ן צוועק פון דעם ניק "ליפשיץ" און עס האט נישט קיין שום אנדערן דינסט. איך עפן דעם אקאונט זייער זעלטן, בערך אזוי ווי וויפיל איך עפן מיין ניק אין קרעטשמע.

היינט, נאך א צייט אפשניט פון חדשים לאנג, עפן איך מיין גי'מעיל אקאונט און איך טרעף מיך אן דארט מיט כלערליי היימישע שטאף, געשיקט דורך היימישע חברה, ווי היימישע אויסגאבן אדער היימיש-חסידישע פאליטישע פאמפלעטן וכדומה. עס וואונדערט מיר: דער אימעיל אדרעס איז בלויז איינגעגעבן דא אין קרעטשמע, און איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געניצט אדער ארויסגעגעבן פאר קיין שום נברא. וויאזוי איז מעגליך אז די אלע זאכן זענען אנגעקומען צו מיר? איז דא פארגעקומען עפעס א העק, אויף די קרעטשמע ליסטע אדער וואס? האט נאך איינער געהאט דעם פראבלעם?

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 5:44 pm

וועם האט איר אלץ אין אייערע קאנטאקטן מן הניקים על העולם הזה ?

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 5:52 pm

אין גם אחד. דאס איז אן אקאונט וועלכע איך האב קיינעם און קיינמאל נישט דערציילט דערוועגן. עס קען קומען בלויז פון די קרעטשמע.

(ששש... איך האב נאך אזא אלטער פארלאזטער אקואנט, וועלכער דער אדרעס איז בלויז פארצייכנט אין קרעטשמע, און היינט עפענענדיג יענעם אקאונט האב איך מיך באגעגנט מיט די זעלבע כאזעריי'ען. עס מוז, לויט מיין חשבון, קומען בלויז פון קרעטשמע קוועלער. און דערפאר, נאכן דאס זען דאס זעלביגע אין מיין צווייטן אקאונט, האב איך באשלאסן אנצופרעגן די שאלה).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 5:55 pm

עמך אנכי בצרה, איך גלייב נישט אז עס האט דירעקט א שייכות מיט אייוועלט, אבער פון צייט צו צייט קומען מיר אן פארשידענע פאשקעווילן וואס איך וואלט גערן נישט געלעזט, און יעדע מאל פון אן אנדערן שיק-אדרעס (מען זאל זיך נישט קענען העלפן מיטן באצייכענען אלס 'ספעם')

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 6:01 pm

ייש"כ קרעמער.

מיין פראגע איז אבער, וויאזוי ליקן ארויס די אדרעסן, א שטייגער ווי ליפשיץ און ... בשעת ווען דער אדרעס צו וואס זיי זענען אנגעקניפט איז בלויז א סוד פאר די הנהלת הקרעטשמע?

און אינטערסאנט איז, אז עס קומען מיר אן בלויז אזעלכע פאמפלעטן אדער אויסגאבן און אדווערטייזמענטס בראשורן, וואס די ארויסגעבער וואוינען אדער אין וומ"ס אדער אין ק"י וכדו'. (קיין וויקי ליקס פון גער... קומט נישט אן צו מיר, דאס האב איך מיר געמוזט אליין שאפן מיט מיינע צען פינגער, בשעת די אלע נארישע שטותים וועלעכע איך קען הערן אין מקוה - אויב איך בין נייגעריג - פליסן מיר אריין לרחצה).

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 6:14 pm

ס'איז טאקע א חידוש, ווייל א העק קוקט עס נישט אויס, כ'גלייב נישט אז אונזערע היימישע קענען העקן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 6:18 pm

leiby האט געשריבן:כ'גלייב נישט אז אונזערע היימישע קענען העקן.


נע! כ'גלייב אויך נישט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 6:24 pm

ליפשיץ, ס׳איז אן עונש פאר׳ן זיך באנוצן ׳אזוי ווייניג׳ מיט דיין קרעטשמע ניק.

און יא, גרויזאמער לייקענט אז ער קען העקן...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 6:31 pm

אזוי? אויב ס'איז גאר אן עונש, דאן איך בין מקבל דעם גזר דין באהבה...

אבער, רבוש"ע, דער גימעיל אקאונט האט דאך זיכער נישט חוטא געווען.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 7:37 pm

גימעיל נתפס בעון ניקו
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט