אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יא גערעכט, און אנטשולדיגט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שוועמל האט געשריבן:וואס מיינט 'אומפולסיווע'?

ווען מ'טוט א זאך "ספאנטאן", אן טראכטן. מ'שפרינגט אריין דערין. ס'האט אים אנגעכאפט אן "אימפולס" דאס צו טון.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כ'האב דא באמערקט אפאר (א-פאר, א צאל, געוויסע?) ווערטער וועלכע זענען אויסגעלייגט מיט א 'ק' אנשטאט א 'ג', צום ביישפיל "ריכטיק, ריכטיג" "פרייטיק, פרייטיג" עטס.

ילמדנט רבותינו וואטס ביהיינד איט?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

וואו איז "דא"? ביי אונז שרייבט קיינער נישט "ריכטיק" אדער "פרייטיק". ביזט דיך אפשר טועה מיט'ן אלגעמיינער זשורנאל. די אידישיסטן שרייבן אזוי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאשקע קוק גוט פליז,
האלב-טויט שרייבט "צופעליק", ערנסטער שרייבט "פרייטיק" אין נאך.

בכל אופן האסטו גענטפערט שלא ממין הטענה בבחינת טענו לו ב'קישקעס' והודו לו ב'פישקעס'
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך ווייס נישט פארוואס אלץ-ווייסער שרייבט אזוי, אבער רוב אירע שרייבן נישט אזוי.
ערנסטער איז פון אן אנדערן אפשטאם ווי רוב פון אונז, ווי ער שרייבט אין אן אנדערן אשכול, און זיי האבן פארשידענע אנדערע כללים.
*
דיין לעצטע שורה האב איך בכלל נישט פארשטאנען. ווער האט דא גע'טענה'ט עפעס?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך מיללער האט גע'טענה'ט "ילמדנט רבותינו וואטס ביהיינד איט?"

האסטו מאשקע צוריק-גע'טענה'ט "ביי אונז שרייבט קיינער נישט "ריכטיק" אדער "פרייטיק". ביזט דיך אפשר טועה מיט'ן אלגעמיינער זשורנאל. די אידישיסטן שרייבן אזוי"

הו די העל קערס ווער ס'שרייבט וואס? דאס איז דאך הכל מודים אז אלו ואלו דברי .... חיים, נו וואזשע איז דער סוד החילוק.

און יעצט א טריט ווייטער, דו וואס שרייבן "געוואלדיק" שרייבן אויך "אונד" אנשטאט "און"?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די פרעגסט "וואטס ביהיינד איט?"

זייער פשוט, ביי די אידישיטן שרייבט מען אזוי, זיי האבן געוויסע אנדערע כללים אינעם שרייבן, ווי מאשקע האט פריער ערווענט, איך זעה נישט וואס די פארשטייסט נישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גראדע גלייך איך אויך צו נוצן דעם ק לפעמים אנשטאט דעם ג.

אבער אזוי ווי צייטליך האט שוין ערווענט בשם מאשקע'ן איז דאס א אידישיסטע אויסשפראך.

אגב דאגב , פיר תגובות פון מיללער, דריי דערפון זענען צוקער זיס. די פערטע האבעך פשוט נישט געזעהן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אונד איז דייטש-זשארגאן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ס'נישט ממש אזוי ווי איר לייגט דאס אראפ. דער 'ריכטיג'/'ריכטיק' געווענד זיך מער אינעם געאגראפישן אפשטאם פון א שרייבער ווי אינעם קולטורישן אפשטאם.

געווענדליך די פוילישע/גאליציאנע/אונגערישע אפשטאמיגע ניצן דעם "ג", און די רוסישע/ליטווישע אפשאמיגע ניצן דעם "ק".

נאר וואס יא? דער פאקט האט זיך ארויסגעשעלט אז די אידישיסטן, וועלכע האבן געשאפן דעם כאראקטער פון דער אידישער גראמאטיק, זענען עפ"י רוב געווען אפשטאמיגע פון יענע געגנטער, און אויף אירע פרינציפן האבן זיי מער ווייניגער געבויט דער אידישער גראמאטיק, דעריבער זעסטו אלץ ביי זייערע שריפטן דער "ק" במקום וואס דו (אלס א פוילישער/גאליציאנער/אונגערישער) באנוצט זיך מיט "ג".
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גערעכט, זארעכ. ס'איז תלוי הך בהך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שקויעך ערעב זארעך.

אויף אונגאריש זאגט מען אזא צייט שארט ענד טו דע פאונט (קענסט נישט אונגאריש, הא הא)

אגב דאגב דאגב, סאכדעס טענק יו פאר די קאמפלימענט, גראסיאס!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

איך צוניץ אויך פון מאל צו מאל אדער פון תגובה צו תגובה, דער אויסדרוק מיטן ק אנשטאט דעם ג, די סיבה דערפון איז, טאקע אז איך נעם עס פון דעם אלגעמיינער, און איך גלייך זייער ארגינעלער שריפט מיטן פעדער וואס זיי שרייבן אזוי ווי זיי וואלטען עס ווען ארויסגעזאגט מיטן מויל. ווצב"ש דער הייליקער סאטענר רב זצ"ל, אדער פאריקען פרייטיק אויפדערנאכט. וכו.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
דוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד »

האלב טויט האט געשריבן:
אוריאל וויינרייך שרייבט אז עס איז ריכטיג צו זאגן "די וועלט".


טאקע ווייל "וועלט" איז א לשון נקיבה, שרייבט מען "דער" נאך א פרעפאזיציע.[/quote]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווער קען מיר ענטפערן:

טרוקן אדער טריקן?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

זיי זאגן 'טרוקן'.

לכאורה, לויט די כללים וואס הרב אידיש האט אמאל אראפגעשטעלט, קומט ביים 'אויסטריקענען' די שווים קליידער צו זאגן מיט א יו"ד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מאשקע אין גוגעל: טרוקן. יישר כח. - יישר כח זארעך.
----
געפונען אדער געפינען (איך האלט די ערשטע).
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

לכאורה ווי דו זאגסט 'געפונען'. כ'טראכט נאר צי 'ערפינדער' (אויסטרעפער), וועלכער איז פון זעלבן שורש, קומט אויך מיט א וא"ו אדער דארט קומט דאס מיט א יו"ד. אנגענומען איז אז ביים לעצטן דערמאנטן פאל קומט מיט א יו"ד. פארוואס טאקע?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ערפונדער, ערפונדער (איך פרוביר צו זעהן אויב עס ליינט זיך גוט מיט א ו', דערווייל איז עס גאנץ פיין...).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך קען נישט באשלוסן אויב מען שרייבט פארן אדער פאר'ן.

אפשר קען מען מחלק זיין וואס די באדייט דערפון איז?

"פארן" גיין דאווענען האט משה אריינגערוימט א סוד "פארן" רב.

די צוויי ווערטער האבן אנדערע משמעות'ן. די ערשטע איז לפני, די צוויי איז אל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נוצן/ניצן/ניצען?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
איך האב געזעהן אין דיין וועלטליכע ארטיקל אז דו נוצט דעם אויסלייג 'שרה' אויף פרוי פעילין, זארעך ווידעראום שרייבט 'סערא' אלבערט פר"מ אין 'די צייטונג' שרייבט 'סארא', ווער איז גערעכט?

איך שטום מיט אלבערט (קרעמער, דו קענסט שרייבן שרה, ווילאנג די שרייבסט יאסל ביי ביידען)ווייל אויף אידיש איז נישטא קיין ש' שמאלית, דאס וואס מיר שרייבן 'שרה' ביי אידן איז ווי 'יעקב' נישט 'יאנקל' מיר נוצען לשה"ק ביי נעמען.

אויף א גוי להבדיל איז דער נאמען 'שרה' ווי 'ליפ-שמיר אויף א שוויין' דערפאר ברויך מען עס שרייבן לויט די אידישע כללים מיט א ס' און א אות השימוש וועלכע איז דער א' הפתח נאכן ס' און נאך א א' הפתח נאכן ר'.

איי פארוואס נישט 'סערא' מיט א ע' הסגול ווי זארעך? דאס איז די ענגלישע ווערסיע פון 'שרה', סארא מיט א פתח זעהט מיר אויס מער אידישיש.

איינער אבזשעקט?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מיללער, אז דו רעדסט שוין דערפון וועל איך דיר זאגן. קענסט לאכן פון מיר, אבער איך פייף דיך אן (די באבע פלעגט זאגן, אין אזעלכע פעלער, "לאך דיך אויס דיין חלק און גיי ווייטער"). איך האב במכוון נישט געשריבן 'שרה' נאר 'סערא', צוליב עס האט מיך גע'עקלט ווען איך האב זיך באגעגנט מיט א ריכטיג אידישע נאמען אויפגעקלעבט אויף א פאלנע שיקסע... פעךך. שרה דאס איז דאך מיין באליבטע מאמע, אויף וועלכע איך זינג אזוי שיין אלע וואך שפייז צו נאכטס דעם גאנצן אשת חיל...

הגם, מ'קען דאס זעלביגע זאגן אויף 'יוסף, 'דוד' און נאך אנדערע. איה"נ! דארט וועל איך טאקע אויך שרייבן 'דעיוויד' און 'דזשאסעף'.

אבער נישט פארמישן, דאס האט גארנישט מיט קרעמער'ס 'שרה' אויף פעילין און מיט זיין 'יוסף' אויף ביידען (אויף ליבערמאן מילא, ער איז דאך א איד), ווייל קרעמערס ארטיקלען און אויסדריקן ווערן געשריבן אזוי בנוסח הומאר וקרעטשמע, דעריבער קען זיך אריינפאסןן די אויסדריקן פון 'שרה' ו'יוסף'. ודו"ק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זארעך,
איך לאך גארנישט (ניטאמאל מיין חלק) ווייל איך בין מיט דיר איינשטימיג, און לגבי קרעמער'ן בין איך ווידער אויפן זעלבן בלעטל מיט דיר, ווייל עס איז כל כולו הומאר ומליצות ודברי פי קרעמער חן.

אבער צו 'סערא' אדער 'סארא' דארט בין איך שוין יא מחולק, ביי 'דעיוויד' וואלט איך געשריבען 'דאוויד'.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”