דאס אידישקייט אין אמעריקא בשנים קדמוניות

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

נחמן נתן האט געשריבן:
זאמלער האט געשריבן:וואס איך האב געטראפען אין קונטרס 'ששים שנה לאגודת ישראל' (תשל"ב), איז געווען ציטירט א שטיקעל פון "דאס אידישע ליכט" (ארויס געגעבען דורך "חזן יוסלה ראזענבלאט, כידוע) אדר תרפ"ג ... האט אימיצער עפעס מער ידיעות\קאפי פון ארגינעלע "אידישע ליכט" (מיט מעגליך מער אינפארמאציע דערין)?

איינער ווייסט עפעס וועגן דעם אויסגאבע פון חזן ר' יאסעלע "דאס אידישע ליכט"?

אין "דער שטערן" פארגאנגענעם חודש, האט ער אהערגעשטעלט די פינאנציעלע בעה"ב פון דאס אידישע ליכט אין גאר אן אנדערן ליכט...
ער לייגט אראפ כאילו זייער דורכפאל איז בלויז געווען ווייל זיי זענען צו שנעל געשפרינגען פון א וואכן צייטונג צו א טעגליכע, גאר אנדערש ווי ר' בערל שרייבט.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א ביטער געלעכטער, א "יוד" א נוצרי, נעבעך נעבעך גלות אמעריקא! וויפיל נאך הונדערטער טויזענטער אזעלכע דרייען זיך ארום אין אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.

הייליגער בורא, לייז אונז אויס פון דא ווי לאנג אונז זעמער נאך אידן.

אם בארזים נפלה שלהבת מה יענו אזובי קיר, אודאי און אודאי אונז טאטעס פון קינדערלעך דארף מיר ארויסנעמען פון דעם א מוסר השכל אז מ'דארף מתפלל זיין אן אויפהער אויף צאצאינו וצאצאי צאצינו אויף אלע קומענדע דורות מיר זאלן פארבלייבן אמת'ע ערליכע אידן לומדי תורה ושומרי תורה ויר"ש.


ליידער נאך איינער אין דעם קייט איז סענעטאר סאלאנד וועלכע האט זיך לעצטנס בארימט געמאכט. אן אייניקל פון די גדולי הרבנים בארה"ב
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה גייט סאלאנד'ס יחוס אזוי:

ב"ר מנחם ב"ר נחום ב"ר יוסף זונדל מאמעריקא - שהי' חתן ר' וועלוועלע מרגליות - ב"ר יהודה אאי' לייב בהגה"צ ר' יוסף זונדל מירושלים. 
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מען האט געשמועסט אז ער איז אן אייניקל פון ר' שמואל סאלאנט.

ביזטו זיכער אז עס איז א טעות, און ער איז גאר אן אייניקל פון ר' יוסף זונדל?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אדרבה, ברענג מיר דעם סדר היחוס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

איך האב נישט קיין אהנונג, איך ווייס נאר אז מען האט אזוי געשמועסט, און עס איז מיר אינטערסאנט געווען צו דו שרייבסט דעם יחוס ווייל דו ווייסט אנדערש, אדער דו האסט זיך בלויז פארגעשטעלט.
אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

שנאת ישראל 1863

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קל_וחומר »

גאאגל'נדיג האב איך געפונען דעס:
AntiSemite 1863.PNG
AntiSemite 1863.PNG (8.41 KiB) געזען 2216 מאל

The Quebec Daily Mercury - Feb 16, 1863
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

זייער אינטערעסאנט.

הלכה בידוע, עשו שונא ליעקב. יא ליידער.
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

אידישע בתי חיים אין אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

פיל מעלות.
אטעטשמענטס
Mantefiore.gif
לחיים ולברכה!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער מאנטיפיורע סעמעטערי האט טאקע אזא אייגנארטיקייט, איך בין באקאנט מיט איינעם וועמען מען האט דארט באגראבן און יענער האט מקיים געווען דער ובלע המוות לנצח לעיני כל ישראל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אזוי גוט צו זאגן!!....

נו, לועג לרש...!
לחיים ולברכה!
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

נחמן נתן האט געשריבן:אזוי גוט צו זאגן!!....

נו, לועג לרש...!

אינו רש, הוא חי וקים
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בן בוזי האט געשריבן:דער מאנטיפיורע סעמעטערי האט טאקע אזא אייגנארטיקייט, איך בין באקאנט מיט איינעם וועמען מען האט דארט באגראבן און יענער האט מקיים געווען דער ובלע המוות לנצח לעיני כל ישראל.

ווען האט דאס פאסירט? וואס איז דארט געווען?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עי' בהערתי,
מען האט דארט באגראבן צוויי מענטשן וואס לעבען נאך, א שווער מיט אן איידעם,
וכי בכדי חנטו חנטי' מקרא אני דורש
און פון א קשי' שטארבט מען נישט
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

הקמת המציבה אויפן מאנטעפיארע סעמעטערי

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 8&pgnum=16
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

אויך די מוטער פון הריי״ץ מליובאוויטש איז דארט באהאלטן.

http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 75_349.pdf
לעצט פארראכטן דורך פערפעקט אום מיטוואך אוגוסט 03, 2011 5:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דאס מיינט מען דעם רייץ'ס מוטער רעבעצין פון רש"ב.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

בוזי ריכטיג, (מגיה געווען).
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מצות צו פארקויפן אין סאן פראנציסקא קאליפארניע, אזוי פרי ווי בשנת תרל"א.

12 א האלב סענט א פונט, א מציאה רבה.

קרעדיט קליפארניע דיזשיטעל ניוספעיפער קאללעקציע
http://cdnc.ucr.edu/cdnc/cgi-bin/cdnc?a ... xt-IN-----
אטעטשמענטס
מצות תרלא אין סאן פראנציסקא.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מצות בשנת תרמ"ד:
אטעטשמענטס
מצות תרמד אין קאליפארניע.jpg
מצות תרמד אין קאליפארניע 1.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:העמיר שוין קוקען קרעמער, דערווייל האסטו נאך א שול אויף דעקאלב.

אויף 928 דעקאלב עוו. וועלכע איז שוין נאך ארויפציהר, נישט ווייט פון בראדוויי, איז געווען א שול 'עץ חיים - אנשי לובין' דארט איז געווען רב ר' אהרן זלאטאוויץ וועלכער איז געווען אקטיווער רב אין ברוקלין, מיר האבן דורך גוגל-מעפס געשאפן דעם בילד פונעם בנין, וולכע טראגט נאך דעם מגן-דוד סימבאל, וואס איז דארט היינט?

הרב ר' אהרן ב"ר מאיר יעקב זלאטאוויץ ז"ל יליד עיר טרושין שבפוילן, למד בלאמזא ונסמך להוראה מגדולי לאמזא ורבני', שמש ברבנות בניו יארק בקהילת "חברה תהלים אנשי אסטראלינקא" ובביהמ"ד עץ חיים אנשי לובין" בדיקאלב עוו. שבגלילות וומס"ב הי' מהרבנים החשובים באגודת הרבבנים ונ' ביום ג' שבט שנת תש"נ בזקנה מופלגת, יהא זכרו ברוך.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 8&pgnum=32

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=30

http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 562_61.pdf
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הוספה להתגובות של הרב פארשלאפען בענין מצות

בוילקט יוסף שנה רביעית(ה' תרס"ב לפ"ג) קונטרס ח' בלוח התשובה יש שם אודות אפיית מצות לחג הפסח אצל הפירמא האראוויטץ-מארגערעטען

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=315
אטעטשמענטס
hm.jpg
the SCY is the limit
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

farshlufen האט געשריבן: הרב ר' אהרן ב"ר מאיר יעקב זלאטאוויץ ז"ל יליד עיר טרושין שבפוילן, למד בלאמזא ונסמך להוראה מגדולי לאמזא ורבני', שמש ברבנות בניו יארק בקהילת "חברה תהלים אנשי אסטראלינקא" ובביהמ"ד עץ חיים אנשי לובין" בדיקאלב עוו. שבגלילות וומס"ב הי' מהרבנים החשובים באגודת הרבבנים ונ' ביום ג' שביט שנת תש"נ בזקנה מופלגת, יהא זכרו ברוך.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 8&pgnum=32

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=30

http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 562_61.pdf

און דעם ערשטען חיבור פון בנו יבלחט"א ר' מאיר אויף מגילת אסתר וואס פון דעם איז אויסגעוואקסען
ארטסקראלל איז דא א מכתב ברכה
אלול ה'תשלו
מיט אן אדרעס אויף
EAST 9TH
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס איז שוין אין די פיל שפעטערע יארן, איז דא דארט נאך אינפארמאציע איבערן פאטער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

בראנזוויל שבט תר"צ א לויער לעקטשורט שלחן ערוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונמס זיידע »

אין "המודיע" פון די וואך איז דא א באשרייבונג פון מרת פרומה לאה מאנדעל ע"ה די מאמע פון די אחים מאנדעל. ווי מען קען זעהן פון אירע הערליכע דורות איז זי געווען אן אשה גדולה מאוד, ציווישען די דאקאמונטען איז דא א רעפארט פון איר ארגאניזאציע בנות יעקב (שפעטער געווארען א בית חינוך) שרייבט זי אז פון די ערשטע לעקטשורער איז געווען לויער אייזיק שטראהל וואס האט געלקטשורט אידישע היסטאריע שלחן ערוך וכו' עס איז מיר געווען א חידוש ופלא ביז האב געמאכט א סירטש און געטראפען
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 478_41.pdf
און נאך, עס איז מיר נתגלה א מסירת נפש איד
נאך א חידוש איז מיר דער בילד פיו ר' פנחס און אחיו ר ראובן ז"ל מאנדעל אלס אינגע בחורים אנגעטן מיט די די דעמאלדיגע "פרעיער שאול
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”