רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יולי 12, 2011 4:34 pm

ראש הקהל האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:די מציבה איז זייער אינטערעסאנט, עס שטייט נישט קיין שום טיטול אפי' א פשוטע "ר'".

איינער קען ארויפלייגן א בילד?

---
ווען איז ער געווארן רב אין קלויזנבורג?


אויפ'ן מציבה שטייט געשריבען שנכתב עפ"י צוואתו,

ער איז קיינמאל נישט געוועהן קלויזענבורג'ער רב,
איך פרעג אייך, ווען איינער עפענט א שטיבעל און וויליאמסבורג
ווערט ער דען וויליאמסבורגער רב, יעדער פארשטייט אז נישט!!!

רב און קלויזענבורג איז געוועהן הגאון הצדיק כל רז לא אניס ליה
עוקר הרים מורינו הרה רבי משה שמואל גלאזנער זצוקללה"ה מח"ס
שו"ת דור הרביעי ועוד

וואס סאטמערער חסידים שרייבען אויף אים מזרחי, גיי פרעג פארוואס, (נישט
אלעס דארף זיי שמעקען, און זיי קענען נישט פארדרייען פאקטן און היסטוריה
צוליב זייערע אדזשענדעס, וועלכע גדול בימים ההם האט נישט געהאלטן פון
קדושת ארץ ישראל???, נא, איינער מער און איינער ווייניגער) וואס איז הוילע
שטותים, אזא גאון האט מען נישט געקענט באזאטיגין, קיינער האט זיך נישט
געמאסטן מיט זיינו קדושה און גאונות,און אלא קאמפלאצירטע שאלות איז
אנגעקומען צו אים (אויך וועגן סיגוט).

נאר די קלויזענבורגער רבי האט זיך געעפענט א חסידישע שטיבעל דארט, נא,
אבער סידור קידושין וכדומה איז געגאנגען צו הרב גלאזנער זי"ע, לפענ"ד וואלט
מען געמעגט עפענן אן אשכול צו באשרייבען זיין רייכע תולדות

פּאו
ראש הקהל האט זיך אויפגעריסן!
סך הכל געעפענט א חסידיש שטיבל, הע?
גלאזנער איז סתם א קרבן פון סאטמאר, הע?
רוב רבנים האבן געהאלטן פון קדושת ארץ ישראל, זאג נאר האסט אמאל געלעזן תיקון עולם?

נאך די מעשה פון ייטב לב און דיין זיך אויפרייסן אין דעם אשכול קוקט אויס ווי דו בעסט נעבעך א אנגעווייטאגטער.... פון עטליכע און צוואנציג וואס האט היסטאריע קיינמאל געליינט
אנטשולדיגט פאר מיין אויסברוך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג יולי 12, 2011 4:35 pm

איך מיין אז מער חקירה ווי אויפן רבנות אין קלויזענבורג איז דא אויפן זיין טאטענ'ס רבנות אין רודניק
כמדומה אז מען האט עס שוין דא דארך געטוהן, לינק פליז
למה זה תשאל לשמי...

ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

תגובהדורך ראזי » דינסטאג יולי 12, 2011 4:37 pm

more clear
צוגעלייגטע
ציון מרן זי''ע - Copy.JPG
more clear

ראזי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2009 12:39 pm

תגובהדורך ראזי » דינסטאג יולי 12, 2011 4:41 pm

קרעפלקאפ האט געשריבן: ער איז געפארן קיין ארץ ישרא' און געבויט א שטעטל אין נתני', און דערנאך אין ירושלים ביים דעמאלסדיגען גרעניץ מיט ירדן


ירושלים איז געווען פריער.

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » דינסטאג יולי 12, 2011 8:54 pm

ווער קען אריינסקענען זיין צוואה, ס'דארף צו זיין זייער אינטערעסאנט, מקען פון דעם זען אז ער איז געווען אנערליכער יוד ער שרייבט דארט וועגן זיך ער באקלאגט זיך אויף זיינע מדות, ווער קען עס ארויף לאדענען דא אדער אפשר איזעס שוין דא ערגעץ וואו אויפן געוועב אויף היברו בוקס אפשר, דאכציך מיך אז סדארף צוזיין אריינגעדרוקט אינעם ספר על התורה אינעם ויקרא באנד אויב מאך איך נישט קיין טעות
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » דינסטאג יולי 12, 2011 9:00 pm

ואס איז פשט פון דעם בילד ? וואס? ווען ? וואו? ווער?
צוגעלייגטע
20081123_1318112534_kl1.jpg
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג יולי 12, 2011 9:04 pm

דאס איז תשכ"ז נאך ווען דער ציונים האבן אייגענומען דעם כותל איז דער רבי תיכף אפגעפארן פין אמעריקע קיין ארץ ישראל צו קענען גלייך אהין גיין
אין היות עס איז נאך שווער געוועהן דער וועגן צו גיין צום כותל האט מען עהם געהאלפן גיין...
参考专家

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 13, 2011 4:12 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:דאס איז תשכ"ז נאך ווען דער ציונים האבן אייגענומען דעם כותל איז דער רבי תיכף אפגעפארן פין אמעריקע קיין ארץ ישראל צו קענען גלייך אהין גיין
אין היות עס איז נאך שווער געוועהן דער וועגן צו גיין צום כותל האט מען עהם געהאלפן גיין...

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאס איז געווען פאר שבת נשא אדער נאך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך יולי 13, 2011 5:47 pm

לכאורה נאך, ווייל דאנערשטאג פ' נשא איז דער שפע חיים געגאנגן מנחם זיין די לאנצוטע קינדער, כמדומה, (כידוע)
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך יולי 13, 2011 5:50 pm

פלאי האט רעכט, כך שמעתי מפי אבי מורי שהיה שם
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

צוטריט צום כותל המערבי - גליק אדער אומגליק?!

תגובהדורך קרעפלקאפ » מאנטאג יולי 18, 2011 1:49 pm

- פון אימעיל:
משל לבן מלך
...אבער מיר דאכט זיך אפשר דאס ענין איז, א בן מלך מען האט אים אוועק געיאגט ער האט געזינדיגט, ומפני חטאינו גלינו מארצינו, מ'האט אים ארויס געטריבן פונעם חצר המלכות, מ'האט אים ארויס געשיקט פון די גרויסע שטאט פון דעם פלטרין של מלך מ'האט אים ארויס געווארפן פון די עיר מלוכה, מ'האט אים פאריאגט גיי ארויס, גיי אוועק פון דא, גיי דיר ארויס אינגאנצן, פון די גאנצע מדינה האט מען אים ארויס געיאגט, מ'האט אים פארטריבן אין א מדבר מ'האט אים אוועק געיאגט דארט..

ער זיצט דארט ער דערמאנט זיך ווי גוט ס'מיר געווען ווען כ'בין געווען ביי מיין טאטן אין שטוב, ווי אלע מלכים אלע שרים אלע קעניגען האבן מורא געהאט פון מיר.. און יעצט האט מען מיך ארויס געווארפן, איך דריי מיך ארום צווישן שלענג און עגדיסן, איך דריי מיך ארום אין א מדבר שמם, צושלאגן און צעהארגעט, פינסטער און חושך, און וויינט און קלאגט, און וויינט און קלאגט, און וויינט און קלאגט, טאג און נאכט וויינט ער, און נאך א יאר און נאך א יאר, און ער בעט דו ביסט דאך א טאטע וואס האסטו נישט רחמנות אויף דיין צובראכענע קינד, ווי קענסטו טאטע צוקוקען ווי ער ליגט דארט נעבעך אין אזא פינסטערקייט...

גייט דורך נאך א יאר, און נאך א יאר, און נאך א יאר, ער איז שוין אלט געווארן, די צרות האבן אים אינגאנצן חרוב געמאכט, פארשווארצט איז ער, אינגאנצן פארשווארצט געווארן... האט די טאטע זיך שוין דערבארעמט און ער לאזט אים ער זאל אריינקומען ער זאל צוריק קומען אין די עיר המלוכה, האט ער דארט עפעס א חורבה ערגעץ אין די זייט, האט ער דארט עפעס אן אלטע וויסטע חורבה וואס שטייט דארט א צובראכענע, זאגט ער אים ביז אהין מעג ער גיין, דארטן זאל ער אהין גיין דארט זאל ער זיצן, נאר ווייטער נישט, דעם טאטן וועט ער נישט זעהן, און אין חצר אין בית המלכות וועט ער נישט אריינקומען..

לויפט ער צו צו דער חורבה, וויי טאטע, ס'מיר נאך ערגער ווי ס'איז מיר געווען, טאטע ס'מיר ערגער, טאטע איך קען שוין נישט אויסהאלטן, איך שטיי לעבן דיר טאטע דו לאזט מיך נישט אריין, למה לי חיים, טאטע האסט מיר נאך ערגער געמאכט, קען איך דען אזוי לעבן, טאטע זיסער, איך זאל שטיין לעבן דיר, נאר לעבן, איך זאל זעהן (ווי די פרעמדע קינדער) און איך א בן מלך, טאטע זיסער יעדן לאזטו אריין נאר מיך נישט..

לשמחה מה זו עושה
ס'קומען אהין מענטשן און מ'זעהט ער ליגט אויף די ערד און וויינט און האקט זיך די קאפ אין די וואנט.. וואס וויינסטו, די האסט דאך אויסגעפירט מען האט דיך אהיים געברענגט וואס טאנצטו נישט פאר שמחה די ביסט שוין אינדערהיים, זאגט ער וויי וויי וואס האב איך פון אזוינס, אז איך קען נישט אריינגיין צו מיין טאטן, וויי אז א קינד קען נישט זעהן דעם טאטנ'ס פנים, איז ער דאך אזוי אויף צרות, נאך אלע לאנגע זמנים, כ'האב אזוי פיל מיר אנגעליטן אזוי פיל מיטגעמאכט.. הימל און ערד וויינט אויף מיר.

האזינו הער צו, השמים, הימל אוי ווען איך רעד פונעם הימל, ואדברה, זאג איך דאס איז א דיבור א לשון קשה, אוי ס'איז זייער שווער ס'איז זייער ביטער, ותשמע הארץ אז מען וועט הערן אויף דער וועלט וועט מען מיינען אמרי פי ס'איז אזוי גוט אזא לשון רכה, פאר גוים וואלט עס געוועזן א גאנצע גדולה, פאר די רשעים וואלט עס געווען א גאנצע שמחה, כ'האב אויסגעפירט ידינו רמה, מ'האט שוין זייערס, זיי האבן שוין וואס מ'וויל, אבער נישט פאר אונז, נעבעך קוק אהן אונז הייליגער באשעפער אז מיר קוקען צום הימל מיר זעהן ווי ווייט זענען מיר פונעם הייליגען באשעפער, ווי ווייט זענען מיר פון שער השמים, דעמאלס איז ואדברה, זאג איך אז דאס איז די גרעסטע מדת הדין וואס קען נאר זיין, הלהן תשברנה טאטע זיסער...

קומען צו גיין די הייליגע ימים הקדושים און מ'גייט צו צום הייליגען באשפער און מ'שטעלט זיך דאווענען מ'ווייסט נישט, מ'שעמט זיך דאך אזוי... יעדער האט שוין געמיינט און יעדער האט געהאפט מ'וועט אריין גיין דאווענען אין מקום המקדש מ'וועט שוין אריין גיין דארט מקריב זיין קרבנות פארן באשעפער, מ'וועט שוין זעהן כהנים בעבודתם ולוים בדוכנם וישראל במעמדם מ'וועט שוין אריין גיין און זעהן די הייליגע בית המקדש.. מ'האט אונז צוגעפירט און צוגעברענגט, און פארשלאסן אינדרויסן..

והביאותים אל הר קדשי ושמחתים בבית תפלתי
והביאותים אל הר קדשי, ווען ס'וועט זיין [בלויז] אל הר קדשי וועלן זיי זיך שוין גארנישט פרייען, זיי וועלן האלטן אין איין וויינען, זיי וועלן נאך מער וויינען ווי ביז יעצט, דא שטייען זיי לעבן בארג, באשעפער זיסער וויי איז מיין נפש איך שטיי לעבן בארג און איך קען נישט ארויפגיין, וויי וואס דארף איך א לעבן טאטע זיסער, ס'איז געווען צדיקים זיי האבן נישט געוואלט גיין קיין ירושלים, לעבן מקום המקדש, זיי האבן געזאגט אז זיי שפירן אז זיי האבן נישט קיין כח אז זיי זאלן עס קענען איבערלעבן, זיי זאלן עס קענען אנקוקען, ער שטייט לעבן מקום המקדש ער שטייט לעבן הר הבית און זאל נישט קענען ארויפגיין, מיר זענען טמאי מתים מיר קענען זיך גארנישט מטהר זיין, וויי וויי וויי איז מיר, וואס האט מען אונז געטאן, וואס איז פון אונז געווארן, ושמחתים, די שמחה וועט נישט זיין ווען והביאותים אל הר קדשי, נאר ווען ס'איז בבית תפלתי.

דער זוהר הקדוש זאגט וויי וועט זיין פאר דעם ווען דער הייליגער באשעפער וועט קומען פוקד זיין די שכינה הקדושה און ער וועט טרעפן די רשעים וואס מיט זייערע חטאים האבן זיי דאס געשטערט, און די שכינה הקדושה וועט זאגען דורך די רשעים האסטו נישט געקענט קומען צו מיר, אזוי זאגט דער זוה"ק, וויי וויי ווער ס'וועט זיין אין דער צייט מ'איז שוין אזוי נאנט צום זמן הגאולה, אזוי נאנט צו די ישועה, נאר מ'לאזט אונז נאך נישט אריין, לאמיר זיך צוזאמען נעמען מיט אלע כוחות און לאמיר איבערבעטן דעם הייליגען באשעפער, לאמיר בעטן די שכינה הקדושה, מאמע מאמע בעט מ'זאל אונז אהיים לאזן, בעט ער זאל אויפמאכן די טויערן מ'זאל אונז אריין לאזן... מיר ווילן נישט חלילה זיין קיין כפויי טובה, נאר מיר מוזן זאגען צום באשעפער וויי וויי וויי... די ביסט גוט באשעפער.. אבער פאר אונז איז עס א גרויסע אומגליק באשעפער, ביי אונז איז עס א גרויסע מדת הדין, ווייל אונז קענען נישט שטיין לעבן א וואנט, מיר קענען נישט שטיין אינדרויסן, באשעפער זיסער אונז קען מיר אזוי נישט לעבן, באשעפער זיסער מיר קענען דאס נישט אויסהאלטן... השיבנו ה' אליך נעם אונז אהיים, באשעפער ברענג אונז אריין צו דיר, מיר קענען נישט שטיין אינדרויסן, באשעפער האב רחמנות אויף אונז... שמע קולינו וכו'

קטעים מתוך דרשת השפע חיים לפני "שמע קולינו", יום א' דסליחות תשכ"ז לפ"ק


אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג יולי 18, 2011 3:46 pm

אויפן בילד נעבן דעם ברך משה זצ"ל איז דער שארמאשער רב ז"ל

אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

תגובהדורך קרעפלקאפ » מאנטאג יולי 18, 2011 5:09 pm

עם מחותנו הרה"ק רבי מרדכי מזוועהיל זצ"ל

viewtopic.php?p=438519#p438519

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג יולי 19, 2011 3:20 am

הרב קרעפעלקאפ, כ'מיין אז דיין אימעיל איבער'ן כותל קומט נישט אין די אשכול
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יולי 19, 2011 10:36 am

וואס עפעס נישט?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

תגובהדורך קרעפלקאפ » דינסטאג יולי 19, 2011 7:47 pm

מצטרף. מי חכם ויבין.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך יולי 20, 2011 1:13 am

איז דאס די ווערטער פון קלוזענבורג'ער רב?
אויב יא ביטע ארויסשרייבען ווייל איך האב עס נישט געכאפט ביז יעצט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מיטוואך יולי 20, 2011 3:22 am

ים רויבער האט געשריבן:איז דאס די ווערטער פון קלוזענבורג'ער רב?
אויב יא ביטע ארויסשרייבען ווייל איך האב עס נישט געכאפט ביז יעצט


קטעים מתוך דרשת השפע חיים לפני "שמע קולינו", יום א' דסליחות תשכ"ז לפ"ק

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 8:39 pm

אינטערעסאנטער היסטאריש בילד - דער קלויזענבורגער מיט בן גוריון שר"י

(קרעדיט בחצרות החסידים)

http://www.bhol.co.il/forums//topic.asp ... m_id=15065
צוגעלייגטע
2011725_19485430630_JPG.JPG
דער קלויזענבורגער מיט בן גוריון שר"י
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 9:09 pm

דער קלויזענבורגער רב האט דעמאלטס געזאגט אז ער איז געגאנגען אן א הוט ווייל אין ביה"כ גייט מען אן א הוט
למה זה תשאל לשמי...

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:15 pm

ראש הקהל האט געשריבן:מיר איז אונטרעסאנט ווי אזוי ס'דא צוויי בענדער מיט מעשיות פון זיין טאטע הרב הקדוש
רבי הירשלי רידניקער זי"ע, ווען ער איז אלט געוועהן עלף ווען זיין טאטע איז אוועק??


לגבי די שאלה פון די מעשיות וואס כ"ק האדמו"ר מקלויזנבורג זצ"ל פלעגט צו דערציילן, וועל איך דא נאר שרייבן א קורצן סיפור'ל (וואס איך האב געהערט קראנט), וישמע חכם ויוסיף לקח ודו"ק. (וכן שמעתי מכמה מחסידיו, נאר צוליב כמה סיבות שרייב איך נישט ארויס קלאר).

עס איז געווען אמאל א איד ביי הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע, און רבי יענקעלע האט (כדרכו בקודש) דערציילט א סיפור וואס איז געווען ביי איינע פון די צדיקים, האט זיך דער איד אנגערופן (ער איז געווען א קלויזענבורג'ער חסיד) אז 'מיין רבי דערציילט דאס אנדערש', האט איהם רבי יענקעלע געזאגט בצחות לשונו: "איבער א קצות וועל איך מיך נישט מפלפל זיין מיט דיין רבי'ן, אבער לגבי א מעשה קען איך זיך נאך טענה'ען מיט איהם"...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 3:50 am

יא יא
גוט גוט
טיפיש הרה"ק ר' יענקעלע זצ"ל בענותנותו הגדולה
כידוע בקיאותו בכל מכמני התורה....
און א דייקן אין סיפורי צדיקים אויך...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:07 am

ר' יענקילי אמר זה כמ"פ על בנו ר' ליביש ג"כ
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:11 am

מעלות-חברינו האט געשריבן:געליינט אמאל אין אלגעמיינער זשורנאל, פון זיין תלמיד הרה"ג ר' פנחס וויליגער שליט"א פון מאנטריאל זייער א גוט ווארט:

מען האט געפרעגט דעם קלויזנבורגער רבי'ן זצ"ל וועגן דאס התגרות באומות פון די ציונים, האט ער געענטפערט, דאס גרעסטע התגרות באומות בימינו איז, אז איך לעב, אז אלע מלחמה איבערלעבער לעבן, בימינו איז דאס אליין שוין דאס גרעסטע התגרות באומות, ודפח"ח.
צוגעלייגטע
צוריקגעבן שטחים.pdf
(42.6 KiB) דאונלאודעד 263 מאל
שויתי השם לנגדי תמיד

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:27 am

והוא פלאי האט געשריבן:ר' יענקילי אמר זה כמ"פ על בנו ר' ליביש ג"כ


מעגליך.
איך האב אבער געמיינט ארויסצוברענגען דערמיט נאך א נקודה בנוגע די 'סיפורי צדיקים' חלק, והמבין יבין.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט