משל לבן מלך...אבער מיר דאכט זיך אפשר דאס ענין איז, א בן מלך מען האט אים אוועק געיאגט ער האט געזינדיגט, ומפני חטאינו גלינו מארצינו, מ'האט אים ארויס געטריבן פונעם חצר המלכות, מ'האט אים ארויס געשיקט פון די גרויסע שטאט פון דעם פלטרין של מלך מ'האט אים ארויס געווארפן פון די עיר מלוכה, מ'האט אים פאריאגט גיי ארויס, גיי אוועק פון דא, גיי דיר ארויס אינגאנצן, פון די גאנצע מדינה האט מען אים ארויס געיאגט, מ'האט אים פארטריבן אין א מדבר מ'האט אים אוועק געיאגט דארט..
ער זיצט דארט ער דערמאנט זיך ווי גוט ס'מיר געווען ווען כ'בין געווען ביי מיין טאטן אין שטוב, ווי אלע מלכים אלע שרים אלע קעניגען האבן מורא געהאט פון מיר.. און יעצט האט מען מיך ארויס געווארפן, איך דריי מיך ארום צווישן שלענג און עגדיסן, איך דריי מיך ארום אין א מדבר שמם, צושלאגן און צעהארגעט, פינסטער און חושך, און וויינט און קלאגט, און וויינט און קלאגט, און וויינט און קלאגט, טאג און נאכט וויינט ער, און נאך א יאר און נאך א יאר, און ער בעט דו ביסט דאך א טאטע וואס האסטו נישט רחמנות אויף דיין צובראכענע קינד, ווי קענסטו טאטע צוקוקען ווי ער ליגט דארט נעבעך אין אזא פינסטערקייט...
גייט דורך נאך א יאר, און נאך א יאר, און נאך א יאר, ער איז שוין אלט געווארן, די צרות האבן אים אינגאנצן חרוב געמאכט, פארשווארצט איז ער, אינגאנצן פארשווארצט געווארן... האט די טאטע זיך שוין דערבארעמט און ער לאזט אים ער זאל אריינקומען ער זאל צוריק קומען אין די עיר המלוכה, האט ער דארט עפעס א חורבה ערגעץ אין די זייט, האט ער דארט עפעס אן אלטע וויסטע חורבה וואס שטייט דארט א צובראכענע, זאגט ער אים ביז אהין מעג ער גיין, דארטן זאל ער אהין גיין דארט זאל ער זיצן, נאר ווייטער נישט, דעם טאטן וועט ער נישט זעהן, און אין חצר אין בית המלכות וועט ער נישט אריינקומען..
לויפט ער צו צו דער חורבה, וויי טאטע, ס'מיר נאך ערגער ווי ס'איז מיר געווען, טאטע ס'מיר ערגער, טאטע איך קען שוין נישט אויסהאלטן, איך שטיי לעבן דיר טאטע דו לאזט מיך נישט אריין, למה לי חיים, טאטע האסט מיר נאך ערגער געמאכט, קען איך דען אזוי לעבן, טאטע זיסער, איך זאל שטיין לעבן דיר, נאר לעבן, איך זאל זעהן (ווי די פרעמדע קינדער) און איך א בן מלך, טאטע זיסער יעדן לאזטו אריין נאר מיך נישט..
לשמחה מה זו עושה
ס'קומען אהין מענטשן און מ'זעהט ער ליגט אויף די ערד און וויינט און האקט זיך די קאפ אין די וואנט.. וואס וויינסטו, די האסט דאך אויסגעפירט מען האט דיך אהיים געברענגט וואס טאנצטו נישט פאר שמחה די ביסט שוין אינדערהיים, זאגט ער וויי וויי וואס האב איך פון אזוינס, אז איך קען נישט אריינגיין צו מיין טאטן, וויי אז א קינד קען נישט זעהן דעם טאטנ'ס פנים, איז ער דאך אזוי אויף צרות, נאך אלע לאנגע זמנים, כ'האב אזוי פיל מיר אנגעליטן אזוי פיל מיטגעמאכט.. הימל און ערד וויינט אויף מיר.
האזינו הער צו,
השמים, הימל אוי ווען איך רעד פונעם הימל,
ואדברה, זאג איך דאס איז א דיבור א לשון קשה, אוי ס'איז זייער שווער ס'איז זייער ביטער, ותשמע הארץ אז מען וועט הערן אויף דער וועלט וועט מען מיינען אמרי פי ס'איז אזוי גוט אזא לשון רכה, פאר גוים וואלט עס געוועזן א גאנצע גדולה, פאר די רשעים וואלט עס געווען א גאנצע שמחה, כ'האב אויסגעפירט ידינו רמה, מ'האט שוין זייערס, זיי האבן שוין וואס מ'וויל, אבער נישט פאר אונז, נעבעך קוק אהן
אונז הייליגער באשעפער אז מיר קוקען צום הימל מיר זעהן ווי ווייט זענען מיר פונעם הייליגען באשעפער, ווי ווייט זענען מיר פון שער השמים, דעמאלס איז ואדברה, זאג איך אז דאס איז די גרעסטע מדת הדין וואס קען נאר זיין, הלהן תשברנה טאטע זיסער...
קומען צו גיין די הייליגע ימים הקדושים און מ'גייט צו צום הייליגען באשפער און מ'שטעלט זיך דאווענען מ'ווייסט נישט, מ'שעמט זיך דאך אזוי... יעדער האט שוין געמיינט און יעדער האט געהאפט מ'וועט אריין גיין דאווענען אין מקום המקדש מ'וועט שוין אריין גיין דארט מקריב זיין קרבנות פארן באשעפער, מ'וועט שוין זעהן כהנים בעבודתם ולוים בדוכנם וישראל במעמדם מ'וועט שוין אריין גיין און זעהן די הייליגע בית המקדש.. מ'האט אונז צוגעפירט און צוגעברענגט, און פארשלאסן אינדרויסן..
והביאותים אל הר קדשי ושמחתים בבית תפלתיוהביאותים אל הר קדשי, ווען ס'וועט זיין [בלויז] אל הר קדשי וועלן זיי זיך שוין גארנישט פרייען, זיי וועלן האלטן אין איין וויינען, זיי וועלן נאך מער וויינען ווי ביז יעצט, דא שטייען זיי לעבן בארג, באשעפער זיסער וויי איז מיין נפש איך שטיי לעבן בארג און איך קען נישט ארויפגיין, וויי וואס דארף איך א לעבן טאטע זיסער, ס'איז געווען צדיקים זיי האבן נישט געוואלט גיין קיין ירושלים, לעבן מקום המקדש, זיי האבן געזאגט אז זיי שפירן אז זיי האבן נישט קיין כח אז זיי זאלן עס קענען איבערלעבן, זיי זאלן עס קענען אנקוקען, ער שטייט לעבן מקום המקדש ער שטייט לעבן הר הבית און זאל נישט קענען ארויפגיין, מיר זענען טמאי מתים מיר קענען זיך גארנישט מטהר זיין, וויי וויי וויי איז מיר, וואס האט מען אונז געטאן, וואס איז פון אונז געווארן, ושמחתים, די שמחה וועט נישט זיין ווען והביאותים אל הר קדשי, נאר ווען ס'איז בבית תפלתי.
דער זוהר הקדוש זאגט וויי וועט זיין פאר דעם ווען דער הייליגער באשעפער וועט קומען פוקד זיין די שכינה הקדושה און ער וועט טרעפן די רשעים וואס מיט זייערע חטאים האבן זיי דאס געשטערט, און די שכינה הקדושה וועט זאגען דורך די רשעים האסטו נישט געקענט קומען צו מיר, אזוי זאגט דער זוה"ק, וויי וויי ווער ס'וועט זיין אין דער צייט מ'איז שוין אזוי נאנט צום זמן הגאולה, אזוי נאנט צו די ישועה, נאר מ'לאזט אונז נאך נישט אריין, לאמיר זיך צוזאמען נעמען מיט אלע כוחות און לאמיר איבערבעטן דעם הייליגען באשעפער, לאמיר בעטן די שכינה הקדושה, מאמע מאמע בעט מ'זאל אונז אהיים לאזן, בעט ער זאל אויפמאכן די טויערן מ'זאל אונז אריין לאזן... מיר ווילן נישט חלילה זיין קיין כפויי טובה, נאר מיר מוזן זאגען צום באשעפער וויי וויי וויי... די ביסט גוט באשעפער.. אבער פאר אונז איז עס א גרויסע אומגליק באשעפער, ביי אונז איז עס א גרויסע מדת הדין, ווייל אונז קענען נישט שטיין לעבן א וואנט, מיר קענען נישט שטיין אינדרויסן, באשעפער זיסער אונז קען מיר אזוי נישט לעבן, באשעפער זיסער מיר קענען דאס נישט אויסהאלטן... השיבנו ה' אליך נעם אונז אהיים, באשעפער ברענג אונז אריין צו דיר, מיר קענען נישט שטיין אינדרויסן, באשעפער האב רחמנות אויף אונז... שמע קולינו וכו'
קטעים מתוך דרשת השפע חיים לפני "שמע קולינו", יום א' דסליחות תשכ"ז לפ"ק