טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מיטוואך יולי 06, 2011 11:04 am

די פאקט איז אז ווי מער די טיילסט איין פאר מענטשן וויאזוי זיך צו פירן, ווערן זיי ווייניגער אחריות'דיג. ווי ווייניגער די טיילסט אים איין ווערט ער מער אחריות'דיג. ווי מער די העלפט א מענטש ווערט ער באמת א גרעסערע רחמנות. ווי ווייניגער די העלפסט אים וועט ער זיך ענדערש זיך שטעלן אויפן פיס.

די אמעריקאנער עקאנאמיע איז נישט שטערקער געווארן ווען מ'האט אינפארסירט א מינימום וועידזש און געהאלפן אויפשטעלן שלעפעריגע יוניאן ארבייטער, און אמעריקאנער לייגן נישט אוועק מער געלט אויף די גאלדענע יארן נאכן אינפארסירן פענסיע, און די ארימע באפעלקערונג איז נישט רייכער געווארן נאכן זיי באווארפן מיט צוקערלעך און פראגראמען.

ס'האט נישט קיין גבול פון איינטיילן מענטשן וויאזוי זיך צו פירן, אבער וואס וועלן די געזעץ געבער טון מיט די צייט אויב נישט מיטן טרעפן א פרישן געזעץ יעדן טאג?

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך יולי 06, 2011 2:25 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
אין נ.י. טיילט מען דיר איין אויף טריט און שריט. אפילו אינמיטן גאס טאר מען שוין נישט אנצינדן קיין ציגארעטל. מען זאגט דיר וועלכע לייט באלב דו מעגסט נוצן. די געזעצן און רעגולאציעס ארום קאר סיעטס און בוסטער סיעטס טוישן זיך יעדן מיטוואך. גענוג!!! :evil:


איזעי האט געשריבן:עס איז טאקע א סברא צו זאגן אז ווילאנג איך באדער נישט קיינעם דאן לאז מיר מנוחה. אבער ווען עס קומט צו אנדערע (צ.ב. מיט די קאר און באסטער סיט'ס, און רייכערן אין בנינים, וכדו') דאן ביזטו במחילת כבודך אויסדריקליך נישט גערעכט.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך יולי 06, 2011 2:28 pm

איזעי האט געשריבן:דאס איז אין קורצן א מחלוקת צו די שטאט קען צווינגען א מענטש זיך צו האלטן געזונט און נישט צו באגיין זעלבסטמארד.....

איך מיין אז ווילאנג די שטאט צאלט דעם מעדיקעיד פון דעם יעניגן זענען זיי בארעכטיגט און אויב נישט, נישט.....

עס איז טאקע א סברא צו זאגן אז ווילאנג איך באדער נישט קיינעם דאן לאז מיר מנוחה. אבער ווען עס קומט צו אנדערע (צ.ב. מיט די קאר און באסטער סיט'ס, און רייכערן אין בנינים, וכדו') דאן ביזטו במחילת כבודך אויסדריקליך נישט גערעכט.


איפכא מסתברא, טאמער זיי צאלן מעדיקעיד וועלן זיי נאר פארדינען ווען דער מענטש באגייט זעלבסטמארד. ניין?!
איך רעד נישט פון דעם עצם געדאנק פון קאר און בוסטער סיט'ס, נאר פון דעם אז די רעגולאציעס טוישן זיך יעדע בה"ב און דער קאר סיט פון פאראיאר איז שוין יעצט נישט גילטיג.
פרעג זיך נאך ביי די וואס נוצן די ארטיקלען טעגליך.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מיטוואך יולי 06, 2011 4:10 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:דאס איז אין קורצן א מחלוקת צו די שטאט קען צווינגען א מענטש זיך צו האלטן געזונט און נישט צו באגיין זעלבסטמארד.....

איך מיין אז ווילאנג די שטאט צאלט דעם מעדיקעיד פון דעם יעניגן זענען זיי בארעכטיגט און אויב נישט, נישט.....


איפכא מסתברא, טאמער זיי צאלן מעדיקעיד וועלן זיי נאר פארדינען ווען דער מענטש באגייט זעלבסטמארד. ניין?!

;l;p-

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך יולי 06, 2011 8:54 pm

שטעלט אייך פאר, איר קומט אריין אין א גרויסן סופּערמארקעט. און איר זעהט א געווענליך בילד: די לעקטערס זענען אנגעצינדן, די פאליצעס אנגעפולט מיט אלעם גוטן און קליענטן דרייען זיך ארום צווישן די רייעס מיט האלב-פולע וועגעלעך. אבער... ס'איז נישט פארהאן קיין ארבעטער צו געפינען פאר א רפואה...

עס הערט זיך טאקע ווי א אילוזיע. אבער גענוי דאס האט פאסירט אין וועלינגטאן, ניו זילאנד.
צוליב א קאמפיוטער גליטש האט דער אויטאמאטישער סיסטעם אנגעצינדן די לעקטערס און געעפנט די טירן מיט עטליכע שטונדן בעפאר עס האט זיך אפיציעל געדארפט עפענען.

און ניין... ס'איז נישט ווי איר מיינט... די געשעפט איז נישט בארויבט געווארן! רוב קונדן האבן גענוצט די "סעלף-טשעק-אוט" מאשינען צו באצאלן פאר די פראדוקטן.
און די טייל וואס האבן יא ארויסשפאצירט מיט די פראדוקטן - וואס ווי די אייגנטומער זאגן, איז עס בעיקר זאכן וואס מען קען נאר קויפן ביי א מענטשליכער ארבעטער, ווי צב"ש: טאבאקא און אלקאהלישע פראדוקטן – האט מען אויפגעכאפט זייערע געזיכטער אויף די קאמערעס. און מען גיבט זיי צייט עטליכע טעג צו קומען פרייוויליג באצאלן, און דערנאך וועט שוין די פאליציי דאס קומען פאדערן.

יאפ... אכשר דרא.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג יולי 07, 2011 3:15 pm

מידער האט געשריבן:
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:דאס איז אין קורצן א מחלוקת צו די שטאט קען צווינגען א מענטש זיך צו האלטן געזונט און נישט צו באגיין זעלבסטמארד.....

איך מיין אז ווילאנג די שטאט צאלט דעם מעדיקעיד פון דעם יעניגן זענען זיי בארעכטיגט און אויב נישט, נישט.....


איפכא מסתברא, טאמער זיי צאלן מעדיקעיד וועלן זיי נאר פארדינען ווען דער מענטש באגייט זעלבסטמארד. ניין?!

;l;p-

איך האף אז דו פארשטייסט אז עס איז אבי געענטפערט, ווייל הא תינח אז ער שטארבט, אבער אז דער נארישקייט געלונגט נישט?

עס איז במילא נישט קיין נפק"מ, פון דיין ענטפער פארשטיי איך איז בעיקר אויף דעם וואס יעדן טאג קומען זיי אויף מיט פרישע אונטערדריקונגען, אבער אויף די פרטיות'דיגע געזעצן קען מען נאך דן זיין צו זיי זענען בארעכטיגט עס צו מאכן.

לאמיר נישט פארדרייען ווייטער דעם אשכול, אויב ווילסטו פארזעצן דעם ויכוח, דאן לאמיר אריבערגיין צום פאסיגן אשכול.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דאנארשטאג יולי 07, 2011 4:08 pm

עס איז גענוג טשיקאוו אז אונזערע הויכגעשעצטע פראפעסארן דא אויף אייוועלט לאזן זיך אראפ דיקוסירן די אמעריקאנער משוגעים און זייערע געזעצן וואס זיי חלום'ען אין די וואַך. זאלן זיי אונז נאר אויסהערן וואלט די אמעריקאנער עקאנאמיע ווייט נישט געווען אין די אדמה נאר זאגאר אין די הויכע ספערן, און אמעריקע וואלט זיכער געבליבן די גאלדענע לאנד אויף שטענדיג. :evil:

גראדע פלעגט דא אמאל זיין א לעווי וואס פלעגט שיין דיסקוסירן די דאזיגע ענינים מיט א גלאנציגן פעדער. לעבט ער נאך?

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג יולי 07, 2011 4:37 pm

מידער האט געשריבן:עס איז גענוג טשיקאוו אז אונזערע הויכגעשעצטע פראפעסארן דא אויף אייוועלט לאזן זיך אראפ דיקוסירן די אמעריקאנער משוגעים און זייערע געזעצן וואס זיי חלום'ען אין די וואַך. זאלן זיי אונז נאר אויסהערן וואלט די אמעריקאנער עקאנאמיע ווייט נישט געווען אין די אדמה נאר זאגאר אין די הויכע ספערן, און אמעריקע וואלט זיכער געבליבן די גאלדענע לאנד אויף שטענדיג. :evil:

דו מיינסט עס ערנסט, אדער רעדסט סארקאסטיש? ווייל מישעל מאלקין האט דא א מעכטיגע ארטיקל מיט א רשימה פון גאר-פראמינענטע פראפעסארן וועמען אבאמא האט געשלעפט קיין וואשינגטאן פארריכטן די עקאנאמיע. דערווייל זענען זיי אלע צוריק געגאנגען אין זייערע אוניווערסיטעטן בבושת פנים נאכדעם וואס זיי האבן איינגעזעהן אז זיי טויגן בלויז צו פראפעסאריזירן טעארעטיש, אבער צו פארריכטן אן עקאנאמיע פארשטייען זיי א פייג!
אלזא, מאך נישט קיין חוזק פון אונזערע "הויכגעשעצטע פראפעסארן דא אויף אייוועלט" וואס טאמער מען זאל "אונז נאר אויסהערן וואלט די אמעריקאנער עקאנאמיע ווייט נישט געווען אין די אדמה נאר זאגאר אין די הויכע ספערן, און אמעריקע וואלט זיכער געבליבן די גאלדענע לאנד אויף שטענדיג."...
ווייל ווי עס ווייזט זיך ארויס, טויגן די "הויכגעשעצטע פראפעסארן" פון הויכגעשעצטע יונעווערסעטי'ס אויף כפרות.

לפענ"ד, א געווענליכער היימישער בן חמישים מיט גוטע "הענדס-אן" ביזנעס עקספיריענס וואלט אסאך שנעלער פארראכטן די עקאנאמיע ווי די פראפעסארן וואס "קרא ושנה" האבן זיי טאקע אסאך, אבער קיין ביסל "שימוש", פראקטיק בלע"ז, פארמאגן זיי נישט.

און פארוואס איז עס טשיקאוו ווען איינער דרוקט אויס זיין מיינונג? דארף מען טאקע גלאנצן מיט די אויגן ווי א קאלב אויף די אומפארשטענליכע שריט פון אונזער רעגירונג? ברויך מען דען גלייבן באמונה שלימה אז זיי פארשטייען וואס זיי טוען, נאכדערצו ווען מען זעהט בחוש ווי זיי פירן דאס לאנד אין די אדמה אריין?!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג יולי 07, 2011 4:55 pm

איך ווייס נישט טאמער דאס קומט אין טשיקאווע, אפשר קומט דאס ביי "אומגלויבליכע נייעס." אבער וויבאלד אזא אשכול איז נאכנישט פארהאנען...

אין אן אנדער אשכול דא רעדט מען פון דעם פאקט אז היינט אין אמעריקע איז אפילו דער וואוילער בירגער "גילטי אנטיל פראווען אינאסענט."
דא ווערט געברענגט אַן אומגלויבליכע קעיס פון אַן אפריקאנער שחור וועמען מען האט ארעסטירט ווייל ער האט געוואלט טוישן א טשעיס טשעק אין א טשעיס באנק, א טשעק וואס טשעיס באנק זעלבסט האט אים געשיקט! זיי האבן פארדעכטיג אז עס איז געפעלטשעוועט, אים געלאזט ארעסטירן, און א טאג דערויף (פרייטאג) נאכ'ן איינזעהן דעם טעות, האט די באנק נאר איינגעמאלדן דעם פאליציאנט אויף זיין קעיס, אבער יענער איז פונקט געווען אוועק פאר'ן וויקענד...
אזוי איז ער נעבעך געזעצן ביז מאנטאג. ביז דערווייל האט די באנק פארשלעפט זיין קאר פון פארקינג לאט. ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן פאר די טאואינג און אימפאונד, ווייל טשעיס האט אים נישט באלד באצאלט די געלט ($8,463) וואס זיי האבן אליין שוין איינגעזעהן אז עס קומט אים, און יעדע טאג וואס דער קאר זיצט אין אימפאונד לאט קומט דאך צו נאך און נאך צום חשבון.
דערצו האט ער דערלייגט זיין דזשאב, ווייל צו דעם דזשאב פעלט אויס א קאר. און זיין קאר איז געווען וואו?
אה! א סימן אז איר האלט קאפ!

ערשט צוויי חדשים דערויף האט אים די פאליציי סטאנציע צוריקגעגעבן דעם ארגינעלן טשעק!
דערווייל האט מען גע'אקשענט' זיין קאר! פארקויפט! פערטיג! נישט סתם א קאר, נאר א 2001 Infinity I-30, זילבערנע קאליר "פונקט ווי איך האב ליב"...

אבער ס'ענדיגט זיך נישט דא, ער האט זיך געוואנדן צו טשעיס, אבער זיי האבן אים פשוט איגנארירט במשך א גאנצע יאר! ענדליך האט ער פארשאפט אן אדוואקאט, יענער האט פאריגע וואך געשיקט פאר טשעיס א שארפע בריוו און איך האף אז ער גייט זיי נעמען אויפ'ן צימבל און גוט, גוט צופיקסן!
ווי זאגט איינער פון די קאמענטירער דארט:
I hope this young man gets justice $$$$ and laughs all the way to the bank with the check, and NOT CHASE BANK!


דערווייל זאגט דער אדוואקאט אזוי:
“It’s one thing to make a mistake,” Luna said. “It’s one thing to make multiple errors of judgment like Chase has made and then, once you realize that your error has caused such harm to somebody else, to just ignore it for a year. I think he deserved better. I think all their customers do.”

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יולי 07, 2011 5:23 pm

אומגלויבליכע נייעס!

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דאנארשטאג יולי 07, 2011 7:07 pm

Wow,
שיק א לינק צו מיין בענקער.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג יולי 07, 2011 7:36 pm

דער טעכנאלאגיע מוזעאום אין סאן כאזע איז ...געהעקט געווארן!

A museum devoted to promoting technology in the heart of Silicon Valley has fallen victim to a more sinister techie: a hacker.

The Tech, the popular downtown San Jose museum, said Wednesday that a hacker broke into three old files lingering on its system. The thief captured museum members' names, email addresses, home addresses and phone numbers and posted them to Twitter on Friday before the information was taken down.


שטעלט אייך פאר, אז א העקער האט זיך געקענט אריינגעברעכן אין א מוזעאום וואס רופט זיך "טעכנאלאגיע מוזעאום!"
געוואלד די בושות!

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » פרייטאג יולי 08, 2011 3:04 pm

אינדיע - א צוועלף יעריגע מיידל האט גאר שטארק רחנמיות באקומען אויף איר ברודער וועלכע איז געליגן אין מיט צוויי קראנקע נירן, און אויף איר טאטע מיט א זעה קראפט וואס פאלט פון טאג צו טאג, און געלט פאר דאקטוירים האבן זיי נישט געהאט.

מיט א שטארק געפיל פאר אירע פאמיליע מיטגלידער, האט די מיידעלע איינגענומען א שארפע קעמיקל וואס האט ארויסגעפירט איר נשמה, נאכן איבערגעלאזן איר שריפטליכן צוואה אז מען זאל פון אירע גלידער מיטייטלן פאר איר קראנקע משפחה.

איר פראבלעם איז נאר אז מ'האט געטראפן איר וואונטש צעטעלע ערשט דעם אנדערן טאג נאכדעם וואס מ'האט איר שוין געהאט פארברענט.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג יולי 10, 2011 3:01 pm

מידער האט געשריבן:די פאקט איז אז ווי מער די טיילסט איין פאר מענטשן וויאזוי זיך צו פירן, ווערן זיי ווייניגער אחריות'דיג. ווי ווייניגער די טיילסט אים איין ווערט ער מער אחריות'דיג. ווי מער די העלפט א מענטש ווערט ער באמת א גרעסערע רחמנות. ווי ווייניגער די העלפסט אים וועט ער זיך ענדערש זיך שטעלן אויפן פיס.

די אמעריקאנער עקאנאמיע איז נישט שטערקער געווארן ווען מ'האט אינפארסירט א מינימום וועידזש און געהאלפן אויפשטעלן שלעפעריגע יוניאן ארבייטער, און אמעריקאנער לייגן נישט אוועק מער געלט אויף די גאלדענע יארן נאכן אינפארסירן פענסיע, און די ארימע באפעלקערונג איז נישט רייכער געווארן נאכן זיי באווארפן מיט צוקערלעך און פראגראמען.


דו וועסט נישט גלייבן, אבער אפילו דער קאמיוניטי-ארגענייזער-אין-טשיף פרעזידענט אבאמא זעלבסט האט דאס ענדליך איינגעזעהן.
און אזוי האט ער געזאגט:
I think we should acknowledge that some welfare programs in the past were not well designed and in some cases did encourage dependency.… As somebody who worked in low-income neighborhoods, I’ve seen it where people weren’t encouraged to work, weren’t encouraged to upgrade their skills, were just getting a check, and over time their motivation started to diminish. And I think even if you’re progressive you’ve got to acknowledge that some of these things have not been well designed.


און יעצט אז ער האט שוין איינגעזעהן, קלערט איר אז וואשינגטאן וועט זוכן א היילונג צו זייער עדיקשאן פון ספענדען יענעם'ס געלט?

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » זונטאג יולי 10, 2011 3:35 pm

וואשינגטאן'ס עדיקשאן איז ספעציעלע אינטערעס גרופעס און א גרויסע שילד "וואלן" בעפאר יעדען'ס אויגן. עס איז כמעט אומעגליך צו סוקסעסירן בשעת די צוויי זאכן דאמינירן דעם אויבן-אן, און בויען אמעריקע איז אביסל אראפציר אינעם ליסטע.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מאנטאג יולי 11, 2011 3:18 pm

אין טעקסאס איז א קינד געבוירן געווארן וועגענדיג 16.1 פונט.

דאס קינד קען מעגליך ברעכן א רעקארד פאר די סטעיט טעקסאס וואו מען קוקט אצינד נאך וויפיל די גרעסטע קינדער האבן געוואוגען.

די גינוס וועלט רעקארד'ס גרעסטע קינד ביים געבורט איז געווען א 23.12 פונטיגע קינד וואס איז געבוירן געווארן אין אוהייא אין יאר 1879.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג יולי 12, 2011 10:42 am

א סעילס טיעם פון א געוויסע קאמפעני האט אפגעמאכט א דיעל מיטן בעה"ב אז ווען מען וועט אנקומען צו די סעילס טארגעט, וועט מען אנשטאט באקומען די קעש באנוס קענען אויפרייסן זיין קאר,

די צייט איז אנגעקומען און מען האט געמאכט א גרויסע טראסק, מען האט ארויסגעפירט די קאר אויפן פעלד און עס אויפגעריסן און ריזיגע פלאמען, און מען האט זיך געזעצט צו א פארטי

דער בעה"ב זוכט שוין א צווייטע זאך אויפצורייסן צום קומענדיגן טארגעט

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג יולי 18, 2011 9:47 pm

אין אנאנדאנא, ניו יארק איז פארגעקומען א פראטעסט פון מאטאר-ביציקליסטן וועלכע האבן פראטעסטירט קעגן די העלמעט געזעצן, פארשטייט זיך אז קיינער פון זיי האט נישט אנגעהאט אן העלמעט.

אינדערמיט פון די דעמאנסטראציע האט איימיצער פון זיי פארלוירן קאנטראל, ער איז אראפגעפאלן פונעם ביציקל און זיך צופלעטערט דעם קאפ.
עטליכע שטונדן שפעטער איז ער אויסגעגאנגען פון זיינע וואונדן אין א דערנעבנדיגע שפיטאל.

די באאמטע זאגן אז ווען ער האט ווען אן א העלמעט וואלט ער ווארשיינליך איבערגעלעבט דעם עקסידענט.

(חכמים... ווען ער האלט אז מ'דארף א העלמעט, איז ער דאך נישט דארט ביים פראטעסט?...)

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג יולי 18, 2011 10:00 pm

פארשריבן שוין געווען דא אבער חזרה שאדט נישט
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג יולי 18, 2011 10:24 pm

פארשריבן האט געשריבן:(חכמים... ווען ער האלט אז מ'דארף א העלמעט, איז ער דאך נישט דארט ביים פראטעסט?...)

;l;p-

אפשר איז טאקע דאס וואס זיי טענה'ן?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 19, 2011 1:19 am

פארשריבן האט געשריבן:אין אנאנדאנא, ניו יארק איז פארגעקומען א פראטעסט פון מאטאר-ביציקליסטן וועלכע האבן פראטעסטירט קעגן די העלמעט געזעצן, פארשטייט זיך אז קיינער פון זיי האט נישט אנגעהאט אן העלמעט.

אינדערמיט פון די דעמאנסטראציע האט איימיצער פון זיי פארלוירן קאנטראל, ער איז אראפגעפאלן פונעם ביציקל און זיך צופלעטערט דעם קאפ.
עטליכע שטונדן שפעטער איז ער אויסגעגאנגען פון זיינע וואונדן אין א דערנעבנדיגע שפיטאל.

די באאמטע זאגן אז ווען ער האט ווען אן א העלמעט וואלט ער ווארשיינליך איבערגעלעבט דעם עקסידענט.

(חכמים... ווען ער האלט אז מ'דארף א העלמעט, איז ער דאך נישט דארט ביים פראטעסט?...)

זעה דעם פריערדיגן בלאט פונעם אשכול:
viewtopic.php?p=436036#p436036

יארצייטן
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2010 6:04 pm

תגובהדורך יארצייטן » דינסטאג יולי 19, 2011 1:28 am

טשיקאווע נייעס; פון פאריגע וואך מיטוואך אינדערפרי;

הערת ההנהלה: "נישט אלעס איז א וויץ".

יארצייטן
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2010 6:04 pm

תגובהדורך יארצייטן » דינסטאג יולי 19, 2011 1:30 am

טשיקאווע נייעס;

דער קאפיציטעט, פריץ, מייקל בלומבערג האט זיך צוטון געמאכט פון זיין פארפרעמדעטע אפשטאם, און זיך וויסנדיג געמאכט פון א אידישע טראגעדיע וואס איז אנטשטאנען אין דעם שטאט ווי ער איז מאיאר, און אפגעשטאט א בליץ באזוך ביי די באטראפענע משפחה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 20, 2011 12:17 pm

ווען מען האט צופיל געלט און מען איז אויסגעלאפן פון נארמאלע זאכן צו טוהן דערמיט:
http://www.thesun.co.uk/sol/homepage/ne ... space.html

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך יולי 20, 2011 2:19 pm

blocked what's the story?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה און 28 געסט