מיר לעבן נישט מיט א סדר, טאקע אזוי ?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

מיר לעבן נישט מיט א סדר, טאקע אזוי ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

אבי מ'רעדט, אבי מ'האט אויסגעטראכט, נישט דא אזא מסודר'דיגע פאלק ווי חסידים, אלעס האט איר רוטין זעלטען מוסטערהאפטיג, פלא והפלא, אלע גייען הכנות פונקט צו די צייט, צען מינוט פאר סוף זמן תפלה ביז א הלבע שעה נאכדעם, אלע פוצן די שיך 12 מינוט נאכן זמן הדלקה, (ווי דער לוח האט דאס געוויסט? גיי ווייס), שבת אינדערפרי אלע בעה"ב קומען אן צו ר' ישמאל, חסידים מיט געקרייזעלטע צו הטכס והטוהר, חסידים מיט צולאשעטע אדער כמו חצי קאלטענעס צו עד הנה, ווי אפגעשמוסט, און ביי שבח זענען שוין אלע סידורים אויפן זעלבע פאזיציע, קאמפסגרייט, ביי לקל ברוך א ציפ פארן יניק וחכים, והאר עיננו נאך א ציפ, די דריטע ערגעץ אינמיטן שמוסען אדער פאר מודים דרבנן אדער ביי שלישי.

נעמט אפיר למשל א חתונה, וויפיל מאל ווינשט מען מזל טוב פארן מחותן ביי א חתונה ? אלעס מיט א סדר, איינס ווען מען שמעקט אריין אין זאל, די צווייטע, מ'זעצט זיך אוועק צו א לעק געלע מים שרף און עודך מזל טוב, סרוחים תהיה, מ'באזעצט זיך נאכאמאל מ'פרעגט אלע דריי שכנים וו'טוט'צך? ש'לאנג נישט געזען, פרנסה ? , (אין וויליאמס פרעגט אויך בד"כ שלום בית ?) מ'הייבט זיך ווידער אויף, כלומר'שט וועגען א מנין, און יעצט קומט דער מחותן אפנעמען......... יא, מזל טוב, דערנאך קומט דער חופה, נאכן חתן דנן'ס דריטן שטויס אויפן פאר'עקשן'טן גלאז, א טויט קלאפ און ווידער אמאל מזל טוב פארן מחותן, ביי די סעודה, א הלבע שעה בלעקבערי ברעיק, דערנאך ברענגען די גוים אריין די פלייש און ערגעץ ציווישן חליפתי הינדעל און מעיש פאטעיטא נאך פון יכול מר"ח, ווייטער מזל טוב לויטן סדר, איך מז"ט די מחותן, די מחותן מז"ט איך, השם לפורקנך סברית, ביי מצוה טאנץ נאכן צווייטן שלאף, פאר מיין מצ"ט, איך מז"ט מחותן, פארן מחותן'ס מצ"ט, מחותן מז"ט איך, ( דא גייט ביי די רבי'שע, אויך איך מז"ט מחותן, אבער זולת זה אלעס כרגיל) סוף חתונה קומט אשת חיל אויפן ידיד נפש--קל מסתתר מעלאדיא פון שלש סעודות און ביי זממה שדה הייבט זיך אן מזל טוב'ן מיט א פרישקייט, דא שוין מיט א קוועטש אין האנט, און באותו מעמד שמוסט מען אפ די שבע ברכות פאר מארגען זיך צו מזל טובלן אי"ה.
מסתמא שוין יעדער געטאנצט אויף אסאך חתונות, בעל בית'ישע, בעה"ב מיט סינטעטיש רבי'שע, pure רבי'שע, נגיד'ישע, בעלי חובות (שוין דערמאנט), ספרדים, בעלי תשובות, גרים ותושבים, און אלע האלטן זיך צום זעלבן סדר מיטן גרעסטן אומ'חשק, כאילו כפאו אשמדאי, לפחות ניין מאל מזל טוב, והמוסיף מוסיפין לו.


וויפל לבנה'ס הא'מיר שוין באזינגען מיט א טובים מאורות טאנץ זייט אונזערע שיפן זענען סטאק געבליבען אין עליס איילענד ? שווערע הונדרעטער זיכער, און אלע בדויק אין די זעלבע לענג, א ניגון עפעס געבארגט, שלא על מנת להחזיר, פונעם מצווה טאנץ פון א עלטער פעטער אינעם ווילטשעיר, מ'דרייט זיך •360 אנדערהאלבן מאל עס נעמט פונטקליך 53 סקונדעס בחול, מוצאי שבת לכבוד המלכה איז מען מוסיף נאך 11, ס"ה 1 דקה 4 שניות מיט 0 חלקים, לא פחות ולא יותר, אלעס אזוי מיט א צייטליך אויסגערעכנטע דייקנות ווי א זייגער, ווען ..... .... ..... לעבט היינט, וואלט ער זיכער שוין געווען א חסיד.

האט שוין ווער אמאל געליינט א תולדות המחבר באשרייבונג פון די געטרייע אייניקעל אויפן אומפארגעסליכן זיידען ? נישטא קיין דיסקרימענאציע, לא ניכר שיכור לפני דל, אלע זיידעס די זעלבע גדלות, די פרקים לויפן אויפן זעלבן סדר, פרק א' מראש צורים, פרק ב' במעלליו יתחכם נער, ג' בוצין בוצין מקטפיה ידיען, בן שלש עשרה למצוות, הוי גולה למקום תורה, רבותיו, פרק האיש מקדש, (אויב די אלמנה לעבט נאך קומט שפעטער צום סוף, נאך אשכבתיה דרבי, א פרק אשת חיל מי ימצא, טאמער נאר א זיווג שני הייסט עס נשים במאי קא זכיין), שלשה עמודי עולם און דעראונטער 3 סאב פרקים, תורה, עבודה, גמ"ח, וכו' וכו' וכו' ביז למען אשר יצוה, ויהי בנסוע הארון, הניח בן כמותו, וכו' וכו' אלע אין זעלבן רוטין.

און אזוי גייט עס מיט ערב פסח מצות, כפרות שלאגן, הושענות שמייסען, פאלען כורעים, שלושים סעודות, וכו' וכו' דוק וטישטוך.

ובכן איז ווי דארף נאך יא א תיקון ? כ'מיין אין ערגעץ נישט, טאמער יא, אדרבה, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט, בפרט ביי חסיד'ישע יודן.
לעצט פארראכטן דורך כעלעם'ר מגיד אום דינסטאג יולי 05, 2011 3:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די כעלעם'ר לאכן טאג און נאכט להכעיס די גזלנים,
נו זאגט ווער זענען נאריש און ווער זענען די חכמים.
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

מיין בעה"ב פרעגט פארוואס איך לאך
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

דו ארבעסט היינט
-----------
כעלעמער לאכטי און שטארק הנאה געהאט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער רבוש"ע באקלאגט זיך שוין אויף מצות אנשים מלמדה

אגב ווער איז דער מוכר ספרים וואס די דערמאנסט דארט?
למה זה תשאל לשמי...
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:מיין בעה"ב פרעגט פארוואס איך לאך



א משלנו ? טאמער נישט, אל תגידו ב'גאס, זאג אז דער נאר שטופט, ס'איז נישט קייו ליגנט.
די כעלעם'ר לאכן טאג און נאכט להכעיס די גזלנים,
נו זאגט ווער זענען נאריש און ווער זענען די חכמים.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איי די מליצות פון וואו נעמט מען?
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

קרעמער האט געשריבן:איי די מליצות פון וואו נעמט מען?



וואס הייסט פון ווי ? פון ווי מ'נעמט אלעס, פון דארט ווי מ'נעמט א שטיקעלע גרינצייג, מ'נעמט אלע דריי מצות, א כזית מרור, די מיטעלסטע מצה, צוויי שטיקלעך מצה, דאס ווייסטו שוין יא פון ווי מ'נעמט ?
די כעלעם'ר לאכן טאג און נאכט להכעיס די גזלנים,
נו זאגט ווער זענען נאריש און ווער זענען די חכמים.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מגיד! מ'זאגט...

יאפס דו זאגסט גוט שבמעכטיג!
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

א מחיה א ברכה צומאכן

כעלעמר בלייב פריש פאר אייביג
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

כעלעמער! אוי לאך איך!
דערמאנסט מיר די ווארט פון יענקל מיללער, ער טענה'ט אז די גנבים און רוצחים לעבן אויף אייביג
האסטו שוין איינמאל געזען אין ביה"ח זאל שטיין אויף א מציבה פ"נ הגנב הידוע?
אלעס איז איש תם וישר אהוב על כל יודעיו ומכיריו, די בעלי מחלוקת לעבן אייביג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

כעלמער איך האב גרויס הנאה געהאט

און מי יודע האסט מיר געקאסט אן אויספלאץ (א קליינע...) כאטשיג איך האב עס שוין כמ"פ געהערט
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

והוא פלאי האט געשריבן:דער רבוש"ע באקלאגט זיך שוין אויף מצות אנשים מלמדה

אגב ווער איז דער מוכר ספרים וואס די דערמאנסט דארט?



טרעף מיך אין אישי
די כעלעם'ר לאכן טאג און נאכט להכעיס די גזלנים,
נו זאגט ווער זענען נאריש און ווער זענען די חכמים.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

WOW עכט אריגינעלע קרעטשמע סחורה..
דאנק פון פראנאויס פאר די קומענדיגע ארטיקלען.. און אויך פארן דאזיגן, פון וועלכע כ'האב שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מיר לעבן שוין איינמאל מיט א סדר, וואו נאך טרעפט מען מגיד אויב נישט ביים סדר?...

נאך מגיד קומט רחצה, זאל זיך גיסן נאך ארטיקלען, נישט געזארגט, מיר וועלן מאכן ברכות.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

אינטעליגענט האט געשריבן:WOW עכט אריגינעלע קרעטשמע סחורה..
דאנק פון פראנאויס פאר די קומענדיגע ארטיקלען.. און אויך פארן דאזיגן, פון וועלכע כ'האב שטארק הנאה געהאט.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:דער רבוש"ע באקלאגט זיך שוין אויף מצות אנשים מלמדה

אגב ווער איז דער מוכר ספרים וואס די דערמאנסט דארט?



טרעף מיך אין אישי

מיין רבי פלעגט זאגן, בסתר, איז נעבדה אלהים אחרים, גוטע זאכן זאגט מען הויך...
דער מאמר איז גוט וואס דארף עס זיין פאשמירט מיט...
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

גוט גוט גוט גוט
גוט געשריבן,
זיסע מליצות אריין געריבן,
הנאה געהאט האבן אלע "סדר" מסובין,
שכוח
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פלאי דו ווייסט דען נישט ווער דאס איז?

חלומ'י, היות אז - ווי ניינציג פראצענט אנדערע ליינערס - האב איך נאך ב"ה נישט גענומען אין די האנט ממ"ס סחורה, פעלט ביאור אל מה ירמזון מילך
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א נייע כוכב צווישן אונז. ער שניידט מליצות ווי איך רייב פאטעטאס. איך ווייס נישט פארוואס איך האב אייביג געהאט אזא שלעכטע בליק אויף די כעלעמע
אוועטאר
שלומי פריעד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 7:30 pm
לאקאציע: אין די געגענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי פריעד »

פלאצטי ושאקאלטי מגעלאכטי!

א גרויסן ישר כח פאר די ארטיקל און פאר אלע דיינע זיסע תגבות ביז אהער. שרייט אלע צונאזאם סרוחים תהיה!
לעצט פארראכטן דורך שלומי פריעד אום דינסטאג יולי 05, 2011 1:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין איך גלייב! אני מאמין איך וויל גלייבן! אני מאמין העלף מיר איך זאל גלייבן!
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אשיחה וירוח לי, פארוואס דער מראה מקום פון שלום יעקב אבראמאוויטש המכונה דער זיידע (ע"י שלום רבינוביץ) האט מיר געגעבען אזא ציפ,
עס איז דא א הייליג ווארט פונעם בית אהרן פון קארלין, וואס איז דער חילוק פון עצבות (א זאך וואס איז מגונה אין אלע ספרי מוסר וחסידות) ביז מרירות (משובח בכל הנ"ל)
פון עצבות גייט מען אין בעט, און פון מרירות נעמט מען א גמרא,
חוזק מאכן פון אונזער מצות אנשים מלומדה, קען האבן צוויי ערליי תוצאות, וואס רחוקים כרחוק מזרח ממערב,
לאמיר נעמען פאר א דוגמא דעם טאנץ נאך קידוש לבנה, אויב איז דער ארטיקעל איז גורם אז שטאטץ טאנצען אזא נעבעכדיגע טאנץ זאל זיך א איד מתבונן זיין, הלמאי עס איז דאך א בפירושע רמ"א, עושין ריקודין (אפשר דער איינציגע מקום אין ד' חלקי שו"ע וואס ריקודין ווערט דערמאנט פאר אנשים פשוטים, הקפות ווערט נישט דערמאנט צו טאנצען, און לפני הכלה ווערט נאר דערמאנט אז ר' יהודה בן עילאי האט געטאנצט), נו פ"וו טאנץ איך שהם עתידים להתחדש כמותה, איך האב מקבל געווען פני השכינה, און ער וועט טאנצן מיט התלהבות עד לב השמים, ולא יתבייש מפני המלעיגים, איז דאך א געוואלדיגע זאך, ער האט געפועלט ביי איד א שטיקל ערנסטקיים, א ביסל התבוננות.
אבער מצד אחר, טאמער חלילה דער ליצנות פון מצות אנשים מלומדה, איז גורם ער זאל זיך פילן ווי א נאר ווען ער איז מקיים דעם רמ"א, אדער נאך ערגער, אז ער איז עס בכלל נישט מקיים, צו ער טאנצט מיט התלהבות לשם ליצנות, תוצאותיו מי ישירנה.
און אזוי פיצען שיך ערב שבת קודש, אויב וועט עס גורם זיין ער זאל פוצן פריער, איז איין זאך, אבער טאמער עס וועט גורם זיין ער זאל בכלל נישט פוצען, אדער אפי' מהרהר זיין אין זיין התלהבות איבער פיצען, מי יודע מה יהי' באחריתו
דער אויבענדערמאנטע מוכר ספרים, וואס האט פארקויפט נעבעך די ספרים פון א גרויס חלק פון כלל ישראל פאר א נזיד עדשים ועמי המיר כבודי בלא יועיל, און מיט די ספרים אלס וואס שטייט אין די הייליגע ספרים, האט גענוצט דעם כלי פון ליצנות פון מצות אנשים מלמדה, וואס איז כאטש געווען דעם כלי פון רגילות אין מצוות מעשיית, אפצולאכן, און מאכן מענטשן טראכטן אין א נישט געזונטע וועג, און דער סוף פסוק איז געווען א ביטערע.
איך בין מלמד זכות אז די האסט בכלל נישט געטראכט אין דעם ריכטונג, ווייל ווען איך זאל אנדערש האלטן שטיי איך נישט אין ווארט ווייל חז"ל זאגן כ"ש דפקר טפי.
ווייל בשעת איך האב עס געליינט האט עס מיר געגעבן א ציפ אין א פאזיטיווע ריכטונג, אז אפשר דארף מען ווינטשען א מחותן מיט מער הארץ אין געפיל, האב איך דיר געבעטן ווער פטור פון די וואס לא מסקינן בשמי'
איך בעט דיר איבער אלף פעמים, פאר שרייבן אזא זויערע תגובה, אויף אזא געלונגענע מאמר, ובפרט, ווען איך האב ליידער נישט שפראך, אבער גלייב מיר לטובה כוונתי
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

כעלעמער מגיד; ערשט קלאסיג! דיינע אויסשפראכן, דיין שיסן גאלדענע אותיות און זיסע ווערטער, האט נישט קיין ווערטער וויאזוי עס צו באדאנקן. יעדע שורה עקסטער הנאה געהאט.

שרייב נאך, טאנץ פריש, און קוועטש מזל-טוב מיט חשק..
-
ווער גיסט דא זאלץ אין פעפער? די ריח עקלט מיך [והוא פלאי; עס איז דא א סמאקינג סעקשאן].

כעלעמר; דו לאז די ליפט שפרינגן פאר געלעכטער אביסעלע, הנ"ל
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

והוא פלאי

האסט מיר אפגע'שחט'ן די קומענדיגע ארטיקל.
די כעלעם'ר לאכן טאג און נאכט להכעיס די גזלנים,
נו זאגט ווער זענען נאריש און ווער זענען די חכמים.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

פארפאלן, מען קען נישט שרייבן אן קיין קאנטראל, מען דארף אבאכט געבן וואס מען שרייבט,

אויב קען מען נישט אבאכט געבן, קען מען קאליע מאכן אומוואוסענדיג, און דאן לוינט זיך נישט דער גאנצער געשעפט, עס ווערט א מושב לצים ענדערש ווי מהנה זיין אידן.

דערפאר איז דא א "פארריכט" קנעפל, אז אויב איינער האט געשריבן אומווילנדיג עפעס וואס איז נישט אינארדענונג זאל מען קענען מעורר זיין, און מען זאל עס קענען פאררעכטן.
גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם »

שקויעך כעלעמער מגיד כאב זייער הנאה געהאט. ווי וואנט מאר
בינעך א ליימענע גולם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”